ביז אהער האט איר מיר נישט געענטפערט אויף וואס איך האב געשריבן פארוואס זיי ווילן נישט טון דיין עצה222555 האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 11:21 pmעס איז טאקע א גרויסער נסיון אבער גלייבט מיר איך האב געמוטשעט אויך די מייסד זאל גיין ארויפציר פון אייך און אנהייבן נאכאמאל אן די עגמת נפש אבער ער האט א טענה אז ער האט שוין אינועסטעט 15 מיליאן טאלער דארט אויף די פאר גאסן ווי איר שטערט איםאנעקדאט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:46 pmדו - וואס דו ביסט לכאורה נאך קיינמאל נישט געווען אין אן ענליכע מצב - האלטס אז ס'איז גרינגער אזוי, דעריבער פארשטיסטו נישט זייער מהלך.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:22 pm
עס איז טאקע נישט אזוי גרינג צו גיין פון קאסא גראנדא קיין טוסאן. אבער גרינגער ווי מאכן א פייער אין קאסא גראנדא. אז זיי האבן ממילא געמוזט עפענען א שול און א חדר און א גראסערי, און זיי האלטן אז א שטאט ברויך אויסזעהן אנדערש מיט ווייניגער קאנטראל אויף די דירות אדער דאס גלייכן, זאלן זיי טון למעשה און זיך אוועקריקן אפאר מייל. איך פארשטיי נישט זייער מהלך.
זיי האבן אבער פארשטאנען אנדערש, און אזוי האט אויך זייער דעת תרה פארשטאנען, דעריבער האבן זיי אזוי געטון - טראצדעם וואס דו פארשטייסט זיי נישט.
אבער איר האט דאך סך הכל נאר גענאשט פונעם מייסד אייער דאון פעימענט און יעצט קענט איר פארקויפן אייער 9 דירות און זיך ציען אביסל ארויפציר און נאך אפמאכן ריווח אויף די הלוואה וואס איר גייט ניטמאל צוריקצאלן...
א גראסערי און מקוה דארף יא מופן, אפילו ס'איז נישט קיין גרויסע זאכן איז עס נאך א זאך וואס מ'דארף פלאצירן.
וויפיל איך פארשטיי, איז א ביהמ"ד נישט בלויז א גאראדזש, ס'איז דא נאך געברויכן וואס נישט יעדע הייזקע קען צושטעלן.
בכל אופן האסטו זיך ארויפגעכאפט אויף די פאר לייכטערע זאכן (עכ"פ לויט ווי דו פארשטייסט) וואס זענען פארבינדן מיטן זיך אריבערציען, איך האב געשריבן וועגן נאך שוועריקייטן.