רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311

דער הייליגער מהרי"ל, בעל שו"ת מהרי"ל, איז באקאנט אלס דער "אבי מנהגי ארצות אשכנז" עד היום הזה. ער איז אויך באקאנט אלס דער רבי פון די ערשטע אחרונים און גדולי הפוסקים ובראשם דער הייליגער רמ"א זי"ע.
ער איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי רבני מגנצא, בערך אום שנת ק"כ אנדערע זאגן קט"ו. זיינע רביס זענען געווען: זיין טאטע און רבי שלום מוויען.
כשהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת רבי משה נוימארק אב"ד עיר הבירה וויען אדער ווירנא. ער איז געבליבן לערנען דארט ביי זיין שווער פאר שטיק צייט. דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט מעטץ און דערנאך איז ער צוריקגעפארן קיין מגנצא וואו ער האט געעפענט א ישיבה און אויפגעשטעלט די קומענדע דור פון גדולי ישראל.
נאכדעם איז דער מהרי"ל אריבער וואוינען אין וורמיישא. א מגיפה האט ליידער אויסגעבראכן אין שטאט פון וואס ער איז פלוצלינג נפטר געווארן אום כ"ב אלול שנת קפ"ז. מנ"כ איז אינעם אלטן ביה"ח.
מארגן איז די יארצייט, זי"ע
ער איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי רבני מגנצא, בערך אום שנת ק"כ אנדערע זאגן קט"ו. זיינע רביס זענען געווען: זיין טאטע און רבי שלום מוויען.
כשהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת רבי משה נוימארק אב"ד עיר הבירה וויען אדער ווירנא. ער איז געבליבן לערנען דארט ביי זיין שווער פאר שטיק צייט. דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט מעטץ און דערנאך איז ער צוריקגעפארן קיין מגנצא וואו ער האט געעפענט א ישיבה און אויפגעשטעלט די קומענדע דור פון גדולי ישראל.
נאכדעם איז דער מהרי"ל אריבער וואוינען אין וורמיישא. א מגיפה האט ליידער אויסגעבראכן אין שטאט פון וואס ער איז פלוצלינג נפטר געווארן אום כ"ב אלול שנת קפ"ז. מנ"כ איז אינעם אלטן ביה"ח.
מארגן איז די יארצייט, זי"ע
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל - המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
דער מהרי"ל איז אמאל אריינגעפאלן אין בעט מיט א געפערליכע מחלה ביז צו א מצב מסוכן. ער איז דעמאלט געווען רב אין שטאט מאיינץ, אין יונגן עלטער פון ארום דרייסיג יאר. ער איז געווען גאר אנגענומען און באליבט ביי אלע אידן אין שטאט.
עס איז געווען אינמיטן זומער פון יענעם יאר, און זעהנדיג דעם שווערן מצב פונעם רב, האבן אלע אידן זיך מקבל געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביז די הייליגע טעג, און יעדן ב' וה' ביים פאסטן איז מען געקומען אין בית המדרש בעטן תפילות ותחנונים אז דער בורא כל עולמים זאל אויסהיילן דעם רב.
די גרויסע התעוררות אין שטאט האט גע'פועל'ט די ישועה, און נאכדעם וואס דער מהרי"ל איז שוין געווען ממש אין א מצב פון גסיסה איז בדרך נס געקומען א רפואה שלימה און ער איז געווארן אויסגעהיילט אינגאנצן, און געלעבט נאך בערך דרייסיג יאר.
דער הייליגער מהרי"ל האט כל ימיו מכיר טובה געווען פאר די אידן אין שטאט וואס זייערע תפילות און תעניתים האבן עושה רושם געווען אין הימל און אים אויסגעבעטן.
עס איז געווען אינמיטן זומער פון יענעם יאר, און זעהנדיג דעם שווערן מצב פונעם רב, האבן אלע אידן זיך מקבל געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביז די הייליגע טעג, און יעדן ב' וה' ביים פאסטן איז מען געקומען אין בית המדרש בעטן תפילות ותחנונים אז דער בורא כל עולמים זאל אויסהיילן דעם רב.
די גרויסע התעוררות אין שטאט האט גע'פועל'ט די ישועה, און נאכדעם וואס דער מהרי"ל איז שוין געווען ממש אין א מצב פון גסיסה איז בדרך נס געקומען א רפואה שלימה און ער איז געווארן אויסגעהיילט אינגאנצן, און געלעבט נאך בערך דרייסיג יאר.
דער הייליגער מהרי"ל האט כל ימיו מכיר טובה געווען פאר די אידן אין שטאט וואס זייערע תפילות און תעניתים האבן עושה רושם געווען אין הימל און אים אויסגעבעטן.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
ציטערדיגע שיטה פונעם מהרי"ל.
ער שרייבט אז "לימות המשיח - איינמאל משיח קומט, וועט מען מער נישט מקבל זיין תשובה, א בחינה ווי ס'ווערט געברענגט אז דעמאלס וועט מען שוין דעמאלטס נישט מקבל זיין גרים, ווייל דער וואס וועט זיך דעמאלטס וועלן מגייר זיין איז עס נישט וועגן זיין ליבשאפט צום רבוש"ע. נאר ווייל ער וויל זיך מיטפרייען מיט די אידישע שמחה, אונז האפן מיר דאך אויף די ישועה א יעדן טאג, איז דער וואס טוט נישט תשובה און פונקט קומט אן משיח, וועט ער מער נישט קענען תשובה טוען און וועט בלייבן מיט זיין זינד, ח"ו".
אסאך מדרשי חז"ל און ספרי קודש זעט אויס אז אדרבה, דאן וועט זיין א זמן פון תשובה און וועלן אלע תשובה טוען.
ווענד זיך וואס איז פשט אין פסוק: ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב.

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 596
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 507
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
דער רמ"א איז געבוירן הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פונעם מהרי"ל.מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:00 pm דער הייליגער מהרי"ל, בעל שו"ת מהרי"ל, איז באקאנט אלס דער "אבי מנהגי ארצות אשכנז" עד היום הזה. ער איז אויך באקאנט אלס דער רבי פון די ערשטע אחרונים און גדולי הפוסקים ובראשם דער הייליגער רמ"א זי"ע.
ער איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי רבני מגנצא, בערך אום שנת ק"כ אנדערע זאגן קט"ו. זיינע רביס זענען געווען: זיין טאטע און רבי שלום מוויען.
כשהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת רבי משה נוימארק אב"ד עיר הבירה וויען אדער ווירנא. ער איז געבליבן לערנען דארט ביי זיין שווער פאר שטיק צייט. דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט מעטץ און דערנאך איז ער צוריקגעפארן קיין מגנצא וואו ער האט געעפענט א ישיבה און אויפגעשטעלט די קומענדע דור פון גדולי ישראל.
נאכדעם איז דער מהרי"ל אריבער וואוינען אין וורמיישא. א מגיפה האט ליידער אויסגעבראכן אין שטאט פון וואס ער איז פלוצלינג נפטר געווארן אום כ"ב אלול שנת קפ"ז. מנ"כ איז אינעם אלטן ביה"ח.
מארגן איז די יארצייט, זי"ע
דער מהרי"ל איז פון די ערשטע אשכנז'ישע אחרונים, ווען אין ספרד האבן די גדולים אין זיין צייט זיך יא מיטגעכאפט מיט די ראשונים.
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 303
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
ס'איז מסתבר אז דער נאטירליכער צעטיילונג צווישן ראשונים און אחרונים, האט פאסירט לאור פונעם שרעקליכן גירוש ספרד, וואס האט גורם געווען צום שאפונג פון נייע אידישע צענטערן. אויך אין אשכנז האט זיך עס בערך דעמאלט געריקט פון פראנקרייך (דייטשלאנד איז געבליבן, אבער נישט דאס זעלבע ווי פריער) צו פוילן-רוסלאנד. (אונגארן איז צושטאנד געקומען שפעטער).
דאס קען אפשר מסביר זיין דער סיבה פארוואס עס זענען דא חילוקים צווישן ספרד און אשכנז, אפאר צענדליג יאר ארויף אדער אראפ.

צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 596
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 507
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
נישט ממש, דער דור מגורשי ספרד זענען שוין נישט קיין ראשונים.המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 6:04 pm ס'איז מסתבר אז דער נאטירליכער צעטיילונג צווישן ראשונים און אחרונים, האט פאסירט לאור פונעם שרעקליכן גירוש ספרד, וואס האט גורם געווען צום שאפונג פון נייע אידישע צענטערן. אויך אין אשכנז האט זיך עס בערך דעמאלט געריקט פון פראנקרייך (דייטשלאנד איז געבליבן, אבער נישט דאס זעלבע ווי פריער) צו פוילן-רוסלאנד. (אונגארן איז צושטאנד געקומען שפעטער).
דאס קען אפשר מסביר זיין דער סיבה פארוואס עס זענען דא חילוקים צווישן ספרד און אשכנז, אפאר צענדליג יאר ארויף אדער אראפ.
אפשר קענסטו זאגן אז די גזירות אין שנת קנ"א האט עס געמאכט.
אבער אין אשכנז ווערן אפי' די רבי'ס פונעם מהרי"ל ווי ר' שלום ווינער און ר' אברהם קלויזנער פארעכנט ווי אחרונים בו בזמן וואס דער נימוקי יוסף איז יא א ראשון.
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 303
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
דעמאלט דארף מען עפעס א הסבר.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1907
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5272
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
ווער האט אפגעמאכט אז די מהרי''ל ווערט פאררעכנט אלץ אחרון?
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 596
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 507
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
דו פרעגסט אויב דער מהרי"ל איז א אחרון, אדער פארוואס ער איז א אחרון?נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:26 am ווער האט אפגעמאכט אז די מהרי''ל ווערט פאררעכנט אלץ אחרון?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1907
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5272
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
ווער האט אים געגעבן א נאמען אחרון?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:45 amדו פרעגסט אויב דער מהרי"ל איז א אחרון, אדער פארוואס ער איז א אחרון?נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:26 am ווער האט אפגעמאכט אז די מהרי''ל ווערט פאררעכנט אלץ אחרון?
ביי מיר איז ער אייביג געווען פאררעכנט אלץ די לעצטע ראשונים.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 596
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 507
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
פרעג יעדע בקי בקורות הדורות.נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:50 amווער האט אים געגעבן א נאמען אחרון?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:45 amדו פרעגסט אויב דער מהרי"ל איז א אחרון, אדער פארוואס ער איז א אחרון?נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:26 am ווער האט אפגעמאכט אז די מהרי''ל ווערט פאררעכנט אלץ אחרון?
ביי מיר איז ער אייביג געווען פאררעכנט אלץ די לעצטע ראשונים.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1907
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5272
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
איך האלט מיך פאר א בקי, און איך זאג אז ער איז א ראשון.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:51 amפרעג יעדע בקי בקורות הדורות.נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:50 amווער האט אים געגעבן א נאמען אחרון?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:45 am
דו פרעגסט אויב דער מהרי"ל איז א אחרון, אדער פארוואס ער איז א אחרון?
ביי מיר איז ער אייביג געווען פאררעכנט אלץ די לעצטע ראשונים.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1907
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5272
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
וועלכע בקי רעדסטו פון?נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:53 amאיך האלט מיך פאר א בקי, און איך זאג אז ער איז א ראשון.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:51 amפרעג יעדע בקי בקורות הדורות.נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:50 am
ווער האט אים געגעבן א נאמען אחרון?
ביי מיר איז ער אייביג געווען פאררעכנט אלץ די לעצטע ראשונים.
יצחק שילת פאררעכנט אים אלץ א ראשון. שלמה בניזרי פאררעכנט אים אלץ א ראשון. אברהם מאיר ווייס פאררעכנט אים אלץ א ראשון.
איך מיין אז עס איז א טעות דאס אים אנרופען אחרון.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
@מירון ווען איז ער געווען רב אין שטאט מאיינץ?
אין די ערשטע פאוסט שטייט עס נישט
אין די ערשטע פאוסט שטייט עס נישט
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
נישט ווארהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 6:04 pm ס'איז מסתבר אז דער נאטירליכער צעטיילונג צווישן ראשונים און אחרונים, האט פאסירט לאור פונעם שרעקליכן גירוש ספרד, וואס האט גורם געווען צום שאפונג פון נייע אידישע צענטערן. אויך אין אשכנז האט זיך עס בערך דעמאלט געריקט פון פראנקרייך (דייטשלאנד איז געבליבן, אבער נישט דאס זעלבע ווי פריער) צו פוילן-רוסלאנד. (אונגארן איז צושטאנד געקומען שפעטער).
טשעכיי האט פארקערפערט אין זיך בעהעמען און מעהרען און עסטרייך האט פארקערפערט אין זיך די שבע קהילות פון מדינת בורגענלאנד וואס דאס איז געאגראפיש א געניץ אוועק פון אונגארן. וויאזוי די אידן פון דארטן האבן געמופט קיין אונגארן און סלאוואקיע במשך הדורות איז גאנץ פשוט סהאט געהאט מיטן לייגן קווואטעס וויפיל אידן סמעגן וואוינען אין יענע געגנטער. ס”ה די אונגארישע אידנטום פון גליל העליון אויבערלאנד גייט צוריק צו די זמן הראשונים און זענען געבליבן על מכונם אלע דורות די לעצטע טויזנט יאר.
איר האט לכאורה רעכט מיט אונטערלאנד וואס גרויס טייל פון די אינטערלענדער אידנטום שטאמען אפילו פון גולי שפאניע און זענען ארויפגעקומען בשעת די אטאמאנער אימפעריע פון די באלקאנען. אנדערע אינטערלענדער שטאמען פון פוילן גאליציע און/אדער די קארפאט רוס אומגעגנט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
קודם פריי איך מיר אז ענדליך טוט מיר איינער טשעלענדזשן, און יא איר זענט גערעכט דער רמ"א איז נישט געווען א בן דורו פונעם מהרי"ל, כאטשיג נישט ממש 150 יאר ווי מיר וועלן שפעטער שרייבן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:33 pmדער רמ"א איז געבוירן הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פונעם מהרי"ל.מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:00 pm דער הייליגער מהרי"ל, בעל שו"ת מהרי"ל, איז באקאנט אלס דער "אבי מנהגי ארצות אשכנז" עד היום הזה. ער איז אויך באקאנט אלס דער רבי פון די ערשטע אחרונים און גדולי הפוסקים ובראשם דער הייליגער רמ"א זי"ע.
ער איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי רבני מגנצא, בערך אום שנת ק"כ אנדערע זאגן קט"ו. זיינע רביס זענען געווען: זיין טאטע און רבי שלום מוויען.
כשהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת רבי משה נוימארק אב"ד עיר הבירה וויען אדער ווירנא. ער איז געבליבן לערנען דארט ביי זיין שווער פאר שטיק צייט. דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט מעטץ און דערנאך איז ער צוריקגעפארן קיין מגנצא וואו ער האט געעפענט א ישיבה און אויפגעשטעלט די קומענדע דור פון גדולי ישראל.
נאכדעם איז דער מהרי"ל אריבער וואוינען אין וורמיישא. א מגיפה האט ליידער אויסגעבראכן אין שטאט פון וואס ער איז פלוצלינג נפטר געווארן אום כ"ב אלול שנת קפ"ז. מנ"כ איז אינעם אלטן ביה"ח.
מארגן איז די יארצייט, זי"ע
דער מהרי"ל איז פון די ערשטע אשכנז'ישע אחרונים, ווען אין ספרד האבן די גדולים אין זיין צייט זיך יא מיטגעכאפט מיט די ראשונים.
פארוואס האבן מיר געשריבן אז ער איז געווען א תלמיד?
אין די משנה אין מסכת סוטה (כז:) שטייט אויף רבי עקיבא אז ער איז געווען א תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי. רבי יהושע האט געזאגט אויף רבי עקיבא: "והלא ר' עקיבא תלמידך מביא לו מקרא מן התורה". און אונז ווייסן קלאר אז ער איז נישט געווען קיין תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי, נאר פון רבי אליעזר און רבי יהושע.
זאגן דארט מפרשים אז וויבאלד רבי אליעזר און רבי יהושע זענען געווען תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און רבי רבי עקיבא פון רבי אליעזר ורבי רבי יהושע האט ער געהערט די תורה וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייער רבין ווערט ער פארעכנט ווי דיירעקטער תלמיד.
לסיכום הענין, ווען איינער איז מקבל תורה פון איינעם אפילו ס'איז נישט פון אים אליין נאר פון זיינע תלמידים ווערט פארעכענט ווי א דיירעקטער תלמיד. א בחינה ווי תלמידי תלמידי בעל שם, אפילו עטליכע דורות שפעטער ווערן אגערופן תלמידי בעל שם, וויבאלד זיי זענען געגאנגען בדרך הבעל שם.
__
דער רמ"א איז פול מיט מנהגי מהרי"ל.
לאמיר נעמען די יעצטיגע טעג, א) דאס ענין פון נישט עסן ניס פון ראש חודש אלול ברענגט דער רמ"א פונעם הייליגן מהרי"ל, ב) מ'איז מאריך מיט פיוטים און תפילות, ווייטער דער רמ"א בשם דער מהרי"ל, ג) האלטן דעם שופר ארויף ווייטער רמ"א בשם דער מהרי"ל, סימן נאך סימן.
אזוי אויך איז דא אן א שיעור מאל וואס דער הייליגער רמ"א פסק’נט ווי דער מהרי"ל נגד אנדערע פוסקים. איז דא עכ"פ א שטיקל סיבה אנצורופן דעם הייליגער רמ"א א תלמיד פונעם הייליגן מהרי"ל.
(אין די היינטיגע שפראך וואלט מען עס גערופן, ער האט האט שטארק פראמאוטעד תורת המרי"ל, כתבתי זאת רק לשבר את האוזן).
__
און דאס וואס איר שרייבט אז דער הייליגער רמ"א איז געווען 150 יאר נאכן מהרי"ל איז נישט אזוי מדוקדוק. דער מהרי"ל איז נפטר געווארן שנת קפ"ז. דער רמ"א איז נפטר געווארן של"ב (די זעלבע יאר ווי דער אר"י הקדוש). דאס איז 145 יאר.
ווי לאנג דער רמ"א האט געלעבט איז תלוי במחלוקת. דאס וואס מאנכע ווילן זאגן אז ער האט בלויז געלעבט 33 יאר איז לכאורה א טעות. ער איז לכאורה געווען אין די פופציגער יארן, אדער אפילו אין די זעכציגער יארן. קומט אויס אז ער איז געבוירן אין ר"ע אדער אין די ר"פ יארן וואס איז א קנאפע 100 יאר נאכן הסתלקות פונעם הייליגן מהרי"ל.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
רוב פארעכענען רבינו עובדיה מברטנורא אלץ א ראשון און זיין שם כינוי - "רבינו" זאגט עדות דערויף, כאטשיג ער איז געבוירן אין די פריע ר' יארן און נפטר געווארן אין די ר"ס יארן, נאך וואס דער מהרי"ל האט שוין נישט געלעבט. רבינו עובדיה ווערט לכאורה פארעכענט מבני הספרד. ער איז געבוירן אין ברטנורא, וואס געפונט זיך אין איטאליע און דערנאך ארויף קיין ארץ ישראל.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 8:50 pmנישט ממש, דער דור מגורשי ספרד זענען שוין נישט קיין ראשונים.המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 6:04 pm ס'איז מסתבר אז דער נאטירליכער צעטיילונג צווישן ראשונים און אחרונים, האט פאסירט לאור פונעם שרעקליכן גירוש ספרד, וואס האט גורם געווען צום שאפונג פון נייע אידישע צענטערן. אויך אין אשכנז האט זיך עס בערך דעמאלט געריקט פון פראנקרייך (דייטשלאנד איז געבליבן, אבער נישט דאס זעלבע ווי פריער) צו פוילן-רוסלאנד. (אונגארן איז צושטאנד געקומען שפעטער).
דאס קען אפשר מסביר זיין דער סיבה פארוואס עס זענען דא חילוקים צווישן ספרד און אשכנז, אפאר צענדליג יאר ארויף אדער אראפ.
אפשר קענסטו זאגן אז די גזירות אין שנת קנ"א האט עס געמאכט.
אבער אין אשכנז ווערן אפי' די רבי'ס פונעם מהרי"ל ווי ר' שלום ווינער און ר' אברהם קלויזנער פארעכנט ווי אחרונים בו בזמן וואס דער נימוקי יוסף איז יא א ראשון.
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
מעטץ איז ביי פראנקרייך גרעניץ דייטשלאנד, פון די ראשונים וואס האבן דארטן געוואוינט איז באקאנט ר’ אליעזר ממיץ.
נאכדעם איז דא די שטאט מאגענצא וואס מרופט אויכעט מיינץ. דאס איז איינס פון די קהילות שו”ם (שפיירא ווערמייזא און מאגענצא)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
סזענען פארהאנן פילע זאכן מיט וואס דער רמ”א גייט נישט ווי דער מהרי”ל. די מנהג פשוט אין ארצות אשכנז איז צו פסקנען ווי דער רמ”א אבער באמת זענען די דייטשע קהילות געבליבן מיט אסאך מנהגים נאך פון בעפאר דעם רמ”א און זיי האבן נישט מקבל געווען דער רמ”א אין ענינים וואס זיי האבן געהאט א בפירושע קבלה פארקערט.מירון האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:41 pmקודם פריי איך מיר אז ענדליך טוט מיר איינער טשעלענדזשן, און יא איר זענט גערעכט דער רמ"א איז נישט געווען א בן דורו פונעם מהרי"ל, כאטשיג נישט ממש 150 יאר ווי מיר וועלן שפעטער שרייבן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:33 pmדער רמ"א איז געבוירן הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פונעם מהרי"ל.מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:00 pm דער הייליגער מהרי"ל, בעל שו"ת מהרי"ל, איז באקאנט אלס דער "אבי מנהגי ארצות אשכנז" עד היום הזה. ער איז אויך באקאנט אלס דער רבי פון די ערשטע אחרונים און גדולי הפוסקים ובראשם דער הייליגער רמ"א זי"ע.
ער איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי רבני מגנצא, בערך אום שנת ק"כ אנדערע זאגן קט"ו. זיינע רביס זענען געווען: זיין טאטע און רבי שלום מוויען.
כשהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת רבי משה נוימארק אב"ד עיר הבירה וויען אדער ווירנא. ער איז געבליבן לערנען דארט ביי זיין שווער פאר שטיק צייט. דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט מעטץ און דערנאך איז ער צוריקגעפארן קיין מגנצא וואו ער האט געעפענט א ישיבה און אויפגעשטעלט די קומענדע דור פון גדולי ישראל.
נאכדעם איז דער מהרי"ל אריבער וואוינען אין וורמיישא. א מגיפה האט ליידער אויסגעבראכן אין שטאט פון וואס ער איז פלוצלינג נפטר געווארן אום כ"ב אלול שנת קפ"ז. מנ"כ איז אינעם אלטן ביה"ח.
מארגן איז די יארצייט, זי"ע
דער מהרי"ל איז פון די ערשטע אשכנז'ישע אחרונים, ווען אין ספרד האבן די גדולים אין זיין צייט זיך יא מיטגעכאפט מיט די ראשונים.
פארוואס האבן מיר געשריבן אז ער איז געווען א תלמיד?
אין די משנה אין מסכת סוטה (כז:) שטייט אויף רבי עקיבא אז ער איז געווען א תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי. רבי יהושע האט געזאגט אויף רבי עקיבא: "והלא ר' עקיבא תלמידך מביא לו מקרא מן התורה". און אונז ווייסן קלאר אז ער איז נישט געווען קיין תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי, נאר פון רבי אליעזר און רבי יהושע.
זאגן דארט מפרשים אז וויבאלד רבי אליעזר און רבי יהושע זענען געווען תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און רבי רבי עקיבא פון רבי אליעזר ורבי רבי יהושע האט ער געהערט די תורה וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייער רבין ווערט ער פארעכנט ווי דיירעקטער תלמיד.
לסיכום הענין, ווען איינער איז מקבל תורה פון איינעם אפילו ס'איז נישט פון אים אליין נאר פון זיינע תלמידים ווערט פארעכענט ווי א דיירעקטער תלמיד. א בחינה ווי תלמידי תלמידי בעל שם, אפילו עטליכע דורות שפעטער ווערן אגערופן תלמידי בעל שם, וויבאלד זיי זענען געגאנגען בדרך הבעל שם.
__
דער רמ"א איז פול מיט מנהגי מהרי"ל.
לאמיר נעמען די יעצטיגע טעג, א) דאס ענין פון נישט עסן ניס פון ראש חודש אלול ברענגט דער רמ"א פונעם הייליגן מהרי"ל, ב) מ'איז מאריך מיט פיוטים און תפילות, ווייטער דער רמ"א בשם דער מהרי"ל, ג) האלטן דעם שופר ארויף ווייטער רמ"א בשם דער מהרי"ל, סימן נאך סימן.
אזוי אויך איז דא אן א שיעור מאל וואס דער הייליגער רמ"א פסק’נט ווי דער מהרי"ל נגד אנדערע פוסקים. איז דא עכ"פ א שטיקל סיבה אנצורופן דעם הייליגער רמ"א א תלמיד פונעם הייליגן מהרי"ל.
(אין די היינטיגע שפראך וואלט מען עס גערופן, ער האט האט שטארק פראמאוטעד תורת המרי"ל, כתבתי זאת רק לשבר את האוזן).
__
און דאס וואס איר שרייבט אז דער הייליגער רמ"א איז געווען 150 יאר נאכן מהרי"ל איז נישט אזוי מדוקדוק. דער מהרי"ל איז נפטר געווארן שנת קפ"ז. דער רמ"א איז נפטר געווארן של"ב (די זעלבע יאר ווי דער אר"י הקדוש). דאס איז 145 יאר.
ווי לאנג דער רמ"א האט געלעבט איז תלוי במחלוקת. דאס וואס מאנכע ווילן זאגן אז ער האט בלויז געלעבט 33 יאר איז לכאורה א טעות. ער איז לכאורה געווען אין די פופציגער יארן, אדער אפילו אין די זעכציגער יארן. קומט אויס אז ער איז געבוירן אין ר"ע אדער אין די ר"פ יארן וואס איז א קנאפע 100 יאר נאכן הסתלקות פונעם הייליגן מהרי"ל.
די מנהגי הרמ”א רופט זיך מנהגי עסטרייך און שפעטער מנהגי פולין. די דייטשע מנהגים רופט זיך מנהגי ריינוס (ע”ש דעם דייטשן רהיין טייך). די דייטשע גרעניץ שטעט ווי פיורדא זענען שוין נמשך געווארן נאך די אנדערע ארצות אשכנז אבער לדוגמא קהילת פראנקפורט דמיין איז מער ע”פ מנהגי המהרי”ל ווי דער רמ”א גופא.
זאת אומרת, דער רמ”א ברענגט אסאך דעם מהרי”ל אבער צו זאגן אז דאס איז ממש דאס, איז שוין נישט אינגאנצן אמת.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 303
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
יישר כח.
אבער ס'איז אייביג דא א כללות'דיגע בליק און א פרטית'דיגע, און קיין איינס איז נישט מער אמת ווי דאס צווייטע.
אבער ס'איז אייביג דא א כללות'דיגע בליק און א פרטית'דיגע, און קיין איינס איז נישט מער אמת ווי דאס צווייטע.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1907
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5272
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל, המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
@תינוק הבורחנקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 1:50 amוועלכע בקי רעדסטו פון?נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:53 amאיך האלט מיך פאר א בקי, און איך זאג אז ער איז א ראשון.
יצחק שילת פאררעכנט אים אלץ א ראשון. שלמה בניזרי פאררעכנט אים אלץ א ראשון. אברהם מאיר ווייס פאררעכנט אים אלץ א ראשון.
איך מיין אז עס איז א טעות דאס אים אנרופען אחרון.
יעצט זעה איך אז אויף ויקיפדיה ווערט ער גערופען א ראשון.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%92%D7%90
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1838
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל - המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:05 pm דער מהרי"ל איז אמאל אריינגעפאלן אין בעט מיט א געפערליכע מחלה ביז צו א מצב מסוכן. ער איז דעמאלט געווען רב אין שטאט מאיינץ, אין יונגן עלטער פון ארום דרייסיג יאר. ער איז געווען גאר אנגענומען און באליבט ביי אלע אידן אין שטאט.
עס איז געווען אינמיטן זומער פון יענעם יאר, און זעהנדיג דעם שווערן מצב פונעם רב, האבן אלע אידן זיך מקבל געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביז די הייליגע טעג, און יעדן ב' וה' ביים פאסטן איז מען געקומען אין בית המדרש בעטן תפילות ותחנונים אז דער בורא כל עולמים זאל אויסהיילן דעם רב.
די גרויסע התעוררות אין שטאט האט גע'פועל'ט די ישועה, און נאכדעם וואס דער מהרי"ל איז שוין געווען ממש אין א מצב פון גסיסה איז בדרך נס געקומען א רפואה שלימה און ער איז געווארן אויסגעהיילט אינגאנצן, און געלעבט נאך בערך דרייסיג יאר.
דער הייליגער מהרי"ל האט כל ימיו מכיר טובה געווען פאר די אידן אין שטאט וואס זייערע תפילות און תעניתים האבן עושה רושם געווען אין הימל און אים אויסגעבעטן.
לויט ווי זיין תלמיד ר' זלמן משטוטגוארא (דער כותב פון די מנהגי מהרי"ל) לייגט עס אראפ האט מען געטראפן דעם מהרי"ל באוואוסטלאז,, און פאר עטליכע טעג האט ער געשוועבט צווישן לעבן און טויט. די קהילה האט איינגעריסן פאר זיין רפואה, און באופן פלא איז ער ארויס מכלל סכנה. ר' זלמן זאגט אז דער מהרי"ל האט קיינמאל נישט דערציילט וואס איז געשען מיט אים אז ער איז געפאלן באוואוסטלאז.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1838
Re: רבי יעקב הלוי מולין ז"ל - המהרי"ל - כ"ב אלול קפ"ז
די מציבה פונ'ם מהרי"ל ליגט אין אנדערן ריכטונג ווי אלע מציבות אויפ'ן בית החיים אין ווירמייזא (למשל אלע מציבות זענען מיט'ן פנים צו מזרח, איז זיינס מיט'ן פנים צו דרום). די סיבה דערצו זאגט מען אז הארט נעבן דעם בית החיים איז געווען א קירכע, און דער מהרי"ל האט געבעטן מען זאל אים לייגן ארומגעדרייט ווייל ער וויל ליגן מיט'ן רוקן צו די קירכע... מען ווייזט אן אויף א געוויסע אלטע געביידע (וועלכע ווערט היינט גענוצט פאר דירות צו וואוינען) הארט נעבן דעם מויער פונ'ם בית החיים אז עס די געוועזענע קירכע. (עס קוקט טאקע אויס ווי א קירכע געביידע.)
די מציבת פונ'ם מהרי"ל (אונטן רעכטס) און די קירכע געביידע (אויבן לינקס):