גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:30 pm
פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:09 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:58 pm
עפעב פעלט דא, ווי אזוי איז ער ארויס א פאר יאר צירוק
די שרייבסט מיר דא וועגען 9-10 יאר צירוק, ער איז נאך געווען אקטיוו דארט שטארק לאנג נאך דעם
@בוכהאלטער מישט, ער רעדט פון נתן וואס איז ארויס בחייו פונעם טאטן, און ווען ער האט פראבירט צו האבן קשר מיט זיינע קינדער האט פאסירט די מעשה אין קוויבעק.
יואל העניך איז ארויס סאך שפעטער, ממש לעצטענס.
יא איך האב געוויסט דאס איז זיין טעות.
קען איינער פארציילען פונקטלעך וואס איז געווען די מכה בפטיש מיט יואל העניך?
פארוואס זיי האבען עם ארויס געווארפען?
אין וואס זיי האבען עם אלעב אפגעטוהן?
יהושע לוי איז נפטר גיווארן ווייל יעקב נחום און נחמן האבן עהם נישט גילאזט פארן אין שפיטאל.
ווען ער איז נפטר האט שלמה הלבראנץ אריין גערופן די הנהלה מאיר יששכר רוזנער יעקב נחום און נחמן און פארגיהאלטן היתכן מהאט עהם נישט פארציילט איבער יהושע'ס מצב, זיי האבן גיטענהט אז זיי האבן נישט געוויסט פון גארנישט ביז זיין מצב איז גיפערליך גיווארן הושענה רבה.
יואל העניך האט דעמאלטס גיווען שלמה'ס גבאי, און ער איז גיווען בשעת שלמה האט פארגיהאלטן די הנהלה ער האט זיך אנגעריפן אז ער איז גיווען אין בית מדרש מוצאי יום כיפור ווען נחמן און יעקב נחום האבן עהם אנגעשריגן פארן נישט מיטהאלטן די תפילות און ער האט גיטענהט אז ער פילט נישט גוט און מיז גיין אין שפיטאל און זיי האבן עהם ממשיך גיווען צו מוסר זאגן אז סאיז די שטן וואס וויל ער זאל פארפאסטן ימים נוראים תפילות און ער לאזט זיך איינרעדן.
שלמה איז גאר ברוגז גיווארן און פארשיקט די הנהלה פון זיי חדר, א וואך נאכדעם איז געקומען די שארפע בריוו פון שלמה אז די גאנצע חבורה זענען לצים און די הנהלה שקרנים.
צום סוף האט גילאנגען פאר יעקב נחום פארדרייען די מעשה און משכנע זיין שלמה אז יואל העניך איז א שקרן.
א האלבע יאר נאך דעם ווען נחמן האט איבער גענימען די רבנות און יעקב נחום-נחמן'ס נאנטסטע חבר איז גיווארן די בעל מייעץ פונעם רבין האבן זיי ביידע זיך גענימען צו יואל העניךס ביינער באצאלן א נקמה פארן זיי באשמיצן אינעם רבי'נס אויגן.
פארשטייט זיך אז נישט אלע רדיפות אויף יואל העניך איז געקומען אלץ נקמה נאר רוב איז גיווען א השתלשלות העניינים אבער דא האט זיך עס אנגיהויבן