כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 356

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

גדליה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:17 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:01 pm נאך דא דער קינד פון משה יוסף מנחם העלבראנץ אין שעלטער און זיין געריכט איז הערשט אין אפאר וואכן.

ער בלייבט אליין דארט אויב היינט גייען בע"ה די זעקס קינדער ארויס.
וואס איז מיט די קינדער פון יום טוב ליפא יואל ראזנער?
זיי זענען אין עפעס א אנדערע ווייטע שעלטער, מען זאגט פאר ר' יו"ט ליפא יואל אז מען גייט זיי אריבערברענגען צו די שטאט.
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
זאג אים אז כלל ישראל וויינט ער זאל נישט גיין
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 997

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:18 pm
גדליה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:17 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:01 pm נאך דא דער קינד פון משה יוסף מנחם העלבראנץ אין שעלטער און זיין געריכט איז הערשט אין אפאר וואכן.

ער בלייבט אליין דארט אויב היינט גייען בע"ה די זעקס קינדער ארויס.
וואס איז מיט די קינדער פון יום טוב ליפא יואל ראזנער?
זיי זענען אין עפעס א אנדערע ווייטע שעלטער, מען זאגט פאר ר' יו"ט ליפא יואל אז מען גייט זיי אריבערברענגען צו די שטאט.
אין די קינדער פון אלטער נסים גאלדמאן?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3304

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סאלי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:19 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
זאג אים אז כלל ישראל וויינט ער זאל נישט גיין
מדארף טוהן די מערסטע השתדלות פון איין זאט, אבער דער עיקר וואס אונז דארפן יעצט טוהן איז איינרייסן וועלטן, ווייל דאס איז די עיקר יעצט וואס אונז קענען טוהן.
לאמיר אלע זיך אפשטעלען פון וואס מיר טוהן און זאגן 10 קאפיטלעך תהלים
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

מבקש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:32 am האבן מיר איצטער אויסגעהערט די ריקארדינג ווי שלמה זינגט די ניגון לב טהור צוזאמען מיטן חבריא אויפן חב"ד'סקען נוסח מיט הפסקות פון הסברים אינדערמיט, צוזאם גישמאלצן מיטן ברעסלב'ן צעקות אין השתפכות הנפש, מה נאמר.. עס הערט זיך עפעס נישט כולו פאלש, עפעס א נקודה של אמת הערט זיך יא דערין, זעהט עפעס אויס אז דער איז געוועהן אזא מין געמיש פון טוב ורע וואס די וועלט האט זעלטן געזעהן. יעצט אוודאי גייט דער נעט ריזאלט פון אזא מין טשאלנט זיין רק רע (כלומר, ביטע אטאקירט מיר נישט אז איך פראביר עם צו פארשמייליגן), ווייל קיין טוב אויף דער וועלט קען מחפה זיין אויף אכזריות והשחתות, אבער לו יצויר ער וואלט ווען נאר גענוצט די נקודות טובות...
ואם טעיתי בזה ה' הטוב יכפר בעדי
(אגב דער ניגון איז א ריכטיגער ערב רב ניגון..,ווי שוין מערערע מאל באמערקט אז ניגונים האבן זיי געזינגן מכל הבא ביד, אפילו פון רעלאטיוו היינטיגע מלחינים, אזוי ווי דער וועלטס שושנת יעקב פארפאסט דורך א גערער חסיד וואס איז לעצטנס אוועק, אין דער לב טהור ניגון איז דאכצעך פון עיבי ראטנבערג)
איך האב געהערט אז דער ניגון האט פארפאסט הגאון ר' שמחה סאלאווייטשיק שליט"א נכד הגר"ח זללה"ה פון בארא פארק, און ס'איז שפעטער ארויף אויף איינער פון די טייפס. די אריגינעלע גייט אביסל אנדערש (אביסל שנעלערע BEATS)
דאס איז עפעס וואס מ'מעג זיך אפלערנען פון לב טהור, אז מ'קען זינגען א "פרעמדע" ניגון ווילאנג ס'איז איידל און שיין.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3026
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6781

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:12 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
ואשרי המאמין.

אדער יא, אדער נישט.
א רחמנות
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

שעפעריש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:21 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:18 pm
גדליה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:17 pm
וואס איז מיט די קינדער פון יום טוב ליפא יואל ראזנער?
זיי זענען אין עפעס א אנדערע ווייטע שעלטער, מען זאגט פאר ר' יו"ט ליפא יואל אז מען גייט זיי אריבערברענגען צו די שטאט.
אין די קינדער פון אלטער נסים גאלדמאן?
ביידע האבן שוין געהאט א געריכט און זיי גייען בקרוב באקומען די פאפירן און ארויסגיין
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

מבקש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:32 am האבן מיר איצטער אויסגעהערט די ריקארדינג ווי שלמה זינגט די ניגון לב טהור צוזאמען מיטן חבריא אויפן חב"ד'סקען נוסח מיט הפסקות פון הסברים אינדערמיט, צוזאם גישמאלצן מיטן ברעסלב'ן צעקות אין השתפכות הנפש, מה נאמר.. עס הערט זיך עפעס נישט כולו פאלש, עפעס א נקודה של אמת הערט זיך יא דערין, זעהט עפעס אויס אז דער איז געוועהן אזא מין געמיש פון טוב ורע וואס די וועלט האט זעלטן געזעהן. יעצט אוודאי גייט דער נעט ריזאלט פון אזא מין טשאלנט זיין רק רע (כלומר, ביטע אטאקירט מיר נישט אז איך פראביר עם צו פארשמייליגן), ווייל קיין טוב אויף דער וועלט קען מחפה זיין אויף אכזריות והשחתות, אבער לו יצויר ער וואלט ווען נאר גענוצט די נקודות טובות...
ואם טעיתי בזה ה' הטוב יכפר בעדי
פיילס
AUD-20250821-WA0037.mp3
(13.06 MiB) דאונלאודעד 359 מאל
AUD-20250821-WA0035.mp3
(14.96 MiB) דאונלאודעד 263 מאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3026
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6781

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מבקש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:32 am האבן מיר איצטער אויסגעהערט די ריקארדינג ווי שלמה זינגט די ניגון לב טהור צוזאמען מיטן חבריא אויפן חב"ד'סקען נוסח מיט הפסקות פון הסברים אינדערמיט, צוזאם גישמאלצן מיטן ברעסלב'ן צעקות אין השתפכות הנפש, מה נאמר.. עס הערט זיך עפעס נישט כולו פאלש, עפעס א נקודה של אמת הערט זיך יא דערין, זעהט עפעס אויס אז דער איז געוועהן אזא מין געמיש פון טוב ורע וואס די וועלט האט זעלטן געזעהן. יעצט אוודאי גייט דער נעט ריזאלט פון אזא מין טשאלנט זיין רק רע (כלומר, ביטע אטאקירט מיר נישט אז איך פראביר עם צו פארשמייליגן), ווייל קיין טוב אויף דער וועלט קען מחפה זיין אויף אכזריות והשחתות, אבער לו יצויר ער וואלט ווען נאר גענוצט די נקודות טובות...
ואם טעיתי בזה ה' הטוב יכפר בעדי
(אגב דער ניגון איז א ריכטיגער ערב רב ניגון..,ווי שוין מערערע מאל באמערקט אז ניגונים האבן זיי געזינגן מכל הבא ביד, אפילו פון רעלאטיוו היינטיגע מלחינים, אזוי ווי דער וועלטס שושנת יעקב פארפאסט דורך א גערער חסיד וואס איז לעצטנס אוועק, אין דער לב טהור ניגון איז דאכצעך פון עיבי ראטנבערג)
אין כאן נקודה טובה בכלל. אבל יש כאן לב כאב מאוד מאוד

די רעיון פון זיין א מנהיג אן קיין 'שום' שימוש קומט נישט בכלל פון קיין סיטרא דטובה ודוק היטב.

זונגען ניגונים אין רעדן איידעלע ענינים איז א געוויסע מהלך אין קומזיצעריי - זיכען אין וועלן מדריגות איז איין גרויסע גאווה מיט השחתה.
עניוועי

טאטע טאטע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:10 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:36 am כ'רעד צו מיר - מ'מעג זיך אינטערהערן ווער ס'וויל.

דרך ארץ קדמה לתורה איז קיין לחש, ס'איז די אמת. בפרט פאר א עהרליכע איד.

ברענגען פרנסה פאר די משפחה איז נומער איינס. ביפאר חסידות אין פרומקייט.

פארדרייטע עהרליכקייט איז גארנישט אנדערשט ווי זיין א מגושם, אין א געוויסע זינען איז עס נאך ארגער.
ס'איז זייער שיין וואס דו זאגסט, אבער סתם אזוי פון ווי נעמסטו עס
וואספארא חלק?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7949

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:35 pm
מבקש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:32 am האבן מיר איצטער אויסגעהערט די ריקארדינג ווי שלמה זינגט די ניגון לב טהור צוזאמען מיטן חבריא אויפן חב"ד'סקען נוסח מיט הפסקות פון הסברים אינדערמיט, צוזאם גישמאלצן מיטן ברעסלב'ן צעקות אין השתפכות הנפש, מה נאמר.. עס הערט זיך עפעס נישט כולו פאלש, עפעס א נקודה של אמת הערט זיך יא דערין, זעהט עפעס אויס אז דער איז געוועהן אזא מין געמיש פון טוב ורע וואס די וועלט האט זעלטן געזעהן. יעצט אוודאי גייט דער נעט ריזאלט פון אזא מין טשאלנט זיין רק רע (כלומר, ביטע אטאקירט מיר נישט אז איך פראביר עם צו פארשמייליגן), ווייל קיין טוב אויף דער וועלט קען מחפה זיין אויף אכזריות והשחתות, אבער לו יצויר ער וואלט ווען נאר גענוצט די נקודות טובות...
ואם טעיתי בזה ה' הטוב יכפר בעדי
(אגב דער ניגון איז א ריכטיגער ערב רב ניגון..,ווי שוין מערערע מאל באמערקט אז ניגונים האבן זיי געזינגן מכל הבא ביד, אפילו פון רעלאטיוו היינטיגע מלחינים, אזוי ווי דער וועלטס שושנת יעקב פארפאסט דורך א גערער חסיד וואס איז לעצטנס אוועק, אין דער לב טהור ניגון איז דאכצעך פון עיבי ראטנבערג)
אין כאן נקודה טובה בכלל. אבל יש כאן לב כאב מאוד מאוד

די רעיון פון זיין א מנהיג אן קיין 'שום' שימוש קומט נישט בכלל פון קיין סיטרא דטובה ודוק היטב.

זונגען ניגונים אין רעדן איידעלע ענינים איז א געוויסע מהלך אין קומזיצעריי - זיכען אין וועלן מדריגות איז איין גרויסע גאווה מיט השחתה.
עניוועי
זאגסט דאך אזוי גוט. אין לב טהור וואו מען פאררופט זיך אויף די לימודים פון רבינו יואל ווייסט מען זייער קלאר די יסודות פון מרשעים יצא רשע. די סוד פון פרה אדומה לטהר טמאים ולטמא טהורים איז פון די זאכן אויף וואס שלמה המלך זאגט שוין אין קהלת: אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו, שלמה המלך האט דאס שוין אויכעט געוואלט פארשטיין און נישט געקענט.
פשוט ווייסן מיר די כלל פון מרשעים יצא רשע. או לרשע ואו לשכינו. אם הרב דומה למלאך ד’ צבקות תורה יבקשו מפיו... און טאמער נישט... א גוטן שטויס גיבט מען אים. די לב טהור יוצאים ווייסן דאס זייער קלאר.

מילא פאר די אנדערע קהילות קענסטו דאס פארקויפן... נישט פאר איינער וואס קען די סאטמארע, תורת הנגלה יסודות, וואס שנייד זייער קלאר די ענין. מרשעים יצא רשע און פארטיג! נקודות טובות, אלוקות, ניצוצות הקדושים וכו’ דאס אלעס איז אין אתנו יודע עד מה! עס איז נישט אונזער ביזנעס.

א רשע איז שלעכט. רשעות איז שלעכט. שלעכט איז שלעכט און נישט גוט. סאיז זייער קלאר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7949

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:52 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,
יא יא, אזוי ווי זיי האבן שוין זיכער געמאכט ביי אלע קאורטס ביז היינט אז די לב טהור לויער קומט נישט אן, און מיסטעריעז איז ער אייביג יא אנגעקומען.

דאסמאל איז זייער כיטרע שפיל נישט געלונגען, די עסקנים האבן שוין זייער גוט געוואוסט ווי שטארק די צוויי שותפים ארבעטן מכלומרש'ט זיכער צו מאכן אז די לויער קומט נישט, און דעריבער איז ר' יואל יהושע העשיל בלום ספעציעל געקומען צו פארן אויף גואטעמאלא זיכער צו מאכן אז זיי שטערן נישט די באפרייאונג פון די העלבראנץ קינדער.

און איינער זאל נאך קומען זאגן אז די צוויי פאררעטער העלפן די עסקנים פונקט אזוי שטארק ווי חיים צבי מלכא, א שעים.
איך פארשטיי זיי באמת נישט. זיי ווילן טאקע גיין זיצן? די רבנים (איך ווייס ערשטהאנטיג נעמען) פסקנען זייער קלאר אז מדארף איינזעצן די גאנצע פירערשאפט מטעם חשש אז זיי זאלן זיך נישט ריארגאניזירן. מגייט זיי דאך איינזעצן על פי דת תורתינו הקדושה. וואס טראכטן זיי???? אתמהה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 418
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1344

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
כ'וואלט געוואונטשען דעם לב טהור לויער מיט די 'אלע' וואס האבן אים/איר באמת אהין געשיקט
שיבואו עליהם כל הקללות האמורות בתורה
שעימטס ענק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5710

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

די עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר די הצלחה פונעם יעצטיגן געריכט, אז די העלבראנץ קינדער זאלן גענצליך באפרייט ווערן און קענען ארויסקומען שעלטער און ארויספארן קיין ניו יארק.

ביזדערווייל פארן זאכן אינעם גוטן ריכטונג ב''ה, טראצדעם וואס ווי ערווארטעט פרובירט די לב טהור לויער צו צושטערן די באפרייאונג.

יעצט אויף די מינוט קומט פאר די ברעיק, און די הירינג וועט באלד ווייטער צוריק אריינגיין אין סעסיע.

העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום יעצט אינדרויסן פונעם געריכט זאל.
Image 2025-08-21 at 11.08.08_acc98f9c.jpg
Image 2025-08-21 at 11.08.08_acc98f9c.jpg (444.4 KiB) געזען געווארן 1078 מאל
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3304

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:10 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:01 pm נאך דא דער קינד פון משה יוסף מנחם העלבראנץ אין שעלטער און זיין געריכט איז הערשט אין אפאר וואכן.

ער בלייבט אליין דארט אויב היינט גייען בע"ה די זעקס קינדער ארויס.
מ'קען שרייבן בריוון.
ער איז ביי די קליינער קינדער שעלטער ווי ס'נישט פארהאן קיין מעגליך'קייט לעת עתה
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

רבותי
לאמיר צוטיילן ספר תהילים מתפלל צו זיין אין די איצטיגע גורל'דיגע מינוטן
איך נעם יום ראשון
געגאנגען... רופט זיך אן איינער זאל נעמען שני וכו'
ווער עס קען נעמען נאר אפאר קאפיטלעך זאל נעמען פון ווי דער פון פריער האט געענדיגט און שרייבן ביז ווי ער גייט, און דער קומענדיגער זאל ממשיך זיין...

פארשטייט זיך אז איך גיי יעצט אוועק פון קאמפיוטער צו זאגן תהילים,
און אויכעט סיי ווער עס גייט קומען נאך מיר
נישטא ווער עס זאל קאמפיינען
במקום שאין איש..

מה לך נרדם?
קום קרא לאלוקיך!!!

אנא! עורו נא התעוררו נא חלו נא בקשו נא פני דר עליון!!!
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3304

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:28 pm רבותי
לאמיר צוטיילן ספר תהילים מתפלל צו זיין אין די איצטיגע גורל'דיגע מינוטן
איך נעם יום ראשון
געגאנגען... רופט זיך אן איינער זאל נעמען שני וכו'
ווער עס קען נעמען נאר אפאר קאפיטלעך זאל נעמען פון ווי דער פון פריער האט געענדיגט און שרייבן ביז ווי ער גייט, און דער קומענדיגער זאל ממשיך זיין...

פארשטייט זיך אז איך גיי יעצט אוועק פון קאמפיוטער צו זאגן תהילים,
און אויכעט סיי ווער עס גייט קומען נאך מיר
נישטא ווער עס זאל קאמפיינען
במקום שאין איש..

מה לך נרדם?
קום קרא לאלוקיך!!!

אנא! עורו נא התעוררו נא חלו נא בקשו נא פני דר עליון!!!
הנני.
יום שני
געזאגט יעצט
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2999
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 11436

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:28 pm
רבותי
לאמיר צוטיילן ספר תהילים מתפלל צו זיין אין די איצטיגע גורל'דיגע מינוטן
איך נעם יום ראשון
געגאנגען... רופט זיך אן איינער זאל נעמען שני וכו'
ווער עס קען נעמען נאר אפאר קאפיטלעך זאל נעמען פון ווי דער פון פריער האט געענדיגט און שרייבן ביז ווי ער גייט, און דער קומענדיגער זאל ממשיך זיין...

פארשטייט זיך אז איך גיי יעצט אוועק פון קאמפיוטער צו זאגן תהילים,
און אויכעט סיי ווער עס גייט קומען נאך מיר
נישטא ווער עס זאל קאמפיינען
במקום שאין איש..

מה לך נרדם?
קום קרא לאלוקיך!!!

אנא! עורו נא התעוררו נא חלו נא בקשו נא פני דר עליון!!!
שלישי
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1242

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יענץ מבין »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:28 pm
רבותי
לאמיר צוטיילן ספר תהילים מתפלל צו זיין אין די איצטיגע גורל'דיגע מינוטן
איך נעם יום ראשון
געגאנגען... רופט זיך אן איינער זאל נעמען שני וכו'
ווער עס קען נעמען נאר אפאר קאפיטלעך זאל נעמען פון ווי דער פון פריער האט געענדיגט און שרייבן ביז ווי ער גייט, און דער קומענדיגער זאל ממשיך זיין...

פארשטייט זיך אז איך גיי יעצט אוועק פון קאמפיוטער צו זאגן תהילים,
און אויכעט סיי ווער עס גייט קומען נאך מיר
נישטא ווער עס זאל קאמפיינען
במקום שאין איש..

מה לך נרדם?
קום קרא לאלוקיך!!!

אנא! עורו נא התעוררו נא חלו נא בקשו נא פני דר עליון!!!
רביעי
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3603
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11898

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן.

געווען דא רעקארדירונגען ווי שלמה זינגט ביי א חתונה עפעס. איך קען עס נישט טרעפן. קען איינער צולינקען?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:28 pm
רבותי
לאמיר צוטיילן ספר תהילים מתפלל צו זיין אין די איצטיגע גורל'דיגע מינוטן
איך נעם יום ראשון
געגאנגען... רופט זיך אן איינער זאל נעמען שני וכו'
ווער עס קען נעמען נאר אפאר קאפיטלעך זאל נעמען פון ווי דער פון פריער האט געענדיגט און שרייבן ביז ווי ער גייט, און דער קומענדיגער זאל ממשיך זיין...

פארשטייט זיך אז איך גיי יעצט אוועק פון קאמפיוטער צו זאגן תהילים,
און אויכעט סיי ווער עס גייט קומען נאך מיר
נישטא ווער עס זאל קאמפיינען
במקום שאין איש..

מה לך נרדם?
קום קרא לאלוקיך!!!

אנא! עורו נא התעוררו נא חלו נא בקשו נא פני דר עליון!!!
חמישי
ברוך כבוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 404

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:29 pm
תיקון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:06 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:02 pm

ביקור גומלין:
ר' יואל העניך העלבראנץ הי''ו האט נארוואס אפגעשטאט א באזוך בעיר האבות בבל יצ''ו
זיך געטראפן מיטן שווער?
ווער איז די שווער?
אונז עמיראצים ווייסן נאך אלץ נישט... ווער איז די שווער?
תיקון
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:28 pm
Location: Israel
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תיקון »

משה יוסף
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1382
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2264

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 11:06 pm אינמיטן עפעס א חתונה אין קאנאדא

ערשטע הערט מען רומפלער אים העלפן זינגען

צווייטע איז ענדליך צו די לעצטע רעקארדינג
@פופציגער
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5710

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!

עס קומט אריין די גאר פרייליכע בשורה, אז אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא ב''ה באפרייט פיר קינדער פון נחמן העלבראנץ!

די רעדע איז פון די צוויי לעצט פארבליבענע קינדער אינעם בחורים שעלטער, הב' אלימלך און הב' פישל, און נאך צוויי יונגערע קינדער פון די אנדערע שעלטער. די ריכטער האט באשטעטיגט זייער באפרייאונג מיט די קאסטעדי פונעם פעטער הרה''ג ר' יואל העניך שליט''א, טראצדעם וואס די לב טהור לויער האט געשטעלט א גאר שטארקע ווידערשטאנד ספעציעל קעגן דאס באפרייען די קינדער מיט ר' יואל העניך.

אין די זעלבע צייט האט די געריכט ליידער אפגעשטופט די באפרייאונג פוןן די צוויי עלטערע חתונה געהאטע מיידלעך, וועלכע וועלן נאך דערווייל דארפן פארבלייבן אין שעלטער, האפענטליך מיט זייער באפרייאונג אין די נאנטע צייט.
שרייב פאוסט