די ליסט פון פיש איז נישט ריכטיגע.שווערמער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 9:13 pmפאלשע נייעס?אברהם היהודי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 9:09 pmצום ערשטע די רשימה איז נישט אמתשווערמער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 9:02 pm
שקר איין לו רגליים, און אויב איז עס שקר פון אנהויב דארף מען אנהייבן צו פיטערן אביסל אמת, נישט ווידעראמאל שקר.
איך בין באזונדער גערעגט ביז'ן הימל אויף דער ליסטע פיש דא. חמתי בערה בי.
לאמיר אנהייבן פון אלף.
1. דזשענעטיקס איז נישט מעלה ומוריד אין כשרות פון פיש שטייט אין די תורה כל אשר יש לו סנפיר וקשקשת אותו תאכלו, און ביי פייש דארף מען נישט קיין מסורה. נאר ווילאנג די פיש האט סימנים איז עס כשר 100%. די תורה איז נצחיות, און טוישט זיך נישט בימי הגנטים. לא מצאנו גענעטיקס בכל התורה כולה. (און אויב איז מען חושש צו טומאת דזשינס, דארף מען לכאורה אויך חושש זיין ביי פלאנצונגען, דמאי שנא)
2. די שאלה שטאמט פון עופות (און בהמות לויט טייל פוסיקם) וואס מ'קען עסן נאר מיט א מסורה, ווייל א בריה מיט אן נייע DNA איז כאילו א פרישע בריה, און דערויף איז נישטא קיין מסורה. דער עם הארץ הקורא לעצמו חכם האט געליינט אפאר פאשקווילן איבער די בראקל, און שוואך פארשטאנען וואס שטייט דארט, און עס גענוצט לדרות את עמו.
(ועכ"ז האלטן רוב פוסקי דורינו ודור הקודם אז אפילו הכי איז עס כשר לגמרי, ווילאנג די שינוים זענען אין לאבעטאריע ואכמ"ל. עי' בפולמוס הבראקל. און אויב איז דער שנוי נישט ניכר, און מ'קען נישט עכט דערקענען אינדרויסן, איז נאך צדדים להתיר. )
3. דאס אז די פיש זענען בכלל GMO איז א נארישע זינלאזע קאנספיראציע, לא דובים ולא יער.... יא, מ'טוט אזוי אין לעבס, אבער אויפ'ן מארק איז אלעס רעגולירט און די גאנצע מעשה איז קיינמאל נישט געשען.
ובכן, דער "בירור" און פסק אויף די אדער יענע פיש איז ריין מעשה תעתועים, א פראבע צו בלייבן רעלעוואנט בחיי יוצאי לב טהור. תופר מחשבתו הרעה. (און דא הערן מיר אז איין פיש קען גאר האבן שאלות אין כשרות, ומכאן שכל המוסיף גורע)
טייערע ברידער! עסט פיש ווי אלע ערליכע אידן. איר קענט בלייבן יראים דורך נישט עסן ברוילער עופות און בהמה פלייש, ווי אנדערע ערליכע אידן טוען. אדער נישט עסן פלייש בכלל, נאר פיש. נאר סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה.
אדער וואס איך האב געשריבן איז נישט אמת?
איך ווייס נישט פון ווי איז געבוירן די ליסט