בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

אמונה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:30 am
x 34

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך אמונה »

אָב יקר ונדכא,

אַי, מה נאמר ומה נדבר, ומה נצטדק? היד כותבת ודומעת, הלב גועש וסוער.
אין מילים שיכולות לעמוד מול כאב של אב שעמד תחת החופה של הברית, ועתה יושב על קרקע של אבל.

רק השקט מדבר — ושם, בין הדממה והדמעות, שוכן הקב"ה, שנאמר "אָנֹכִי אָנֹכִי הוּא מְנַחֵמְכֶם" (ישעיהו נ"א, י"ב).
הוא, ולא מלאך, הוא, ולא שרף, יורד עם האדם אל תוך שפלותו, ואוסף את הרסיסים.

רבותינו גילו לנו כי נשמות של תינוקות שנפטרו בקטנותם עולות ישר אל כסא הכבוד.
הזוהר הקדוש (חלק ג', רס"ז) מגלה כי הנשמה הטהורה חוזרת כמו שלהבת אל שורשה:
"נפש דינוקא סלקא ויתיבא גו עדנא דיליה, קודשא בריך הוא מנשבא בה.

והאבן עזרא על איוב אומר דבר מזעזע ונחם כאחד:
"מה שה' לוקח צעירים, זה כדי להצילם מדור רע, ולהעלים אותם ברוב רחמיו."

דמעותיך אינן לשווא.
אמר רבי נחמן מברסלב:
"אין דבר שמקרב את האדם להקב"ה יותר מדמעה אמיתית. דמעה שכזו — פותחת שערים שאין מלאך יכול לגשת אליהם."

וכמאמר הנביא:
"בִּכִּי יָבוֹאוּ וּבְתַחֲנוּנִים אוֹבִילֵם, אוֹלִיכֵם אֶל נַחֲלֵי מַיִם בְּדֶרֶךְ יָשָׁר לֹא יִכָּשְׁלוּ בָהּ" (ירמיהו ל"א, ח).
אַל תירא מִן הַדֶּרֶךְ, אַף כִּי עתה הִיא קָשָׁה וַחֲתוּלָה – כי אינך לבדך.

ביום מן הימים תיוולד לך נחת, ולבך יֵרַפֵּא מעט־מעט.
והנשמה הקטנה, זך וצלול, תמשיך לעמוד אצלך מלמעלה, לבקש רחמים.

יהי רצון שהמקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
ונאמר: "לְמַעַן תֵּנָחֵם וְתִחְיֶה נַפְשֶׁךָ" (ירמיהו ל"ח).

בצער, יגון ואנחה,
המכונה "אמונה"
אמונה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:30 am
x 34

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך אמונה »

א'נחה כבדה עלתה מהיכל הלבבות, עת נשמעה השמועה הרעה,
ב'קרב מחנה ישראל זעזוע עצום, קול בכי נשמע ברחובותינו,
ר'עידת לבבות: איך נלקח יונק שדים, ונעקר פרח רך מן הגן בלא זִמן.
ה'יה זה מלאך קטן, טהור ונאמן, אשר הופקד רק לרגע קצר בבֵיתכם.
מ'י נוכל לשער עוצם היגון? הלב ממאן להנחם.

י'וֹם של שמחה — הפך לפתע לאבל כבד.
ה'אב הרחמן ידע דמעתכם, והיא שמורה אצל כסא כבודו.
ו'אף כי איננו מבינים דרכיו — דעו נא, לא לחינם ירדה הנשמה הזאת לעולמנו.
ש'נה אחת אפילו לא זכתה – אך השאירה רושם נצחי.
ע'תה נחה בגן עדן של מעלה – בסוד נשמות זכות.

ח'יים – כן קראתם לו. חיי עולם בו נטע הקדוש ברוך הוא.
י'היה הוא מליץ יושר בעדכם, בעד כלל ישראל.
י'גָּלֶה במהרה ניחום ציון: יקום ה' יָנֶחֵם ציון, וְיִשְׁכּוֹן כָּבוֹד בְּתוֹכָהּ.
מ'רום ישכון וידמע עמכם — עד יום שיאמר לצרותינו די.

המכונה "אמונה"
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

שניאור זלמן,

די גמרא,(מסכת גיטין פרק הניזיקין) וואס כלל ישראל לערנט אויף תשעה באב פארציילט א מעשה
וואס שטייט א סאך מער באריכות אין מדרש אויכעט.
אבער איך וועל עס פארציילען קארץ.
ס'געווען א פרוי וואס האט געהאט זיבען קינדער, און די קעניג האט זיי געווילט צווינגען זיך ביקען צי עבודה זרה.
זיי האבען זיך אלע נישט געלאזט, די גמרא און מדרש פארציילען (מיט אנדערע גירסאות) אז זיי האבען אלע קינדער אפגעזאקט, און זיך געלאזט הרג'נן על קידוש השם.
ווען ס' געקומען צי די קלענסטע זון (די מדרש זאגט אז ער איז געווען ווייניגער ווי צווי א האלב יאר אלט), האט עם די קעניג
געבעטען איך וועל ווארפן מיין רינגל אויף די ערד און די וועסט עס אויף הייבן וועט מען מיינען די האסט זיך געביקט.
האט די יונגל געזאגט א שאד אויף דיך קיסר, אז די האסט אזוי מורא פון דיין כבוד, וואס איז וועגען די כבוד פון די מלך מלכי המלכים, בורא העולם?!
די ילקוט שמעוני ברענגט א מדרש (וואס מיר האבען נישט בזמננו) וואס פארציילט זי האט געזאקט די קיסר, לאמיר רעדען מיט עם אין א פריוואטע צימער איך וועל עם צירעדען, מסכים זיין.

ווען זי איז אריין אין די צימער האט זי עם געקישט, און געזאגט מיין זון האלט דיך שטארק, און זיי מקדש שם שמים.
(וואס שטייט ווייטער זאגט די גמרא און מדרש, אז ס'געווען נאך די קיסר האט עם שוין געהארגעט)און זי האט עם געזאקט
גיי ארויף צי דיין זיידע אברהם אבינו און זאג עם אין מיין נאמען, האלט דיך נישט גרויס, די האסט אנגעראכטען 1 מזבח, איך האב אנגעראכטען 7 מזבחות! די נאר מיט'ן רצון, איך האב געטוהן למעשה! איז ארויס א בת קול פון הימעל "אם הבנים שמחה"
שניאור זלמן טייערע, די האסט מקריב געווען א קרבן פארן אויבערשטער, למעשה. זיי נישט מוותר אויף דעם כח, פועל אויס ישועות פאר די און דיין גאנצע משפחה, לדורי דורות, און פאר די גאולה השלימה!
שטייט ביי די סוף פון די עקידה, ויקרא אליו מלאך ה' שנית מין השמיםפארוואס עפעס פון הימל? א יוד וואס איז מקריב א קינד פארן באשעפער, קיין מלאך אפילו נישט שטיין לעבען עם. מקלויבט זיך עס נישט, און מ'טאר זיך עס נישט אויסקלויבען, אבער אויב השם יתברך נעמט עס אליין, איז א סימן אז די ביזט דער וואס די הייליגע זיסע טאטע אין הימל, האט געוואלט האבען דיין קרבן, די ביסט א ריזיגע בעל מדרגה, און די וועסט זיין נאכמער, אויב די גייסט זיך שטארקען איבער דעם שווערע נסיון.


איך וויל צילייגען נאך 1 נקודה.
ס'שטייט, ווען א מענטש שטארבט יונג, איז ווייל ער האט שוין פאראכטען וואס זיין נשמה האט געדארפט אויף דער וועלט.
דיין טאטע ז"ל, איז נעבעך אוועק יונג און פלוצלינג, א סאך מאל נאך א נשמה איז שוין א לענגערע צייט אויף יענער וועלט, וויל ער קריכען נאך העכער, זאגט מען די נשמה די האסט נאך עפעס אויס צי לויטערען דיין נשמה אויף די וועלט, כדאי אנציקומען, נאך העכער.
וויינט די נשמה, איך האב מורא איך וועל אפשר זינדיגען אויף די וועלט, זאגט מען עם די וועסט אראפ גיין פאר גאר א קארצע צייט, די זאלסט נישט האבען צייט צי זינדיגען.
טאמער יענע נשמה, האט קינדער וואס זענען זוכה זיי די וואס זענען מתקן די אבות.
מיר ווייסען נישט די אויבערשטערס חשבונות, תמים תהי'ה עם ה' אלוקיך, אבער ווער ווייסט אפשר, האסט די זוכה געווען, צי ברענגען דארך דעם דיין טאטע צי נאך העכערע פלאץ אין גן עדן.

איך וויל זאגען פאר חיים אלעזר, די האסט א ספעציעלע מצוה יעצט, ווען א מענטש זיצט שבעה, איז דא מצוה וואס מ'לערנט ארויס פון יעקב אבינו, ויקומו כל בניו ובנותיו לנחמו
אז די קרובים דארפן זען זיך שטארקן און באמת מחזק זיין .
אפילו אויב יואליש צי אנדערע קרובים קענען יא אנקומען אין מחזק זיין, ביסט די איינציגסטער קרוב וואס איז דארט מיט שניאור זלמן א גאנצע 24 שעה א טאג.
האסטו א ספעציעלע חיוב, אפילו דיין פערזענליכע לאגע איז אויכעט זייער שווער, און די פעטער אין דיין הארץ קען זיך נישט טרייסטן אז די האסט נישט אפילו זוכה געווען צי זען דיין פלעמעניק.
אבער פארט אויב די האסט די מצוה, קענסטו זיך מחזק זיין, כדאי עם מחזק צי זיין.

פישל, מיט ברוך'ל, שנעלער ווי די מיינסט וועסט די שוין שטיין און א ביהמ"ד מיט אלע אנדערע יודען, און לערנען און דאווענען זאטע א הייט, מיט א פרייליכע רוהיג שטומינג
גמרא הלכה, און אלעס וואס א יוד דארף טוהן, וועסט אפילו האבען א יצר הרע צי ליידיגיין א מאל אויכעט.

ווען ענק וועלען מאכען נייע חברים, איין מאל ווען ענק וועלען שמועסען, וועלען ענקער חברים פרעגען נאיווע אהייט, די איר קאונדישען, און די שעלטער, (אדער אין בבל) האבען גוט גע'ארבעט? זאג נאר אויב מ'האט געכאפט איינער עסען צווי שטיקעלעך קוכן (קעי"ק קוקי"ס בלע"ז) אנשטאט איינס האט מען עם באשטראפט?
צי ער גאר קלוגער וועט אפשר פרעגען, אויב מ'האט געגעסען שאקאלאדע מיט די הכשר פון די OU, האט מען גע'קנס'ט?
און ענק וועלען לאכען ביז די בויך וועט ענק וויי טוהן פון לאכען
וענית ואמרת, לאמיר נישט רעדען דערפון.
הייב אן צי פאנטאזירען ווי ס'וועט ענק אויסקוקען און אמעריקה, וועט ענק זיין לאכטער אויף די הארץ.

עמרם משה, די וועסט אויך קענען שוין פאראייניגען מיט דיין חשוב'ע בני בית בקרוב, סיי דיר מיט דיינע און שניאור זלמן מיט זיינע.


האטס מיר אלע א גוט'ן טאג און זייטס מיר אלע געזונט, ענק זאלן שטענדיג נאר האבען בשורות טובות

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
קאלע סאדע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:15 pm
Location: אין באקס
x 13

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך קאלע סאדע »

צו מיינע טייערע ברודער, פון וועם איך טראכט אסאך, די לעכטיגע צדיקים, ריינע נשמות, אין די שעלטער אין גוואטומאלא:

ענקער גוף איז נאך דערווייל פארשפארט, אבער ענקער נשמה איז שוין ב"ה באפרייט! גאנץ כלל ישראל, דאס מיינט די הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן, מאמינים בה' ובתורתו, שומרי תורה ומצוות, שטייען גרייט מיט אפענע ארעמעס אייך אויפצונעמען בקרוב ממש און ענק העלפן מיט אלעס וואס מעגליך - בגוף, בנפש, ברוחניות ובגשמיות.

איין טאג האב איך געהאט די זכיה צו לערנען גמרא אינאיינעם מיט א חשוב'ע בחור'ל וואס איז ארויסגעקומען קיין ניו יארק, און איך האב געשטוינט ווי קלוג, שארף און ערנסט ער איז. ער האט געשלינגען בלעטער גמרא ווי א דארשטיגער אין מדבר וואס האט געטראפן א קוואל פון ריינע וואסער. ער האט שוין געענדיגט יעצט עטליכע מסכתות פון ש"ס און ער לערנט פלייסיג אין א ישיבה. ער לעבט ב"ה אויף אלע באקן!

האלט אייך שטארק, זייט פרייליך, און זייט וויסן אז די ישועה איז נאנט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף. עס ערווארט ענק א לאנגע, זיסע און פרייליכע לעבן, וואס איר וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן אין טיפסטן חלום.

יעצט ווילאנג ענק זענען נאך דארט האטס אויך אונז אינזין ביי ענקערע לויטערע תפילות צום הייליגן באשעפער, אז ער זאל שוין בקרוב אויסלייזן אלע אידישע קינדער פון גלות און מיר זאלן אינאיינעם קעגן גיין משיח צדקינו, און זען אויף צוריק וויאזוי אלע שוועריגקייטן זענען געווען די גרעסטע חסדים וואס האט געברענגט די גאולה שלימה.

אייער ברודער וואס האט אייך ליב
(קאלע סאדע אויף אידטיש... אגב, ספעציעל געעפנט א ניק אייך צו קענען שיקן א בריוו מיט מיינע פאר ארעמע ווערטער).
קרן הצבי
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 1:56 pm
x 26

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך קרן הצבי »

צו מיין טייערער חבר שניאור זלמן שיחי'

כלל ישראל זענען ברידערס, מיר זענען קינדער פון איין טאטן וואס האט אונז ליב מער וואו סיי ווער, און ווייסט בעסער פון אונז וואס איז גוט און מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די קליגשאפט מיט וואס ער פירט אונזער קליינער וועלט

שניאור זלמן! זאלסט וויסן אז דיין צער איז אונזער צער!, אזוי וואו דו האסט געזעהן נישט לאנג צוריק אז דיין שמחה איז אונזער שמחה, ווען יעדער האט זיך מיטגעפרייט טייל מיטן מאכן די מיה צו קומען צום ברית, טייל מיט געבן געלט, און יעדער און הארץ האט זיך מוטגעפרייט, פונקט אזוי זענען אונז יעצט בצער און און ווייינען מוט צוזאמען מיט דיר (גלייב מיר אז בשעת איך שרייב גיסן זיך טרערן פון מיין אויגן און איך בין זיכער נישט די איינציגסטער)

אוואדאי קענען אונז נישט באגרייפן אינגאנצן דו אומגעהויערער צער וואס דו גייסט דורך, אבער זאלסט וויסן אז דו האסט אויבן און הימל א טאטע וואס ווייסט יא פונקטליך וואו אזוי דו פילסט און פילט מיט מיט דיין צער דו ביסט נישט אליין! רעד צום באשעפער! וויין צום באשעפער! ווייל ער הערט דיך אויס!

השי"ת זאל העלפן, דאס זאל זיין דיין לעצטער צער און מיטמאכעניש און פין דא און ווייטער זאלסטו שוין זעהן און פילן אלע גוטס וואס השי"ת טוט מיט דיר זאלסט פין דא און ווייטער נאר האבן נאר שמחה ונחת, דיין גאנצע לעבן זאל דיך גיין לייכט דו זאלסט דיך גרינג איינגלידערן און דיין נייע סביבה אי"ה בקרוב און שטענדיג זיין בשמחה!

דיין חבר וואס קען נישט ווארטן צו הערן אז דו ביסט ארויס פון שעלטער.
קרן הצבי
(נ. ב. איך האב קיינמאל נישט געשריבן אויף אידטיש, איך האב געעפנט דו ניק ספעציעל פאר דיר)
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 131

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך סוחריש »

גרינטליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 3:28 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 10:41 am על פי בקשת העסקנים, לייג איך דא איבער די בריוו וואס איך האב זיי געשריבן, וואס געפינט זיך יעצט אויף אייוועלט:

...
הוי, שניאור זלמן יקירי...

ווער וואלט עס געגלויבט, ווער וואלט גע'חלומ'ט דערפון...

דעמאלס אין יענע טעג, ווען מיר זענען געווען צוזאמען מיט אלע יושבים אין כנישתא חדא, ווען מיר זענען געזעצן אויף דעם רונדעכיגן באנק אינדרויסן... דארט אינדרויסן פונעם בנין וואו מען איז געשלאפן, דארט וואו אלע יושבים פלעגן ליב האבן צו זיצן אין די פרייע צייט און פארברענגען... דעמאלס האט מען נאכנישט געקענט פאראויס זען דער יעצטיגער מצב, נישט די גוטע חלקים און נישט די ווייניגער גוטע חלקים. אלעס איז נאך דעמאלס געווען פארנעפלט און מען האט נישט געוואוסט וואו דער עתיד געפינט זיך און וואס עס וועט זיך נאך אלס אפשפילן. היינט האלטן מיר שוין דא, אין א מזל'דיגע שעה. גלויבט השי"ת אויף דעם.

א וועלט. א וועלט איז אריבערגעגאנגען זינט דעמאלס. עס שפירט זיך ווי א צייט אפשניט פון פופציג יאר פון דעמאלס. עס שפירט זיך כאילו עס איז אריבערגעגאנגען א דריטע וועלט מלחמה אויף די וועלט.

און, איז עס טאקע נישט אריבערגעגאנגען?

געדענקסט נאך שניאור זלמן יענעם פרייטאג צו נאכטס, און ווען איך זאג "יענע", ווייסטו אוודאי פון וועלכע פרייטאג צו נאכטס איך רעד... דו געדענקסט נאך די טיפע שיחות נפש וואס מיר האבן אפגעהאלטן ביז אין די שפעטע שעות אריין... דו געדענקסט נאך בכלל די שפאצירן אין די ליידיגע געסער אין גואטאמאלא... אוי איז דאס געווען צייטן. געדענקסט נאך אונזערע טעלפאן געשפרעכן פון דעם האטעל, וואו דו האסט זיך געפינען מיט פיבער אין בעט... אוי איז דאס געווען צייטן.

דעמאלס אין יענע מאמענטן, ווען מען האט נישט געוואוסט ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן, האט אלעס אויסגעקוקט אזוי פארלוירן, אזוי טונקל, "וואס וועט דא זיין, וואס וועט פאסירן מיט מיר, וואס וועט פאסירן מיט מיין שטוב"? - אבער קוק ווי זיס דער אויבערשטער איז... א וועלט האט זיך איבערגעדרייט, נאר וועגן דיר, נאר אז עס זאל זיין גוט און געשמאק פאר דיר. היינט האלסטו שוין נאך א ברית פאר דיין בכור, אברהם יהושע חיים ני"ו. ווער וואלט עס געגלויבט?

נאך אביסל וועסטו ארויסקומען פון דעם גלות וואו דו געפינסט זיך, דו וועסט זיך פאראייניגן מיט דיין משפחה, און מיר וועלן זיך טרעפן אינאיינעם אונטער בעסערע אומשטענדן אי"ה.

אפרים פישל, אלימלך ברוך, ווי אזוי זענען ענק זיך מחזק דארט? - פאריגע מאל איך האב ענק געזען, האבן ענק אויסגעקוקט זייער גוט. מיר האפן אבער אייך צו טרעפן בקרוב אינדרויסן, דעמאלס וועט עס וועט אייך זיין "באמת" גוט. די וואך לערנען מיר אין די פרשה פון די מ"ב מסעות, בשעת אידן האבן געוואנדערט אין די מדבר אויף צוויי-און-פערציג מסעות. אין ספרים הקדושים שטייט געשריבן, אז יעדע מענטש אויף די וועלט דארף דורכגיין מ"ב מסעות אין לעבן, אנצוקומען צום ריכטיגן תכלית. איר האט שוין דורכגעמאכט די מסעות, גענוג פאר ענק און ענקערע קינדער און אייניקלעך. יעצט קענט איר שוין האבן מנוחה ושלום ושלווה.

וואס מאכסטו חיים אלעזר הצדיק? - מזל טוב פאר דיין נעפיו. איך האב דיר שוין געגעבן מזל-טוב פערזענליך, אבער דאפלט איז שטערקער. דער אב-בית-דין זאגט מיר די וואך שבת, אז דו ביסט א חשוב'ער יושב. מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.

נו, איך קען דאך נישט אויסלאזן משה עמרם. הגם אז איך געדענק אים נישט פערזענליך, אבער אז איך רעד שוין צו אלעמען, וועל איך אים שוין אויך באגריסן מיט א ברכה, אז גאר בקרוב זאל ער זיך געפינען אל המנוחה ואל הנחלה, מיר זאלן שוין במהרה אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות המר בב"א.

יעצט איז דאך די צייט פון בין-המצרים, וואס עס איז טייטש, צווישן די גרעניצן. איר געפינט זיך יעצט צווישן די גרעניצן, צווישן גואטאמאלא אין אנדערע לענדער, צווישן אסאך זאכן מיט אסאך אפטייטשן. בקרוב וועט אונז דער אויבערשטער ארויסנעמען פון גלות און עס וועט זיין פאר יעדן איינעם גוט און וואויל.

געדענקט! - מיר האלטן יעצט ביי די לעצטע נסיון איידער ביאת הגואל. אוי ווי גוט און פיין וועט זיין, פאר דער וואס איז בייגעשטאנען די נסיונות און געהאט די כוחות צו זיין שטארק ביי זיך. בלייבט שטארק ביי דעם דאזיגן לעצטע נסיון, אז איר זאלט זוכה זיין צו דעם אור הגנוז פון ביאת משיח צדקינו בב"א.

הק' שמואל פוקס
די האסט זיי געטראפען אינדערויסען פון שעלטער ווען זיי זענען שוין געווען אין שעלטער?
אויב איז שניאור זלמן געווען אין כנישתא חדא, פארוואס איז ער יעצט שטעקען אין שעלטער?
????
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

צי מיינע טייערע, חברים וואס איך נישט זוכה געווען צי טרעפען.
איך בין היינט געווען פאריאגט און פאר פלאגט, אזוי פיהל.
אבער איך בין ספעציעל אריין געקומען אין אפיס, צי די קומפיוטער, ענק צי שרייבען

פישל'ע, די ביסט דאך אזא צדיק, איך הער צירוק גריסען וואס א צדיק די ביסט

חיים אלעזר'ל, איך האב געהערט אויף די נשגבות

עמרם משה'ל, פששש ווער קען אפילו דערמאנען וואס מזאגט לשבח אויף דיר

אלימלך ברוך'ל, ממש להפליא וואס משמועסט וועגען אייך

שניאור זלמל'ע, שטוינענד זאכען האב איך מקבל געווען עליך

ענק זאלען וויסען מיט שמחה וועלען ענק ארויס גיין פון אלע שלעכט'ס

כי בשמחה. תצאו!

אזוי זאגט מען נאך פון גאר א סאך צדיקים!!!

ס'געווען איינער וואס האט זיך געהאלטען אין מיטען דעטרינקען אין טייך, צי וואט אנציקומען מי עם אין צייט, איז אריבער א גרויסע רבי (פארהאן א סאך גירסאות, וועלעכע פון די גרויסע רבי'ס פאר 200 יאר צירוק איז דאס געווען) האט עם די רבי געשריגען "שיק א גריס פאר די לויתן" האט יענער זיך געגעבען א קליינע לאך און זעך געשטארקט און ארויס געשווימען ליבשה.
האט מען געפרעגט דער רבי וואס איז פשט געווען האט ער געזאגט דעם ווארט כי בשמחה תצאו, אז מיט שמחה קען מען ארויס גיין פון אלע ענקשאפטען!!!
האט דער צדיק געמאכט א ווערטעל יענער זאל געבען בתוך זיין מיצר א שטיקל לאך, האט ער זיך געקענט מתגבר זיין און ארויס שווימען

טאמער איך יאג נישט אן צי קומען ערב שבת צי דער אפיס, ווינטש איך ענק יעצט צי האבען א לעכטיגע שבת, און א גרינגער תענית (פאר די וואז זענען מחיוב צי פאסטען, אויב ענק זענען מחיוב, איך בין נישט קיין מורה הוראה) און מיר זאלען זוכה זיין אהיים צי קיין לבנין בית מקדשינו בתפארתינו שוין שוין ירושלים הבניוה!!

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

האט א פרייליכע שבת!!!!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
ברוך השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:35 am
x 112

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך ברוך השם »

אינז זעמיר מתפלל פאר ענקער הצלחה
גוט שבת
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3368

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שמואל פוקס »

גוט שבת טייערע ידידים, גוט שבת!

איך האב נישט קיין סך צייט צו שרייבן. דעם תשעה-באב וועל איך זאגן אי"ה עטליכע דרשות אויף עטליכע פלעצער. מען דארף זיך אביסל צוגרייטן דערצו. דאס איז אויסער דעם וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו אזא דערהויבענע שבת. אין ספה"ק שטייט, "רב לך שבת בעמק הבכה"- אז די שבת פון די ניין טעג, איז די העכסטע שבת אין יאר. מען ליינט אויך די וואך סדרה, "רב לך שבת בהר הזה" - טייטשן ספרים הקדושים, אז דער שבת פון די טעג איז די העכסטע פון די גאנצע יאר. נו, דארף מען קומען מיט עפעס גרייט דעם שבת און מען דארף מאכן א שטיקל הכנה דערצו.

בדרך אגב, איך האב געוואלט משקיע זיין אין א "משנכנס" טאוול, לכבוד חודש אב. יעדע יאר ווען עס קומט צו גיין חודש אדר, הענגט מען אויף א גרויסן טאוועל, "משנכנס אדר מרבין בשמחה", געווענליך מאכט מען דארט בילדער פון פיש, אלס מזל אדר דגים, אדער געוויסע מאלערייען וואס דערמאנען דעם יום-טוב פורים. אגב, ווי אזוי פירט מען זיך אין בבל? - דארט פלעגט הענגען א "משכנס" טאוועל אום חודש אדר? - איך וויל הערן א תשובה דערויף, אויב מען קען מיר לאזן וויסן דורך איינע פון די וועגן וואס עס איז שייך. איך בין נייגעריג צו הערן דער מנהג ביי אייך...

באופן זו, האב איך געוואלט מאכן א טאוועל ביי מיר אינדערהיים, מיט א ריזיגע אויסשריפט, "משנכנס אב ממעטין בשמחה"! - אויפן טאוועל וועט זיין צוויי שיינע לייבן פון די צוויי זייטן, און אונטער דעם וועט שטיין, "מזל אב אריה". מען וועט מאכן א בילד פון א חרבן בית-המקדש, עטליכע קלענערע בילדער ווי מענטשן זיצן אויף די ערד און קלאגן, פון א סעודת-המפסקת, אייער מיט אש, ווי אויך פון א פאר תשעה-באב שיך וכדומה. איך האב געטראכט נאכמער, אויף די אדר'דיגע משכנס טאוועלען זעט מען פיל מאל, מענטשן מיט דינע אלטע שטריימלען, ווי אזוי זיי כאפן א ריקוד. אויף די אב משנכנס טאוולען וועט מען מאכן, א גראבער אמעריקאנער באלעבאס, מיט א גרויסן הויכן שטריימל, מיט דזשעל פיאות, מיט א זויערע ערנסטע פנים... בקיצור, מען קען מאכן אסאך שיינע זאכן דערויף.

אפשר איז דאס א גוטע זאך פאר אייך?! - אפשר קענט איר דארט מאכן אזא טאוועל, מאלט עס שיין אויס און שיקט עס צו די עסקנים. אזוי וועל איך עס קענען אויפהענגען ביי מיר אינדערהיים. וואס זאגט איר דערצו? - א גוטע עצה?

נו שוין. בקיצור, איך דארף שוין מסיים זיין. איך הער אז ס'איז דא גוטע נייעס ביי אייך, מיט א שטארקע האפענונג אויפן עתיד. לאמיר זיך מחזק זיין אינאיינעם און כאפן א רקידה'לע. אגב, איר ווייסט, אז עס זענען געווען צדיקים, וואס ווען עס איז אויסגעפאלן אזא יאר ווי דאס יאר, אז תשעה-באב איז געווען מוצאי שבת, איז געווען ביי זיי א גרויסע שמחה, און מען האט געפראוועט א געהויבענעם שבת. על פי קבלה ליגט דערין אן ענין פון משמח זיין די שכינה אין אזא שבת, עס איז געווען אזוי ווי א חתונה.

זייט פרייליך אידן, זייט אויפגעלייגט, זייט ליסטיג און לעבעדיג!

ידידכם, המצפה לישועת ה' במהרה
שמואל פוקס
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3368

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שמואל פוקס »

נו שוין, עטס זעט? - דער אויבערשטער פארלאזט נישט קיינעם!

צוויי פון ענק זענען שוין נישט דארט. ס'איז איבערגעבליבן בלויז דריי: פישל, אלימלך ברוך מיט עמרם משה עמרם. נאך אביסל וועלן ענק אויך ארויסקומען פון דארט.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

א בריוו פון ר' יצחק טייכמאן:

טייערע פישל און אלימלך ברוך ני''ו

געוואלד און געשריגן! איך האב פריער גערעדט מיט שניאור זלמן און ער זאגט מיר אז עטס זענטס שרעקליך ציבראכן, און ענק מיינען אז קיינער ארבעט נישט פאר ענק. חס וחלילה צו טראכטן אזוי!
איך האלט פערזענליך מיט וויאזוי ר' אברהם גרינהוט און ר' יואל יהושע העשיל בלום און ר' יואל העניך העלבראנץ ארבעטן פאר ענק א גאנצן טאג!
מ'גייט ענק בעז''ה בקרוב ארויסנעמען פון דארט!
איך ווייס אז איר טראכט אז ענקער טאטע איז די חכם און ענקער מאמע איז די רעביצין איז וועגן דעם גייען ענק ח''ו נישט קענען ארויסגיין, אשר על כן וויל איך ענק מודיע זיין אז איר ווייסט נישט אלעס, און נישט אלעס איז גוט צו שרייבן ברבים. אבער עס איז דא גענוג און נאך וועגן בדרך הטבע ענק ארויסצונעמען בקרוב! און עס גייט אי''ה געשען!
די איינציגסטע חיזוק וואס ענק באקומען איז ביים וויסן אז מען ארבעט פאר ענק,
זאלט איר וויסן אז די איינציגסטע חיזוק וואס די עסקנים באקומען איז אז מען הערט אז איר פראבירט זיך צו מחזק זיין!
איז לאמיר מאכן א געשעפט, די עסקנים ארבעטן פאר ענק, און עטס זייטס אייך מחזק!
ס'גייט נישט נעמען אזוי לאנג, שטופטס דורך נאך דעי ביסל!
האלטס ענק שטארק!
מ'גייט שוין אט אט אהיים!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך אהא »

צו די טייערע און חשובע בחורים
פישל העלבראנץ
אלימלך ברוך העלבראנץ
משה עמרם ראזנער

מען שטייט יעצט בזמן הנחמה מוצאי תשעה באב ווען כלל ישראל קומט ארויס פון אט די שרעקליכע טאג תשעה באב
איך בין זיכער אז עס איז נישט גרינג פאר אייך אז איהר זעט אז נאך בחורים זענען ב"ה ארויס פון שעלטער (און איך בין זיכער אז איהר זענט פריילאך פאר דעם אבער נאך אלעס איז עס נישט גרינג) און איהר זענט ליידער נאך דארטן און ווייניגער בחורים צוזאמען וואס קענען זיך מחזק זיין און מען ווייסט נישט וואס וועט זיין וויטער
אבער איהר קענט זיין זיכער אז דער אייבישטער האט נישט און וועט נישט פארגעסען פון אייך ער שיקט און וועט ווייטער שיקן די ריכטיגע מענטשען אייך ארויסצוהעלפען און אזויווי אייער חברים זענען ארויס אזוי אויך וועט איהר ארויסגיין בעזהשי"ת

מען זעהט אז מוצאי תשעה באב שטארקט מען זיך און מען איז זיך מנחם, אזוי אויך דארפט איהר זיך מחזק און מנחם זיין
און איהר זאלט וויסען בעזהשי"ת עס וועט נאך קומען די טאג וואס איהר וועט קלאגען אויף די צרות וואס איהר זענט אדורך אלס א פארגאנגנעהייט (פארגעסן גלייב איך אז איהר וועט קיינמאלנישט) און נישט ווי היינט וואס איהר קלאגט אויף א צרה וואס גייט נאך אלס אהן

סוועט נאך קומען די טאג וואס איהר וועט דערציילען אייער איהר אייניקלעך וואס איהר זענט אריבער און זיי וועלן אייך נישט וועלן גלייבען

פישל, אלימלך ברוך, און משה עמרם שטעלטס אייך אויף פון די ערד שטארקטס אייך עס קומט גוטע צייטען און בעזהשי"ת וועט עס זיין אין גיכען ממש אמן
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3368

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שמואל פוקס »

יעצט, תשעה באב צו מנחה צייט, נעם איך זיך די עטליכע מינוט צו שרייבן אפאר ווערטער.

וואס מאכט איר טייערע חברים, ווי אזוי האט איר געפאסט?

תשעה-באב ביינאכט האב איך גערעדט אויף א געוויסע פלאץ, האב איך דארט געטראפן עטליכע פון אונזערע חברים. דער אלעמען באקאנטן ר' יצחק טייכמאן איז דארט געווען, צוזאמען מיט משה'לע רומפלער, אויך איז דארט געווען מתת' פרץ, מיט עזרי'. ווי אזוי האבן ענק דארט געזאגט קינות? - ווי אזוי איז בכלל אריבער דער תשעה-באב אויף ענק?

איין זאך קען איך ענק זאגן; כלל-ישראל פארגעסט נישט פון ענק. מענטשן האלטן אין איין פרעגן, ווען קומען ארויס די לעצטע פארבליבענע בחורים פון שעלטער, און די עסקנים רוען נישט, זיי ארבעטן אומאויפהערליך, ביז מען וועט ענק דערזען ארויס פון דארט. איר געדענקט ווען עס זענען דארט געווען נאנט צו צוואנציג חברה? - אלע זענען פון דארט ארויסגעקומען, איינער פריער און איינער שפעטער. איר וועט בקרוב ארויסקומען פון דארט, אין א מזל'דיגע שעה.

ביי אונז גייט מען שוין באלד דאווענען מנחה, קען איך דעריבער נישט מאריך זיין מיט שרייבן. אבער אויף דערווייל, שטארקט אייך ברידער שטארקט אייך. קוקט גוט אן דעם פלאץ וואו איר געפינט זיך, ווייל באלד גייט איר שוין ארויס פון דארט און איר וועט מער נישט קענען זען דעם פלאץ. זייט שטארק, אייער ישועה איז נאנט!

באהבה רבה וידידות נאמנה
שמואל פוקס
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

אלימלך ברוך מיט פישל, ענק האבען נישט קיין אנונג וויפיהל טרערין איז באגאסען געווארען פאר ענק!!!

ס'נישט דא קיין מענטש אין כלל ישראל, וואס האט געהערט פון ענק לאגע, אזוי ווי ר'יצחק טייכמאן האט ענק געשריבען.

יעדער איינער טראכט און זארגט פאר ענק, אפילו אויב ס'זעט אויס שווערער, די וועג ענק זאלען ארויס קומען.

וויסען זאלען ענק, אז וויבאלט מ'טוהט די ריכטיגע השתדלות, פון איין זאט, און כלל ישראל ראסט איין פאר ענק פון די אנדערע זייט וועט עס בעזר השם יתברך גיין אסאך שנעלער ווי ענק מיינען.

ווי שטייט און תהלים: כי אבי ואמי עזבוני וה' יאספני, דער באשעפער וועט ענק העלפען נישט נאר יעצט נאר א גאנצע לעבען.

און דער ווייל האלטס ענק שטארק, און זייטס עומד און אלע נסיונות, סיי מיט זיך אפהיטען די נשמה פון ראיות אסורות, אין זיי היטען די מצב רוח ביי ענק בשמחה.

אונז וועלען שוין וויינען צום באשעפער פאר ענק.

ענק זאלען פארשטייט זיך דאווענען און טוהן מצוות וויפיהל ס'שייך, און זיים בשמחה, ווייל אמונה אז אלעס איז גוט, און בטחון, אז השי"ת וועט ענק מאכען אלעס בקרוב צום בעסטען

איז פאר ענק די שטערקסטע סארט תפילה!

עמרם משה, מיר האבען נישאט דערהערט א גריס פון דיר לעצטענס, אבער מיר האבען דיר אונזין די זעלבע ווי די צווי געבליבענע ברידער דארט

געדענק!
עבדו את ה' בשמחה

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

פישל, אלימלך ברוך, און עמרם משה שיחיו

אפילו איך האב דיר ערשט געשריבען א פאר שעה צירוק.
וויל איך דיר זאגען איך ממש האב דיר אינזון א גאצע צייט כסדר.
ממש בלי סוף.
איך ווייס ס'קומט נישט אן לייכט, אן די פיהלסט אז די האלטס שוין נישט אויס.

אבער אזוי ווי ס'געווען זיין מנהג, און פון רוב פוילישע יודען, אז מהאט קיינמאל נישט גערעט דערפון, אבער אויב ס'שוין יא אויס געקומען.

האט ער קודם מקדים געווען און געזאגט מיט א פעסטקייט.
מיר פרעגען נישט קיין קשיות (פון השי"ת) ווייל מיר דארפן נישט קיין ענטפערס.
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, מזאל חס ושלום צי קומען טראכטן "על מה עשה ה' ככה?
ווייל מיר פרעגען נישט קיין קשיות אויף די רבונו של עולם.

וויל איך דיר זאגען, וואס מיין זיידע וואס איז אריבער 5 יאר מיט 8 חדשים אין לאגער פלעגט זאגען, אויף זיך אליין
אבער כדי די זאלסט פארשטיין פון וואס מרעט וועל איך דיר אפשרייבן און קארץ וואס ער איז אלעס אריבער.
די נאציס האבען עם געכאפט אויף די גאס אין פוילין נאך סוף אלול תרצ"ט, אין ער איז ליידער אריבער 9 לאגערען, ער פלעגט אלעמאל זאגען, די שווערסטע נסיון איז געווען.
אז נאך ער האט אלעס פארלוירען, נישט געבליבען מיט קיין איין משפחה מיטגליד, זיין רבי מיט אלע חסידים, איז פון זיי גארנישט געבליבען, אבער ממש גארנישט.
ער איז געווען אויפן וועג צים דאקטאר, אויף די ערשטע טאג וואס די נאציס האבען אינוואדירט פוילן, אויף ערב שבת י"ז אלול, איז ער געווען ביי די באן הויף צירוק א היים פארען ווען פלוצלינג איז ער אנגעקלאפט געווארען צים טויט און מהאט עם אויס געריסען די בארד, מיט א אכזריות וואס האט עם געלאזט, מיט א בלוטיגע פנים, טון וואונדען אויפן פנים ער האט געטראגען מיט זעך ביז זיין לעצטע טאג.
מ'האט עם געשלעפט מיט אנדערע יודען רייניגען די גאס מיט זיין העמד, אונטער שווערע קלעפ.
די השגחה העליונה, האט ציגעפיהרט, אז פון אלע יודען מיט האט יענער טאג געכאפט, האט מען שפעטער באפרייט סוף טאג.
עם האט דער רשע, געהאלטען, מיט זעך, אלץ אינטערהאלטונג, מהאט עם געפיינגט און משפיל געווען, עד אין סוף.
זאכען וואס מען טאר אפילו נישט נאך שרייבן.
נאך א וואך אזוי האט מען עם געשיקט ציזאמען מיט זיין פאנגער, צירוק קיין דייטשלאנד, האט מען עם דארט אריין געווארפען אין א לאגער.

מער האט ער קיינמאל אונז זיין גאנץ לעבען נישט געטראפען נישט קיין משפחה מיטגליד, נישט קיינער וואס ער האט געקענט פון זיין דארף, ווייל זיין דארף האבען די רשעים פארברענט על יושביה סוף די ערשטע ווינטער פון די קריג. אויך האט ער קיינער נישט געקענט פון פאר די מלחמה, פון די הויף וואס ער האט זיך געדרייט, ווייל ער האט
קיין מאל נישט געטראפען נאך איינער פון יענער חסידות, נאך די מלחמה.

ער האט געהאט איין פערדע קויזין (שוועסטערקינד) וואס ער האט נישט געזען פארן מלחמה, און דערוויסט פון עם, און מיטן די תש"ל יאר'ן ווען זיי האבן זיך אמאל באגעגענט ערגעטס ווי.

ער פלעגט זאגען, די שווערסטע נסיון איז געווען, איך האב נישט געהאט פארוועם צי זאגען "טאטע איך בין געבליבען א יוד"
א מענטש קען אדאורך גיין גאר שווערע נסיונות.
אבער דאס זיך נישט קענען מיט טיילען מיט קיין נברא, "בכל זאת לא שקרנו בבריתך- איך בין געבליבען א יוד" איז דער שווערסטע זאך.

כלפי מה דברים אמורים,
ענק גיין אריבער גאר שווערע צייטן איך בין זיכער אז ענק שפירען "נישט קיין חילוק וואס איך זאל טוהן, מיין טאטע וועט קיינמאל סיי ווי האלטן פון מיר, אז איך בין א ערליכע יוד און
מיין מאמע אויכעט נישט" און מסתמא אפילו ערגערע געפיהלן ווי דעם, אויכעט.
אויף געוואקסען אז מיין טאטע איז דער "חכם" און יעצט זען די מציאות הדברים בין איך זיכער אז ס'נישט א זאך וואס א צווייטע קען בכלל פארבירן צו פארשטיין
מקען נישט פארשטיין ענקער נסיון, און מקען ענק אויכעט נישט פארשטיין באמת.

שתי תשובות בדבר.
קודם כל, איין זאך קענען ענק זיך טרייסטען ענק האבען איינער דער צווייטער, וואס זענען כפשוטו אחים לצרה, ענק האבען די פעטערס, מומאס, געשוויסטער וואס זענען שוין אין אמעריקה. חברים פון אמאל, ס' נישט קיין טאטע מאמי.
אבער די רבונו של עולם, וועט ענק קיינמאל נישט פארלאזען.

השנית, די וועלט דרייט זיך זייער שנעל, וואונדערט זיך נישט אז ביז א יאר צוויי וועלען ענקער טאטע'ס זיך שיקען בעטען ענק זאלען זיי קומען באזוכען ענק זאלן זיי מחזק זיין.
ווייל זי גייען ביי דעמאלסט כאפן אז די חבורה, איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט, און זיי וועלען זיך אויף וועקען און כאפן אז קינדער איז בלוט און מטוישט עס נישט מיט קיינעם.
איך קען זען שנעלער ווי ענק חלום'ן ווי זיי לויפן ענק נאך צי קוקן אויף זיי.

די זעלבע איז מיט ענקער געשוויסטער נאך און לב טהור. ווילאנג מיינסט די ס'קען נעמען אלע זאלען זיך טוישען?
וועל איך דיר זאגען. ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים איתו, כל שכן משפחתו.

דיין בלוט איז נישט וואסער!

דיין נשמה אויכעט נישט, אז די ביסט ציקלאפט קלאפ נישט צי דיין נשמה, ס'וועט דיר נישט לינדערן דיין שלעכטע געפיהלן.

טאמער איך מעג אנטראגען, אפשר איז כדאי, צי משקיע זיין כוחות, צי קענען עפעס תורה בעל פה, און דאס איבער חזר'ן אפאר מאל א טאג (עפעס ענק האבען אנגעיאגט צי לערנען דארך די שיעורים מהאט ענק אריין געשיקט).
פקודי ה' ישרים משמחי לב, ס' א פאקט אז תורה ברענגט שמחה, און כוחות הנפש צי א מענטש.

ידידכם, המשתדל להרגיש צערכם
@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גארנישט »

בְּנֵ֤י צִיּוֹן֙ הַיְקָרִ֔ים הַמְסֻלָּאִ֖ים בַּפָּ֑ז אֵיכָ֤ה נֶחְשְׁבוּ֙ לְנִבְלֵי־חֶ֔רֶשׂ מַעֲשֵׂ֖ה יְדֵ֥י יוֹצֵֽר׃

אליכים אישים אקרא באהבה, אחינו בשרינו היקרים והנחמדים לזהב ולפז לא ישערנה, היושבים בעמק הבכא הנתונים בצרה ובשביה, בעיר גוואטאמאלא שמה, עיניהם מייחלים ומצפים לישועה, עניה סערה לא נחמה, ייטיב ד' ולא יוסיף עוד ליסרה, וישלח את דברו להושיעם במהרה, אמץ ברכים כושלות, חלק יעקב ומושיע בעת צרה. לצדק ימלך מלך, יאמר שלמו ימי אבלך, לאורו נסע ונלך.

מיט פחד און ציטער זעץ איך זיך צו שרייבן צו אייך אפאר ווערטער, איה שוקל ואיה סופר צו זאגן פאר אייך די ריכטיגע דיבורים, צו איז דען שוין געווען אזא פאסירונג ביי כלל ישראל אין די מאדערענע היסטאריע? צו עקזעסטירן דען במציאות די נויטיגע כלים אייך צו מחזק זיין? צו קענען דען שיינע דיבורים און חיזוקים אריינדריגען אינעווייניג אין אייער שווערע מצב?

וואס זאל איך זאגן? וואס זאל איך שרייבן? לייג איך אלע שיינע דיבורים אין א זייט און איך לאז פשוט מיין הארץ רעדן, איך לאז אים פריי, אים גיי אים נישט קאנטרעלירן, זאל ער זאגן וואס ער שפירט און איך האף אז עס וועט אנקומען צו אייך אויף עפעס א אופן, פון מיין הארץ צו אייער הארץ...

עס שטייט אין ספה''ק עמוד העבודה (להרה''ק ר' ברוך מקאסוב זי''ע) אז היות ווערטער זענען גשמיות'דיגע זאכן קענען זיי נישט ענהאלטן קיין רוחניות'דיגע זאכן, ווייל ווי איז דען שייך צו אריינלייגן א רוחניות'דיגע זאך אין א גשמיות'דיגע זאך, דערפאר זאגט ער אז ווען מען שרייבט א סברא אויף פאפיר איז דאס נאר אנווייזונגען פאר'ן ליינער וואס ער זאל טרעכטן און דורך זיין מחשבה (וואס איז אויכעט א רוחניות'דיגע חוש) וועט ער פארשטיין די סברא, איך קען נישט מער ווי שרייבן אנווייזונגען פאר אייער הארץ וואס איר זאלט שפירן... אין וועלכע דירעקציע איר זאלט נעמען אייערע מחשבות... אבער ניין... די קאלטע פאפיר קען נישט ענהאלטן די הרגשים...

טייערע ברודער שוין חדשים לאנג וואס איר ווארט און ווארט ווען וועט שוין אנקומען די ישועה, ווען וועלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן, איר טראכט ביי זיך דער רבוש''ע וויל דאך מיר זאלן זיין ערליך מיר זאלן לערנען מיר זאלן דאווענען מיר זאלן זיין אפגעהיטן, אוי הייליגע באשעפער ווי שטארק מיר ווילן דאס אויכעט... ווי מיר לעכצן אויף א דאווענען... ווי מיר לעכצן אויף א מצוה... אבער הייליגע באשעפער מיר קענען נישט דא... נעם אונז ארויס פון דעם גלות... ווי לאנג נאך וועט דאס נאך נעמען...

און בפרט שרייב איך צו די טייערע לעכטיגע העלברנאטץ ברודער,
די הארץ גייט אויס פון טראכטן פון אייך... איר זעט ווי איינער נאכן צווייט'ן ווערן אויסגעלייזט, און איר זעט נאכנישט די ליכטיגקייט פון נאכ'ן טאנעל... איר זעט נאכנישט די ישועה קומען, מאין יבוא עזרי.

טייערע ברודער זייט אייך מתבונן א רגע, יצחק אבינו האט חתונה געהאט מיט רבקה ביי די פערציג יאר, בשעת די עקידה איז יצחק געווען 37 יאר, שטייט אין רש''י (סוף פרשת וירא) אז ווען אברהם אבינו איז צוריקגעקומען פון די עקידה האט ער געטראכט צו זוך אילו היה בני שחוט כבר היה הולך בלי בנים היה לי להשיאו אשה מבנות ענר אשכול וממרא, בשרו הקב''ה שכעת נולדה רבקה בת זוגו ועד עכשיו לא הייתה קיימת בעולם, אין אור החיים הקדוש (וירא י''ח ח') שטייט אז נאר ביי די עקידה האט יצחק באקומען א נשמה וואס קען געבוירן קינדער און וואלט ער ווען חתונה געהאט פון פארדעם וואלט ער נישט געקענט האבן קיין קינדער סיי ווי, פון דעם קומט אויס א מורא'דיגע זאך אז נישט נאר וואס גראדע איז יצחק'ס באשערטע נאכנישט געבוירן געווארן, נאר דאס איז אויכעט געווען מיט א פונקטליכע חשבון, וואס הערשט יעצט איז געווארן שייך במציאות אז יצחק זאל האבן קינדער, און ווי נאר יצחק איז געווארן ראוי צו האבן קינדער איז זיין באשערטע געבוירן געווארן.

ווען עס איז אנגעקומען די ''רגע'' וואס רבקה איז געווארן 3 יאר, איז אליעזר אנגעקומען צו בתואל און צומארגענס איז ער שוין צוריק געקומען צו יצחק מיט רבקה, און היות רבקה איז נאך געווען א קטנה וועלכע קען נאר ווערן מקודשת בהסכמת האב, האט דער רבוש''ע צוגעפירט אז בתואל זאל זאגן די ווערטער אז ער איז מסכים צום קידושין ווי עס שטייט אין די תורה ויען לבן ובתואל ויאמרו מד' יצא הדבר לא נוכל דבר אליך רע או טוב. הנה רבקה לפניך קח ולך ותהי אשה לבן אדניך וגו', ווען באמת איז די כוונה פון בתואל נאר געווען אז אליעזר זאל מסכים זיין צו עסן מיט אים, און ער האט געפלאנט אריינצולייגן סם אין די עסן און אים הרג'ענען, אבער למעשה האט ער מסכים געווען און די קידושין האט חל געווען (וויבאלד דברים שבלב אינם דברים און ער האט קלאר געזאגט מיט די מויל אז ער איז מסכים) און באלד דערויף האט מען אים גע'הרג'עט פון הימל ער זאל נישט קענען שטערן.

ווי נאר עס איז אנגעקומען די ריכטיגע רגע האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן, יצחק איז געווארן ראוי צו געבוירן קינדער, אויפן פלאץ איז רבקה געבוירן... אויפן טאג וואס זי איז געווארן דריי, האט מען פון הימל געמאכט בתואל ארויסזאגן פון מויל די ווערטער אז ער איז מסכים, און גלייך האט מען אים גע'הרג'עט און אויף צומארגענס איז שוין פארגעקומען די חתונה... אלע שטרויכלינגען זענען נעלם געווארן אין רגעים.

טייערע ברודער, עס גייט דורך איין טאג און נאך א טאג, און זאכן ריקן זיך נישט... איר זעט נישט פון ווי גייט דא קומען די ישועה, וויסן זאלט איר דער אייבערשטער האט א פינקטליכע פלאן, און ווי נאר די רגע וועט אנקומען וועלן זיך אלע ווענט ריקן, און אז עס פעלט אויס קען דער אייבערשטער אויכעט הרג'ענען די וואס זענען מעכב, דער אייבערשטער קען חרוב מאכן גאנצע מדינות... דער אייבערשטער איז א כל יכול, ''גארנישט'' אבער טאקע גארנישט איז אים נישט קיין אפהאלט.


מיר שטייען אצינד אין די וואך פון תשעה באב, די וואך שבת וועט מען זאגן די הפטרה פון נחמו, און בכלל די קומענדיגע וואכן זענען די שבעה דנחמתא, מען זעט א אינטערעסאנטע זאך אז עס זענען דא אסאך פסוקים ווי עס ווערט דערמאנט אז דער אייבערשטער וועט טרייסטן די אידן אין ירושלים, און אזוי אויכעט ביי די תפילות ווי מיר זענען מתפלל אויף די גאולה בעטן מיר בנחמת ציון עירך ובבנין ירושלים עיר קדשך און לכאו' דארף מען פארשטיין, א נחמה איז דאך בדרך כלל ווען איינער איז אין א צרה ל''ע, דארף מען אים טרייסטן און מחזק זיין אין זיין מצב, אבער ווען מען וועט שוין זיין אין ירושלים, אל המנוחה ואל הנחלה, וואס דארף מען נאך דעמאלטס א נחמה?

האב איך געהערט אמאל פון א גרויסער איד שליט''א א מורא'דיגע פשט וואס איז אקטואל אין אייער מצב, אין ירושלים ווען אלעס וועט זיין גוט, וועט מען אבער אויכעט געטרייסט ווערן אויף אלע יסורים וואס מען איז דורך אין גלות, מען וועט זעהן אז די גוט'ס וואס מען האט צו דעם זוכה געווען איז אין גרויס טייל אין זכות פון די יסורים וואס מען איז דורך, און ווען נישט דעם וואלט מען צו דעם נישט זוכה געווען (און דאס איז בעצם וואס מען זאגט אין די קינות אלי ציון ועריה כמו אשה בציריה וואס די לידה איז נאר דורך די יסורים, אנדערש איז פשוט נישט שייך).

די גמ' זאגט אין די לעצטע מסכת פון ש''ס דף ל''א א' אויפ'ן פסוק אין ישעיה י''ב דרש רב יוסף מאי דכתיב אודך ד' כי אנפת בי ישוב אפך ותנחמני, במה הכתוב מדבר בשני בני אדם שיצאו לסחורה, ישב לו קוץ לאחד מהן התחיל מחרף ומגדף, לימים שמע שטבעה ספינתו של חבירו בים, התחיל מודה ומשבח, לכך נאמר ישוב אפך ותנחמני, והיינו דאמר רבי אליעזר מאי דכתיב עושה נפלאות לבדו וברוך שם כבודו לעולם, אפי' בעל הנס אינו מכיר בניסו שאינו יודע איך שהכל נס שנתגלגל לטובתו, ולפעמים חושב שזו רעתו.

איי געוואלד טייערע ברודער! עס לאזט זיך נישט זאגן, ווער בין איך צו זאגן? צו פארשטיי איך דען וואס איר מאכט מיט? ניין איך פארשטיי נישט! ממילא זאג איך גארנישט... איך פיר נישט אויס קיין שום מסקנא... טוט מיר נאר ביטע א טובה און לערנט נאר איבער די גמרא נאכאמאל...

אין זוהר חדש אין פר' כי תבא איז מבואר באריכות אז די פסוקים פון די תוכחה אין ספר דברים זענען בעצם מרמז אויף די געוואלדיגע טובות וואס דער רבוש''ע וועט טון מיט כלל ישראל (און דאס איז די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די פרשה קיין נחמות, ווייל די עצם תוכחה איז די נחמה אויכעט) עס איז א גרויס אריכות דארט, און איך האב נישט יעצט די צייט און כוחות עס מעתיק צו זיין, אפשר אין א קומענדיגע געלעגנהייט בעהי''ת, דער רבוש''ע האט א חשבון מיט יעדע זאך, און יא אין די צרות ליגט באהאלטן די נחמה אויכעט, זאל דער רבוש''ע העלפן אז בקרוב זאלן מיר עס שוין זען מיט די אויגן.

און צום שלוס וויל איך אייך זאגן אפאר ווערטער וואס איך וואלט זיך נישט ערלויבט צו זאגן, אבער וואס זאל איך טוען איך האב געזאגט פאר מיין הארץ אז ער האט רעכט צו שרייבן וואס ער וויל... און ער גייט אינעם ריכטונג פון עפעס וואס איך וואלט נישט אליינס אויסגעוועלט, אבער את הנעשה אין להשיב...

איז אזוי, טייערע ברודער, אייער מצב איז ביטער, אייער מצב איז שרעקליך, מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט אייערע נסיונות... מיר ווייסן אז מיר קענען זיך דאס נישט פארשטעלן, אבער חז''ל זאגן (כמדומה באבות דר''נ, ולא בדקתי כעת) אחת בצער יותר ממאה שלא בצער, און מען זאגט נאך פון ר' חיים וואלאזינער זי''ע אז נפשיות'דיגע יסורים זענען ווערד פי כמה פון יסורי הגוף, יעדע מצוה אייערע יעדע התגברות אייערע, איז ווערט אין הימל לאין ערוך, פון די גרעסטע עבודות פון די גרעסטע עובדים, יעדע נסיון אויף וועלכע איר זענט זיך מתגבר איז ווערט אין הימל מער פון 15 שעה רצופות וואס א בחור אין וויליאמסבורג לערנט... בלי שום ספק אזוי! טייערע ברודער אנערקענט אייער חשיבות... דער הייליגער חזון איש האט געזאגט אויף זיך אז ער האט יראת הכבוד פאר בעלי יסורים! די מעלה און מדריגה פון א בעל יסורים איז אזוי גרויס און דערפאר האט דער חזו''א געהאט יראת הכבוד פאר זיי.

עס שטייט אין מדרש רות אז ווען בועז וואלט ווען געוואוסט אז ער גייט באשריבן ווערן אין פסוק אז ער האט געגעבן צו עסן פאר רות קלי עגלים פמוטות היה מאכילה ער וואלט איר געגעבן צו עסן געשטאפטע קעלבער, און די מדרש ענדיגט צו אין נאמען פון ר' יהושע בן לוי לשעבר אדם עושה מצוה נביא כותבה, ועכשיו אדם עושה מצוה מי כותבה, אליהו ומלך המשיח והקב''ה חותם על ידיהם יעדע מצוה אייערע ווערט פארשריבן מיט גאלדענע אותיות, הקב''ה אליינס חתמ'עט אויף דעם, און עס גייט נתפרסם ווערן בקרוב...

און די זעלבע שטייט אין מדרש אויף ראובן אז ווען ער וואלט געוואוסט אז אין די תורה גייט שטיין איבער זיינע פראוון צו ראטעווען יוסף פון די ברודער, וואלט ער אים גענומען אויף זיינע אקסלען צוריק צו יעקב, און דער שפת אמת שמועסט אויס אויף דעם מדרש אז ווען א יוד זאל ווען וויסן וואס יעדע התגברות זיינע מיינט פאר זיינע קינדער און אייניקליך עד סוף כל הדורות וואלט ער זיך אודאי אסאך לייכטער מתגבר געווען אויף אלע זיינע נסיונות.


טייערע ברודער! אייערע התגברות'ען, אייערע מצוות, אייערע התאמצות, דאס איז די שטאלץ פון כלל ישראל, דאס ווערט פארצייכנט דורך אליהו הנביא און דעם מלך המשיח מיט גאלדענע אותיות, און וועט אלעמאל בלייבן אין די ספרים פון כלל ישראל אלס איינע פון די שענסטע פרקים, שאצט אייך נישט אונטער, פרובירט אייך פארצושטעלן ווי בימות המשיח וועלן די קינדער אין חדר לערנען, איבער די געוואלדיגע מסי''נ פון די גוואטאמאלא אידן אין די תפיסה,
זעט זיי צו געבן פעסטע חומר...


די הרגשה איז אז דאס וואס לב טהור פאראייניגט זיך יעצט מיט כלל ישראל איז די אנהויב פון קיבוץ נדחי ישראל, יעדער זעט און פארשטייט אז גרויסע זאכן קומען פאר אין די לעצטע יארן, קאוויד, די טראגעדיע אין מירון, דערנאך די נאכנאדע פאסירונגען אין ארץ ישראל, און עס איז פשוט אז די לב טהור פרשה איז א חלק פון דעם, טייערע ברודער! איר זענט די גרעסטע שפילער אין דעם שפיל! נעמט דאס נישט לייכט!!! זייט ווייסן אז אין די ''מגילת הקץ האחרון'' (פארבריצירט א פאסיגע נאמען? אדרבה זייט מציע עפעס בעסערס) וועט מען ליינען איבער אייך, און רעדן איבער אייער מורא'דיגע אמונה ובטחון בהשי''ת, און אייער מלחמת היצר כשה אחת בין שבעים זאבים כפשוטו ממש, חזקו ואמצו אל תירא ואל תחת כי ד' עמכם גיבורי החיל!

אבער יעצט נעם איך שוין צו די רשות הדיבור פון מיין הארץ (ער האט פשוט גענומען די פריוויליגיע צו ווייט, ער האט זיך ערנסט צולאזט... ער זאגט מוסר... ער זאגט הרגשים... און אפי' נביאות... אבער האט'ס נישט מורא ער זאגט מיר אויכעט דיעות...) און איך לייג אראפ די פעדער, אוי ווי מיין הארץ באכעט...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

פישל און אלימלך ברוך דארפן אסאך חיזוק!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20741

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צו הב' החשוב פישל, הב' החשוב אלימלך ברוך, און הב' החשוב עמרם משה.

די פלאץ וואו ענק זענען יעצט, האבן ענק נישט אויסגעוועלט. ס'איז נישט געווען בידכם צו זיין יעצט מיט גאנץ כלל ישראל. אין אנדערע ווערטער, דאס וואס איר גייט יעצט אריבער - פאר קיין שום איד געוואונטשן - איז א השגחה פרטית פון הימל!

פארוואס טאקע? פארוואס פונקט אייך? יוסף הצדיק האט אויך געהאט די שאלה. ער האט נישט געוויסט דעם ענטפער. פארוואס פונקט ער איז פארקויפט געווארן? און געהאט אזעלכע שווערע נסיונות בעוני ובעבדות? און אזא שווערע נסיון מיט אשת פוטיפר? און אזא ביטערע ענדע אין טורמע? "פונקט איך"? וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר?

דעם קלארן ענטפער האט ער נישט געוויסט. אבער איין זאך האט ער יא געוויסט: אויב האט עס דער אויבערשטער מיר געשיקט, גיי איך ביישטיין דעם נסיון, און עס גייט האבן א גוטע ענדע!!!

ס'זאגט זיך זייער גרינג... ביישטיין דעם נסיון... א גוטע ענדע... ס'שרייבט זיך אזוי פון קיבארד ארויס... א גוטע ענדע וחסל... ס'איז אים גארנישט גרינג אנגעקומען. פונקט ווי אייך טייערע בחורים, מובחרי כלל ישראל! ס'איז עכט ביטער שווער. אבער, פארט בלויז א דורכגאנג! דאס האט ער געוויסט קלאר ביי זיך! אזוי קלאר האט ער עס געוויסט ביי זיך, אז ווען ער האט זיך בטעות ארויסגעכאפט פארן שר המשקים "כי אם זכרתני והזכרתני" איז דאס געווען א פגם פאר אים לפי מדרגתו! א פגם אין די אמונה, ווייל זיין אמונה איז געווען אויף א גאר הויכע מדריגה.

און אודאי, מיט די אמונה האט ער דאס געקענט דורכלעבן, און טאקע ארויסקומען שטארק, בגשמיות וברוחניות, און אנקומען צו א גוטע ענדע איינס אין דער וועלט!

פישל, אלימלך ברוך, עמרם משה, ענק זענען העלדן פון כלל ישראל. ענק האט דער אויבערשטער בוחר געווען צו מתקן זיין די קליפות עלנד אליינס אין דעם ווייטן שעלטער, ענק זענען די מובחרים פון כלל ישראל! מיר קוקן ארויס אויפ'ן מינוט וואס מ'וועט ענק אלע זען אויסגעלייזט און באלאכטן, מיט לעכטיגע פנימער וואס ענק האבן נאך אין ענקער לעבן נישט זוכה געווען! א הייליגע לעכטיגקייט מיט די זיסע ריינע און לויטערע הייליגע תורה על דרך האבות המסורה לנו מדור דור, אן קיין שום הפסק איחנדערמיט! סטרעיט דור נאך דור! איי ווי זיס וועט זיין אייער ענדע! בקרוב אי"ה!

ס'איז זייער שווער, אבער ענק גייען עס מאכן!!!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שרייב פאוסט