על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 19, 2025 6:20 pm
מענטשן פרעגן אפט 'וואס פעלט אויס די גאנצע רעדעריי אויף אידטיש'
עס פעלט שטארק אויס, און נישט יעדע מאל קומט מען דערציילן.
אבער איך וויל יא דערציילן פון היינט.
מען רידערט דא די לעצע פאר טעג וועגן א געוויסע משפחה וואס דארף הילף
א געוויסע ניק דא האט אונז מקשר געווען צו 2 ריזן עסקנים וועלעכע האבן פשוט 'איבערגענומען' די קעיס
און זיי לייגן זיך יעצט אינגאנצן אריין אין די קעיס
אלעס דורך די לב טהור טעמע אויף אידטיש#
איינער כאפט וואס דא שטייט? עס איז שטורעמענדע ברעכנדע נייעס.
@על פי תורה איך מיין אז איר באגרייפט נישט וואס דא פאסירט.
עס שטעלט זיך אוועק א באזע עסקנים אין ארץ ישראל צו העלפן די יוצאים. נישט סתם עסקנים, נאר מרעדט דא פון די סאמע שפיץ ריזן עסקנים אין אר”י.
צום סוף זענען אנגעקומען קיין אר”י מער יוצאים ווי בלויז משפחת לאווער החשובה, ומי יודע וויפיל נאך יוצאים עס וועלן סוכ”ס אנקומען אהין. עס איז דא א סופארט, א רוקן ביין אין ארץ ישראל אויכעט!!! דאס איז דאך ממש געוואלדיגע נייעס!
אין אמעריקע, קאנאדע און אייראפע איז דאך שוין היבש אוועקגעשטעלט די זאך, אבער אויף אר”י איז יעדער געווען באזארגט וואס עס וועט זיין מיט די גשמיות’דיגע צרכים. הודו לד’ אז מען קען זאגן אז עס זענען שוין דא דארטן קאנטאקטן!!!
צו מיך איז דאס די צענטראלע נייעס פון די טאג. איך מיין אז איר אליינס כאפט נישט וואס דאס מיינט אין פראקטיק פאר די חשובע יוצאים. עס איז דא שטיצע אפילו אין אר”י!!!