אברהם היהודי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 8:21 pm
ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 8:02 pm
מנהיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 6:00 pm
ברעיקינג!!!
נאך יארן פון גרינטליכע און דורכדרינגליכע זוכענישן, ווערט באשטעטיגט אז די פאלגנדע פיש פארמאגן נישט אין זיך קיין שום חשש פון מייז, גענעטיק'ס וכדו':
blackfin tuna
bigeye tuna
longtail tuna
yellowfin tuna
skipjack tuna
mackerel
sardines
היתר אפעקטיוו באלד.
כ'בין נישט משיג וויפיל רשעות עס ליגט אונטערן היתר
סתם וויייטער צו קאנטראלירן די מענטשהייט, נישט זיי לאזן לעבן מיטן אייגענעם דעת. וואס איז דאס געבן יעצט התירים? מקען דען נישט באקומען אין אמעריקא די זעלבע שטרוי און בעבעלעך ווי אין גועטמאלע?
נאר ער ווייסט אז כדי צו אנצוהאלטן די קאנטראל מוז מען יעצט אביסל נאכלאזן. עלי' לצורך ירידה. ירדו לשאול ויתמו חטאים מן הארץ.
פוי!
לאמיר דיר מסביר זיין שטלדיר פאר א מען קומט און מען זאגט דיר א די גאנצע תורה וואס מען האט דיר גלערנעט איז פאלטש די וואלסט גחאפט א נארווין בראך די זעלבע זאך די יוצאי לב טהור ממילא מען הייבט אן מיט מתיר זיין איין זאך נאך דעם מיט א צוויטע זאל
שקר איין לו רגליים, און אויב איז עס שקר פון אנהויב דארף מען אנהייבן צו פיטערן אביסל אמת, נישט ווידעראמאל שקר.
איך בין באזונדער גערעגט ביז'ן הימל אויף דער ליסטע פיש דא. חמתי בערה בי.
לאמיר אנהייבן פון אלף.
1.
דזשענעטיקס איז נישט מעלה ומוריד אין כשרות פון פיש, שטייט אין די תורה כל אשר יש לו סנפיר וקשקשת אותו תאכלו, און ביי פיש דארף מען נישט קיין מסורה. נאר
ווילאנג די פיש האט סימנים איז עס כשר 100%. די תורה איז נצחיות, און טוישט זיך נישט בימי הגנטים. לא מצאנו גענעטיקס בכל התורה כולה. (און אויב איז מען חושש צו טומאת דזשינס, דארף מען לכאורה אויך חושש זיין ביי פלאנצונגען, דמאי שנא)
2. די שאלה שטאמט פון עופות (און בהמות לויט טייל פוסיקם) וואס מ'קען עסן נאר מיט א מסורה, ווייל א בריה מיט אן נייע DNA איז כאילו א פרישע בריה, און דערויף איז נישטא קיין מסורה.
דער עם הארץ הקורא לעצמו חכם האט געליינט אפאר פאשקווילן איבער די בראקל, און שוואך פארשטאנען וואס שטייט דארט, און עס גענוצט לדרות את עמו.
(ועכ"ז האלטן רוב פוסקי דורינו ודור הקודם אז אפילו הכי איז עס כשר לגמרי, ווילאנג די שינוים זענען אין לאבעטאריע ואכמ"ל. עי' בפולמוס הבראקל. און אויב איז דער שנוי נישט ניכר, און מ'קען נישט עכט דערקענען אינדרויסן, איז נאך צדדים להתיר. )
3. דאס אז די פיש זענען בכלל GMO איז
א נארישע זינלאזע קאנספיראציע, לא דובים ולא יער.... יא, מ'טוט אזוי אין לעבס, אבער אויפ'ן מארק איז אלעס רעגולירט און די גאנצע מעשה איז קיינמאל נישט געשען.
ובכן, דער "בירור" און פסק אויף די אדער יענע פיש איז ריין מעשה תעתועים, א פראבע צו בלייבן רעלעוואנט בחיי יוצאי לב טהור. תופר מחשבתו הרעה. (און דא הערן מיר אז איין פיש קען גאר האבן שאלות אין כשרות, ומכאן שכל המוסיף גורע)
טייערע ברידער! עסט פיש ווי אלע ערליכע אידן. איר קענט בלייבן יראים דורך נישט עסן ברוילער עופות און בהמה פלייש, ווי אנדערע ערליכע אידן טוען. אדער נישט עסן פלייש בכלל, נאר פיש. נאר סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה.