הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:24 pm
קושטא קאי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:01 pm
איר זענט %100 פראצענט גערעכט, פאר'ן גט'ן דארף יעדער פאטער שטיין אויף זיינע רעכטן, און אויסארבעטן נארמאלע וויזיטעישנס.
אבער איינער האט דא אויפגעברענגט דעם נושא אז א בחור'ל זאל זיך פאר'מיאוס'ן דאס לעבן ווייל זיין טאטע איז נישט געקומען צו זיין בר מצוה...
און דאס פרוביר איך צו פארשטיין.
און איך וויל אייך פרעגן. איר וואלט פארשטאנען אז עס זאל פאסירן אזא אקט, ווען א בחור'ס טאטע איז אין תפיסה ל"ע, אדער ווען איז פארוואגלט אין אר"י און ער קען נישט קומען? ווען ער ווייסט נישט ווי זיין טאטע געפינט זיך, אדער ווען זיין טאטע איז געווארן א ... איך ווייס נישט וואס?...
דער תירוץ אז ניין.
קיינער ווערט נישט נמאס צו לעבן אויף דער וועלט ווייל איינער קומט נישט צו אים, און ער רעדט נישט צו אים, אפילו ער האט אים זייער זייער ליב...
נאר וואס דען?
איך בין נישט קיין טעראפיסט, אבער איך קען זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס געפילן.
און לאמיר מאכן א הקדמה, נאך א גט איז געווענליך די מציאות אז די מאמע קען נישט אליין קעיר נעמען פון איר שטוב, זי איז אומבאכלעפטשעט און צעפראסקעט וכו' וכו', און זי ווערט אסאך מאל דעפרעסט. ווער רעדט נאך אז מען דיעלט מיט אזעלכע קינדער וואס האבן נישט די שטייפע האנט פונעם פאטער, און זיי וואלטן געדארפט האבן מער פלעגע... יעדער קען זיך פארשטעלן וויאזוי א קינד שפירט זיך דארט.
פון די אנדערע זייט, דער טאטע, טרעפט זיך מיט'ן קינד איינמאל מיט א שטיק צייט, ער גרייט זיך אן פארדעם, טוט זיך אן שיין, קויפט אים אסאך טויס, שפילט מיט אים, ווייזט ארויס ליבשאפט, געט אים אטענטשאן. ער באגיסט אים מיט גאר אסאך ליבשאפט.
וואס געשעט איז אז דער קינד האט מער ליב דעם טאטן.
יעצט, די מאמע האלט עס געוויס נישט אויס, און זי הייבט אן זוכן כל מיני תירוצים אז דאס קינד זאל נישט אהינגיין. קיין לשה"ר מיט רכילות פעלט נישט, און מען קען דאס זייער גוט פארארבעטן...
און דער טאטע שלאגט זיך צוריק פאר זיינע רעכטן, און ער גייט אויס צו זען זיין קינד, וואס וויל אים זען.
דער קינד זעט א טאטע וואס האט אים ליב, וואס לעכצט אים צו זען, און א שלעכטע מאמע וואס לאזט אים נישט אהינגיין.
דא הייבט ער אן שפירן ווי א באלי, ער פארלירט זיין אייגענעם אידענטיטעט, ער איז א חפץ פאר יענעם, דער שלעפט אהער, יענער שלעפט אהין.
דא קומט שוין אריין אז דאס לעבן זאל אים פארלירן דאס טעם. פון איין זייט פעיסט ער א בענקשאפט, און ליבשאפט, און ברענגט עס מער און מער ארויס, פון די אנדערע זייט לעבט ער מיט פארלוירנקייט און דערשראקנקייט, די שלעגערייען און אמפערייען, וכו' וכו'. ער ווערט דערביטערט און איבערגענומען פון זיין מצב, אז עס נעמט אים ארויס פון די גלייזן, ער טראגט עס נישט איבער.
אויב קוקט מען אן דער ביג פיקטשער, זענען זיי רשעים און בלוט פארגיסער, זיין פיינינג דעם קינד און דעם טאטן. און ס'איז אמת.
אןו אויב איז דא א וועג עס צו פייטן, אדרבא, הלואי זאל מען דאס טון.
איך רעד אבער יעצט למעשה, ווען מען פעיסט א רעאליטעט, דאס מציאות פאטשט אין פנים, דארף מען "אויך" נעמען אין באטראכט דעם קינד'ס לעבן. זיין לעבן רעד איך פיזיש, גייסטיש, און אידישלעך.
ס'איז זייער שווער צו זאגן וואס צו טון למעשה, ווייל מען האנדלט דאך טאקע מיט רשעות און אכזריות. איך ברענג נאר ארויף א נקודה למחשבה אז קינדער ווערן נישט בארירט פון בלויז "בענקשאפט", ס'איז פון די גאנצע מצב ווי אויסגעשמועסט. און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען זארגט זיך פאר'ן קינד'ס עתיד.