נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 26, 2025 4:56 pm
חנן האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 11:05 pm
כ'בין דיר נישט מוחל אויף די טרערן. איך האלט נישט ביים ווישן טרערן אויף פיקטיווע ווייטאג.
איך בעט אייך איבער, איך האף אז די אי מחילה איז נאר אן אויסדריק און איר מיינט עס נישט באמת. איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב נישט געשפירט רואיג מיט וואס איך האב געטוהן. עס איז טאקע נישט קיין יושר צו פארדרייען מענטשען א קאפ. סתם פורים מאכן פון מענטשן און שפילן מיט זייערע געפילן? איך וועל אייך אבער זאגן וואס ליגט אונטער דעם ארטיקל.
עטליכע יאר צוריק בין אריבער א שווערע עקאנאמישע תקופה, איך האב נישט געהאט קיין אינקאם פאר היבשע חדשים. די צער פון הכיס רק ואין בו דארף איך נישט מסביר זיין. פון איין זייט דארף די לעבן ווייטער אנגיין, מען קען נישט לייגן אלעס אויף האלד. די מארגעדזש/רענט דארף מען ווייטער באצאלן. גראסערי וויפיל מען זאל נאר פראבירן צו שניידן בלייבט אבער אויך א הון תועפת. די קינדער דארפן נייע קליידער, די שיך ווערן צוריסן וכו' וכו'. און פון די צווייטע זייט איז פשוט נישטא פון וואו צו נעמען דאס געלט. דאס לעבן קאסט און קאסט, און גארנישט. פארשטייט זיך אז די עיקר שוועריקייט איז דאס האלטן די ענווייערמענט אין שטוב פאזעטיוו און אויפגעלייגט, און ווען עס איז נישטא קיין געלט איז דאס זייער שווער.
מיין טאטע איז א שיינער בעל פרנסה ב"ה, איך האב אבער נישט מיטגעטיילט מיט אים מיין פינאנצעלע מצב. איך האב פראבירט צו שפארן וואס איך קען, און געהאפט צו דורך שוויצן די תקופה וואס שנעלער. הערשט שפעטער דערנאך וואס דער אויבערשטער האט מיך אויפגעראכטן האב איך פארציילט פאר מיין טאטן, און מיין טאטע איז געווען אויסער זיך פארוואס איך האב אים נישט פארציילט בשעת מעשה. מיין טאטע איז א גוטער מענטש בטבע, און ער איז געווען ביכולת מיר צו העלפן דורך שוויצן די תקופה, און עס האט אים באמת וויי געטוהן אז איך האב עס באהאלטן פון אים. און ער האט געהאט טענות אויף מיר פארוואס איך האב דאס באהאלטן.
איך ווייס נישט אויב איך בין גערעכט געווען מיט דעם וואס איך האב נישט מיטגעטיילט, קען זיין אז מען דארף יא אמאל אויסשטרעקן א האנט און בעטן הילף. אבער וואס זאל איך אייך זאגן טייערע אידטיש חברים, די קשר וואס איך האב געהאט יענע תקופה מיט רבונו של עולם האב איך נישט עקפיריענסט קיין שום אנדערע צייט אין מיין לעבן! איך בענק מיך נישט צוריק צו די שוועריקייטן חלילה, אבער צו די קשר צו השם יתברך בענק איך מיך יא צוריק!
איך האב געוויסט די גאנצע צייט אז איך האב א גשמיות'דיגע טאטע וואס אויב איך זאל אים נאר פארציילן מיינע שוועריקייטן וואלט ער מיר געהאלפן מיט וואס ער קען נאר. אבער איך האב בשום אופן נישט געקענט פועלן ביי מיר איבערצולאזן דעם בורא כל העולמים אשר לו לבד הכח והממשלה, וואס זיינע מעגליכקייטן זענען נישט מוגבל, און ער איז דער אמת'ער אב הרחמן ווי דער הייליגער חובת הלבבות שרייבט אז די רחמנות וואס א טאטע האט אויף זיין קינד איז נאר די משל צו די רחמנות פון דער בורא כל העולמים אויף זיינע קינדער. און זיך ווענדן אנשטאט צו א בשר ודם וואס זיין יכולת איז מוגבל, און זיין רחמנות איז מוגבל.
בשעת מיין טאטע האט מיר פארגעהאלטן האב איך געטראכט צו מיר, טאטי דיין הארץ גייט אויס פאר מיר, אמת? יא! דו וואלסט געטוהן וואס דו קענסט נאר מיר צו שטעלן אויף די פיס, איז עס אמת? אודאי אז יא! אבער טאטי ווי שטארק דו האסט מיר ליב, און ווי שטארק דו פארשטייסט מיך, און ווי פיל דו ווילסט מיך העלפן, ביסטו אבער לימיטעד. ביסט א בשר ודם. מיר האבן אבער ביידע א טאטע אין הימל וואס ער האט אונז אסאך מער ליב, ער וויל מיך אסאך מער העלפן, ער פארשטייט מיר אסאך בעסער. ער האט נאך א מעלה אויך, ער איז נישט לימיטעד צו גארנישט! פארוואס זאל איך בעטן הילף פונעם בשר ודם, ווען איך קען דאך אין דעם צייט זיך ווענדן צום מסבב כל הסיבות?!
עס איז מיר נישט גרינג געווען אנהויב, עס האט אסאך גענומען זיך צו אריינלייגן אין קאפ אז יא, עס איז דא איינער וואס פארשטייט מיין צער און וויינט מיט מיר! ניין, איך בין נישט דער גרויסער מאמין און איך קען נישט זאגן מיט א גלאטקייט אז איך האב עס מקבל געווען באהבה, אבער איך האב ביי מיר באשלאסן צו ארבעטן אויף די חלק האמונה פון בכל צרתם לו צר. וויסן און גלייבן בפשיטות אז ווען א איד גייט אריבער א שוועריקייט איז דער אויבערשטער ביי זיין זייט, און באגלייט אים. דער אויבערשטער וויינט מיט מיט אים! אוי האט זיך אנדערש געדאווענט יענע טעג! איך האב געשפירט ממש פיזיש ווי דער אויבערשטער קלאפט מיר און רוקן און זאגט מיר, גיי אן! איך האב געשפירט ווי דער אויבערשטער זאגט מיר, איך זאג דיר אז נאך אביסל וועסטו דאס אריבער גיין. דו גייסט נישט סטראגלען פאר אייביג! אוי איז דאס אן אנדערען לעבן ווען מען ווייסט אז מען איז נישט אליינס אויפן וואסער!
מיין מצב אין אידישקייט האב איך געוויסט, און איך האב געוויסט אז דער אויבערשטער ווייסט עס נאך בעסער. איך האב מיך ממש געשעמט צו דאווענען וויסענדיג מיין מצב. אבער איך האב כסדר געקלערט צו מיר, וואס וויל יעצט דער אויבערשטער פון מיר? יעצט וויל דער אויבערשטער אז איך זאל ארויפקוקן צו אים!
יעדע מענטש האט צייטן אין לעבן ווען ער גייט אריבער ווייטאג. איינער פיזיש, איינער גייסטיש, איינער עמאציענאל, און צומאל אלע דריי. און יא, דו אויך, דו האסט צייטן אין דיין לעבן ווען דו שפירסט ווייטאג. איך האב געוואלט מיט אייך מיטיילן מיין לעבנס עקפיריענס ווי אזוי ברוב רחמיו וחסדיו האב איך פון מיינע שווערע צייטן ארויסגענומען א שטארקע לימוד וואס באגלייט מיר מיין גאנץ לעבן. מאפלה לאור גדול! די פוינט איז אמת ויציב, איך האב עס נאר געזוכט עס צו מלבש זיין, האב איך מיך געזעצט שרייבן ויצא העגל הזה. מיין מח האט פאנטאזירט, און מיינע פינגער האבן עס ארויסגעברענגט למעשה. אלעס באזירט אויף מיין אמת'ע עקפיריענס. הצד השוה, ווייטאג איז ווייטאג, און דער לימוד איז אמת! עס וואלט אייך גרינגער געווען צו הערן דוקא מיין אמת'ע ווייטאג?