בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערעל דזשעימס וויל אפאלירן א באשלוס פון אן אפעלאט ארויס צו ווארפן א 500 מיליאן געלט שטראף אקעגן פרעזידענט טראמפ
די באשלוס פון דזשעימס קומט טראץ דעם וואס זי איז אינטער דרוק פון די יוסטיץ דיפארטמענט וועלכע טוט איר אויספארשן. די דיפארטמענט האט איר געהאט געשיקט צוויי באזונדערע סובפינעס, איינס פאר אינפארמאציע איבער די קעיס וואס זי האט אנגעפירט אקעגן טראמפ'ס ביזנעס און די צווייטע פאר אינפארמאציע איבער א קעיס אקעגן די נעשינאל רייפל אסאסיעישאן.
As expected..
די באשלוס פון דזשעימס קומט טראץ דעם וואס זי איז אינטער דרוק פון די יוסטיץ דיפארטמענט וועלכע טוט איר אויספארשן. די דיפארטמענט האט איר געהאט געשיקט צוויי באזונדערע סובפינעס, איינס פאר אינפארמאציע איבער די קעיס וואס זי האט אנגעפירט אקעגן טראמפ'ס ביזנעס און די צווייטע פאר אינפארמאציע איבער א קעיס אקעגן די נעשינאל רייפל אסאסיעישאן.
As expected..
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פייערלעשער אין ארץ ישראל האבן באוויזן צו ברענגן אינטער קאנטראל די גרעסרעע בראש פייער וואס האט געשטעלט א געפאר פאר די מבשרות ציון געגענט
פייער באאמטע זאגן אז גרעסערע גרופעס פייערלעשער מיט די הילף פון פליגער אין די לופטן האבן געקעמפט פאר א שטיק צייט ביז זיי האבן באוויזן אראפ צו ברענגן די פלאמען. זיי זאגן אז פייערלעשער ארבייטן ווייטער זיכער צו מאכן אז די פייער טוט זיך נישט ווייטער פארשפרייטן נאר ווערט פולקאם פארלאשן.
פייער באאמטע זאגן אז גרעסערע גרופעס פייערלעשער מיט די הילף פון פליגער אין די לופטן האבן געקעמפט פאר א שטיק צייט ביז זיי האבן באוויזן אראפ צו ברענגן די פלאמען. זיי זאגן אז פייערלעשער ארבייטן ווייטער זיכער צו מאכן אז די פייער טוט זיך נישט ווייטער פארשפרייטן נאר ווערט פולקאם פארלאשן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פּאַרשוין אַרעסטירט פאַר'ן אונטערצינדן די איסט מעלבוירן היברו שוהל מיט איינס אַהאַלב חודש צוריק, זאָגט אַז ער האָט נישט געוואוסט אַז עס איז א שוהל
אנדזשעלא לאורעס זאָגט אַז ער וויל באַפרייט ווערן אויף בעיל ביז זיין פּראָצעס, זאָגנדיג אַז ער איז א היימלאָזער וועלכער וואוינט אונטער א לאָקאַלע בריק אין מעלבוירן, אויסטראַליע. לאורעס האָט אונטערגעצינדן די שוהל בשעת עס זענען געווען צוואנצעיג אידן אינעווייניג און האָבן געהאַלטן אינמיטן די סעודה פרייטאָג צונאַכטס, און ער ווערט געקלאָגט מיט האַס פאַרברעכן, אָבער ער זאָגט אַז ער האָט געמיינט אַז עס איז א פּשוט'ע הויז און האָט עס נישט געצילט מיט העסליכע מאָטיוון.
אנדזשעלא לאורעס זאָגט אַז ער וויל באַפרייט ווערן אויף בעיל ביז זיין פּראָצעס, זאָגנדיג אַז ער איז א היימלאָזער וועלכער וואוינט אונטער א לאָקאַלע בריק אין מעלבוירן, אויסטראַליע. לאורעס האָט אונטערגעצינדן די שוהל בשעת עס זענען געווען צוואנצעיג אידן אינעווייניג און האָבן געהאַלטן אינמיטן די סעודה פרייטאָג צונאַכטס, און ער ווערט געקלאָגט מיט האַס פאַרברעכן, אָבער ער זאָגט אַז ער האָט געמיינט אַז עס איז א פּשוט'ע הויז און האָט עס נישט געצילט מיט העסליכע מאָטיוון.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ריפובליקאנער האבן זיך אנפאנגן פאראויס רוקן מיט פלענער פאר נייע קאנגרעס מאפעס אין עטליכע אנדערע סטעיטס
נאכדעם וואס געזעצגעבער אין טעקסעס האבן שוין באשטעטיגט א נייע מאפע וואס זיי האפן אז עס וועט צוברענגן 5 קאנגרעס זיצן פאר די ריפובליקאנער פארטיי. צווישן די סטעיטס וואו ריפובליקאנער קלערן פון איבערארבייטן די מאפע זענען פלארידא און אהייא, צוויי סטעיטס וואו זיי קענען פארדינען נאך א צאל זיצן. אין ביידע סטעיטס זענען ריפובליקאנער סטראטעגיסטן און געזעץ עקספערטן פארנומען דורכצוגיין ציפערן און געזעצן צו זען סיי אויב עס לוינט זיך און סיי אויב עס איז פארהאן א לעגאלע וועג עס דורכצופירן.
נאכדעם וואס געזעצגעבער אין טעקסעס האבן שוין באשטעטיגט א נייע מאפע וואס זיי האפן אז עס וועט צוברענגן 5 קאנגרעס זיצן פאר די ריפובליקאנער פארטיי. צווישן די סטעיטס וואו ריפובליקאנער קלערן פון איבערארבייטן די מאפע זענען פלארידא און אהייא, צוויי סטעיטס וואו זיי קענען פארדינען נאך א צאל זיצן. אין ביידע סטעיטס זענען ריפובליקאנער סטראטעגיסטן און געזעץ עקספערטן פארנומען דורכצוגיין ציפערן און געזעצן צו זען סיי אויב עס לוינט זיך און סיי אויב עס איז פארהאן א לעגאלע וועג עס דורכצופירן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער פלאנט זיך צו טרעפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג און
טראמפ האט געמאכט דעם מעלדונג ביי א ווייסע הויז באגעגעניש מיט דרום קארעא'ס לי דזשעי מיאנג, וועלכע האט אויסגערימט טראמפ אלץ דער איינציגסטער וואס קען מאכן פארשריט אויף נענטער ברענגן צפון מיט דרום קארעא. מיאנג האט געזאגט אז דורכאויס טראמפ'ס ערשטע טערמין זענען זאכן געווען פיל רואיגער, אבער דאס האט זיך געענדיגט ווען ער איז ארויס פון אפיס. דורכאויס טראמפ'ס ערשטע טערמין האט ער אפגעהאלטן צוויי סאמיטס מיט קים יאנג און, איינס אין וויעטנאם און איינס אין סינגאפור. r
טראמפ האט געמאכט דעם מעלדונג ביי א ווייסע הויז באגעגעניש מיט דרום קארעא'ס לי דזשעי מיאנג, וועלכע האט אויסגערימט טראמפ אלץ דער איינציגסטער וואס קען מאכן פארשריט אויף נענטער ברענגן צפון מיט דרום קארעא. מיאנג האט געזאגט אז דורכאויס טראמפ'ס ערשטע טערמין זענען זאכן געווען פיל רואיגער, אבער דאס האט זיך געענדיגט ווען ער איז ארויס פון אפיס. דורכאויס טראמפ'ס ערשטע טערמין האט ער אפגעהאלטן צוויי סאמיטס מיט קים יאנג און, איינס אין וויעטנאם און איינס אין סינגאפור. r
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מדינת ישראל רעגירונג וועט יא ארעסטירן בחורים און אברכים ביים פרובירן ארויספארן קיין אומאן אויב זיי מיידן אויס מיליטער דינסט
דער פּלאַן איז פאָרגעשטעלט געוואָרן דורך רעליגיעזע מיטגלידער, וואָס האָבן געזאָגט אַז אין די וואָכן און טעג בעפאָר ראש השנה זאָל מען איינפרירן דעם פּראָגראַם פון אַרעסטירן אינעם תל אביב לופטפעלד אַזעלכע וואָס דרייען זיך אַרויס פון מיליטערישע דינסט. עס האָט געהייסן אַז די רעגירונג האָט מסכים געווען אַריינצושטעלן דעם פּלאַן אין אַפעקט, אָבער קוועלער זאָגן אַז די רעגירונג וועט צוריקציען דערפון, וואָס באַדייט אַז אַלע בחורים און יונגעלייט שטייען אויס אַרעסט ביים פּרובירן פאָרן קיין אומאַן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פעדעראלער ארעסטאנט קריגט לעבנסלענגליכע טורמע פאר'ן אומברענגען אידישן ארעסטאנט אין ברוטאלע אטאקע
דער 41 יעריגער ברענדאן סימאנסאן פון מיינעסאטע און נאָך אַן אַרעסטאַנט זענען איבערגעפאַלן דעם אידישן אַרעסטאַנט פיליפּס אין די טאמסאן פעדעראַלע טורמע אין אילינאָי מיט פינף יאָר צוריק, צוליב דעם וואס ער איז א איד, און פיליפּס איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן דריי טעג שפּעטער. סימאנסאן איז געוואָרן געפונען שולדיג אויף מאָרד קלאַגעס, און אַצינד האָט א דזשורי אים פאַראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע.
דער 41 יעריגער ברענדאן סימאנסאן פון מיינעסאטע און נאָך אַן אַרעסטאַנט זענען איבערגעפאַלן דעם אידישן אַרעסטאַנט פיליפּס אין די טאמסאן פעדעראַלע טורמע אין אילינאָי מיט פינף יאָר צוריק, צוליב דעם וואס ער איז א איד, און פיליפּס איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן דריי טעג שפּעטער. סימאנסאן איז געוואָרן געפונען שולדיג אויף מאָרד קלאַגעס, און אַצינד האָט א דזשורי אים פאַראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ערנסטע זיכערהייט געפאר פאר ענגלאנד מיט פרישע אויפשטייג פון אייסיס טעראריסטן אין אפריקע
די טעראר גרופע האט געמאכט פארשריט מיט פארכאפן טעריטאריע און איינפלוס אין די לענדער פון בורקינא פאסא, מאלי און ניזשער, און אין מערב אפריקע שטעלט זיך די גרופע ארויס צו זיין זייער פארגעשריטן מיט זייער פראפאגאנדע. דער געפאר פאר ענגלאנד איז מיט די מאסן אימיגראנטן וועלכע קומען פון אפריקע קיין ענגלאנד, און עס קענען זיך מיטכאפן אקטיווע אייסיס מיטגלידער פון דעם ראיאן.
די טעראר גרופע האט געמאכט פארשריט מיט פארכאפן טעריטאריע און איינפלוס אין די לענדער פון בורקינא פאסא, מאלי און ניזשער, און אין מערב אפריקע שטעלט זיך די גרופע ארויס צו זיין זייער פארגעשריטן מיט זייער פראפאגאנדע. דער געפאר פאר ענגלאנד איז מיט די מאסן אימיגראנטן וועלכע קומען פון אפריקע קיין ענגלאנד, און עס קענען זיך מיטכאפן אקטיווע אייסיס מיטגלידער פון דעם ראיאן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ אדמיניסטראציע וועט איבערקוקן סטאטוס פון צענדליגער מיליאנען לעגאלע אימיגראנטן
דאס ווייסע הויז זאגט אז מען וועט דורכפירן א גרונטליכע איבערזיכט אויף אלע וואס געפונען זיך אין אמעריקע אויף וויזאס, צי פאר ארבעט אדער ווייל זיי זענען סטודענטן, און אויב זיי האבן די מינדעסטע פארלעצונג וועלן זיי דעפארטירט ווערן. דאס איז א שטארקע טויש פון ביז יעצט, ווען טראמפ'ס פאליסיס האבן בעיקר געצילט אומלעגאלע אימיגראנטן, וויבאלד טראמפ זאגט אז עס זענען דא אסאך פראבלעמען אויך מיט די לעגאלע אימיגראציע פראצעדורן.
דאס ווייסע הויז זאגט אז מען וועט דורכפירן א גרונטליכע איבערזיכט אויף אלע וואס געפונען זיך אין אמעריקע אויף וויזאס, צי פאר ארבעט אדער ווייל זיי זענען סטודענטן, און אויב זיי האבן די מינדעסטע פארלעצונג וועלן זיי דעפארטירט ווערן. דאס איז א שטארקע טויש פון ביז יעצט, ווען טראמפ'ס פאליסיס האבן בעיקר געצילט אומלעגאלע אימיגראנטן, וויבאלד טראמפ זאגט אז עס זענען דא אסאך פראבלעמען אויך מיט די לעגאלע אימיגראציע פראצעדורן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די ניו יארק סיטי פאליציי אלאמירט איבער א סקעם פאר איינוואוינער אין די פראדזשעקט געביידעס ווי פאברעכער שטעלן זיך ווי ארבייטער פאר נייטשע
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פאליציי דיפארטמענטס אין אושען קאונטי, וואס נעמט אריין לעיקוואוד און ארימיגע חרדישע געגענטער, גייען אנטייל נעמען אין א גרעסערע קרעקדאון
אושען קאונטי באאמטע זאגן אז די קאמפיין וועט אריין נעמען נאך פילע מוניציפאליטעטן לענגאויס ניו דזשורסי, געצילט צו שניידן די צאל טראפיק פאטאליטעטן. לויט פאליציי סטאטיסטיקס זענען 355 מענטשען אומגעקומען דעם יאר פון עקסידענטן אין די סטעיט, אריין גערעכענט 38 אין אושען קאונטי.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א מערדער האט געעפנט פייער ביי א קאטוילישע שולע אין מיניאפאליס, אומברענגענדיג צוויי , א צען יעריג און אכט יעריג קינד, און פארוואונדענדיג זיבעצן אנדערע, פערצן פון זיי קינדער, אריינגערעכנט עטליכע אין א קריטישע צושטאנד, בעפאר ער איז אומגעברענגט געווארן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ווייסע הויז פענער גענידערט אין שאטן פון די טראגישע מארד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
בעפארן זיך ארויסלאזן אויף די מארד מיסיע האט דער מערדער פילמירט זיינע צוגעגרייטע וואפנס אריינגערעכנט עטליכע רעוואלווערס און א רייפל, אלע פון זיי אנגעפירקלט מיט העסליכע און נידריגע לאזונגען, פילע פון זיי געצילט קעגן אידן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דאס אז יעדע תמימות'דיגע פרוי האט עקסעס צו שווערע טויזנטער דאלארן, אין די צייט וואס דער ציבור ארבעט שווער על המחי' ועל הכלכלה, פאדערט א געהעריגע אויספארשונג.בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 9:35 am די ניו יארק סיטי פאליציי אלאמירט איבער א סקעם פאר איינוואוינער אין די פראדזשעקט געביידעס ווי פאברעכער שטעלן זיך ווי ארבייטער פאר נייטשע
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די FDA האט אויטאריזירט א פרישע קאוויד וואקסין, אבער ארויפגעשטעלט באגרעניצונגען ווער עס קען דאס ערהאלטן, ווען בלויז מענטשן פון 65 און ארויף, אדער יונגערע מענטשן מיט אונטערליגנדע געזונטהייט פראבלעמען וועלן זיך קענען וואקסינירן דערמיט.
דאס גייט אין שפאן מיט די אלגעמיינע וואקסין סצעפטיזם אגענדע פון דער העלט סעקרעטאר קענעדי.
דאס גייט אין שפאן מיט די אלגעמיינע וואקסין סצעפטיזם אגענדע פון דער העלט סעקרעטאר קענעדי.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
היינט איז אריין אין קראפט די פופציג פראצענטיגע טאריף אויף אינדיע, וואס טראמפ האט געשטעלט אלס שטראף פארן קויפן רוסישע אויל טראץ סאנקציעס.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20004
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאליפארניע פאליציי האבן ארעסטירט פערצן גנבים און קאנפיסקירט סחורה אין ווערט פון 2.3 מיליאן דאלאר, וועלכע זענען גע'גנב'עט געווארן פון האום דיפאו געשעפטן. די גרופע האט אפערירט א פארצווייגטע גנבים רינג וועלכע האבן געצילט האום דיפאו לאקאציעס, און דורכאויס די יארן גערויבט העכער צען מיליאן ווערט פון סחורה.

- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1327
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5308
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 3:10 pm בעפארן זיך ארויסלאזן אויף די מארד מיסיע האט דער מערדער פילמירט זיינע צוגעגרייטע וואפנס אריינגערעכנט עטליכע רעוואלווערס און א רייפל, אלע פון זיי אנגעפירקלט מיט העסליכע און נידריגע לאזונגען, פילע פון זיי געצילט קעגן אידן.unnamed - 2025-08-27T150418.934.png
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א פרוי וואס וואוינט אין פראדזשעקטס האט 200 אלפים דזשולערי?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 9:35 am די ניו יארק סיטי פאליציי אלאמירט איבער א סקעם פאר איינוואוינער אין די פראדזשעקט געביידעס ווי פאברעכער שטעלן זיך ווי ארבייטער פאר נייטשע
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א פאבריצירטע פיגור.אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:28 amא פרוי וואס וואוינט אין פראדזשעקטס האט 200 אלפים דזשולערי?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 9:35 am די ניו יארק סיטי פאליציי אלאמירט איבער א סקעם פאר איינוואוינער אין די פראדזשעקט געביידעס ווי פאברעכער שטעלן זיך ווי ארבייטער פאר נייטשע
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
זי צאלט דאך פעניס פאר רענט.אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:28 amא פרוי וואס וואוינט אין פראדזשעקטס האט 200 אלפים דזשולערי?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 9:35 am די ניו יארק סיטי פאליציי אלאמירט איבער א סקעם פאר איינוואוינער אין די פראדזשעקט געביידעס ווי פאברעכער שטעלן זיך ווי ארבייטער פאר נייטשע
ביי איין פאל האבן צוויי פארברעכער פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער באוויזן צו בא'גנב'נען א פרוי מיט 200 טויזנט דאלאר קעש און צירינג. די צוויי האבן זיך פארשטעלט ווי 'נייטשע' ארבייטער זיך אריין צו גליטשן אין א געביידע, און זייענדיג אינעווייניג האבן זיי ארויס געצויגן א רעוואלווער אקעגן א פרוי. די פרוי האט זיי איבערגעגעבן 7 טויזנט דאלאר קעש און צירינג אין די ווערד פון 200 טויזנט דאלאר, בעפאר די צוויי זענען אנטלאפן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געוועזענער פעדעראלער רעגירונג קאנטראקטער קריגט איין יאר טורמע פאר'ן שפיאנירן פאר איראנער רעזשים
ראכמאטי, וועלכער איז געווען א קאָנטראַקטער פאַר די פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע, האָט זיך דערקלערט שולדיג מיט דריי חדשים צוריק אין צושטעלן 172 גיגאַבייטס פון קלאַסיפייד אינפאָרמאַציע איבער איראַנער סאָלאַר ענערגיע פאַר די איראַנער רעזשים אין 2022. ראכמאטי איז אויסגעשטאַנען פופצן יאָר טורמע, אָבער נאָכ'ן זיך דערקלערן שולדיג איז עס רעדוצירט געוואָרן און ער האָט באַקומען נאָר איין יאָר טורמע און דריי יאָר באַפרייט אונטער אויפזיכט.
ראכמאטי, וועלכער איז געווען א קאָנטראַקטער פאַר די פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע, האָט זיך דערקלערט שולדיג מיט דריי חדשים צוריק אין צושטעלן 172 גיגאַבייטס פון קלאַסיפייד אינפאָרמאַציע איבער איראַנער סאָלאַר ענערגיע פאַר די איראַנער רעזשים אין 2022. ראכמאטי איז אויסגעשטאַנען פופצן יאָר טורמע, אָבער נאָכ'ן זיך דערקלערן שולדיג איז עס רעדוצירט געוואָרן און ער האָט באַקומען נאָר איין יאָר טורמע און דריי יאָר באַפרייט אונטער אויפזיכט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דריי פאברעכער ארעסטירט אין וויליאמסבורג נאכן טעראריזירן איינוואוינער אויף טרופ עוועניו מיט דזשעל גאנס
די דריי יוגענטליכע זענען פאר די לעצטע דריי נעכט געקומען אין די געגענט פון טרופ און וואלעבאוט און נאכגעשאסן פיסגייער מיט א דזשעל גאן אזוי אויך האבן זיי צושלאגן פיסגייער. היינט האט מען באוויזן צו כאפן אלע דריי און זענען ארעסטירט געווארן. דורכאויס די ארעסט האט איינער פון די פאברעכער געשלאגן און געשעדיגט א וויליאמסבורג שומרים וואלענטיר און א פאליציי אפיציר, און ביידע זענען באהאנדעלט געווארן אויפן פלאץ מיט לייכטע וואונדן.
די דריי יוגענטליכע זענען פאר די לעצטע דריי נעכט געקומען אין די געגענט פון טרופ און וואלעבאוט און נאכגעשאסן פיסגייער מיט א דזשעל גאן אזוי אויך האבן זיי צושלאגן פיסגייער. היינט האט מען באוויזן צו כאפן אלע דריי און זענען ארעסטירט געווארן. דורכאויס די ארעסט האט איינער פון די פאברעכער געשלאגן און געשעדיגט א וויליאמסבורג שומרים וואלענטיר און א פאליציי אפיציר, און ביידע זענען באהאנדעלט געווארן אויפן פלאץ מיט לייכטע וואונדן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2291
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7425
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט ארויס געשטעלט א פארשלאג אז די ריפובליקאנער פארטיי זאלן אפהאלטן א קאנוווענשאן בעפאר די 2026 מידטורם וואלן
טראמפ זאגט אז נעמענדיג אין באטראכט די אויסנאמליכע סוקסעסן פון די ריפובליקאנער פארטיי אריין צו ברענגן פרישע מיליאנאן מענטשען און צוריק צו דרייען די שריט פון די ביידען אדמיניסטראציע, איז צייט פאר א קאנווענשאן. צוריק אין די 1980'ר יארן פלעגן די דעמאקראטן האבן א קאנווענשאן ארום די טעג פון די מידטורם וואלן, אבער די פארטיי האט עס געהאט אפגעשטעלט. דעמאקראטן האפן אז א קאנווענשאן קומענדיגע יאר וועט זיי העלפן הייבן די סטאטוס פון נייע שטערענס אין די פארטיי און קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך אין די מידטורם וואלן.