די טרערן זענען נאך נאס… אבער טרייסט איז שוין אויפן וועג

שטיינזאלץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 5:23 pm
x 91

די טרערן זענען נאך נאס… אבער טרייסט איז שוין אויפן וועג

פאוסט דורך שטיינזאלץ »

טרייסט מיין פאלק טרייסט מיין פאלק

ס׳איז א וואך נאך תשעה באב, די טרערן זענען נאך נישט אויסגעטרוקנט, אין די הערצער ווייטאגן נאך די ווייטאגס פולע גלות פון צרות, פרטיות'דיגע און כלליות, און דא אינמיטן דעם קומט א נבואה פון הימל, נחמו, נחמו עמי.

עס איז נישט סתם א פסוק, דאס איז א רוף, א שטארקע געבעט פון אויבן אראפ, טרייסט! טרייסט מײן פאלק! און ווער זאגט עס? נישט קיין נביא, נישט קיין חכם, יאמר אלוקיכם דער אייבערשטער אליין.

דער וועלט איז פול מיט מענטשן וואס גייען אריבער שווערע טעג, איינער מוטשעט זיך מיט פרנסה, געזונט אדער קינדער, איינער שפירט זיך אינגאנצן אליין, איינער ווייסט נישט ווי זיך צו דרייען אין לעבן עס קען אויסזען ווי ס׳איז נישטא קיין טרייסט.

אבער די וואך איז דא צו שרייען אין אונזערע אויערן, נחמו! עס איז דא טרייסט, דו ביסט נישט אליין.

און דאס איז די כח פון שבת נחמו א שבת פון האפענונג, א שבת וואס זאגט, גיי ווייטער. האלט זיך אן. ווארט נאך איין טאג, נאך איין וואך, ס׳וועט ווערן בעסער.

ווייל דער וואס האט געברענגט דעם חורבן, איז דער זעלבער וואס רופט נחמו עמי, און אויב ער זאגט אז ס׳איז דא טרייסט מיינט דאס אז ס׳איז טאקע דא.

אפשר נישט גלייך, אפשר נישט ווי דו האסט געמיינט, אבער טרייסט איז דא.

ווען דער באשעפער רופט דיך "מײן פאלק" ווער קען נאך עפעס זאגן?!

זאל מיר שוין זוכה זיין צו ואמר ביום ההוא הנה אלוקינו זה, קוינו לו ויושיענו.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6002

Re: די טרערן זענען נאך נאס… אבער טרייסט איז שוין אויפן וועג

פאוסט דורך בודקע »

גאר שטארק!! גאר גוט!!
די נחמה איז קאמפליטעט נאכן דאס ליינען!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
שרייב פאוסט