מדינת ישראל אין מלחמה
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
טראמפ'ס פארשטייער וויטקאף: אין ווייסן הויז גייט פארקומען א ספעציעלע זיצונג צו באהאנדלען די פייער אפשטעל אין עזה און די הומאניטערישע קריזיס
אויך האט סטיוו וויטקאף געמאלדן אז וואשינגטאן איז ווייטער פארמישט אין פארהאנדלונגן מיט א צאל לענדער זיי אריין צו נעמען אין די 'עיברעהעם עקורדס' פאר אן אפמאך מיט מדינת ישראל. וויטקאף האט נישט געוואלט אריין גיין אין דעטאלן, אדער מעלדן אויב מען קען ערווארטן נייעס דערוועגן אין די קומענדיגע שטיק צייט. די טראמפ אדמיניסטראציע ארבייט שוין א שטיק צייט אויסצוברייטערן דעם אפמאך אריין צו נעמען נאך לענדער, אבער די אנגייענדע מלחמה אין עזה איז א שטארקע שטער עס צו קענען דורכפירן.
אויך האט סטיוו וויטקאף געמאלדן אז וואשינגטאן איז ווייטער פארמישט אין פארהאנדלונגן מיט א צאל לענדער זיי אריין צו נעמען אין די 'עיברעהעם עקורדס' פאר אן אפמאך מיט מדינת ישראל. וויטקאף האט נישט געוואלט אריין גיין אין דעטאלן, אדער מעלדן אויב מען קען ערווארטן נייעס דערוועגן אין די קומענדיגע שטיק צייט. די טראמפ אדמיניסטראציע ארבייט שוין א שטיק צייט אויסצוברייטערן דעם אפמאך אריין צו נעמען נאך לענדער, אבער די אנגייענדע מלחמה אין עזה איז א שטארקע שטער עס צו קענען דורכפירן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
שווערע טויזנטער זענען ארויס אויף די גאסן פון תל אביב צו לייגן דרוק אויפ'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ער זאל איינגיין אויף אן אפמאך מיט די כאמאס
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
קאנטער טעראריזם באאמטע ווארענען אז שאנסן פאר איראנער אטאקע אויף אמעריקע איז זייער הויעך
די שאצונג איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די וועסט פוינט קאמבעטינג טעראריזם צענטער, אין וועלכע זיי שרייבן אז די מלחמה מיט מדינת ישראל און איראן איז פאראיבער, אבער איראן טוט ווייטער אקטיוו פלאנירן אונטערצונעמען אטאקעס אויף אמעריקע. לויט דעם באריכט האבן איראנער באאמטע געשוואוירן נקמה צו נעמען קעגן אמעריקע פאר'ן באמבארדירן אירע נוקלעארע איינריכטונגען, און די נקמה וועט קומען אין פארעם פון אן אטאקע אויף אמעריקאנער טעריטאריע.
די שאצונג איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די וועסט פוינט קאמבעטינג טעראריזם צענטער, אין וועלכע זיי שרייבן אז די מלחמה מיט מדינת ישראל און איראן איז פאראיבער, אבער איראן טוט ווייטער אקטיוו פלאנירן אונטערצונעמען אטאקעס אויף אמעריקע. לויט דעם באריכט האבן איראנער באאמטע געשוואוירן נקמה צו נעמען קעגן אמעריקע פאר'ן באמבארדירן אירע נוקלעארע איינריכטונגען, און די נקמה וועט קומען אין פארעם פון אן אטאקע אויף אמעריקאנער טעריטאריע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
טראמפ זאגט אז בעפאר באמבארדירן איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען האבן זיי געהאלטן 4 וואכן איידער א פארטיגע באמבע
טראָמפּ האָט נאָכאַמאָל אַדרעסירט די באָמבאַרדירונגען אויף די איינריכטונגען אין נאַטאַנז, איספאַהאַן און פאָרדאו, זאָגנדיג אַז די באָמבאַרדירונגען האָבן געראַטעוועט די וועלט פון א דיזעסטער. דער פּרעזידענט זאָגט אַז איראַן איז געשטאַנען פיר וואָכן אָפּגערוקט פון האָבן פאַרטיגע גרייטע נוקלעאַרע באָמבעס,וואָס זיי האָבן געצילט צו אַטאַקירן דערמיט מדינת ישראל און אַמעריקע.
טראָמפּ האָט נאָכאַמאָל אַדרעסירט די באָמבאַרדירונגען אויף די איינריכטונגען אין נאַטאַנז, איספאַהאַן און פאָרדאו, זאָגנדיג אַז די באָמבאַרדירונגען האָבן געראַטעוועט די וועלט פון א דיזעסטער. דער פּרעזידענט זאָגט אַז איראַן איז געשטאַנען פיר וואָכן אָפּגערוקט פון האָבן פאַרטיגע גרייטע נוקלעאַרע באָמבעס,וואָס זיי האָבן געצילט צו אַטאַקירן דערמיט מדינת ישראל און אַמעריקע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
ווארענונג פייפערס האבן זיך צעקלינגן אין ירושלים און ארום צוליב א מיסיל געשאסן פון תימן אין ריכטונג פון אר"י
די מיסיל איז באצייטענס אראפגעשאסן און נישט אנגעמאכט קיין שאדענס. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די הוטי טעראָריסטן אין תימן האָבן רעאַגירט שאַרף צו די מדינת ישראל באָמבאַרדירונגען אויף זייערע איינריכטונגען אין די הויפּטשטאָט צאַנאַ. די הוטיס וואָרענען אין זייער רעאַקציע אַז זיי וועלן נישט שולדיג בלייבן, און אַז מדינת ישראל קען ערוואַרטן זייער שנעלע רעאַקציע.
די מיסיל איז באצייטענס אראפגעשאסן און נישט אנגעמאכט קיין שאדענס. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די הוטי טעראָריסטן אין תימן האָבן רעאַגירט שאַרף צו די מדינת ישראל באָמבאַרדירונגען אויף זייערע איינריכטונגען אין די הויפּטשטאָט צאַנאַ. די הוטיס וואָרענען אין זייער רעאַקציע אַז זיי וועלן נישט שולדיג בלייבן, און אַז מדינת ישראל קען ערוואַרטן זייער שנעלע רעאַקציע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אויסטראליע לאזט הערן אז מדינת ישראל האט געהאלפן טרעפן באווייזן איבער איראן'ס ראלע אין עדת ישראל ארסאן אטאקע
מייק בורגעס, דער פירער פון די אויסטראַלישע "אסיא" שפּיאָנאַזש אַגענטור, האָט געזאָגט אַז עס זענען געווען אויסלענדישע שפּיאָנאַזש אַגענטורן וואָס האָבן געהאָלפן די אויטאָריטעטן צוזאַמצושטעלן דעם קעיס. בורגעס האָט ווידערהאָלט היינט נאָכאַמאָל אַז איראַן איז געשטאַנען אונטער די עדת ישראל שוהל אַרסאָן אַטאַקע, טראָץ וואָס לעגאַלע געריכט דאָקומענטן צייגן אַז די פּאַרשוינען וואָס האָבן עס אונטערגעצינדן האָבן באַלאַנגט צו לאָקאַלע קרימינאַלע גרופּעס.
מייק בורגעס, דער פירער פון די אויסטראַלישע "אסיא" שפּיאָנאַזש אַגענטור, האָט געזאָגט אַז עס זענען געווען אויסלענדישע שפּיאָנאַזש אַגענטורן וואָס האָבן געהאָלפן די אויטאָריטעטן צוזאַמצושטעלן דעם קעיס. בורגעס האָט ווידערהאָלט היינט נאָכאַמאָל אַז איראַן איז געשטאַנען אונטער די עדת ישראל שוהל אַרסאָן אַטאַקע, טראָץ וואָס לעגאַלע געריכט דאָקומענטן צייגן אַז די פּאַרשוינען וואָס האָבן עס אונטערגעצינדן האָבן באַלאַנגט צו לאָקאַלע קרימינאַלע גרופּעס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
די מדינת ישראל מיליטער איגנארירט אויף דערווייל א באריכט וואס אנאליזירט פעלערן וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין די שרעקליכע שמיני עצרת אטאקעס
די רעדע איז פון א באריכט צוזאמגעשטעלט דורך מיליטערלייט און עקספערטן, געצילט זיך צו לערנען פון די פעלערן וועלכע זענען דעמאלטס פארגעקומען. די באריכט איז געווארן צוגעגרייט אויף די פארארדענונג פונ'ם יעצטיגן מיליטערישן הויפט איל זאמיר, אבער זאמיר האט באשלאסן צו שטעלן די רעזולטאטן אין א זייט פאר אן אומבאשטימטע צייט, זאגענדיג, אז איינמאל די אומשטענדן וועלן עס ערלויבן וועט עס ווערן צוריק אויפגעברענגט.
די רעדע איז פון א באריכט צוזאמגעשטעלט דורך מיליטערלייט און עקספערטן, געצילט זיך צו לערנען פון די פעלערן וועלכע זענען דעמאלטס פארגעקומען. די באריכט איז געווארן צוגעגרייט אויף די פארארדענונג פונ'ם יעצטיגן מיליטערישן הויפט איל זאמיר, אבער זאמיר האט באשלאסן צו שטעלן די רעזולטאטן אין א זייט פאר אן אומבאשטימטע צייט, זאגענדיג, אז איינמאל די אומשטענדן וועלן עס ערלויבן וועט עס ווערן צוריק אויפגעברענגט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל מיליטערישע באאמטע זענען ארויס געקומען מיט א רוף צו ציווילע איינוואוינער אין עזה סיטי אז זיי זאלן עוואקואירן צוליב די געפלאנטע אפענסיווע
זיי האבן דערביי אפגעלייקענט קלאנגן וועלכע גייען ארום אז עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ וואו אזויפיל מענטשען זאלן גיין, זאגענדיג, אז עס זענען פארהאן גרעסערע אפענע שטחים אין דרום עזה מיט ליידיגע געצעלטן גרייט אריין צו נעמען עוואקואירטע. זיי זאגן האבן דערביי פארשפראכן ציצושטעלן מער הומאניטערישע הילף און געברויכן צו קענען נאכקומען אזויפיל פלטים.
זיי האבן דערביי אפגעלייקענט קלאנגן וועלכע גייען ארום אז עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ וואו אזויפיל מענטשען זאלן גיין, זאגענדיג, אז עס זענען פארהאן גרעסערע אפענע שטחים אין דרום עזה מיט ליידיגע געצעלטן גרייט אריין צו נעמען עוואקואירטע. זיי זאגן האבן דערביי פארשפראכן ציצושטעלן מער הומאניטערישע הילף און געברויכן צו קענען נאכקומען אזויפיל פלטים.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל האט דורכגעפירט פרישע באמבארדירונגן אין די סירישע שטאט קיסוואַ, די צווייטע רונדע באמבארדירונגן אין 24 שעה צייט
לויט באריכטן האבן די פרישע באמבארדירונגן געצילט געוועזענע ארמיי באראקן אין די שטאט, אבער די ציל פון די באמבארדירונגן איז נישט באקאנט. קיסווא איז א חלק פון א ראיאן וועלכע איז גאר שטארק באנוצט געווארן דורך פרא-איראנער מיליצעס אין צייט פון די געוועזענע אסאד רעזשים.
לויט באריכטן האבן די פרישע באמבארדירונגן געצילט געוועזענע ארמיי באראקן אין די שטאט, אבער די ציל פון די באמבארדירונגן איז נישט באקאנט. קיסווא איז א חלק פון א ראיאן וועלכע איז גאר שטארק באנוצט געווארן דורך פרא-איראנער מיליצעס אין צייט פון די געוועזענע אסאד רעזשים.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אוסטראליער שפיאנאזש זענען דערגאנגן אז איראן איז געשטאנען אינטער די פייער אויף די עדת ישראל שול אין מעלבאורן דורך נאכגיין די געלטער פון די קרימינאלן
אוסטראליער שפיאנאזש באאמטע האבן געמאלדן אז איינס פון די הויפט וועגן וויאזוי זיי זענען דערגאנגן אז איראן איז געשטאנען אינטער די ארסאן פייער אטאקע אויף די עדת ישראל שול אין מעלבאורן איז געווען דורך נאכגיין די געלטער פון די קרימינאלן וועלכע האבן עס דורכגעפירט. זיי זאגן אז איראן האט זיך באנוצט מיט עטליכע פארמיטלער אינדערמיט כדי צו פארדעקן איר ראלע דערין, אבער ביים ענדע זענען אויספארשער דערגאנגן פון וואו די געלט איז געקומען, און עס איז קלאר געווארן אז די איראנער רעזשים האט זיך באנוצט מיט קרימינאלע באנדעס אלץ געצייג. די אויפדעקונג אין אוסטראליע קומט לאנגע חדשים נאכדעם וואס ענגלאנד מיט שועודן האבן געווארענט אז איראן נוצט מער און מער קרימינאלע באנדעס דורכצופירן אטאקעס איבער די וועלט.
אוסטראליער שפיאנאזש באאמטע האבן געמאלדן אז איינס פון די הויפט וועגן וויאזוי זיי זענען דערגאנגן אז איראן איז געשטאנען אינטער די ארסאן פייער אטאקע אויף די עדת ישראל שול אין מעלבאורן איז געווען דורך נאכגיין די געלטער פון די קרימינאלן וועלכע האבן עס דורכגעפירט. זיי זאגן אז איראן האט זיך באנוצט מיט עטליכע פארמיטלער אינדערמיט כדי צו פארדעקן איר ראלע דערין, אבער ביים ענדע זענען אויספארשער דערגאנגן פון וואו די געלט איז געקומען, און עס איז קלאר געווארן אז די איראנער רעזשים האט זיך באנוצט מיט קרימינאלע באנדעס אלץ געצייג. די אויפדעקונג אין אוסטראליע קומט לאנגע חדשים נאכדעם וואס ענגלאנד מיט שועודן האבן געווארענט אז איראן נוצט מער און מער קרימינאלע באנדעס דורכצופירן אטאקעס איבער די וועלט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
גרופע אידן פון ארץ ישראל פיזיש איבערגעפאלן געווארן און נאכגעשריגן געווארן דורך פארשוינען אין סרי לאנקא
די אידן דערציילן אַז א גרופּע פּאַרשוינען האָבן דערקענט אַז זיי קומען פון ארץ ישראל און האָבן אָנגעהויבן שרייען אויף זיי אין אַראַביש פאַרשידענע לאָזונגען, און דערנאָך זענען די פּאַרשוינען אָנגעפאַלן די אידן פיזיש און זיי געשלאָגן. די אידן האָבן באַוויזן זיך אַרויסצודרייען דורכ'ן אַריינלויפן אין א דערנעבנדיגע האָטעל מיט הילף פון צושויער, און די פּאָליציי איז אָנגעקומען א שעה שפּעטער, ארעסטירנדיג נאָר איינעם פון די גרופּע.
די אידן דערציילן אַז א גרופּע פּאַרשוינען האָבן דערקענט אַז זיי קומען פון ארץ ישראל און האָבן אָנגעהויבן שרייען אויף זיי אין אַראַביש פאַרשידענע לאָזונגען, און דערנאָך זענען די פּאַרשוינען אָנגעפאַלן די אידן פיזיש און זיי געשלאָגן. די אידן האָבן באַוויזן זיך אַרויסצודרייען דורכ'ן אַריינלויפן אין א דערנעבנדיגע האָטעל מיט הילף פון צושויער, און די פּאָליציי איז אָנגעקומען א שעה שפּעטער, ארעסטירנדיג נאָר איינעם פון די גרופּע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
קאטארישע מידיא לויבט אויס כאמאס טעראריסטן פאר לעצטנס פרובירן צו פארכאפן מדינת ישראל זעלנער אין עזה
אַן איבערטייטשונג פון א באַריכט אין די קאַטאַרישע מידיאַ צייגט אַז די זשורנאַליסטן האָבן באַריכטעט איבער דעם וואָס כאַמאַס טעראָריסטן האָבן עטליכע מאָל אונטערגעשטעלט אַטאַקעס אויף זעלנער אין עזה, מיט'ן ציל זיי צו פאַרכאַפּן. טראָץ וואָס עס איז דערווייל נישט געלונגען פאַר כאַמאַס צו פאַרכאַפּן מדינת ישראל זעלנער אויפן שלאַכטפעלד, האָבן די קאַטאַרישע מידיאַ פּערזענליכקייטן געזאָגט אַז עס איז א קלוגע שריט פון כאַמאַס דאָס צו פּרובירן.
אַן איבערטייטשונג פון א באַריכט אין די קאַטאַרישע מידיאַ צייגט אַז די זשורנאַליסטן האָבן באַריכטעט איבער דעם וואָס כאַמאַס טעראָריסטן האָבן עטליכע מאָל אונטערגעשטעלט אַטאַקעס אויף זעלנער אין עזה, מיט'ן ציל זיי צו פאַרכאַפּן. טראָץ וואָס עס איז דערווייל נישט געלונגען פאַר כאַמאַס צו פאַרכאַפּן מדינת ישראל זעלנער אויפן שלאַכטפעלד, האָבן די קאַטאַרישע מידיאַ פּערזענליכקייטן געזאָגט אַז עס איז א קלוגע שריט פון כאַמאַס דאָס צו פּרובירן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
בוך געשריבן דורכ'ן כאמאס פירער סינוואר פובליצירט אין רוסלאנד מיט ערלויבעניש פון רעגירונג
באאמטע זאגן אז די רוסישע געזעצן פאדערן אז יעדע בוך וואס ווערט פובליצירט אין רוסלאנד דארף אריבערגיין אן איבערזיכט דורך די רעגירונג און זיי באשטעטיגן עס, און דעריבער איז די בוך פון סינוואר אויך אריבער די רעגירונג איבערזיכט. אינעם בוך ווערט סינוואר אראפגעמאלן ווי א רעוואלוציע פיגור וועלכער האט באוויזן צו זיין איינער פון די מערסט שטערקסטע אראבישע קאמאנדירן אין לאנגע יארן און אז ער האט באזיגט מדינת ישראל.
באאמטע זאגן אז די רוסישע געזעצן פאדערן אז יעדע בוך וואס ווערט פובליצירט אין רוסלאנד דארף אריבערגיין אן איבערזיכט דורך די רעגירונג און זיי באשטעטיגן עס, און דעריבער איז די בוך פון סינוואר אויך אריבער די רעגירונג איבערזיכט. אינעם בוך ווערט סינוואר אראפגעמאלן ווי א רעוואלוציע פיגור וועלכער האט באוויזן צו זיין איינער פון די מערסט שטערקסטע אראבישע קאמאנדירן אין לאנגע יארן און אז ער האט באזיגט מדינת ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מערהייט אמעריקאנער בירגער האלטן אז מדינת ישראל באגייט פעלקער-מארד אין עזה
די קוויניפיאק אנקעטע צייגט אז צווישן דעמאקראטן האלטן 77 פראצענט אזוי, און צווישן רעפובליקאנער זאגן נאר 20 פראצענט אזוי. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז 75 פראצענט דעמאקראטן און 37 פראצענט רעפובליקאנער זענען קעגן דעם אז אמעריקע זאל צושטעלן מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל אין די מלחמה קעגן כאמאס.
די קוויניפיאק אנקעטע צייגט אז צווישן דעמאקראטן האלטן 77 פראצענט אזוי, און צווישן רעפובליקאנער זאגן נאר 20 פראצענט אזוי. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז 75 פראצענט דעמאקראטן און 37 פראצענט רעפובליקאנער זענען קעגן דעם אז אמעריקע זאל צושטעלן מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל אין די מלחמה קעגן כאמאס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
סאטעליט בילדער צייגן איראנער רעזשים רייניגט און וואשט אוועק נולעארע וואפנס באווייזן ביי באמבארדירטע צענטער
סאטעליט בילדער צייגן ערנסטע אקטיוויטעטן דורך איראן איינצואווארפן די געשעדיגטע אדער פארניכטעטע געביידעס ביי די איינריכטונג, וואס איז געצילט צו רייניגן און אוועקנעמען סיי וועלכע באווייזן וואס קענען צייגן אז מ'האט דארט געארבעט אויף נוקלעארע וואפנס. די פרישע באשולדיגונג קומט אין א צייט וואס די איראנער רעזשים האט געזאגט אז זיי וועלן קאאפערירן מיט'ן יו-ען פירער פאר עמורדזשענסי געשפרעכן צו פארמיידן יו-ען סאנקציעס צו ווערן צוריקגעשטעלט.
סאטעליט בילדער צייגן ערנסטע אקטיוויטעטן דורך איראן איינצואווארפן די געשעדיגטע אדער פארניכטעטע געביידעס ביי די איינריכטונג, וואס איז געצילט צו רייניגן און אוועקנעמען סיי וועלכע באווייזן וואס קענען צייגן אז מ'האט דארט געארבעט אויף נוקלעארע וואפנס. די פרישע באשולדיגונג קומט אין א צייט וואס די איראנער רעזשים האט געזאגט אז זיי וועלן קאאפערירן מיט'ן יו-ען פירער פאר עמורדזשענסי געשפרעכן צו פארמיידן יו-ען סאנקציעס צו ווערן צוריקגעשטעלט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל האט דורכגעפירט א כוואליע פון מער ווי 10 באמבארדירונגן אין תימן'ס הויפטשטאט צענה, עטליכע שעה נאכ'ן אראפ שיסן צוויי דראונס
די באמבארדירונגן זענען פארגעקומען אין צייט וואס דער האוטי פירער אבדול מאליקל על האוטי האט געגעבן א רעדע, אבער ער האט נישט אפגעשטעלט זיין רעדע טראץ די באמבארדירונגן. די יעצטיגע באמבארדירונגן זענען די לעצטע אין א קייט פון באמבארדירונגן די לעצטע שטיק צייט אין תימן, אין א פרואוו אפצושטעלן די רעבעלן פון אטאקירן מדינת ישראל.
די באמבארדירונגן זענען פארגעקומען אין צייט וואס דער האוטי פירער אבדול מאליקל על האוטי האט געגעבן א רעדע, אבער ער האט נישט אפגעשטעלט זיין רעדע טראץ די באמבארדירונגן. די יעצטיגע באמבארדירונגן זענען די לעצטע אין א קייט פון באמבארדירונגן די לעצטע שטיק צייט אין תימן, אין א פרואוו אפצושטעלן די רעבעלן פון אטאקירן מדינת ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
די יו-ען זיכערהייט קאנסול האט געשטימט צו פארלענגערן מיט איין יאר צייט די מיסיע פון יו-ען שלום היטער ביים גרעניץ צווישן מדינת ישראל מיט לבנון
די מיסיע, וועלכע איז אקטיוו זייט יאר 1978 למס', שטייט ביים שוועל פון פארשליסונג, אויפ'ן פארלאנג פון די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט געשניטן גרעסערע געלטער דערפון. די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס אויפהאלטן די מיסיע איז א געלט פארשווענדעניש און טוט בלויז שטערן די ארבייט פון עלימינירן חיזבאלא'ס איינפלוס און צוריק שטעלן די ראיאן אינטער קאנטראל פון די לעבענעזער מיליטער. די זיכערהייט קאנסול איז ערווארטעט צו אדאפטירן א רעזאלוציע אז נאך קומענדיגע יאר זאל די מיסיע אנפאנגן די פראצעדור פון זיך אויפלעזן אין לויף פון א יאר צייט.
די מיסיע, וועלכע איז אקטיוו זייט יאר 1978 למס', שטייט ביים שוועל פון פארשליסונג, אויפ'ן פארלאנג פון די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט געשניטן גרעסערע געלטער דערפון. די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס אויפהאלטן די מיסיע איז א געלט פארשווענדעניש און טוט בלויז שטערן די ארבייט פון עלימינירן חיזבאלא'ס איינפלוס און צוריק שטעלן די ראיאן אינטער קאנטראל פון די לעבענעזער מיליטער. די זיכערהייט קאנסול איז ערווארטעט צו אדאפטירן א רעזאלוציע אז נאך קומענדיגע יאר זאל די מיסיע אנפאנגן די פראצעדור פון זיך אויפלעזן אין לויף פון א יאר צייט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל קאמאנדאס האבן לויט באריכטן דורכגעפירט אן אבלאווא אין סיריע'ס קיסווא געגענט, די זעלבע געגענט וועלכע איז צוויי מאל געצילט געווארן
סירישע ארמיי קוועלער זאגן אז מדינת ישראל קאמאנדאס זענען אריין געקומען מיט 4 העליקאפטער און צוויי קאמף פליגער, און האבן זיך דארט געפונען פאר ארום 2 שעה צייט. די סירישע אבזערוואטארי גרופע באריכטעט אז די שטח וואס מדינת ישראל האט געצילט האט פארמאגט וואפן וואס איז גענוצט געוארן דורך חיזבאלא. באזונדער באריכטעט א סאודישע נייעס אגענטור אז מדינת ישראל טרופן האבן געפונען און קאנפיסקירט געהיימע סענסיטיווע עקוויפמענט אין סיריע וואס האט באלאנגט פאר טערקיי, אבער די באריכט האט נישט אנגעגעבן אויב עס האנדעלט זיך פון א באזונדערע אפאראציע אדער עס איז געווען איין זאך.
סירישע ארמיי קוועלער זאגן אז מדינת ישראל קאמאנדאס זענען אריין געקומען מיט 4 העליקאפטער און צוויי קאמף פליגער, און האבן זיך דארט געפונען פאר ארום 2 שעה צייט. די סירישע אבזערוואטארי גרופע באריכטעט אז די שטח וואס מדינת ישראל האט געצילט האט פארמאגט וואפן וואס איז גענוצט געוארן דורך חיזבאלא. באזונדער באריכטעט א סאודישע נייעס אגענטור אז מדינת ישראל טרופן האבן געפונען און קאנפיסקירט געהיימע סענסיטיווע עקוויפמענט אין סיריע וואס האט באלאנגט פאר טערקיי, אבער די באריכט האט נישט אנגעגעבן אויב עס האנדעלט זיך פון א באזונדערע אפאראציע אדער עס איז געווען איין זאך.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
פרעסע באריכטן געבן אן אז די ציל פון מדינת ישראל'ס היינטיגע באמבארדירונגן אין תימן איז געווען אפצווישן א מערהייט פירער פון די האוטי רעבעלן
לויט ווי אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן האט די באמבארדירונג געצילט א פארזאמלונג פון 10 האוטי מיניסטארן, אריין גערעכענט די דיפענס מיניסטער, וועלכע האבן זיך פארזאמעלט צו אויסהערן אינאיינאם א רעדע דורך די גרופע'ס פירער אבדול מאליק על האוטי. על האוטי, וועלכע האט געגעבן די רעדע פון א צווייטע ארט, האט פארגעזעצט מיט די רעדע, נישט וויסענדיג אז א צאל פון זיינע הויפט פירער זענען געצילט געווארן. לויט די יעצטיגע פרעסע באריכטן איז נישט קלאר אויב די באמבארדירונגן זענען געווען סוקסעספול אדער נישט.
לויט ווי אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן האט די באמבארדירונג געצילט א פארזאמלונג פון 10 האוטי מיניסטארן, אריין גערעכענט די דיפענס מיניסטער, וועלכע האבן זיך פארזאמעלט צו אויסהערן אינאיינאם א רעדע דורך די גרופע'ס פירער אבדול מאליק על האוטי. על האוטי, וועלכע האט געגעבן די רעדע פון א צווייטע ארט, האט פארגעזעצט מיט די רעדע, נישט וויסענדיג אז א צאל פון זיינע הויפט פירער זענען געצילט געווארן. לויט די יעצטיגע פרעסע באריכטן איז נישט קלאר אויב די באמבארדירונגן זענען געווען סוקסעספול אדער נישט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
צוויי לעבענעזער סאלדאטן זענען אומגעקומען ווען א געקראכטע מדינת ישראל דראון האט אויפגעריסן
די צוויי זענען אראפ געקומען אינטערזיכן די געקראכטע מדינת ישראל דראון, אבער אינמיטן טון זייער ארבייט האט די דראון אויפגעריסן. לבנון'ס פרעזידענט דזשאסעף אאון האט עס שארף פארדאמט, זאגענדיג, אז די לעבענעזער מיליטער צאלט נאכאמאל מיט בלוט פאר'ן פרייז פון אנהאלטן סטאביליטעט אין דרום לבנון. לויט ווי לעבענעזער באאמטע געבן איבער, איז די יעצטיגע אינצידענט געווען די פערדע טויטליכע פאל פאר די ארמיי זייט טרופן זענען אריין געקומען אין דרום לבנון א דאנק די פייעראפשטעל ארויס צו זען חיזבאלא.
די צוויי זענען אראפ געקומען אינטערזיכן די געקראכטע מדינת ישראל דראון, אבער אינמיטן טון זייער ארבייט האט די דראון אויפגעריסן. לבנון'ס פרעזידענט דזשאסעף אאון האט עס שארף פארדאמט, זאגענדיג, אז די לעבענעזער מיליטער צאלט נאכאמאל מיט בלוט פאר'ן פרייז פון אנהאלטן סטאביליטעט אין דרום לבנון. לויט ווי לעבענעזער באאמטע געבן איבער, איז די יעצטיגע אינצידענט געווען די פערדע טויטליכע פאל פאר די ארמיי זייט טרופן זענען אריין געקומען אין דרום לבנון א דאנק די פייעראפשטעל ארויס צו זען חיזבאלא.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
פראנקרייך טוט לויט באריכטן אקטיוו אריין קוקן אינ'ם געדאנק צו עפענען אן אמבאסאדא פאר די פאלעסטינער אין די מערב ברעג
די ניעס קומט אין צייט וואס פראנקרייך גרייט זיך פאר א פארמאלע מעלדונג קומענדיגע חודש צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, א שריט וואס שטייט אויס שארפע קעגנערשאפט דורך מדינת ישראל. פראנצויזישע באאמטע זאגן אז דאס עפענען אן אמבאסאדא איז נישט מער ווי א נאטירליכע פארזעצונג פון פראנקרייך'ס פאליסי טויש, וואס וועט עווענטועל דינען די אינטערעסן פון מדינת ישראל.

- חיימ'קע
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 158
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
- Location: אין די קינדער שיך
- x 556
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
נייעס אגענטורן אין תימן באריכטן אז דער האוטי פרעמיער מיניסטער אל ראַהאַווי איז אומגעקומען אין די נעכטיגע מדינת ישראל באמבארדירונגן
לויט ווי זיי באריכטן איז ער געצילט געווארן אין א באמבארדירונג אויף זיין דירה, אן אטאקע וואס איז געווען אויסער די באמבארדירונג וואס האט געצילט מערערע הויעך ראנגיקע האוטי מיניסטארן וועלכע האבן זיך געהאט פארזאמעלט צוזאמען. די אויסגאנג פון יענע אטאקע איז נאך נישט באשטעטיגט געווארן, אבער מדינת ישראל קוועלער זאגן אז עס קומט אריין מער און מער אינפארמאציע אז א מערהייט מיליטערישע און רעגירונג עליטע פון די האוטיס זענען אומגעקומען אין יענע אטאקע.

איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1327
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5308
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אויף די ווידיאו וואס די מדנ"י רעגירונג פארשפרייט יעצט פון אקטאבער 7, זעהט מען וואו א כאמאס טעראריסט טרינקט געשמאק סאדע פון די פרידזשידער נאכן הרג'ענען א טאטע און מאמע פארנט פון זייערע קינדער, און די טעראריסט בעט פון איינע פון די קינדער וואס האבן שוין צו'בלוט'יגטע פוס אז ער ברויך א טרינק וויין
, ענטפערט די קינד איך ברויך צוריק מיין מאמע..
בילד נישט פאר שוואכע הערצער.
בילד נישט פאר שוואכע הערצער.
► Show Spoiler
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
רוסלאנד מיט טשיינע זענען ארויס געקומען אין שטיצע פון איראן אפצואווארפן די שריט דורך אייראפעאישע לענדער צוריק צו שטעלן יו-ען סאנקציעס אויף איראן, אין א געמייזאמע בריוו מיט'ן איראנער אויסערן מיניסטער, שרייבן די אויסערן מיניסטארן פון רוסלאנד מיט טשיינע אז די שריט דורך ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד צוריק צו שטעלן יו-ען סאנקציעס אינטער די 2015 נוקלעארע אפמאך איז צווייפלהאפטיג. זיי זאגן אז זיך באנוצן מיט דעם מעכאניזעם איז נישט אויסגעהאלטן, וויבאלד עס טוט אומריכטיג אראפ קלאפן די אויטאריטעט און פונקציעס פון די יו-ען זיכערהייט קאנסול.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8043
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
דעלטע עירליינס האט צוריק באנייט פלי רייזעס קיין ארץ ישראל, די לעצטע אין א רייע עירליינס צוריק צו שטעלן סערוויס נאך די מלחמה מיט איראן
דעלטע גייט דערמיט אין די פיסטריט פון יונייטעד עירליינס, וועלכע האט באנייט סערוויס שוין 6 וואכן צוריק. אין קאנסטראסט צו די צוויי טוט אמעריקאן עירליינס ווייטער אוועק שטיין פון מדינת ישראל, א ליניע וואס די עירליין האלט שוין אן זייט די שמיני עצרת אטאקעס.