
- Harmonica - Middle East Vol. 1 (EP).png (95.69 KiB) געזען געווארן 659 מאל
Al Ta'azvi Yadayim (Remastered)
Composed and Originally Sung by: Akiva Turgeman
Re-written by: Harmonica
Performed by: Harmonica and Sruli Kresch
Arranged, Recorded, Mixed and Mastered by: Menachem Freidman
Cover Design by: Leizer Drezner

Lyrics
► Show Spoiler
פענסטער צום ים הערליכע דירה פיינע בעט
מען ווארט נאך פאר די ביסל וואס דיין הארץ אויפלייכטן וועט
אן איינזאמקייט
א שטילקייט וואס רעדט
איין טאג דו טראכסט דיין לעבן איז געראנט
ווילסט פארן ווייט כדי צו שפירן אונעם הארצן נאנט
שוין צו טרעפן וואס דיין הארץ פון דיר מאנט
דיין חברים טוען פון דיר אלע לאכן
פרובירן דיך צו מאכן פארשטיין אז
דו זיכסט אומווירקליכדיגע זאכן
אונטער דיין רוקן זאגט מען אז דו ביסט צודרייט
אבער אין הארצן ווייסטו מיט א זיכערקייט
ס'איז זעכער דארט עפעס פארהאן
ס'נישט אין דער הימל נישט די אנדערע זייט ים
ס'ווארט פאר דיר נאך גרויסע זאכן
טוה דיין הענט נאר נישט אפשוואכן
טוה זיך קיינמאל נישט אפשוואכן
ס'אמת אז ביינאכט ביסטו צומישט
שפארט צו דאס הארץ
און פאלט נאכאמאל אין דער טיפעניש
און דער יאוש ווערט נאר מער און מער פארשפרייט
ווייס אז קיינער פון דיין טרערן ווערט נישט פארלוירן
יעדע פון דיינע תפילות עפענט דארטן נאך טויערן
די נשמה וויל ווערן באפרייט
ס'איז זעכער דארט עפעס פארהאן
ס'נישט אין דער הימל נישט די אנדערע זייט ים
ס'ווארט פאר דיר נאך גרויסע זאכן
טוה דיין הענט נאר נישט אפשוואכן
טוה זיך קיינמאל נישט אפשוואכן
ס'איז זעכער דארט עפעס פארהאן
ס'נישט אין דער הימל נישט די אנדערע זייט ים
ס'ווארט פאר דיר נאך גרויסע זאכן
טוה דיין הענט נאר נישט אפשוואכן
טוה זיך קיינמאל נישט אפשוואכן
נאר קעגן ליכט
אויב גוט מען זיכט
זעהט מען ווערטער שפיגלן טרערן אויף דיין געזיכט
זיי פארציילן
רעדן פאר זיך
ס'דא פלאץ פאר דיך
וועסט אויפהערן אנטלויפן פון זיך
דו וועסט זעהן די גוטס ליגט אין דיך
דו וועסט זעהן די גוטס ליגט אין דיך
ס'איז זעכער דארט עפעס פארהאן
ס'נישט אין דער הימל נישט די אנדערע זייט ים
ס'ווארט פאר דיר נאך גרויסע זאכן
טוה דיין הענט נאר נישט אפשוואכן
טוה זיך קיינמאל נישט אפשוואכן
Acharecha
Composed and Originally Sung by: Hanan Ben Ari
Re-written and Performed by: Harmonica
Arranged and Recorded by: Nussy Teitelbaum
Mixed and Mastered by: Menachem Freidman
Cover Design by: Leizer Drezner

Lyrics
► Show Spoiler
שוין נישט די ערשטע מאל וואס
שלאף קומט נישט גרינג אן צו מיך
מ'זאגט אז דו ביסט קעניג
אפשר צום פאלק באווייזטו זיך. געדענקסט די נעכט אליין
מיט מיין גיטאר און די גראז
איך פלעג מיין הארץ צו דיר אויסזינגען
און יעצט וואס
כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו
איך וואלט געשטארבן יעצט צו דעם נאך דיר אין וויסטע מדבר
אהן דיר נישטא קיין טעם נישטא קיין גיסטע
כ'געדענק שוין נישט ווען כ'האב פארלוירן דיינע פוסטריט
און געבליבן
איך אליין
אומערפילטע זוכעניש
לאזט דאס הארץ אזוי צומישט
גאר דער בן המלך האט נישט געפינען זיין פלאץ ביים טיש
דאך האף איך אז וואס נאר ס'וועט מיט מיר פאסירן
וועסטו מיר היילן אויך ווען איך טו שוין נישט פרובירן
כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו
איך וואלט געשטארבן יעצט צו דעם נאך דיר אין וויסטע מדבר
אהן דיר נישטא קיין טעם נישטא קיין גיסטע
כ'געדענק שוין נישט ווען כ'האב פארלוירן דיינע פוסטריט
און געבליבן
איך אליין
כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען אייכה
אבער איך ווייס אז דו ביסט באמת שטענדיג
מיט מיר
ואציעה שאול הינך
אפילו דארט קען דיר טרעפן אינעווענדיג
אין מיר
אפילו אהן א קול שריי איך אייכה
העלף מיך זעהן אויך דא דו ביסט באמת שטענדיג
מיט מיר
ואציעה שאול הינך
אפילו דא קען דיר טרעפן אינעווענדיג
דארטן טיף אין מיך אליין.
Da Beni Ahuvi
Composed and Originally Sung by: Shuli Rand
Re-written and Performed by: Harmonica
Arranged by: Pinny Klein
Recording and Backup Vocals by: Nussy Teitelbaum
Mixed and Mastered by: Lipa Brauner
Cover Design by: Leizer Drezner

Lyrics
► Show Spoiler
זיי וועלן דיר דערציילן
אז איך טו דיר מער נישט ליב האבן
און פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פון היינט
זיי וועלן ארויפברענגען
זכרונות וואס האסט באגראבן
ביז דיין פנים וועט קאלירט ווערן מיט שאנד
זיי וועלן פארהאלטן
אויף די טעותים פון דיינע וועגן
דיין נארישקייט, דיין ליבשאפט צו שלעכטס
זיי וועלן דערמאנען
אין דיינע הענט איז עס געלעגן
יעצט איז קיין וועג פארהאן עס צוריק צו מאכן רעכט
און דו וועסט זיי צוהערן
און דו וועסט זיי גלייבן
זיי וועלן דיר זאגן אז מיין רחמנות האט א גבול
וואס אין א שוואך מינוט דו האסט איבערגעטרעטן
און יעצט צירוק קומען אפילו אויב מ'וויל
העלפט שוין נישט קיין שום געוויין און קיין געבעטן
זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס טוט אפקלאנגען
שובו בנים שובבים, יעדער חוץ דיר
זיי וועלן פארשלאגן איינמאל ביסט אין נעץ געפאנגען
דעם זיסן טעם פון וויילן אינעם זומפ כאטש שפיר
טו זיי נישט צוהערן
טו זיי נישט גלייבן
ווייס, מיין געליבט קינד
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן
אויף אייביג מיט מיר געבינדט
אזוי זיס בא'חנט
מיין בן שעשועים
אין זייער ווערטער עס טוט טאקע אמת ליגן
יא דו האסט אויף וואס צו קלאפן על חטא
אין שוועריקייט נישט אנערקענט וואס האסט באקריגן
און אויף חרטה נישט געטראפן די דרייסטקייט
אבער מיין קינד, טו זיך נישט אין גרוב אויפהאלטן
זוך די גוטס וואס דו האסט זיכער יא
ווייל אונטער יעדע אמת ליגט טיף באהאלטן
דער אמת לאמיתה
טו זיי נישט צוהערן
טו זיי נישט גלייבן
ווייס, מיין געליבט קינד
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן
אויף אייביג מיט מיר געבינדט
אזוי זיס בא'חנט
מיין בן שעשועים
נכון שאני אוהב את הצדק
אבל למעלה מזאת
אני אוהב את הרחמים
דע בני אהובי
כי מליבי לא נעקרת
לעולם אתה לי
ילד חן
בן שעשועים
נכון שאני אוהב את הצדק
אבל למעלה מזאת
אני אוהב את הרחמים