דעת קדשי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 11:55 pm
די אידן וואס האבן געלעבט בזמן בית שני האבן געוויסט אז די ביהמ''ק גייט חרוב ווערן?
זיי האבן פארשטאנען אז באחרית הימים וואס די נביא רעדט מיינט מען זייערע צייטן אדער זיי האבן אויך געלערנט אז ס'גייט ארויף אויף בית המקדש השלישי?
איר קענט פרעגן די זעלבע קושיא אויף די אידן בזמן בית ראשון.
נאר די תירוץ איז אז משיח קען קומען און אריינברענגען דער וועלט אין א העכערע מדרגה מיט אלע זאכן וואס ווערן מבואר בנביאים ובספרי חז"ל, אפי' בשעת דער בית המקדש שטייט.
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:02 am

די אידן בזמן בית ראשון האבן נאכנישט געהאט די אלע נביאות איבער אחרית הימים...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:00 am

1. זיי האבן געקענט וויסן (און געוואוסט) אז אחרית הימים מיינט נישט זיי אן וויסן אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן.
2. פשטות האט מען געוואוסט אז דער ביהמ"ק וועט אויך חרוב ווערן ווי מען זעט אז די אידן האבן נישט געוואלט עולה זיין סוף גלות בבל מיט עזרא הסופר ווייל זיי האבן גע'טענה'ט אז דער ביהמ"ק וועט ממילא חרוב ווערן, אויך שפעטער ווען ר' יוחנן האט געהערט דעם רעש פון שערי העזרה האט ער געזאגט אז ס'איז א צייכן אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן.
ר' יוחנן מיינט איר אוודאי רבי יוחנן בן זכאי
ער איז דאך געווען ממש ביים סוף בית שני דעמאלט'ס האט מען שוין געפילט די חורבן אין די לופט עיין יוסיפון
מיין שאלה איז אויף די אידן וואס האבן געלעבט 200 יאר פריער

אויבנאויף האט דער סתם המון עם ביים בית ראשון נישט געלעבט מיט קיין אחרית הימים, (עכ"פ די ערשטע תקופה) זאכן זענען געפארן א מחי' שאול המלך, דוד המלך, שלמה המלך, די שטראף רייד און טרייסט האבן נאך די נביאים נישט געהאט געזאגט, עס לעבט מיט אן ארון הברית א צנצנת המן, די טעגליכע נסים אין בית המקדש, עס איז געווען אנדערש ווי ביים בית שני
אזוי קען זיין מסברא.
ר' @דעת קדשי האקט, אבער כ'לאז די תגובה אביסל ברייטער אויסגעשמועסט.
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:04 am
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:02 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 11:55 pm
די אידן וואס האבן געלעבט בזמן בית שני האבן געוויסט אז די ביהמ''ק גייט חרוב ווערן?
זיי האבן פארשטאנען אז באחרית הימים וואס די נביא רעדט מיינט מען זייערע צייטן אדער זיי האבן אויך געלערנט אז ס'גייט ארויף אויף בית המקדש השלישי?
איר קענט פרעגן די זעלבע קושיא אויף די אידן בזמן בית ראשון.
נאר די תירוץ איז אז משיח קען קומען און אריינברענגען דער וועלט אין א העכערע מדרגה מיט אלע זאכן וואס ווערן מבואר בנביאים ובספרי חז"ל, אפי' בשעת דער בית המקדש שטייט.
די אידן בזמן בית ראשון האבן נאכנישט געהאט די אלע נביאות איבער אחרית הימים...
אוודאי האבן זיי געהאט.
ווען איז ישעיה נסתלק געווארן.
בר מן דין וויאזוי האבן זיי געלערנט די פסוקים אין דברים יט?
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:06 am
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:00 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 11:55 pm
די אידן וואס האבן געלעבט בזמן בית שני האבן געוויסט אז די ביהמ''ק גייט חרוב ווערן?
זיי האבן פארשטאנען אז באחרית הימים וואס די נביא רעדט מיינט מען זייערע צייטן אדער זיי האבן אויך געלערנט אז ס'גייט ארויף אויף בית המקדש השלישי?
1. זיי האבן געקענט וויסן (און געוואוסט) אז אחרית הימים מיינט נישט זיי אן וויסן אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן.
2. פשטות האט מען געוואוסט אז דער ביהמ"ק וועט אויך חרוב ווערן ווי מען זעט אז די אידן האבן נישט געוואלט עולה זיין סוף גלות בבל מיט עזרא הסופר ווייל זיי האבן גע'טענה'ט אז דער ביהמ"ק וועט ממילא חרוב ווערן, אויך שפעטער ווען ר' יוחנן האט געהערט דעם רעש פון שערי העזרה האט ער געזאגט אז ס'איז א צייכן אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן.
ר' יוחנן מיינט איר אוודאי רבי יוחנן בן זכאי
ער איז דאך געווען ממש ביים סוף בית שני דעמאלט'ס האט מען שוין געפילט די חורבן אין די לופט עיין יוסיפון
מיין שאלה איז אויף די אידן וואס האבן געלעבט 200 יאר פריער
נומער 1 איז דער תירוץ אויף דיין שאלה, אחרית הימים האט נישט מיטן ביהמ"ק.
נומער 2 איז א הוספה אז די אידן האבן גראדע געוואוסט אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן, דער רעש איז טאקע געווען נאנט צום חורבן (דאכט זיך 40 יאר) אבער די אידן פון בבל האבן דאך שוין אויך געוואוסט, די שאלה איז נאר צי יעדער האט געוואוסט דערפון און געלעבט דערמיט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:52 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:51 am
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:44 am
איר האט נישט נאכגעקוקט דברים יט.
דברים יט רעדט משה רבינו וועגן מאכן ערי מקלט און וועגן עדות זאגן ביים בי''ד
וועלעכע פון די צוויי מיינט איר?
ערשטע
לויט רוב שיטות גייט מען שטארבן נאך ביאת המשיח אויך דהיינו נאך אונזער פשוטע אחרית הימים
קען נאך אלץ זיין ערי מקלט אחר ביאת המשיח
איז נישט קיין שום ראי' פון דעם אז זיי האבן געוואוסט בשעתם אז ס'קומט א אנדערע אחרית הימים
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:08 am
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:52 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:51 am
דברים יט רעדט משה רבינו וועגן מאכן ערי מקלט און וועגן עדות זאגן ביים בי''ד
וועלעכע פון די צוויי מיינט איר?
ערשטע
לויט רוב שיטות גייט מען שטארבן נאך ביאת המשיח אויך דהיינו נאך אונזער פשוטע אחרית הימים
קען נאך אלץ זיין ערי מקלט אחר ביאת המשיח
איז נישט קיין שום ראי' פון דעם אז זיי האבן געוואוסט בשעתם אז ס'קומט א אנדערע אחרית הימים
ואם ירחיב ה' את גבולך וכו'.
עיין ברש"י רמב"ן אור החיים.
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:59 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:08 am
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 12:52 am
ערשטע
לויט רוב שיטות גייט מען שטארבן נאך ביאת המשיח אויך דהיינו נאך אונזער פשוטע אחרית הימים
קען נאך אלץ זיין ערי מקלט אחר ביאת המשיח
איז נישט קיין שום ראי' פון דעם אז זיי האבן געוואוסט בשעתם אז ס'קומט א אנדערע אחרית הימים
ואם ירחיב ה' את גבולך וכו'.
עיין ברש"י רמב"ן אור החיים.
ס'גייט צוקומען נאך 3 גרויסע שטחים צו א''י
שטייט אבער נישט אז ס'גייט זיין נאָך א גלות
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
פארוואס אין בית הכבוד שטעלט מען צו איין אדער מערסטענס צוויי פון די הענדיקעפד שטיבער פאר די חולים וזקנים, און אין בית המרחץ איז די גאנצע מקוה אויסגעשטאט מיט די הענדיקעפד בענק?
מ'קען זיך שפארן פלאץ און צייט מיטן מאכן האלבע בענק פאר דעם געזונטן ציבור בלע"ה, צייט, ווייל אז ס'איז צוגעשטעלט פאטעלן זיצט מען, און אז מ'זיצט גלאצט מען אין חלל אריין, און אז מ'גלאצט ווערט אנגעשטויסן, ווייל מ'דארף ווארטן ס'זאל פריי ווערן א פאטעל, (אויסער די אנדערע פראבלעמען פון גלאצן)
האלא דו ראצער, דו מאכסט דיך אדער דו ביזט, קענסט שוין נישט קנייטשן די קניען, די מאמע האט דיר נישט געשמירט ווארעמס? ר' חנינא האט ביי די 80 געקענט שטיין אויף איין פיס און אנטון און אויסטון די שיך - אמרו עליו על רבי חנינא שהיה בן שמונים שנה והיה עומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו אמר רבי חנינא חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי הן עמדו לי בעת זקנותי - סאו דו האסט צייט ביי די 85 צו נעמען א זיץ, און ביי די 116 צו בעטן דיין 90 יעריגן זון צוצוהעלפן ארויפצושלעפן די זאקן.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:21 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 2:55 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 2:40 pm
צ"ק
איך וויל זייער וויסן וואס די חשבון פון איראן איז געווען, איך מיין, קאם אן... דו ווייסט אז מדינת ישראל עסט דיר אויף פאר א פרישטאג, וואס איז געווען דיין פלאן? יא, איך ווייס אז דו קענסט צוריק טוהן (אגב איך בין גאר איבעראשט הן פון די גאר שוואכע נקמה זייערע, און הן פון די גאר גרויסע סוקסעס פון די איזרעילי מיסל דיפענס. איך האב מיך גערישט אויף אסאך אסאך גרעסער שאדנס ה"י) אבער דאס איז א פייט צווישן א לייב מיט א הונט, און דו ווייסט דאס! ווילסט מיר זאגן אז דו ביסט אליינס געפאלן פאר דיין אייגענע פראפעגאנדע? איי דאנט געט איט! און נאך יעצט, וואס איז פשט? בעק אראפ! דו קענסט נישט! ביסט א דורכפאל! נאך יעדע נקמה דיינע גייסטו כאפן צען מאל אזוי פיל אין קאפ אריין, וואס איז דיין אויפטוה?
איך בין ווייט פון קאנווינסד וועגן די נוקלאר אישו צו ס‘איז געהענדעלד מיט הצלחה
איראן זענען גאר ווייט פון נאריש, די סחורה איז צושפרייט צווישען צענדליגע סייטס, אין צוגאב איז די אינפרוסטראקשער כמעט נישט מעגליך צו באזייטיגען.
נאכאמאל. אין א קריג מיט מדינת ישראל זענען זיי ניטאמאל ידם על התחתונה, זיי האבן נישט קיין יד בכלל! אדרבה, גלייב מיר נישט, געב א קוק די מכות וואס זיי האבן געכאפט. ניטאמאל זענען זיי געבליבן מיט באקן וואו מען זאל קענען זעהן די רויטע צייכענעס...
איך האב שוין אמאל נאכגעזאגט דא. מען דערציילט אז פאר די מלחמת ששת הימים האט הגאון ר' דוד יונגרייז געזאגט אז ירדן וועט זיך נישט מישן. שפעטער האט אים איינער געזאגט אז ער האט זיך טועה געווען, ווייל זיי האבן זיך למעשה יא געמישט. האט ר' דוד גענטפערט, נישט איך האב מיך טועה געווען, זיי האבן זיך טועה געווען! איך האב געוויסט אז אויב מישן זיי זיך וועלן זיי כאפן איבערען קאפ, דערפאר האב איך געהאלטן אז זיי גייען זיך נישט מישן. אז זיי האבן דאס נישט פאראויס געזעהן איז עס זייער טעות...
די חשבון פון איראן איז געווען ווי איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן חאמאס פון רעכטס, חיזבאלא פון לינקס, א הויפן טעראריסטישע גרופעס צושפרייט דא און דארט. ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען וועלן זיי ביד אחת ר"ל אפווישן א האלבע מדינה. גאנץ א לאגישע חשבון. דאס פארשטיי איך. די פראבלעם איז אבער יעצט ווען חאמאס איז געבליבן מיט אפאר מילעכיגע מעסערס, חיזבאלא צופליקט אן א הענט און פיס, פון די אסאר רעזשים איז קיין אבר נישט געבליבן. זייער איינציגע חבר פוטין איז טיף טיף אין די אדמה מיט זיין שכון אוקריינא. ווי נעריש קען מען זיין? מדינת ישראל דארף נאר געבן איין שנעלקע און דער כומעיני פליט צוויי גאסן...
נוקלער אין קאפ אריין, נאכנישט קיין 72 שעה אריין אין די קריג, און דאס לאנד איז א חרבן! ניטאמאל האט ער וואס צוריק צו שיסן! זיינע זאפאסן זענען מער ווייניגער ליידיג! א יאר צוריק נאכדעם וואס מדינת ישראל האט געהרגעט דער הויפט חאמאסיסט ביי זיי אין לאנד, איז די נקמה געווען אסאך שטערקער ווי יעצט. דא רעדט מען פון באמבערדירן גענצע אויל פעקטעריס, וואפן סטארידזשעס, הייליגע נוקלעארע פלענטס, הרג'ענען די העכטסע פירער און גרעסטע עקספערטן, און גארנישט, 300 מיסעלס... איי עבסאלוטלי דאנט געט איט!
איך האב געהערט פון אן עלטערן ירושלימ'ער איד, אז די ערשטע שעות פון די זעקס טאגיגע מלחמה האט מד"י - וואס האט דעמאלס אפגעהאלטן אויסטערלישע זיגן אין מצרים, צושמעטערנדיג זייער גאנצע עיר פארס אין די ערשטע מינוטן פון די מלחמה און ארויסטרייבנדיג זיי פון מדבר סיני - כסדר באריכטעט אויף ריזיגע פארלוסטן. די סיבה פאר די באריכטן איז כדי אריינצושלעפן ירדן, וועלכע האט זיך געוואקלט צו זי זאל זיך צושטעלן צו די אראבישע קרעפטן, אין די מלחמה. די טריק האט געארבעט און ירדן האט טאקע דערקלערט קריג, און תיכף האבן זיך ארויסגעלאזט מחנות טאנקען פון די שנעלער לאגער (פאר ווער ס'קען ירושלים אביסל) אראפ יחזקאל ביז שמואל הנביא און שבטי ישראל, וואו די גרעניץ מיט ירדן איז דעמאלס געווען, און זיי זענען טאקע שנעל איבערגעפארן די גרעניץ און אריין טיף אין (די דעמאלסדיגע) ירדן כידוע.