בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
רוסישע העקערס אנגעהויבן פארשטארקערטע קאמפיין פון סייבער אטאקעס אויף אמעריקאנער אינפראסטרוקטור
די העקערס זענען פאַרבינדן מיט די רוסישע "עף עס בי" אַגענטור, וועלכע האָט דורכגעפירט אין די לעצערע יאָרן פּרואוון צו באַאיינפלוסן אַמעריקאַנער פּאָליטיק און צו גנב'נען ביזנעס סודות און רעגירונג סודות. יעצט וואָרנט די עף-בי-איי אַז די רוסישע העקערס האָבן באַוויזן צו טרעפן א שוואַכקייט אין סאָפטוועיר סיסטעמען, און ברעכן זיך אַריין אין האַקעלע אינפראַסטרוקטור ווי ענערגיע און וואַסער סופּליי.

אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
וויצע פרעזידענט ווענס ווארנט אילאן מאסק אין אינטערוויו נישט צו פאראויסגיין מיט פלענער צו גרינדן אייגענע פארטיי
די קאָמענטאַרן פון ווענס קומען נאָך וואָס עס איז באַריכטעט געוואָרן אַז ווענס האָט שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן צו לויפן פאַר פּרעזידענט אין יאָר 2028, ווען טראָמפּ'ס צווייטע טערמין וועט קומען צו אַן ענדע. ווענס זאָגט אַז ער האָט דערווייל נישט קיין שום פּלענער, און ער וואָרנט מאָסק אַז א דריטע פּאַרטיי וועט שעדיגן די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
די קאָמענטאַרן פון ווענס קומען נאָך וואָס עס איז באַריכטעט געוואָרן אַז ווענס האָט שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן צו לויפן פאַר פּרעזידענט אין יאָר 2028, ווען טראָמפּ'ס צווייטע טערמין וועט קומען צו אַן ענדע. ווענס זאָגט אַז ער האָט דערווייל נישט קיין שום פּלענער, און ער וואָרנט מאָסק אַז א דריטע פּאַרטיי וועט שעדיגן די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פארשוין געפונען שולדיג אויף קלאגעס איבער שיסעריי אינצידענט אויף מתפללים אין שוהל אין ריטשמאנד, ווירדזשיניע
די באַאַמטע זאָגן אַז מישין איז אַריינגעקומען אין די שניאורסאן צענטער שוהל און האָט אָנגעהויבן שיסן עטליכע אומשעדליכע קוילן אויף די מתפּללים, אָבער צוליב וואָס די קוילן זענען געווען ליידיג איז קיינער נישט געשעדיגט געוואָרן. מישין איז אַרעסטירט געוואָרן קורצליך נאָכ'ן אינצידענט, און ער איז אָנגעקומען געוואָרן מיט ערנסטע קלאַגעס איבער האַס פאַרברעכן און געוואַלדטאַטן, און ער וועט נעקסטע וואָך פרייטאָג ווערן פאַראורטיילט.
די באַאַמטע זאָגן אַז מישין איז אַריינגעקומען אין די שניאורסאן צענטער שוהל און האָט אָנגעהויבן שיסן עטליכע אומשעדליכע קוילן אויף די מתפּללים, אָבער צוליב וואָס די קוילן זענען געווען ליידיג איז קיינער נישט געשעדיגט געוואָרן. מישין איז אַרעסטירט געוואָרן קורצליך נאָכ'ן אינצידענט, און ער איז אָנגעקומען געוואָרן מיט ערנסטע קלאַגעס איבער האַס פאַרברעכן און געוואַלדטאַטן, און ער וועט נעקסטע וואָך פרייטאָג ווערן פאַראורטיילט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
זייט טראמפ איז אריין געקומען אין אפיס פאר זיין צווייטע טערמין האט ער איינגעקויפט מער ווי 100 מיליאן דאלאר ווערד באנדס
די באנדס זענען געקויפט געווארן ביי קאמפאניס און ביי מוניציפאליטעטן, צווישן זיי ביי האום דיפאו, טי-מאביל, יונייטעד העלטה, וועלס פארגא, די טרייבארא ברידזש און טונעל אויטאריטי, א מישיגען פובליק פאוער אגענטור און נאך. ווייסע הויז באאמטע זאגן אז פרעזידענט טראמפ און זיינע ארימיגע האבן נישט קיין שום דירעקטע ווארט אין זיינע אינוועסטירונגן, נאר עס ווערט געטון דורך א זעלבסשטענדיגע מענעדזשמענט קאמפאני.
די באנדס זענען געקויפט געווארן ביי קאמפאניס און ביי מוניציפאליטעטן, צווישן זיי ביי האום דיפאו, טי-מאביל, יונייטעד העלטה, וועלס פארגא, די טרייבארא ברידזש און טונעל אויטאריטי, א מישיגען פובליק פאוער אגענטור און נאך. ווייסע הויז באאמטע זאגן אז פרעזידענט טראמפ און זיינע ארימיגע האבן נישט קיין שום דירעקטע ווארט אין זיינע אינוועסטירונגן, נאר עס ווערט געטון דורך א זעלבסשטענדיגע מענעדזשמענט קאמפאני.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארארדענט פעדעראלע פראסעקיוטער אין וואשינגטאן די-סי זיי זאלן זיין מער אגרעסיוו ביים אינטערנעמען קרימינאלע קעיסעס
דער הויפט פון די קרימינעל דיוויזשאן פון יענעם געגענט האט ארויס געגעבן א פארארדענונג פאר פראסעקיוטער אז די ארעסטירטע זאלן אויסשטיין וואס מער פעדעראלע קעיסעס, וואס באדייט אז ארעסטירטע קענען אויסשטיין הארבערע שטראפן ווי דאס וואס זיי וואלטן אויסגעשטאנען ביים ווערן אנגעקלאגט אויף א לאקאלא פארנעם. אטוירני דזשענערעל באנדי זאגט אז זייט טראמפ האט פארארדענט איבערצונעמען די לאקאלא פאליציי זענען נאנט צו 500 מענטשען ארעסטירט געווארן.
דער הויפט פון די קרימינעל דיוויזשאן פון יענעם געגענט האט ארויס געגעבן א פארארדענונג פאר פראסעקיוטער אז די ארעסטירטע זאלן אויסשטיין וואס מער פעדעראלע קעיסעס, וואס באדייט אז ארעסטירטע קענען אויסשטיין הארבערע שטראפן ווי דאס וואס זיי וואלטן אויסגעשטאנען ביים ווערן אנגעקלאגט אויף א לאקאלא פארנעם. אטוירני דזשענערעל באנדי זאגט אז זייט טראמפ האט פארארדענט איבערצונעמען די לאקאלא פאליציי זענען נאנט צו 500 מענטשען ארעסטירט געווארן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
נעסאו קאונטי באאמטע האבן ארעסטירט 42 מענטשען אין לויף פון 4 טעג, דורכפירענדיג איינס פון די גרעסטע קרעקדאונס אקעגן פארברעכן באנדעס
פילע פון די ארעסטירטע זענען עווענטועל געשטעלט געווארן אינטער 'אייס' ארעסט, און קענען אויסשטיין דעפארטאציע. נעסאו קאונטי באאמטע זאגן אז 25 פון די 42 זענען געווען אנגעשלאסן אין געפארפולע פארברעכן באנדעס און זענען געווען פארמישט אין ערענסטע פארברעכענס.
פילע פון די ארעסטירטע זענען עווענטועל געשטעלט געווארן אינטער 'אייס' ארעסט, און קענען אויסשטיין דעפארטאציע. נעסאו קאונטי באאמטע זאגן אז 25 פון די 42 זענען געווען אנגעשלאסן אין געפארפולע פארברעכן באנדעס און זענען געווען פארמישט אין ערענסטע פארברעכענס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מאסק קען נישט לויפן פאר פרעזידענט; ער איז נישט געבוירן אין אמעריקע.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:01 am וויצע פרעזידענט ווענס ווארנט אילאן מאסק אין אינטערוויו נישט צו פאראויסגיין מיט פלענער צו גרינדן אייגענע פארטיי
די קאָמענטאַרן פון ווענס קומען נאָך וואָס עס איז באַריכטעט געוואָרן אַז מאָסק האָט שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן צו לויפן פאַר פּרעזידענט אין יאָר 2028, ווען טראָמפּ'ס צווייטע טערמין וועט קומען צו אַן ענדע. ווענס זאָגט אַז ער האָט דערווייל נישט קיין שום פּלענער, און ער וואָרנט מאָסק אַז א דריטע פּאַרטיי וועט שעדיגן די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
איך זע אינעם מאמענט נייעס באריכט אז גאווערנארין האקול האט געפארדאנט עטליכע פארברעכער וואס זענען אויסגעשטאנען צו ווערן דעפארטירט ובתוכם א מערדער.
אפשר זאל זיך צדק אריינלייגן אז טראמפ זאל ריוואוקן ר' נחמי' וועבערמאנ'ס סיטיזענשיפ...
אפשר זאל זיך צדק אריינלייגן אז טראמפ זאל ריוואוקן ר' נחמי' וועבערמאנ'ס סיטיזענשיפ...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
29 אימיגראנטן ארבייטער זענען ארעסטירט געווארן ביי א ווערהאוז אין עדיסאן-ניו דזשורסי, איינס פון די גרעסטע פעדעראלע אבלאוואס אין די סטעיט
פעדעראלע אגענטן זענען אנגעקומען צו די ווערהאוז ביי א פארנומענע גאס פון שיפינג קאמפלעקסן, און האבן זיך דארט ארום געדרייט פאר עטליכע שעה צייט. די לאקאלא פאליציי דיפארטמענט זאגט, אז דיפארטמענט פירער זענען אינפארמירט געווארן פון פאראויס דורך די היימלאנד זיכערהייט דיפארטמענט אז עס גייט קומען אן אקציע אין די געגענט, אבער אן אריין גיין אין דעטאלן.
פעדעראלע אגענטן זענען אנגעקומען צו די ווערהאוז ביי א פארנומענע גאס פון שיפינג קאמפלעקסן, און האבן זיך דארט ארום געדרייט פאר עטליכע שעה צייט. די לאקאלא פאליציי דיפארטמענט זאגט, אז דיפארטמענט פירער זענען אינפארמירט געווארן פון פאראויס דורך די היימלאנד זיכערהייט דיפארטמענט אז עס גייט קומען אן אקציע אין די געגענט, אבער אן אריין גיין אין דעטאלן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5694
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20337
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין א שטארקע זיג פאר פרעזידענט טראמפ, האט אן אפעלאט געריכט אין ניו יארק אראפגענומען די געלט שטראף פון א האלבע ביליאן דאלאר וואס די אונטערשטע געריכט האט ארויפגעלייגט אויף אים אנבאלאנגט זיין מארטגעדזש שווינדל קעיס, ווען די ריכטער האבן איינגעשטימט אז דאס איז געווען איבערגעטריבן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5694
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20337
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די סופרים קאורט ערלויבט די טראמפ אדמיניסטראציע צו אוועקנעמען א דריי פערטל ביליאן דאלאר אין פאנדס פון די נאציאנאלע העלט אינסטיטוציע, וועלכע נוצט דאס צו פארשןDEI אינציאטיוון, און משנה הבריות אידיאלאגיעס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פעדערעל ריזערוו פארזיצער דזשעראום האט אנגעפאנגן שיקן סיגנאלן אז די באנק איז גרייט צו שניידן אינטרעסט ראטעס
דורכאויס אן אויפטריט היינט פרייטאג האט פאועל ערווענט אז די באנק ווערט יעצט געשלעפט פון צוויי ריכטונגן, איינס איז די אפגעשוואכטע דזשאבס מארקעט וואס בארעכטיגט דאס איינשטעלן א פרישע רעגירונג שניט, און די צווייטע איז העכערע אינפלאציע וואס רופט פאר העכערע ראטעס. ער זאגט אז איינס פון די פאקטארן וועלכע שאפן אן אומקלארקייט איז די נייע פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ, וואס מען ווייסט נאך נישט אויב די אפעקטן דערפון וועלן זיין צייטווייליג אדער וועלן בלייבן פערמענאנט אין די אמעריקאנער עקאנאמיע.
דורכאויס אן אויפטריט היינט פרייטאג האט פאועל ערווענט אז די באנק ווערט יעצט געשלעפט פון צוויי ריכטונגן, איינס איז די אפגעשוואכטע דזשאבס מארקעט וואס בארעכטיגט דאס איינשטעלן א פרישע רעגירונג שניט, און די צווייטע איז העכערע אינפלאציע וואס רופט פאר העכערע ראטעס. ער זאגט אז איינס פון די פאקטארן וועלכע שאפן אן אומקלארקייט איז די נייע פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ, וואס מען ווייסט נאך נישט אויב די אפעקטן דערפון וועלן זיין צייטווייליג אדער וועלן בלייבן פערמענאנט אין די אמעריקאנער עקאנאמיע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סטאק מארקעט זעט שטארקע וואוקס אין לעצטע שטונדן אין רעאקציע צו פעד טשערמאן רעדע איבער אינטערעסט ראטעס
די "פיינענשאל טיימס סטאַק אינדעקס" האָט דערגרייכט א רעקאָרד אין די לעצטערע שעות, שליסנדיג זיך מיט 12 פּוינטס העכער, און ענליך זענען אַנדערע סטאַק אינדקסעס געוואַקסן וועגן דעם. אינוועסטירער זענען צעפרידן אַז פּאַועל נעמט שוין ערנסט אין באַטראַכט צו שניידן די ראַטעס, וויבאַלד דאָס וועט העלפן ביזנעסער מיט וואוקס.
די "פיינענשאל טיימס סטאַק אינדעקס" האָט דערגרייכט א רעקאָרד אין די לעצטערע שעות, שליסנדיג זיך מיט 12 פּוינטס העכער, און ענליך זענען אַנדערע סטאַק אינדקסעס געוואַקסן וועגן דעם. אינוועסטירער זענען צעפרידן אַז פּאַועל נעמט שוין ערנסט אין באַטראַכט צו שניידן די ראַטעס, וויבאַלד דאָס וועט העלפן ביזנעסער מיט וואוקס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דיפענס סעקרעטערי העגסעט האט געגעבן אויטארזאציע פאר צוויי טויזנט נעשינאל גארד זעלנער אין וואשינגטאן די-סי זיך צו דרייען באוואפענט אויף די גאסן
רעגירונג קוועלער זאגן אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז ערגעץ אין די קומענדיגע טעג וועלן טרופן אנפאנגן זיך ארום דרייען מיט געווער, אבער זיי וועלן נישט קענען דורכפירן פולקאמע ארעסטן. מאמענטאל האבן טרופן ערלויבעניש צו פארהאלטן מענטשען אויף צייטווייליג, און זיי וואס פריער ווייטער שיקן צו פאליציי אפיצירן.
רעגירונג קוועלער זאגן אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז ערגעץ אין די קומענדיגע טעג וועלן טרופן אנפאנגן זיך ארום דרייען מיט געווער, אבער זיי וועלן נישט קענען דורכפירן פולקאמע ארעסטן. מאמענטאל האבן טרופן ערלויבעניש צו פארהאלטן מענטשען אויף צייטווייליג, און זיי וואס פריער ווייטער שיקן צו פאליציי אפיצירן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סיטי האט געגעבן א פערמיט פאר די סעלף-דרייווינג טעקסי קאמפאני 'וועימא' אויסצופראבירן אירע אויטאמישע קארס אין דאונטאון ברוקלין
'וועימא' האט ערלויבעניש צו טעסטן ביז 8 אויטאמאטישע קארס וועלכע גייען מוזן האבן דרייווער ביים רעדל אין צייט וואס זיי פארן ארום. די קאמפאני'ס אויטאמאטישע טעקסי סערוויס איז שוין מאמענטאל אקטיוו אין א צאל שטעט, אריין גערעכענט פיניקס, סאן פראנציסקא און לאס אנדזשעלעס.
'וועימא' האט ערלויבעניש צו טעסטן ביז 8 אויטאמאטישע קארס וועלכע גייען מוזן האבן דרייווער ביים רעדל אין צייט וואס זיי פארן ארום. די קאמפאני'ס אויטאמאטישע טעקסי סערוויס איז שוין מאמענטאל אקטיוו אין א צאל שטעט, אריין גערעכענט פיניקס, סאן פראנציסקא און לאס אנדזשעלעס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אייראפעאישע פאסט אפיסעס און דעליווערי קאמפאניס שטעלן אפ שיפינג קיין אמעריקע צוליב טראמפ טאריפס
די רויעל מעיל און די-עיטש-על זאָגן אַז אונטער די נייע טראָמפּ טאַריפס, מוזן באַצאָלט ווערן טאַריפס אויף פּעקעדזשעס וואָס קומען אַריין פון אויסלאַנד, און די טאַריפס ווערן געבעטן פון די קאָמפּאַניס'ס קאַסעס. "רויעל מעיל" זאָגט אַז אָנגעהויבן פון קומענדיגן דינסטאָג וועלן זיי נישט עקספּאָרטירן קיין שום פּעקעדזשעס פאַר ביזנעסער אין אַמעריקע, אָבער זיי האָפן צו אַוועקשטעלן א נייע סיסטעם דאָס צו קענען צוריק אָנהייבן.
די רויעל מעיל און די-עיטש-על זאָגן אַז אונטער די נייע טראָמפּ טאַריפס, מוזן באַצאָלט ווערן טאַריפס אויף פּעקעדזשעס וואָס קומען אַריין פון אויסלאַנד, און די טאַריפס ווערן געבעטן פון די קאָמפּאַניס'ס קאַסעס. "רויעל מעיל" זאָגט אַז אָנגעהויבן פון קומענדיגן דינסטאָג וועלן זיי נישט עקספּאָרטירן קיין שום פּעקעדזשעס פאַר ביזנעסער אין אַמעריקע, אָבער זיי האָפן צו אַוועקשטעלן א נייע סיסטעם דאָס צו קענען צוריק אָנהייבן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
שווערע עקסידענט אין אפסטעיט ניו יארק נישט ווייט פון באפעלאו, ווי א טוריסט באס האט זיך איבערגעדרייט אראפ צו די זייט פון די ראוד
די באס האט געפירט 52 פאסאדזשירן, ווען פארענדיג אויף די ניו יארק סטעיט טראוועי אין טאון אוו פאמברוק האט די דרייווער פארלוירן קאנטראל, פון וואס די באס האט זיך איבערגעדרייט. פילע פאסאזשירן זענען געווען פארכאפט און אמערדזשענסי באאמטע האבן געארבייט זיי ארויסצוראטעווען, און עטליכע ווערן אפגעפירט אין שפיטאל מיט העליקאפטערס אין א שווערן צושטאנד, און עס ווערט באריכטעט איבער א קינד וואס איז אומגעקומען פון די וואונדן.
די באס האט געפירט 52 פאסאדזשירן, ווען פארענדיג אויף די ניו יארק סטעיט טראוועי אין טאון אוו פאמברוק האט די דרייווער פארלוירן קאנטראל, פון וואס די באס האט זיך איבערגעדרייט. פילע פאסאזשירן זענען געווען פארכאפט און אמערדזשענסי באאמטע האבן געארבייט זיי ארויסצוראטעווען, און עטליכע ווערן אפגעפירט אין שפיטאל מיט העליקאפטערס אין א שווערן צושטאנד, און עס ווערט באריכטעט איבער א קינד וואס איז אומגעקומען פון די וואונדן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פענטאגאן אנגעהויבן גרייט מאכן פלענער צו שיקן נעשאנעל גארד זעלנער צו שיקאגא אונטער טראמפ פארארדענונג
טראמפ האט פרייטאג געזאגט אז ער באטראכט ערנסט א פלאן צו נעמען עקזעקוטיוו שריט און שיקן פעדעראלע טרופן קיין שיקאגא און קיין ניו יארק סיטי, וועלכע פלאגן זיך מיט א סעריע פראבלעמען פון דראגס, פארברעכנס און אימיגראנטן. אויב וועט טראמפ טאקע געבן די פארארדענונג צו שיקן טרופן צו די צוויי סיטיס, וועט עס קומען נאך וואס ער האט גענומען די סארט שריט אין לאס אנדזשעלעס און אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן אינעם הויפטשטאט וואשינגטאן די-סי.
טראמפ האט פרייטאג געזאגט אז ער באטראכט ערנסט א פלאן צו נעמען עקזעקוטיוו שריט און שיקן פעדעראלע טרופן קיין שיקאגא און קיין ניו יארק סיטי, וועלכע פלאגן זיך מיט א סעריע פראבלעמען פון דראגס, פארברעכנס און אימיגראנטן. אויב וועט טראמפ טאקע געבן די פארארדענונג צו שיקן טרופן צו די צוויי סיטיס, וועט עס קומען נאך וואס ער האט גענומען די סארט שריט אין לאס אנדזשעלעס און אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן אינעם הויפטשטאט וואשינגטאן די-סי.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
באאמטע פובליצירן אידענטיטעטן פון פינף אומגעקומענע און אויך מער דעטאלן פון ניו יארק באס עקסידענט
עס זענען געווען 54 מענטשן אויפן באס וואס האט זיך איבערגעדרייט אינדערזייט פון די שאסיי אין פעמברוק אין אפסטעיט ניו יארק, און די אירי קאונטי מעדיקל צענטער האט באקומען 21 פאציענטן, אריינגערעכנט 5 אין טראמא איי-סי-יו. די סטראנג מעמאריעל שפיטאל אין ראטשעסטער האט באקומען 6 פאציענטן פונעם באס, און די ראטשעסטער רידזשענעל שפיטאל האט באקומען צוויי פאציענטן וועלכע זענען באהאנדלט געווארן פאר גאר לייכטע וואונדן. אויטאריטעטן זאגן אז עס איז נישט געווען קיין שום טעכנישע פראבלעם מיט די באס, און דער דרייווער איז אויך נישט געווען שיכור אדער אונטער דראג איינפלוס, נאר ער האט פשוט פארלוירן קאנטראל פונעם באס.
עס זענען געווען 54 מענטשן אויפן באס וואס האט זיך איבערגעדרייט אינדערזייט פון די שאסיי אין פעמברוק אין אפסטעיט ניו יארק, און די אירי קאונטי מעדיקל צענטער האט באקומען 21 פאציענטן, אריינגערעכנט 5 אין טראמא איי-סי-יו. די סטראנג מעמאריעל שפיטאל אין ראטשעסטער האט באקומען 6 פאציענטן פונעם באס, און די ראטשעסטער רידזשענעל שפיטאל האט באקומען צוויי פאציענטן וועלכע זענען באהאנדלט געווארן פאר גאר לייכטע וואונדן. אויטאריטעטן זאגן אז עס איז נישט געווען קיין שום טעכנישע פראבלעם מיט די באס, און דער דרייווער איז אויך נישט געווען שיכור אדער אונטער דראג איינפלוס, נאר ער האט פשוט פארלוירן קאנטראל פונעם באס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פענטאגאן פירער העגסעט באזייטיגט גענעראל פאראנטווארטליך פאר ערשטע שאצונג איבער אטאקע אויף איראן'ס נוקלעארע פלעצער
די רעדע איז פון גענעראל דזשעפרי קרוס, וועלכער איז באזייטיגט געווארן פון זיין אמט אלס דער פירער פון די פענטאגאן'ס דעפענס שפיאנאזש אגענטור, וואס די אגענטור האט געזאגט גלייך נאך די באמבארדירונג אז איראן'ס נוקלעארע פראגראם איז נאר געווארן פארשפעטיגט מיט אפאר חדשים צוליב דעם. פרעזידענט טראמפ האט געברויזט איבער די פריע אפשאצונג וועגן די באמבארדירונג אפעקטס, און יעצט האט העגסעט גענומען דעם שריט פון באזייטיגן גענעראל קרוס פון זיין אמט.
די רעדע איז פון גענעראל דזשעפרי קרוס, וועלכער איז באזייטיגט געווארן פון זיין אמט אלס דער פירער פון די פענטאגאן'ס דעפענס שפיאנאזש אגענטור, וואס די אגענטור האט געזאגט גלייך נאך די באמבארדירונג אז איראן'ס נוקלעארע פראגראם איז נאר געווארן פארשפעטיגט מיט אפאר חדשים צוליב דעם. פרעזידענט טראמפ האט געברויזט איבער די פריע אפשאצונג וועגן די באמבארדירונג אפעקטס, און יעצט האט העגסעט גענומען דעם שריט פון באזייטיגן גענעראל קרוס פון זיין אמט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט אויפגעטריבן העכער 1 מיליאן דאלער; קאומאו 541,000 און עדעמס 425,000 דאלער
פרישע ציפערן פון די ניו יארק סיטי קאמפיין פיינענס באורד צייגט אז צווישן דזשוליי 12 און אוגוסט 18 האט מאמדאני'ס קאמפיין קאסע אריינבאקומען א מיליאן דאלער און אלעס איז געקומען כמעט פון נאר קליינע ביישטייערונגען. אין די זעלבע צייט האט קאומאו אויפגעטריבן 541,000 דאלער פאר זיין קאמפיין קאסע, און מעיאר עדעמס'ס קאמפיין האט אויפגעטריבן ארום 425 טויזנט דאלער.
פרישע ציפערן פון די ניו יארק סיטי קאמפיין פיינענס באורד צייגט אז צווישן דזשוליי 12 און אוגוסט 18 האט מאמדאני'ס קאמפיין קאסע אריינבאקומען א מיליאן דאלער און אלעס איז געקומען כמעט פון נאר קליינע ביישטייערונגען. אין די זעלבע צייט האט קאומאו אויפגעטריבן 541,000 דאלער פאר זיין קאמפיין קאסע, און מעיאר עדעמס'ס קאמפיין האט אויפגעטריבן ארום 425 טויזנט דאלער.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
צפון קארעא פירער קים אנגעפירט טעסט אויף צוויי נייע פארגעשריטענע אנטי-עיר מיסיל סיסטעמען
די צפון קארעא מידיא באריכטעט אז די טעסטס האבן געצייגט אז די נייע אנטי-עיר מיסילס זענען אפעקטיוו אין אראפשיסן פיינטליכע לופט קרעפטן אריינגערעכנט קרוז מיסילס און דראונס. די רעזשים האט געזאגט אז די צוויי נייע מיסילס זענען אנטוויקלט געווארן דירעקט נאך וואס דער פירער קים האט פארארדענט א צייט צוריק צו פארשטארקערן די מיליטער אין צוגרייטונג צו א היסטארישע פאליטישע קאנפערענץ נעקסטע יאר.
די צפון קארעא מידיא באריכטעט אז די טעסטס האבן געצייגט אז די נייע אנטי-עיר מיסילס זענען אפעקטיוו אין אראפשיסן פיינטליכע לופט קרעפטן אריינגערעכנט קרוז מיסילס און דראונס. די רעזשים האט געזאגט אז די צוויי נייע מיסילס זענען אנטוויקלט געווארן דירעקט נאך וואס דער פירער קים האט פארארדענט א צייט צוריק צו פארשטארקערן די מיליטער אין צוגרייטונג צו א היסטארישע פאליטישע קאנפערענץ נעקסטע יאר.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
העקערס זוכן צו פארקויפן אידענטיטעט אינפארמאציע פון זעכצן מיליאן פעיפאל באנוצער
די העקערס זאגן אז די אינפארמאציע איז גע'גנב'עט געווארן אין מאי היי יאר, און אז עס נעמט אריין אימעיל אדרעסן, פעסווארדס און אויך פארבינדעטע וועבסייטס, וואס האט זיי געמאכט גרינגער צו זאמלען אידענטיטעט אינפארמאציע. אלעס אינאיינעם זאגן די העקערס אז זיי האבן די אינפארמאציע פון זעכצן מיליאן פעיפאל אקאונטס און זיי וועלן עס פארקויפן פאר'ן העכסטן ביד.
די העקערס זאגן אז די אינפארמאציע איז גע'גנב'עט געווארן אין מאי היי יאר, און אז עס נעמט אריין אימעיל אדרעסן, פעסווארדס און אויך פארבינדעטע וועבסייטס, וואס האט זיי געמאכט גרינגער צו זאמלען אידענטיטעט אינפארמאציע. אלעס אינאיינעם זאגן די העקערס אז זיי האבן די אינפארמאציע פון זעכצן מיליאן פעיפאל אקאונטס און זיי וועלן עס פארקויפן פאר'ן העכסטן ביד.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ אדמיניסטראציע וועט אקטיוויזירן זיבעצן הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער אין ניינצן סטעיטס
דער פלאן איז אז די נעשאנעל גארד זעלנער וועלן ארויסהעלפן אנדערע פעדעראלע אגענטורן מיט'ן דורכפירן אימיגראציע אבלאוועס און ארעסטן, און אויך צו כאפן און ארעסטירן פארברעכער, דראג האנדלער און נאך. די טרופן וועלן זיין בעיקר אקטיוויזירט אין רעפובליקאנער סטעיטס און זיי וועלן סערווירן אין די "אייס" אפעראציעס, וואס וועט זיי געבן פארשידענע מאכט מער ווי די נעשאנעל גארד טרופן וואס זענען געווען אקטיוו אין לאס אנדזשעלעס אין אין די-סי.
דער פלאן איז אז די נעשאנעל גארד זעלנער וועלן ארויסהעלפן אנדערע פעדעראלע אגענטורן מיט'ן דורכפירן אימיגראציע אבלאוועס און ארעסטן, און אויך צו כאפן און ארעסטירן פארברעכער, דראג האנדלער און נאך. די טרופן וועלן זיין בעיקר אקטיוויזירט אין רעפובליקאנער סטעיטס און זיי וועלן סערווירן אין די "אייס" אפעראציעס, וואס וועט זיי געבן פארשידענע מאכט מער ווי די נעשאנעל גארד טרופן וואס זענען געווען אקטיוו אין לאס אנדזשעלעס אין אין די-סי.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א גרעסערע בראש פייער האט אויסגעבראכן זינטאג נאכמיטאג אין די ארזים טאל נעבן שאסיי נומער 1 אין די הרי יהודא געגענט
פייערלעשער האבן אריין געברענגט 8 לעש-פליגער צו העלפן מיט די ארבייט אראפ צו קלאפן די פלאמען. די פאליציי האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט, זאגענדיג, אז אפיצירן שטייען גרייט גענצליך צו פארשליסן שאסיי 1 ביים ארויסגאנג פון ירושלים, אבער זיי גייען עס טון בלויז אויב פייערלעשער וועלן באריכטן אז עס פעלט זיך אויס.