שווערמער האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 25, 2025 12:16 pm שאלה:
פארגאנגענע חוה"מ פסח האט ריי"ה בלום גערעדט וועגן חיים צבי מלכא און אנדערע הנהלה מיטגלידער, און זיי באטיטלט גאר גאר מיאוס, אויף א וועג אז ער ווייל זיי גאר אויסשליסן פון כלל ישראל לעלם.
עס האט מיר זייער אויפגערעגט בשעתו, בפרט לגבי חיים צבי מלכא, וואס איז אין זיינער רייד געווארן ווי היטלער אליין. מיר ווייסן אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, און חיים צבי איז נישט געבוירן געווארן הנהלה, און ער איז מסתמא אדורך א ביטער-שווערע יונגט, און קיינער פארשטייט אים נישט. בפרט אזא יונגערמאן וואס מ'ווייל סותם זיין די גולל איבער זיין לאנגן לעבן און פאטענציעל. אבער אין יענע צייטן איז אך-און-וויי געווען צו זאגן א הויך ווארט אויף אידטיש...
למעשה איז חיים צבי א גרויסע ארויסהעלפער, און די זקנים פרובירן יעצט צו אונטערמינעווען זיין השפעה (אויב פארשטיי איך גוט). נו, איז ריי"ה שריט געווען א קלוגער? קען מען דען תשובה טון אויף אזא זאך? (קומענדיגס מאל, זאל נישט אונטערקומען, זאל מען זיך קודם דורכרעדן מיט @שמואל פוקס)
(נישט אלע פון די הונדערטער אידן וואס האבן געהערט און געזען די חוה"מ פאנעל, got the memo אז חיים צבי האט זיך געטוישט. מעוות לא יולכ לתקון)
אזוי ווי דער וואס איז נארוואס ארויס פון ריהעב - נאכן וויילן דארט פאר 2 וואכן צוליב א שווערע אפעראציע - איז ער געגאנגן קלאגן דער רופא אין משפט, היתכן די האסט מיר געשנידן אומזיסט? זעסט נישט אז איך בין געזונט און שטארק און גארנישט פעלט מיר??
עס איז דא א מהלך וויאזוי מען באגייט זיך מיט א קולט, וויאזוי מען נעמט אראפ מענטשן פון בוים, וויאזוי מען מאכט יענער זאל זיך אינטערגעבן, און וויאזוי מען מאכט יענעם געזונט.
אגב, איך ווייס נישט וואס מען האט יא אדער נישט געמעגט זאגן ברבים, איך בין נישט קיין דיין ומו"ץ, אבער דיין עצם שאלה, איז קיין סתירה נישט