איך האב פאר דיר נייעס, אז ווען א גוטע טעראפיסט זעצט זיך אראפ מיט איינעם וואס קומט - לדוגמא - פון א שטוב מיט בי-פי-די עלטערן, וועט דער טעראפיסט קענען אנהייבן דעם געשפרעך און זאגן פאר יענעם געשיכטעס וואס האבן זיך אפגעשפילט ביי זיי אינדערהיים...ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:39 pmאיך פרוביר באמת צו פארשטיין וואס דו זאגסט, און זיי ביטע מסביר אויף וואס דו בויעסט. דאס איז א זאך וואס דו האסט אליינס געזעהן, אדער סייענס דערויף? אדער בלויז פאקטן וואס איך ברויך פשוט מקבל זיין כמו שהוא? ניין. איך האב געקענט מיין עלטער זיידע אלס איינער מיט א גאר הויכע סעלפ עסטיעם און אזוי אויך להבחל''ח זיינע קינדער וועלכע האבן זיך נישט אפגעהלטן פון אריינטאנצען אין אינוועסטירן אין געשעפטן, זיי האבן נישט געלעבט א ראבאטישע לעבן און פיין קאנעקטעד (ליין: גאר א אינערליכע געזוונטע קשר) צו די קינדער (נאכנישט געוויסט די ווארט "קאנעקטעד") איך זעה נישט פארוואס זייערע קינדער האבן געזאלט אויפוואקסן מיט א געפיל פון שרעק און אומזיכערקייט.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:02 pm @דער תהלים איד לאמיר אויסקלארן אביסל, און איך מענשאן דיר, ווייל דיין תגובה קוקט נאך דאס מערסטע אויס ווי האסט פרובירט כאטש צו פארשטיין וואס איך זאג...
אונזערע זיידעס זענען געווען ווארימע געפילישע מענטשן, הארציגע וואוילע מענטשן, און איך געדענק אויך מיינע זיידעס און באבעס איבערלעבער פונעם קריג.
דו ווייסט מסתם דעם חילוק צווישן היינט און צוואנציג יאר צוריק, וויאזוי מען האט באהאנדלט קינדער וואס זענען אריבער שוועריגקייטן. ס'איז דא א פאפולערער פיגור ביים היימישן ציבור וואס דערמאנט דאס אסאך, אז ער האט געהאט א ברודער וואס איז נפטר געווארן, און מ'האט זיך ווייניג אפגעגעבן מיט אים צו פארגלעטן זיין טראומא פון דעם פאסירונג, און נאך ביז היינט לויפט עס אים נאך.
אזוי פלעגט זיין אמאל, מ'האט געלעבט זייער ראבאטיש, עפעס האט פאסירט, האט מען עס געווארפן אונטער'ן קארפעט, געמאכט א אשר יצר, און געגאנגען ווייטער. מ'האט צום באדויער נישט געוואוסט וואס אזא וואונד באדייט.
איך מיין מיט דעם זעמיר אויף איין פעידזש אז היינט זענען שוין דא די ארגאניזאציעס וואס נעמען קעיר דערפון, וואס פאר צוואנציג יאר צוריק איז עס נישט געווען.
יעצט דער חילוק צווישן היינט און צוואנציג יאר צוריק, איז פי כמה געווען דער חילוק פון צוואנציג יאר צוריק און זיבעציג יאר צוריק. זיבעציג יאר צוריק פלעגט מען ממש נישט מאכן קיין וועזן פון געפילן פון א קינד. מ'האט נישט קאנעקטעט דערצו.
און פארגעס נישט, אז די קינדער זענען אויפגעוואקסן אין שטובער וואס מיט אלע גוטע זאכן, איז דאך געווען א שאטן פון די וועלט מלחמה, און די מלחמה לעבער האבן אלע געלעבט מיט נאכפאלגן ווי שרעק און אומזיכערקייט, און אז א קינד זאל שפירן סעקיורד אין אזא געזעלשאפט דארף מען זיך אפגעבן מיט זיינע געפילן.
ביטע קומט אריין קראנט, חזר נישט איבער די נאקעדיגע פאקט אז זיי האבן נישט געהאט קיין סעלף עסטיעם. איך אנערקען נישט דערווייל דערין. ברענג דעקונג אדער דוגמאות. איך בין זייער בויגזאם מיט מיין מיינונג.
-----
בנוגע קינדער וואס האבן געהאט פראבלעמען אז מען האט זיי נישט גוט באהאנדלט עגרי איך צו דיר, אבער דאס איז נישט דומה צו קריגס איבערלעבער וועלכע זענען אויפגעוואקסן געזונט אין זייער יוגנט יארן
נ.ב. איין זאך איז מיר שוין נתחדש געווארן דא, אז דו האסט שטארק דורך געטון די נושא פון תורת הנפש כמעט ווי א טעראפיסט... מער ווי מיר זיכער
פארוואס? ווייל פונקט ווי ווען מ'צעברעכט א פוס קען א דאקטאר זאגן "האסט נישט געקענט וואקן", איז אויך ביי גייסטישע און עמאציאנאלע פראבלעמען... דאס זענען נישט קיין גורמים לגורמים, נאר פשוט'ע פאקטן וואס פאסירן.
יעצט, אז איינער וואס איז אריבער א האלאקאוסט, איז כנ"ל, דארף מען ממש נישט מער ווי וויסן וואס טראומא טוט מיט א מענטש.
-
העפענס טו בי אז דא איז דא באווייז אויך. יעדער טעראפיסט וועט דיר קענען דאס זאגן, אז מען זעט עס קלאר.
דאס אז דו האסט געקענט דיין זיידע זאגט אונז ממש גארנישט. חוץ אויב האסטו זיי געקענט אינעם פאזע פון ערציען די קינדער.
-
און נאכאמאל, לייגן א באנדאזש און נעמען פעין קילערס, ארבעט "עכט" צו פארדעקן א וואונד. סא יא, דאס האבן זיי סוקסעספול געטון.
-
דאס זיך באציען ריכטיג צו קינדער'ס געפילן, האב איך געמיינט צו זאגן אז די קריגס איבערלעבער זענען אין דעם הינזיכט געווען זייער שוואך. נישט אז זיי זענען אויפגעוואקסן אזוי, נאר אז זייערע קינדער זענען.
זיי האבן ממש נישט געהאט די כוחות צו באהאנדלען טיפע געפילן.
פרעג יעדן עלטערן איד וואס איז געווען א יתום אינגערהייט, אדער וואס האט פארלוירן א נאנטן, אדער אריבער א גרויסע טראומא, וויאזוי זיינע עלטערן האבן עס באהאנדלט. (איך האב שוין געפרעגט מערערע).