כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישראל בער
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:55 pm
x 92

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ישראל בער »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 10:50 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 10:44 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 8:11 pm

דערווייל קומען נאר אריין שוואכע שאלות...
זה הכלל: א שאלה וואס מען וואלט סתם אזוי געפרעגט דא אויפן טישל דארף מען דאך נישט האבן א ספעציעלע קאנפערענס פאר דעם...
איך רעדט פון מאמענט/וועלוול שמעלצער סטייל שאלות...

צו טראכטן די ריכטיגע שאלות דויערט צייט...
איך האב געהאט אין קאפ אז דער עולם וועט פרעגן וועגן גרינהוט און בלום.. פארוואס פארן זיי? וואס האט שמעון פאזען מיט די גאנצע זאך, וואו איז זילבערשטיין ארויסגעוואקסן פלוצלינג, ווער איז קרני פרה, וכו' וכו'
נישט נאכאמאל מיט א פרישקייט ווער עס איז געווען שטערקער שלמה אדער די וויינגארטנס
כאפסט?
דו זוכסט די ריכטיגע שאלות? נעם צוזאם אלע שאלות וואס מ'האט געמעקט דא במשך די גאנצע צייט, וועסטו האבן די בעסטע שאלות...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13929

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 8:24 am
יאמי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:35 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 8:01 pm

קודם כל מען האט איר 100 מאל מסביר געווען, און זי ווייסט אויך אז דא איז די מציאות אינגאנצן אנדערש
חיים עזריא איז בכלל נישט געווען אינטערעסירט צו נעמען יואל אלטער'ס קינדער ביי זיך אינדערהיים
צווייטנס אפילו עס וואלט ווען יא געווען א חשד, איז וועגן דעם זאלן די קינדער זיין אין תפיסה ביי גוים ענדערש ווי ביי א חסידישע פעטער אין קרית יואל?
ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן!
100%
סדא 1 מעשה ווי די משפחה האלט נישט ביים צוריק געבן די קינדער צו די מאמע. און דאס איז א אויסנאם. סאיז געקומען מיט אסאך שיקול הדעת
(צו סאיז ריכטיג וואס סיי האבן געטוהן צו נישט איז א באזונדערע נושא, איך פערסנאל האלט אז סדא מעלות און חסרונות ביי ביידע מהלכים)
די מאמע ווייסט לכאורה אז סוועט נישט געשען מיט אירע קינדער.
לאמיר האפן אז זאכן וועלן זיך אויסגראדן בקרוב באפרייען די קינדער
סדא נאך את פאמלי מיט דריי קינדער וואס די קארט האט גפסקנט לעצטע וואך מיטוואך אז זיין קען גיין נאר צו די פאמלי וואס האט גנימען די קינדער פון די מאמא ממילא גייט די פאמלי נישט קיין אמיריקא וווייל ער טראסק מער נישט ח" י
זייער קלוג פון זיי
ממילא זאלן זיי טאקע לאזן די קינדער אין שעלטער ביז די קינדער ווערן אכצען
און קומען ארויס פון דארט אן פיאות און פולקאמע גוים מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות
אבי נישט ביי די ראוזנער פעטער
#עם חכם ונבון
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:58 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:44 am למשל ווער?

(קענסט ענטפערן אויך אין אישי.)
איך האב די גענפרט און אישי
ר' אברהם עס קוקט אויס ווי איר זענט שטארק אויסגעקאכט און די נושא, און אלעס וואס איר שרייבט איז אן א פרעזענדליכע אגענדע, אדרבה איר זיכט די תועלת פון די משפחות וואס האלטן ביים ארויס גיין, נא נאר פאר אזא מענטש לוינט זיך צו ענטפערן, די אלע משפחות וואס קומען ארויס גייען אדורך זייער זייער א שווערע "גייסטישע" דורך'גאנג, טראכט איין מינוט.... א טאטע מאמע פון עטליכע קינדער וואס דארפן מאפן פון וויליאמסבורג צו מאנסי וואספארא פיזור הנפש, וואספארא שלאפלאזע נעכט האט מען פארדעם "און נאכדעם צו מען האט עס טאקע געדארפט טון", יעצט דא רעדט מען פון משפחות וואס די טאטע האט קיינמאל קיין עול הפרנסה געטראגן, קיינמאל נישט געווארט אויף די פאסט צו עס איז אנגעקומען פאר די קינדער "די כתב נתקבל, לא נתקבל" ניטאמאל אן אפליקעישן פאר א מוסד האט ער אמאל אויסגעפילט, קיינמאל נישט געדארפט שטאפיר פאר א דירה, קיינמאל נישט געדארפט וואשן א פלאר, ביה"כ געדארפט זיך שלאגן און קאפ וואס אנצוטוהן, קיינמאל נישט געדארפט טראכטן אוי...... איך בין און אמעריקא ל"ע וכו' אפשר בין איך אויסגעשלאסן פון ביידע וועלטן...., קיינמאל נישט געוויסט אז די קינדער דארפן טיפול מיוחד אז זיי זאלן קענען זיין צווישן מענטשן, איך רעדט שוין נישט פון די לימודים, איך רעדט פון מענטשהייט, (ואין כאן מקום להאריך אבער ווער עס האט זיך אפגעגעבען מיט סיי וועלכע קינד א יוצא פארשטייט), יעצט וויפיל די עסקנים, משפחה זאלן נאר אריין לייגען כוחות גייט געדויערן חדשים ביז יארן אז א מענטש זאל זיך קענען צוגעוויינען דערצו, מיט טיפול מיוחד קען עס נעמען שנעלער בע"ה, אבער דערווייל ווי לאנג מען פלאגט זיך איז די טבע פון א מענטש צו טראכטן אז ווען ער זאל ווען גיין און א צווייטע לאנד וואלט עם געווען בעסער, די מענטש וועט האלטן און איין טראכטן, זיכער איינער וואס ליינט דא אז פון אזויפיל עסקנים און אמעריקא, ווער רעדט נאך פון מאנטריאל, זיכער דארט וואלט העטעך פעטעך געווען בעסער, (איך שרייב ביודעי ומכירי נישט אן השארה), ר' אברהם די יודען וואס זענען געקומען זיך דא באזעצען און אמעריקא טראכטן אויך אז זיי וואלטן געדארפט גיין ערגעץ אנדערשט, פונקט אזוי ווי די יוד און ארץ ישראל, מען שטעלט נישט צו דא מער ווי און ארץ ישראל, עס קוקט נאר אויס ווייל מען האט נאך נישט אויסגערעכנט אלע טייערע טייערע עסקנים פון ארץ ישראל וואס העלפן אלץ ארויס די יודישע ברודער וואס קומען דארט אן, צום ענין אויב די ווילסט טון א מצוה ריף אן דעם יוד מי"ג, און זאג עם אז און אמעריקא גייט עם זיין פונקט אזוי שווער (אזוי גרינג) ווי און ארץ ישראל, מען קען און ארץ ישראל זיין א ערליכע יוד און א גרויסע קנאי, מען קען ארבעטן און ברענגן פרנסה "אויב מען וויל", עס איז דא דירות צו דינגען, יא און די סמעטענע גייט עס זיין זייער טייער "פונקט אזוי ווי דא און אמעריקא" און ער גייט זיך זייער שווער צוגעוויינען צו די נייע לעבן אזוי ווי יעדער, און אנשטאץ ער זאל זיין איינגערעדט אז ער גייט קענען באקומען א וויזא פאר זיין קינד און אמעריקא, און צוליב דעם זאלן זיינע קינדער זיין איינגעשפארט און שעלטער ביז ער שטייט אויף פון שלאף, איך מיין פון חלום, זאל ער זיך אויפהייבן און מקיים זיין פדיון שבויים פאר זיינע אייגענע דורות ווי לאנג עס איז נאך דא וועם ארויס צונעמען (ברוחנית ובגשמיות).
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13929

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איינע פון די בחורים'לעך אין שעלטער האט מיר געזאגט אז די שטערקסטע ניגון וואס זיי פלעגן זינגען (פון די אנגעפילטע ערב רב סענסע'ס וואס מען האט אריינגעשיקט אין די שעלטערס) איז פון יואלי קליין: לייז אונז אויס לייז אונז אויס, זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלץ אידן...
אוי טאטע!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 612

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:04 am 10102025.pdf
די בריוו בנוגע די פיש פון יעקב נחום
או רבוש"ע, דער איז דאך אינגאנצן פאריקט. :oops:
השי"ת ילמוד לתועים בינה.
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:58 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:44 am למשל ווער?

(קענסט ענטפערן אויך אין אישי.)
איך האב די גענפרט און אישי
אזוי ווי ר' אברהם האט מיך געשיקט און אישי אויף וועם ער בויעט זיין מעלדונג דא "ברבים" אז עס לוינט זיך נישט צו גיין אויף ארץ ישראל, אויב יא האט מען ביטע חרטה, וועל איך אן אריין גיין און נעמען, דאס אויסשמיסן ברבים אן א נאמען לתועלת אנדערע, און בעתיד טייערע ר' אברהם שמועס עס אויס מיט די עסקנים פויזן, טייכמאן, בלום, גרינהוט פאר די נעמסט דא א שטעלונג ברבים וואס קען גורם זיין צו דערשרעקן מענטשן און לויזן די קינדער און שעלטער נאך איין שעה, יעצט בנוגע דאס וואס די שרייבסט אז אויף א געוויסע פלוני וואס איז געגאנגען אויף ארץ ישראל און ער קען נישט ארויס, ממילא איז ער צוטיילט פון זיין שטוב, מעשה שהי' כך הי', ווען א יוד פון ארץ ישראל וויל קומען קיין אמעריקא דארף ער האבן א וויזא, צו באקומען א וויזא איז איינע פון די זאכען וואס די אמעריקאנע רעגירונג וויל זיכער מאכן אז די מענטש מיינט טאקע צו קומען נאר צייטווייליג און נישט מיט א פלאן צו בלייבן און אמעריקא, יעצט פארשטייט זיך אז עס איז דא מערערע וועגען ווי אזוי מען קען דאס מסדר זיין ואין כאן מקום להאריך, בנוגע די מעשה פון וואס מען רעדט דא, איז ווען מען איז געגאנגען עפלייען פאר א וויזא האט מען נישט געוויסט אז די אמעריקאנע גאווערמענט ווייסט אז די מענטש איז חתונה געהאט מיט איינעם פון אמעריקא שוין האבענדיג א קינד אויך, (און קיין מערידש לייסענס איז נישט דא), דאס איז גאר א שטארקע סיבה ביי די רעגירונג צו טראכטן אז די מענטש גייט קיין אמעריקא צו זיין משפחה, און שם תהא ישובתכם, נאך מער פון דעם, ביי די אינטערוויא האט מען געפרעגט דעם יונגערמאן די האסט א ווייב און אמעריקא און ער האט ג'ענטפערט ניין, בשעת זיי האבן געוויסט די אמת דאס איז פונקט גענוג פאר די רעגירונג צו זעהן אז דא באהאלט מען עפעס, און ער גייט צו בלייבן, (דורך'ן מאכען מערידש לייסענס מיט א US סיטיזען), האבן זיי ליידער צוריק געוויזן די וויזא, ווען מען ווייסט פאראויס אז זיי ווייסען וואלט מען געקענט דאס אויס ארבעטן פארדעם בס"ד, עס איז נישט געווען באשערט ליידער, (דרך אגב מען ארבעט אויף דעם עס וועט בקרוב זיין מסודר בע"ה), אבער די ספעציפישע מעשה איז נישט נוגע פאר קיינעם וואס קומט אויף א"י מיט א משפחה.
איה מקום כבודו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:59 am
x 121

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איה מקום כבודו »

אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:04 am 10102025.pdf
די בריוו בנוגע די פיש פון יעקב נחום
קען איינער עס ביטע לייגן אין דרייוו?
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:18 am
אין כל חדש האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 11:20 pm
אברהם היהודי האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 2:06 pm לגבי די משפט וואס איז געווארן אפגעשטיפט פון די דריי קינדער פון מיכאל גאלדמאן,

די סיבה דערצו איז אז די שופט האט נישט געוואלט ארויס לאזן די 2 עלטערע שוועסטערס וויבאלד די יונגסטע איז א גוואטעמאלישע בירגער און זי קען נישט אריין גיין אין אמעריקא אן קיין וויזא. די שופט האט נישט געוואלט צוטיילן די משפחה.

די משפחה מיט די הילף פון אפאר געטרייע עסקנים האבן אריין געלייגט פאר די משפט משונה'דיגע כוחות אז איר וויזא זאל זיין מסודר אבער למעשה האט די קונסל עס אפ געזאגט מיט גארנישט, היות אז גוואטמאלא קונסל אפיציעל זאגן זיי אפ 99% פון די וויזע'ס וואס די גויים בעטן דארט וועגן ווען נישט וואלטן מיר דא געהאט האלב פון גוואטעמאלא חברה.

יעצט די וועג אז זי זאל יא קענען בע"ה ביי די קומעדיגע משפט ארויס קומען אויף דער פריי איז נאר אויב זי גייט האבן ספיציעלע סעפארט פון קאנגרעס מענס, און לעגאלע רבייס וכדומה וואס קענען לייגן פרעשור אויף די קונסל אין גוואטעמאלע איר יא צו געבן וויזא וכדומה. עס איז א זאך וואס ארבעט בדוק ומנוסה.

ביטע ווער האט א געדאנק פון אזא מין הילף אדער א חבר וואס קען מיט דעם ארויס העלפן זאל זיך ביטע מעלדן ווי שנעלער צו מיר אין אישי.

ס'איז פשוט פיקוח נפש וכל המקיים נפש אחת [דא איז נישט 1 ס'איז 3] מישראל......

חוץ פון דעם אפילו מיט דעם הילף גייט מען דארפן האבן לכה"פ א 1000$ פאר די פראסעס.
איז ווער וואלט געקענט עפעס זיך משתתף זיין איז שכרו הרבה מאוד
יישר כח תזכו למצות.
ר' אברהם איך טו אסאך און די נושא פון וויזעס, און די יעצטיגע מצב מיט אימיגרעישן וועסטו אסאך שנעלער מצליח זיין איבער צו צייגען מיכאל גאלדמאן אז די ציונים שטייען נישט און ווארטן אויף עם צו צו בייסען, אזוי ווי מען האט עם איינגערעדט די לעצטע 30 יאר, טויזענטע יודען אנטי די ציונים זענען דארט און זיי לעבן נאך, אויף ארץ ישראל קען ער גיין, אשאד די ארבעט, אשאד די געלט, די ארץ ישראל'דיגע יודען וועלן עם זיכער שיין מקרב זיין
די מציאות א די יוצאים וואס זענען גגאנגן צו ישראל זענען נישט מסודר זיי ווילן קימען קיין אמריקא
ארצינו הקדושה איז די בעסטע פלאץ בגשמיות וברוחניות פאר יוצאים. ליידער, זענען זיי סטאק מיט ראדיקאלע ציונות אישוס. אינדערצייט וואס אנדערע יוצאים וועלכע געפונען זיך אין א"י האבן גענומען רבי יושע לערנער אלס זייער מורה דרך ורבם המובהק.

די ציונים זוכן נישט אפצו'שמד'ן אפאר אויסגעקלאפטע הושענות צובראכענע נפשות פון גיהנום. טאמער יא, זענען זיי נישט קיין רשעים, בלויז לויטער ריינע משוגעים.

פאר געוויסע עטנישע אפשטאמיגע איז דאס ממש שמים וארץ ביחס צו אמעריקא, איבערהויפט די וועלכע פארמאגן קרובים דארט.

קום אין אישי וועל איך דיר קענען געבן א בעסערע ראן-דאון.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 8:52 am
אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:58 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:44 am למשל ווער?

(קענסט ענטפערן אויך אין אישי.)
איך האב די גענפרט און אישי
ר' אברהם עס קוקט אויס ווי איר זענט שטארק אויסגעקאכט און די נושא, און אלעס וואס איר שרייבט איז אן א פרעזענדליכע אגענדע, אדרבה איר זיכט די תועלת פון די משפחות וואס האלטן ביים ארויס גיין, נא נאר פאר אזא מענטש לוינט זיך צו ענטפערן, די אלע משפחות וואס קומען ארויס גייען אדורך זייער זייער א שווערע "גייסטישע" דורך'גאנג, טראכט איין מינוט.... א טאטע מאמע פון עטליכע קינדער וואס דארפן מאפן פון וויליאמסבורג צו מאנסי וואספארא פיזור הנפש, וואספארא שלאפלאזע נעכט האט מען פארדעם "און נאכדעם צו מען האט עס טאקע געדארפט טון", יעצט דא רעדט מען פון משפחות וואס די טאטע האט קיינמאל קיין עול הפרנסה געטראגן, קיינמאל נישט געווארט אויף די פאסט צו עס איז אנגעקומען פאר די קינדער "די כתב נתקבל, לא נתקבל" ניטאמאל אן אפליקעישן פאר א מוסד האט ער אמאל אויסגעפילט, קיינמאל נישט געדארפט שטאפיר פאר א דירה, קיינמאל נישט געדארפט וואשן א פלאר, ביה"כ געדארפט זיך שלאגן און קאפ וואס אנצוטוהן, קיינמאל נישט געדארפט טראכטן אוי...... איך בין און אמעריקא ל"ע וכו' אפשר בין איך אויסגעשלאסן פון ביידע וועלטן...., קיינמאל נישט געוויסט אז די קינדער דארפן טיפול מיוחד אז זיי זאלן קענען זיין צווישן מענטשן, איך רעדט שוין נישט פון די לימודים, איך רעדט פון מענטשהייט, (ואין כאן מקום להאריך אבער ווער עס האט זיך אפגעגעבען מיט סיי וועלכע קינד א יוצא פארשטייט), יעצט וויפיל די עסקנים, משפחה זאלן נאר אריין לייגען כוחות גייט געדויערן חדשים ביז יארן אז א מענטש זאל זיך קענען צוגעוויינען דערצו, מיט טיפול מיוחד קען עס נעמען שנעלער בע"ה, אבער דערווייל ווי לאנג מען פלאגט זיך איז די טבע פון א מענטש צו טראכטן אז ווען ער זאל ווען גיין און א צווייטע לאנד וואלט עם געווען בעסער, די מענטש וועט האלטן און איין טראכטן, זיכער איינער וואס ליינט דא אז פון אזויפיל עסקנים און אמעריקא, ווער רעדט נאך פון מאנטריאל, זיכער דארט וואלט העטעך פעטעך געווען בעסער, (איך שרייב ביודעי ומכירי נישט אן השארה), ר' אברהם די יודען וואס זענען געקומען זיך דא באזעצען און אמעריקא טראכטן אויך אז זיי וואלטן געדארפט גיין ערגעץ אנדערשט, פונקט אזוי ווי די יוד און ארץ ישראל, מען שטעלט נישט צו דא מער ווי און ארץ ישראל, עס קוקט נאר אויס ווייל מען האט נאך נישט אויסגערעכנט אלע טייערע טייערע עסקנים פון ארץ ישראל וואס העלפן אלץ ארויס די יודישע ברודער וואס קומען דארט אן, צום ענין אויב די ווילסט טון א מצוה ריף אן דעם יוד מי"ג, און זאג עם אז און אמעריקא גייט עם זיין פונקט אזוי שווער (אזוי גרינג) ווי און ארץ ישראל, מען קען און ארץ ישראל זיין א ערליכע יוד און א גרויסע קנאי, מען קען ארבעטן און ברענגן פרנסה "אויב מען וויל", עס איז דא דירות צו דינגען, יא און די סמעטענע גייט עס זיין זייער טייער "פונקט אזוי ווי דא און אמעריקא" און ער גייט זיך זייער שווער צוגעוויינען צו די נייע לעבן אזוי ווי יעדער, און אנשטאץ ער זאל זיין איינגערעדט אז ער גייט קענען באקומען א וויזא פאר זיין קינד און אמעריקא, און צוליב דעם זאלן זיינע קינדער זיין איינגעשפארט און שעלטער ביז ער שטייט אויף פון שלאף, איך מיין פון חלום, זאל ער זיך אויפהייבן און מקיים זיין פדיון שבויים פאר זיינע אייגענע דורות ווי לאנג עס איז נאך דא וועם ארויס צונעמען (ברוחנית ובגשמיות).
איך קען נישט די פאל וואס מען רעדט דא
אבער א כלל אין די פרשה פון לב טהור
קיינער אינז נישט דא צו טוישן מענטשן מען איז דא צו העלפן מענטשן (טוישן דארפן זיי זיך אליינס)
לב טהור האט א פראבלעם מיט ארץ ישראל וועגן זייערע איינרעדענישן ציונים וכו'
מען קען טרייען זיי צו מסביר זיין אז דארט איז די גרינגסטע צו גיין אבער אויב זיי האלטן נישט ביים גיין ווייל זיי האלטן אז עס איז שמד וכו' קענסטו גארנישט טון. שרייבן דא אויף אידטיש אז זיי זענען רצחים ווייל זיי לאזן זייער קינדער אין שעלטער גייט דיר נישט העלפן. זיי זענען נישט קיין רוצחים זיי זענען קראנק אויפן קאפ. זיי טוען מעשה רציחה
אינזער חוב איז צו זיי העלפן אז זיי ווילן נישט גיין קיין ארץ ישראל דארף מען זיי העלפן גיין ערגעץ אנדערש אפ' עס קומט אן שווער
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:12 am

די ביסט 100% גערעכט, נאר צו קלאר מאכן, איך רעד נישט אז מען זאל צווינגען א מענטש ווי צו גיין, מען קען נישט אין עס איז נישט מענטשליך, אבער אז א עסקן שטעלט ארויס דא א מעלדונג צו העלפן די מענטש צו קענען אנקומען קיין אמעריקא, האב איך געוואלט בעטן די גוט הארציגע יוד, זאל ביטע לכה"פ אזוי שטארק ארבעטן אויף מי"ג עם מסביר צו זיין אז די וויזא באקומען איז עפ"י דרך הטבע הלכתא למשיחא, אדרבה פרעג א אימיגרעישן לויער וואס איז אויף ריכטיג מיט די אמת, "נישט איינער וואס גייט דיך זאגן וואס די ווילסט הערן אזוי וועט ער מאכן אפאר דאלער אויף דיר די נעקסטע פאר יאר", ווי אויך זיי מסביר פאר מי"ג וואס זיינע קינדער גייען אדורך איעדע מינוט און שעלטער ברוחניות ובגשמיות, "וואס איז א מעוות שאינו יכול לתקן" ליידער פאר ווער עס האלט מיט, און רובא דרובא עלטערן ווייסען נישט קיין טיפה מן הים וואס זיי גייען אדורך, "אפי' איינער וואס וויל זיך אויסרעדן אויף וואס ער גייט אדורך און שעלטער ברוח ובגשם זאגט ער דאס נישט פאר זיינע עלטערן, "נאר ער וועט שרייבן א בריוו פאר די ריש מתיבתא" (וואס דרך אגב זיינע קינדער און אייניקלעך זענען שוין נישט און שעלטער), אז די (מי"ג) וועסט ליינען 1 בריוו פון די קינדער און שעלטער צו די ריש מתיבתא וועסטו נישט שלאפן באנאכט, איז מער מצוה דאס מודיע זיין פאר די עלטערן, און זיי מחזק זיין אז עס זענען שוין דא משפחות און ארץ ישראל און די ציונים ימ"ש האבן נישט פארכאפט זייערע קינדער, אזוי ווי מען האט זיי איינגערעדט די לעצטע 30 יאר, איז האפענטליך וועט עס אריין גיין און אויער, און עושה פירות זיין, אבער זיכער אויב וואלט ווען געווען א מעגליכקייט אז ער זאל קענען גיין קיין חוץ לארץ תשועות חן.
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

אברהם היהודי האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 9:14 pm
שקיעה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 9:06 pm
אברהם היהודי האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 8:41 pm
ווער איז דעס?
שמעון חיון
שמעון חיון חתן?
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:52 am
אברהם היהודי האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 9:14 pm
שקיעה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 9:06 pm

ווער איז דעס?
שמעון חיון
שמעון חיון חתן?
יהודה לייבוש מלכה
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:18 am
אין כל חדש האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 11:20 pm
אברהם היהודי האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 2:06 pm לגבי די משפט וואס איז געווארן אפגעשטיפט פון די דריי קינדער פון מיכאל גאלדמאן,

די סיבה דערצו איז אז די שופט האט נישט געוואלט ארויס לאזן די 2 עלטערע שוועסטערס וויבאלד די יונגסטע איז א גוואטעמאלישע בירגער און זי קען נישט אריין גיין אין אמעריקא אן קיין וויזא. די שופט האט נישט געוואלט צוטיילן די משפחה.

די משפחה מיט די הילף פון אפאר געטרייע עסקנים האבן אריין געלייגט פאר די משפט משונה'דיגע כוחות אז איר וויזא זאל זיין מסודר אבער למעשה האט די קונסל עס אפ געזאגט מיט גארנישט, היות אז גוואטמאלא קונסל אפיציעל זאגן זיי אפ 99% פון די וויזע'ס וואס די גויים בעטן דארט וועגן ווען נישט וואלטן מיר דא געהאט האלב פון גוואטעמאלא חברה.

יעצט די וועג אז זי זאל יא קענען בע"ה ביי די קומעדיגע משפט ארויס קומען אויף דער פריי איז נאר אויב זי גייט האבן ספיציעלע סעפארט פון קאנגרעס מענס, און לעגאלע רבייס וכדומה וואס קענען לייגן פרעשור אויף די קונסל אין גוואטעמאלע איר יא צו געבן וויזא וכדומה. עס איז א זאך וואס ארבעט בדוק ומנוסה.

ביטע ווער האט א געדאנק פון אזא מין הילף אדער א חבר וואס קען מיט דעם ארויס העלפן זאל זיך ביטע מעלדן ווי שנעלער צו מיר אין אישי.

ס'איז פשוט פיקוח נפש וכל המקיים נפש אחת [דא איז נישט 1 ס'איז 3] מישראל......

חוץ פון דעם אפילו מיט דעם הילף גייט מען דארפן האבן לכה"פ א 1000$ פאר די פראסעס.
איז ווער וואלט געקענט עפעס זיך משתתף זיין איז שכרו הרבה מאוד
יישר כח תזכו למצות.
ר' אברהם איך טו אסאך און די נושא פון וויזעס, און די יעצטיגע מצב מיט אימיגרעישן וועסטו אסאך שנעלער מצליח זיין איבער צו צייגען מיכאל גאלדמאן אז די ציונים שטייען נישט און ווארטן אויף עם צו צו בייסען, אזוי ווי מען האט עם איינגערעדט די לעצטע 30 יאר, טויזענטע יודען אנטי די ציונים זענען דארט און זיי לעבן נאך, אויף ארץ ישראל קען ער גיין, אשאד די ארבעט, אשאד די געלט, די ארץ ישראל'דיגע יודען וועלן עם זיכער שיין מקרב זיין
די מציאות א די יוצאים וואס זענען גגאנגן צו ישראל זענען נישט מסודר זיי ווילן קימען קיין אמריקא
האבנדיג די זכי' צו זיין בקשר און ארויסהעלפן איינעם פון די יוצאים וואס זענען געגאנגען קיין א''י, קען איך אביסל די ברייטערע בילד, אמת, עס איז שווער דארט זיך אוועקצושטעלן פינאנציעל, אזוי ווי ליידער די מציאות איז ביי גאר אסאך מאחב''י תושבי ארץ הקודש,
אבער די עיקר שטיין אין וועג פאר זיי איז די טויש צו א נייע פלאץ/סביבה/לעבן, וואס דאס וואלט נישט אנדערש געווען אין עני אנדערע פלאץ.

ב''ה עס זענען דארט אויך דא גוטע אידן וואס געבן זיך איבער פאר זיי, בגוף בנפש ובממון, און ווען מ'קוקט אויף די לאנג ראן איז א''י אויב עפעס בעסער ווען עס קומט צו זיך געהעריג איינגלידערן און שידוכים טוהן וכדו'...
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
שלמה פריעדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:53 pm
x 49

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלמה פריעדמאן »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 11:57 pm עטליכע בילדער פונעם גרויסן מעמד אין לאנדאן

IMG-20250720-WA0009.jpgIMG-20250720-WA0011.jpg
די רעקארדינג איז דא אויף 6/12 קרעטשמע
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13929

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אויב איינער איז גרייט צו מגיה זיין דעם שמועס (ספעלינג, גרעמער וכדו')
ביטע קומען אין אישי

ייש''כ
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 503

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חיימ'קע »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 1:20 pm אויב איינער איז גרייט צו מגיה זיין דעם שמועס (ספעלינג, גרעמער וכדו')
ביטע קומען אין אישי

ייש''כ
אפשר זאל מען לייגן די שמועס און א נייע אשכול
נישט אז 5 מינוט שפעטער זאל מען דארפען סקראלן פעדזשס...
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
יאמי
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 8:20 pm
x 194

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאמי »

ישראל בער האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 8:29 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 10:50 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 10:44 pm

צו טראכטן די ריכטיגע שאלות דויערט צייט...
איך האב געהאט אין קאפ אז דער עולם וועט פרעגן וועגן גרינהוט און בלום.. פארוואס פארן זיי? וואס האט שמעון פאזען מיט די גאנצע זאך, וואו איז זילבערשטיין ארויסגעוואקסן פלוצלינג, ווער איז קרני פרה, וכו' וכו'
נישט נאכאמאל מיט א פרישקייט ווער עס איז געווען שטערקער שלמה אדער די וויינגארטנס
כאפסט?
דו זוכסט די ריכטיגע שאלות? נעם צוזאם אלע שאלות וואס מ'האט געמעקט דא במשך די גאנצע צייט, וועסטו האבן די בעסטע שאלות...
נישט גיהערט פון דעם
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2975

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך וויל נישט אריינרעדן אין די נושא פון ארץ-ישראל, בפרט ווען עס קומט צו עניני השקפה, אבער וויסנדיג אז דא ליינען אסאך מענטשן פון לב-טהור, וויל איך שרייבן עטליכע ווערטער דערוועגן.

צווישן די מענטשן אין לב-טהור, פעלט פארשידענע ידיעות און פאקטן בענין ארץ-ישראל, און עס איז מעגליך אז טאמער וואלט מען געהאט דעם גאנצן בילד, וואלט מען אנדערש געטראכט.

א. אין רוחניות איז ארץ-ישראל אסאך העכער אין עבודת-השם, ביקוש האמת, לעבן העכער און ווייניגער גשמיות. אמעריקע איז אויך מלא יראים ושלימים, אבער דאס לעבן אין ארץ-ישראל איז אויף אסאך א העכערע לעוול אין רוחניות. איך גיי נישט אריין בעניני השקפה בענין מדינה הציונות וכו', וואס אויף דעם זאלן אנדערע קומען און שרייבן. אבער אין עבודת-השם און לעבן נאנטער צום אויבערשטן און א העכערע סארט לעבן, איז ארץ-ישראל אסאך שטערקער און טיפער. קענסט דארט טרעפן צענדליגע מניני שחרית, וואו דאס דאווענען נעמט צוויי-און-א-האלב שעה א וואכנדיגע טאג, אדער אפילו לענגער. אריינגייענדיג אהין וועסטו טרעפן א ציבור שטייען און דאווענען ביגיעה מיט קולות. גיי אויף מאה-שערים אליין און איבערצייגט אייך איבער. טויזנטע אידן זענען פארהאן, וואס זענען מקפיד אויף כשרות און עסן נישט קיין זאך וואס איז נישט געקאכט געווארן ביי זיך אין שטוב און זיי גייען נאך יעדע קלייניגקייט צו עס איז הונדערט פראצענט כשר. נישט אז אין אמעריקע איז דאס נישטא, אבער אין ארץ-ישראל איז דאס פיל מער בכמות און באיכות.

ב. א באזונדערע סעיף דארף מען שרייבן בעניני צניעות. איך האב שטארק געקלערט און שוקל געווען צי איך זאל שרייבן דעם דאזיגן סעיף, וויבאלד מאנכע וועלן האלטן אז מען זאל דאס נישט שרייבן. אבער איך וועל נישט באהאלטן פון אייך און אייך אויסזאגן דעם אמת (אויב עסקנים וועלן פארלאנגען אז איך זאל דאס אראפנעמען, וועל איך עס אראפנעמען): איך פארשטיי אז אסאך צווישן אייך האבן א גרויסן פראבלעם אינעם ענין פון לבוש הנשים, אדער אפילו מיטן לבוש האנשים. אין ארץ-ישראל איז דער פראבלעם פיל קלענער, וויבאלד עס איז פארהאן א פרומער לאגער פון מענטשן, וואס גייען גאר פרום אנגעטון, אויף אלע דרגות אין צניעות, אפילו אויפן דרגא פון לב-טהור אדער אפילו מער פון דעם. דארט וועט איר זיך נישט שפירן אזוי פרעמד מיטן לבוש, און אפילו ביי די לבוש פון די מענער, איז אויך פארהאן אלע סארט מענטשן, וועלכע גייען מיט אלע סארט קליידונג, עס איז נישט אזוי פרעמד. און ווידער אויב דארף מען יא מאכן געוויסע פשרות, דאן איז דאס אויך פיל גרינגער ווי אין אמעריקע, וויבאלד אייער קאפטן איז שטארק גאנבאר אין ירושלים און אין אנדערע פלעצער אין ארץ-ישראל, עס איז נישט אזוי פרעמד. איר וועט זיך שפירן דארט פיל באקוועמער דערמיט.

ג. אפילו בעניני ציונות. אין ארץ-ישראל לעבן טויזנטע ריינע קנאים, אזעלכע וואס זענען אויסגעטון פון ציונות און פארמאגן נישט קיין שום שייכות דערמיט. עס זענען פארהאן אידן וואס לאזן זיך שחט'ן דארט פארן אויבערשטן און זענען לוחם מלחמתה של תורה למען כבוד שמו יתברך. עס זענען פארהאן הונדערטע רבנים וועלכע געהערן צום קנאי'שן לאגער, ערליכע בעלי מסירת-נפש, מיט וועמען מען קען זיך דורכרעדן על כל צעד ושעל.

ד. בענין פרנסה, געלט, חיות דקדושה וכו': לעת עתה איז ארץ-ישראל די באקוועמסטע פלאץ צו גיין בענין פרנסה. קודם-כל, איז פארהאן דארט דערווייל ווייניג יוצאי לב-טהור, און דער עולם איז מוכן צו העלפן. דעריבער קען מען כאפן דארט דערווייל גענוג פונעם ציבור... והשנית, די מדינה של גהינום, שטייען נעבעך מיט א פולע קאסע געלט, מיליאנען וואס זיי האבן דעזיגנירט פאר יוצאי לב-טהור זיי צו העלפן. ס'איז א קידוש השם צו זען, ווי אזוי די ציונים חלומ'ען אז זיי זענען די אפטורופסים פון כלל-ישראל, און לב-טהור איז זייער פראבלעם. זיי שטייען גרייט מיט גאלדענע טאצן און ווילן העלפן די מענטשן, אבער לב-טהור גיבט זיי א שטויס אין פנים, זאגנדיג קלאר, "מיר דארפן נישט אייער געלט, איר קענט זיך האלטן דערמיט..." - עס איז נאך אזא קידוש השם נישט געווען. אינטערעסאנט אז מען רעדט ווייניג דערפון, דאס וואלט געדארפט אויסגעשפילט ווערן אין די גאנצע מידיע.

ה. עס איז פארהאן א טעות אין לב-טהור, מיינענדיג אז די ציונים ווילן אפ'שמד'ן לב-טהור פאר יעדן פרייז. ס'איז שוין לאנג נישט די צייטן. זאכן האבן זיך גערוקט אין די וועלט, זיי קוקן זיך שוין אן א צעוויליזירטע מדינה און פארמאגן זייערע דאגות. עס גייט זיי בכלל נישט אן אז א צובראכענע לב-טהור אידל בלייבט ערליך און פרום. פונקט ווי זיי פארשטייען אז מען קען נישט טוישן דעם מאה-שערים'דיגע איד, און אז ער וועט שוין בלייבן שטענדיג אן ערליכער איד, פונקט אזוי פארשטייען זיי אז זיי גייען נישט טוישן א לב-טהור, אים צו מאכן א ציוני. דאס וואס איז געשען מיט ישראל מאיר, איז דאס געווען קודם כל, ווייל ישראל מאיר אליין האט עס געוואלט, און נאך זייענדיג אין לב-טהור האט ער שוין געוואלט ווערן פריי, כידוע ליודעים, און עס איז נישט געווען קיין סוד אין לב-טהור. ועוד, דארט האט די משפחה אים אריינגענומען און אים געוואלט זען פריי, ס'איז אינגאנצן נישט גלייך צו א געווענליכע פאל.

ו. נאך א וויכטיגע טעות וואס מען מיינט אין לב-טהור: מען שמועסט אלעמאל אז די ציונים האבן א גרויסן פראבלעם מיט לב-טהור, און זיי זענען די וואס שטייען אונטער די רדיפות אויף לב-טהור, אנגעהויבן פון פרשת שי פימא, גייענדיג ווייטער צו קאנאדע, שפעטער אין גואטאמאלא אלע רדיפות ביז אהער צו פרשת הריש-סידרא וכו' וכו'. יעדע העליקאפטער און פליגער וואס פארט דארט דורך, שטייען אלע קינדער אינדרויסן און שפעקולירן אז די ציונים זענען געקומען שפיאנרן אויף זיי.

די סברה וואס מען זאגט איז, וויבאלד עס איז נאכנישט געווען אזא זאך בתולדות המדינה, אז א מענטש וואס איז געקומען פון אינדערווייניג, וואס איז געווען פריי און געהערט צו א ציוניסטישע משפחה, זאל זיך אויפהייבן און מיטשלעפן מיט זיך א גאנצע מחנה ציונים און זיי איבערמאכן אויף פארברענטע קנאים. אפילו מרן הרה"ק מסאטמאר זיע"א, האט פארמאגט זיין השפעה בלויז אויף זיין קרייז אונגארישע חסידי'שע אידן, אבער פון דארט ביזן איבערקערן פארברענטע ציונים אויף פארברענטע קנאים, איז געווען איינער און בלויז איינער וואס האט דאס געטון, דער רבי זיע"א. און דאס איז א זאך וואס ברענט זיי און רעגט זיי אויף, אז זיי קענען נישט צו זיך קומען דערפון. און דערפאר ווילן זיי אונטערברענגען לב-טהור פאר יעדן פרייז אין די וועלט. די ציונים וועלן טון וואס אימער זיי קענען נאר, בלויז אז לב-טהור זאל נישט עקזיסטירן. זיי שטייען ווי א דארן אין אויג פאר די ציונים.

דאס איז די השקפה אין לב-טהור.

אבער איר לעבט אין גאר אנדערע צייטן, עס איז ווייט נישט אזוי די מציאות היינטיגע טעג צווישן די ציונים, זיי זענען שוין היינט אינגאנצן נישט אזא אידיאליסטישע גרופע ווי איר קוקט זיי אן. איך האב מורא אז איר זענט גרעסערע ציונים ווי זיי אליין זענען... זיי גלויבן שוין היינט נישט אזוי ווייט דערין, ווי זיי קוקן זיך אן אלס א לאנד, א פירערשאפט. די נושא איז נישט אזוי ווייט די אידיאלאגיע ווי דער "ככל הגוים בית ישראל" רח"ל.

דער מציאות איז, אז די ציונים האבן זיך קיינמאל נישט צוקראצט אויף לב-טהור, עס איז זיי נישט אנגעגאנגען קיין כי הוא זה, וואס די גרופע פאנאטישע אידעלעך טוען דארט אין גואטאמאלא, אדער אפילו אין קאנאדע. פרעגט נאר אורית כהן, וויפיל זי האט געדארפט שפייען בלוט, ביז איינער אין די מדינה האט איר בכלל אויסגעהערט. איך האב גערעדט מיט עסקנים וואס פראבירן יעצט צו העלפן די פאר יוצאי לב-טהור אין ארץ-ישראל. איך רעד פון אזעלכע מענטשן וואס האבן א ווארט אין די מדינה, חברי כנסת און הויכע בעאמטע. לכתחילה איז קיינעם דארט נישט אנגעגאנגען וואס ער טוט זיך אפ, קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אריינצולייגן א פינגער אין קאלט וואסער, נישט אויף אויפצולעזן לב-טהור און נישט אויף צו העלפן די פאר אידעלעך וואס זענען יא אהין אנגעקומען במשך די יארן פון לב-טהור. קיינער האט קיין בלינק מיט די אויגן נישט געגעבן דערויף. מען האט געדארפט אסאך האקן און בראקן, ביז עטליכע הויכע בעאמטע אין די מדינה האבן געעפנט זייערע פארשלאפענע אויגן, און אנגעהויבן טון עפעס דערוועגן.

בקיצור, קיינער אין מדינת ישראל קוקט אייך נישט נאך, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלעכטס.

ח. די צופרידנהייט ראטע פון די יוצאים אין ארץ-שראל:
לעת עתה זענען פארהאן דריי וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ-ישראל. 1. א גרויסע משפחה. 2. א זעכצן יעריגער יונגערמאן. 3. א יונגערמאן פון 18-20 יאר בערך.
1. ער האט באקומען אסאך הילף, טעכניש איז ער מסודר מיט זיינע קינדער אין מוסדות התורה וכו' וכו'. למעשה איז ער נישט צופרידן דארט. מען קען אבער נישט בויען קיין ראיה דערפון, וויבאלד די סברה זאגט שטארק אז ער וואלט נישט געווען צופרידן אין אמעריקע אויך נישט. מען קען דעריבער נישט צופיל בויען.
2. א יונגערמאן פון זעכצן יאר, וואס זיין שטוב און קינד איז פארליבן אין ניו-יארק. ער כשלעצמו איז גאר שטארק צופרידן אין ארץ-ישראל, און ער שעפט דארט חיות יעדן טאג, זייענדיג עוסק בתורה ובעבודה. ער פארמאגט א טעכנישע פראבלעם בנוגע זיין וויזע און זיין שטוב וואס געפינט זיך אין די מרחקים. עסקנים ארבעטן ביטער שווער דאס צו מסדר זיין, אבער דאס זאגט גארנישט אויף זיין קלארע צופרידנהייט אין ארץ-ישראל. אדרבה, ער איז גאר שטארק צופרידן דארט.
3. איז לעצטנס אנגעקומען אהין, צוליב פארשידענע טעכנישע סיבות, און דערווייל איז ער גאר שטארק צופרידן דארט.

לעניננו:
פיל מענטשן אין לב-טהור, פארמאגן א פתח הצלה דורך ארץ-ישראל. באמת גערעדט איז דאס פיל נאנטער אין השקפה און אין קולטור צו לב-טהור, ווי דער אמעריקאנער קולטור. עס וואלט געווען זייער ראטזאם פאר מענטשן אהינצוגיין און אנהויבן בויען דאס לעבן דארט. עס איז זיכער כדאי זיך צו געבן א טראכט איבער און קלערן דערפון.

נ.ב. איך ארבעט נישט פאר די סוכנות און איך באקום נישט קיין געלט פון זיי... וד"ל.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13929

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

חיימ'קע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 1:34 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 1:20 pm אויב איינער איז גרייט צו מגיה זיין דעם שמועס (ספעלינג, גרעמער וכדו')
ביטע קומען אין אישי

ייש''כ
אפשר זאל מען לייגן די שמועס און א נייע אשכול
נישט אז 5 מינוט שפעטער זאל מען דארפען סקראלן פעדזשס...
דאס איז די פלאן בעז''ה
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 594

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חנן »

אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:04 am 10102025.pdf
די בריוו בנוגע די פיש פון יעקב נחום
א וועלט האט זיך איבערגעדרייט איבער די שטירל פיש צוליב וואס די שופן דערפון קומט נישט גרינג אראפ מיט די הענט, נאר מיט א כלי, און דא קומען אונזערע גאונים און שרייבן מיט א פשטות, אנדערש ווי רוב פוסקים.
פיילס
Screenshot 2025-07-22 144047.jpg
Screenshot 2025-07-22 144047.jpg (30.82 KiB) געזען געווארן 1367 מאל
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 2:03 pm איך וויל נישט אריינרעדן אין די נושא פון ארץ-ישראל, בפרט ווען עס קומט צו עניני השקפה, אבער וויסנדיג אז דא ליינען אסאך מענטשן פון לב-טהור, וויל איך שרייבן עטליכע ווערטער דערוועגן.
► Show Spoiler
WOW :o
אשריך ר' שמואל, איש אשר רוח בו - שיכול להלוך כנגד רוחות של כל אחד ואחד, לך בכוחך זה והושעת את (היוצאים, שיש להם מקלט רק בארץ) ישראל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13929

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איך האב היינט פראבירט צו עסן פאר פרישטאג די צימאלענע סארדינס....
איין זאך קען אייך זאגן
איך וואלט עס סערווירט אין גיהנום פאר בלעם און אנטיוכס!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 2:57 pm איך האב היינט פראבירט צו עסן פאר פרישטאג די צימאלענע סארדינס....
איין זאך קען אייך זאגן
איך וואלט עס סערווירט אין גיהנום פאר בלעם און אנטיוכס!
און דאס איז וואס יעקב נחום וויל אויך טון
ווער ס'פאלט דערפאר דער זאל וויסן אז ער איז אין גיהנום
אברהם היהודי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 3:05 pm
Location: New York
x 266

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אברהם היהודי »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 2:03 pm איך וויל נישט אריינרעדן אין די נושא פון ארץ-ישראל, בפרט ווען עס קומט צו עניני השקפה, אבער וויסנדיג אז דא ליינען אסאך מענטשן פון לב-טהור, וויל איך שרייבן עטליכע ווערטער דערוועגן.

צווישן די מענטשן אין לב-טהור, פעלט פארשידענע ידיעות און פאקטן בענין ארץ-ישראל, און עס איז מעגליך אז טאמער וואלט מען געהאט דעם גאנצן בילד, וואלט מען אנדערש געטראכט.

א. אין רוחניות איז ארץ-ישראל אסאך העכער אין עבודת-השם, ביקוש האמת, לעבן העכער און ווייניגער גשמיות. אמעריקע איז אויך מלא יראים ושלימים, אבער דאס לעבן אין ארץ-ישראל איז אויף אסאך א העכערע לעוול אין רוחניות. איך גיי נישט אריין בעניני השקפה בענין מדינה הציונות וכו', וואס אויף דעם זאלן אנדערע קומען און שרייבן. אבער אין עבודת-השם און לעבן נאנטער צום אויבערשטן און א העכערע סארט לעבן, איז ארץ-ישראל אסאך שטערקער און טיפער. קענסט דארט טרעפן צענדליגע מניני שחרית, וואו דאס דאווענען נעמט צוויי-און-א-האלב שעה א וואכנדיגע טאג, אדער אפילו לענגער. אריינגייענדיג אהין וועסטו טרעפן א ציבור שטייען און דאווענען ביגיעה מיט קולות. גיי אויף מאה-שערים אליין און איבערצייגט אייך איבער. טויזנטע אידן זענען פארהאן, וואס זענען מקפיד אויף כשרות און עסן נישט קיין זאך וואס איז נישט געקאכט געווארן ביי זיך אין שטוב און זיי גייען נאך יעדע קלייניגקייט צו עס איז הונדערט פראצענט כשר. נישט אז אין אמעריקע איז דאס נישטא, אבער אין ארץ-ישראל איז דאס פיל מער בכמות און באיכות.

ב. א באזונדערע סעיף דארף מען שרייבן בעניני צניעות. איך האב שטארק געקלערט און שוקל געווען צי איך זאל שרייבן דעם דאזיגן סעיף, וויבאלד מאנכע וועלן האלטן אז מען זאל דאס נישט שרייבן. אבער איך וועל נישט באהאלטן פון אייך און אייך אויסזאגן דעם אמת (אויב עסקנים וועלן פארלאנגען אז איך זאל דאס אראפנעמען, וועל איך עס אראפנעמען): איך פארשטיי אז אסאך צווישן אייך האבן א גרויסן פראבלעם אינעם ענין פון לבוש הנשים, אדער אפילו מיטן לבוש האנשים. אין ארץ-ישראל איז דער פראבלעם פיל קלענער, וויבאלד עס איז פארהאן א פרומער לאגער פון מענטשן, וואס גייען גאר פרום אנגעטון, אויף אלע דרגות אין צניעות, אפילו אויפן דרגא פון לב-טהור אדער אפילו מער פון דעם. דארט וועט איר זיך נישט שפירן אזוי פרעמד מיטן לבוש, און אפילו ביי די לבוש פון די מענער, איז אויך פארהאן אלע סארט מענטשן, וועלכע גייען מיט אלע סארט קליידונג, עס איז נישט אזוי פרעמד. און ווידער אויב דארף מען יא מאכן געוויסע פשרות, דאן איז דאס אויך פיל גרינגער ווי אין אמעריקע, וויבאלד אייער קאפטן איז שטארק גאנבאר אין ירושלים און אין אנדערע פלעצער אין ארץ-ישראל, עס איז נישט אזוי פרעמד. איר וועט זיך שפירן דארט פיל באקוועמער דערמיט.

ג. אפילו בעניני ציונות. אין ארץ-ישראל לעבן טויזנטע ריינע קנאים, אזעלכע וואס זענען אויסגעטון פון ציונות און פארמאגן נישט קיין שום שייכות דערמיט. עס זענען פארהאן אידן וואס לאזן זיך שחט'ן דארט פארן אויבערשטן און זענען לוחם מלחמתה של תורה למען כבוד שמו יתברך. עס זענען פארהאן הונדערטע רבנים וועלכע געהערן צום קנאי'שן לאגער, ערליכע בעלי מסירת-נפש, מיט וועמען מען קען זיך דורכרעדן על כל צעד ושעל.

ד. בענין פרנסה, געלט, חיות דקדושה וכו': לעת עתה איז ארץ-ישראל די באקוועמסטע פלאץ צו גיין בענין פרנסה. קודם-כל, איז פארהאן דארט דערווייל ווייניג יוצאי לב-טהור, און דער עולם איז מוכן צו העלפן. דעריבער קען מען כאפן דארט דערווייל גענוג פונעם ציבור... והשנית, די מדינה של גהינום, שטייען נעבעך מיט א פולע קאסע געלט, מיליאנען וואס זיי האבן דעזיגנירט פאר יוצאי לב-טהור זיי צו העלפן. ס'איז א קידוש השם צו זען, ווי אזוי די ציונים חלומ'ען אז זיי זענען די אפטורופסים פון כלל-ישראל, און לב-טהור איז זייער פראבלעם. זיי שטייען גרייט מיט גאלדענע טאצן און ווילן העלפן די מענטשן, אבער לב-טהור גיבט זיי א שטויס אין פנים, זאגנדיג קלאר, "מיר דארפן נישט אייער געלט, איר קענט זיך האלטן דערמיט..." - עס איז נאך אזא קידוש השם נישט געווען. אינטערעסאנט אז מען רעדט ווייניג דערפון, דאס וואלט געדארפט אויסגעשפילט ווערן אין די גאנצע מידיע.

ה. עס איז פארהאן א טעות אין לב-טהור, מיינענדיג אז די ציונים ווילן אפ'שמד'ן לב-טהור פאר יעדן פרייז. ס'איז שוין לאנג נישט די צייטן. זאכן האבן זיך גערוקט אין די וועלט, זיי קוקן זיך שוין אן א צעוויליזירטע מדינה און פארמאגן זייערע דאגות. עס גייט זיי בכלל נישט אן אז א צובראכענע לב-טהור אידל בלייבט ערליך און פרום. פונקט ווי זיי פארשטייען אז מען קען נישט טוישן דעם מאה-שערים'דיגע איד, און אז ער וועט שוין בלייבן שטענדיג אן ערליכער איד, פונקט אזוי פארשטייען זיי אז זיי גייען נישט טוישן א לב-טהור, אים צו מאכן א ציוני. דאס וואס איז געשען מיט ישראל מאיר, איז דאס געווען קודם כל, ווייל ישראל מאיר אליין האט עס געוואלט, און נאך זייענדיג אין לב-טהור האט ער שוין געוואלט ווערן פריי, כידוע ליודעים, און עס איז נישט געווען קיין סוד אין לב-טהור. ועוד, דארט האט די משפחה אים אריינגענומען און אים געוואלט זען פריי, ס'איז אינגאנצן נישט גלייך צו א געווענליכע פאל.

ו. נאך א וויכטיגע טעות וואס מען מיינט אין לב-טהור: מען שמועסט אלעמאל אז די ציונים האבן א גרויסן פראבלעם מיט לב-טהור, און זיי זענען די וואס שטייען אונטער די רדיפות אויף לב-טהור, אנגעהויבן פון פרשת שי פימא, גייענדיג ווייטער צו קאנאדע, שפעטער אין גואטאמאלא אלע רדיפות ביז אהער צו פרשת הריש-סידרא וכו' וכו'. יעדע העליקאפטער און פליגער וואס פארט דארט דורך, שטייען אלע קינדער אינדרויסן און שפעקולירן אז די ציונים זענען געקומען שפיאנרן אויף זיי.

די סברה וואס מען זאגט איז, וויבאלד עס איז נאכנישט געווען אזא זאך בתולדות המדינה, אז א מענטש וואס איז געקומען פון אינדערווייניג, וואס איז געווען פריי און געהערט צו א ציוניסטישע משפחה, זאל זיך אויפהייבן און מיטשלעפן מיט זיך א גאנצע מחנה ציונים און זיי איבערמאכן אויף פארברענטע קנאים. אפילו מרן הרה"ק מסאטמאר זיע"א, האט פארמאגט זיין השפעה בלויז אויף זיין קרייז אונגארישע חסידי'שע אידן, אבער פון דארט ביזן איבערקערן פארברענטע ציונים אויף פארברענטע קנאים, איז געווען איינער און בלויז איינער וואס האט דאס געטון, דער רבי זיע"א. און דאס איז א זאך וואס ברענט זיי און רעגט זיי אויף, אז זיי קענען נישט צו זיך קומען דערפון. און דערפאר ווילן זיי אונטערברענגען לב-טהור פאר יעדן פרייז אין די וועלט. די ציונים וועלן טון וואס אימער זיי קענען נאר, בלויז אז לב-טהור זאל נישט עקזיסטירן. זיי שטייען ווי א דארן אין אויג פאר די ציונים.

דאס איז די השקפה אין לב-טהור.

אבער איר לעבט אין גאר אנדערע צייטן, עס איז ווייט נישט אזוי די מציאות היינטיגע טעג צווישן די ציונים, זיי זענען שוין היינט אינגאנצן נישט אזא אידיאליסטישע גרופע ווי איר קוקט זיי אן. איך האב מורא אז איר זענט גרעסערע ציונים ווי זיי אליין זענען... זיי גלויבן שוין היינט נישט אזוי ווייט דערין, ווי זיי קוקן זיך אן אלס א לאנד, א פירערשאפט. די נושא איז נישט אזוי ווייט די אידיאלאגיע ווי דער "ככל הגוים בית ישראל" רח"ל.

דער מציאות איז, אז די ציונים האבן זיך קיינמאל נישט צוקראצט אויף לב-טהור, עס איז זיי נישט אנגעגאנגען קיין כי הוא זה, וואס די גרופע פאנאטישע אידעלעך טוען דארט אין גואטאמאלא, אדער אפילו אין קאנאדע. פרעגט נאר אורית כהן, וויפיל זי האט געדארפט שפייען בלוט, ביז איינער אין די מדינה האט איר בכלל אויסגעהערט. איך האב גערעדט מיט עסקנים וואס פראבירן יעצט צו העלפן די פאר יוצאי לב-טהור אין ארץ-ישראל. איך רעד פון אזעלכע מענטשן וואס האבן א ווארט אין די מדינה, חברי כנסת און הויכע בעאמטע. לכתחילה איז קיינעם דארט נישט אנגעגאנגען וואס ער טוט זיך אפ, קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אריינצולייגן א פינגער אין קאלט וואסער, נישט אויף אויפצולעזן לב-טהור און נישט אויף צו העלפן די פאר אידעלעך וואס זענען יא אהין אנגעקומען במשך די יארן פון לב-טהור. קיינער האט קיין בלינק מיט די אויגן נישט געגעבן דערויף. מען האט געדארפט אסאך האקן און בראקן, ביז עטליכע הויכע בעאמטע אין די מדינה האבן געעפנט זייערע פארשלאפענע אויגן, און אנגעהויבן טון עפעס דערוועגן.

בקיצור, קיינער אין מדינת ישראל קוקט אייך נישט נאך, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלעכטס.

ח. די צופרידנהייט ראטע פון די יוצאים אין ארץ-שראל:
לעת עתה זענען פארהאן דריי וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ-ישראל. 1. א גרויסע משפחה. 2. א זעכצן יעריגער יונגערמאן. 3. א יונגערמאן פון 18-20 יאר בערך.
1. ער האט באקומען אסאך הילף, טעכניש איז ער מסודר מיט זיינע קינדער אין מוסדות התורה וכו' וכו'. למעשה איז ער נישט צופרידן דארט. מען קען אבער נישט בויען קיין ראיה דערפון, וויבאלד די סברה זאגט שטארק אז ער וואלט נישט געווען צופרידן אין אמעריקע אויך נישט. מען קען דעריבער נישט צופיל בויען.
2. א יונגערמאן פון זעכצן יאר, וואס זיין שטוב און קינד איז פארליבן אין ניו-יארק. ער כשלעצמו איז גאר שטארק צופרידן אין ארץ-ישראל, און ער שעפט דארט חיות יעדן טאג, זייענדיג עוסק בתורה ובעבודה. ער פארמאגט א טעכנישע פראבלעם בנוגע זיין וויזע און זיין שטוב וואס געפינט זיך אין די מרחקים. עסקנים ארבעטן ביטער שווער דאס צו מסדר זיין, אבער דאס זאגט גארנישט אויף זיין קלארע צופרידנהייט אין ארץ-ישראל. אדרבה, ער איז גאר שטארק צופרידן דארט.
3. איז לעצטנס אנגעקומען אהין, צוליב פארשידענע טעכנישע סיבות, און דערווייל איז ער גאר שטארק צופרידן דארט.

לעניננו:
פיל מענטשן אין לב-טהור, פארמאגן א פתח הצלה דורך ארץ-ישראל. באמת גערעדט איז דאס פיל נאנטער אין השקפה און אין קולטור צו לב-טהור, ווי דער אמעריקאנער קולטור. עס וואלט געווען זייער ראטזאם פאר מענטשן אהינצוגיין און אנהויבן בויען דאס לעבן דארט. עס איז זיכער כדאי זיך צו געבן א טראכט איבער און קלערן דערפון.

נ.ב. איך ארבעט נישט פאר די סוכנות און איך באקום נישט קיין געלט פון זיי... וד"ל.
רבי שמואל די ביסט צוקר זיס זייער שיין גשריבען
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 612

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:08 am
אברהם היהודי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 12:18 am
אין כל חדש האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 11:20 pm

ר' אברהם איך טו אסאך און די נושא פון וויזעס, און די יעצטיגע מצב מיט אימיגרעישן וועסטו אסאך שנעלער מצליח זיין איבער צו צייגען מיכאל גאלדמאן אז די ציונים שטייען נישט און ווארטן אויף עם צו צו בייסען, אזוי ווי מען האט עם איינגערעדט די לעצטע 30 יאר, טויזענטע יודען אנטי די ציונים זענען דארט און זיי לעבן נאך, אויף ארץ ישראל קען ער גיין, אשאד די ארבעט, אשאד די געלט, די ארץ ישראל'דיגע יודען וועלן עם זיכער שיין מקרב זיין
די מציאות א די יוצאים וואס זענען גגאנגן צו ישראל זענען נישט מסודר זיי ווילן קימען קיין אמריקא
ארצינו הקדושה איז די בעסטע פלאץ בגשמיות וברוחניות פאר יוצאים. ליידער, זענען זיי סטאק מיט ראדיקאלע ציונות אישוס. אינדערצייט וואס אנדערע יוצאים וועלכע געפונען זיך אין א"י האבן גענומען רבי יושע לערנער אלס זייער מורה דרך ורבם המובהק.

די ציונים זוכן נישט אפצו'שמד'ן אפאר אויסגעקלאפטע הושענות צובראכענע נפשות פון גיהנום. טאמער יא, זענען זיי נישט קיין רשעים, בלויז לויטער ריינע משוגעים.

פאר געוויסע עטנישע אפשטאמיגע איז דאס ממש שמים וארץ ביחס צו אמעריקא, איבערהויפט די וועלכע פארמאגן קרובים דארט.

קום אין אישי וועל איך דיר קענען געבן א בעסערע ראן-דאון.
ר' יושע לערנער איז אריינגעלייגט אין די מערכה?
בכלל וויפיל נייע לב טהור משפחות זענען אנגעקומען אין מאנטריאל אין די תקופה?
און אין וועלכע מוסדות זענען זיי?
שרייב פאוסט