נייעס אין אמעריקע
Re: נייעס אין אמעריקע
דזשאבס מארקעט
אפּגעקילט נאר 187,000
דזשאבס צוגעקומען איו אוגוסט
אפּגעקילט נאר 187,000
דזשאבס צוגעקומען איו אוגוסט
Re: נייעס אין אמעריקע
וואשינגטאן – רעקארד ציפערן אימיגראנטן פאמיליעס זענען אריבערגעקומען די מעקסיקא-אמעריקע גרעניץ אין אוגוסט, לויט א נייע באריכט וואס איז ערשינען ענדע פאריגע וואך, נאכדעם וואס די רעגירונג האט פארארדענט צו עפענען מער ווי הונדערט טירן אינעם גרעניץ וואנט ביי אריזאנע. אלעס אינאיינעם זענען ארעסטירט געווארן דורך גרעניץ פּאטראל אגענטן מער ווי 91,000 אימיגראנטן וואס זענען אריבערגעקומען די גרעניץ אומלעגאל אין אוגוסט, וואס ברעכט דעם רעקארד פון איין מאנאט ארעסט
Re: נייעס אין אמעריקע
וואשינגטאן — פּרעזידענט קאנדידאט ניקי העילי האט אטאקירט די רעפּובליקאנער און דעמאקראטן פאר’ן האבן עלטערע פירער מיט טייל פון זיי ליידנדיג געזונטהייטס פּראבלעמען. זי האט זיך אנגערופן אז דער לעצטער עפּיזאד מיט’ן רעפּובליקאנער פירער מיטש מעקאנעל וואו ער איז אינמיטן רעדן ווידער געבליבן שטיין געפרוירן פאר א מינוט, איז א סימפּטאם פון א גרעסערן פּראבלעם אין קאנגרעס. טייטלנדיג צו די 90’יעריגע סענאטארשע דייענא פיינסטיען האט זי אנגעוויזן אז די עלטערע דארפן זען אז יונגערע פירער זאלן איבערנעמען צו טאן די ארבעט פאר’ן יונגן דור
Re: נייעס אין אמעריקע
וואשינגטאן — די גאז פּרייזן ווערן ווידער אן אינפלאציע פּראבלעם פאר די אמעריקאנער קאנסומער און א פּאליטישער פּראבלעם פאר פּרעזידענט ביידען. די פּרייזן זענען צוריק ארויפגעגאנגען טראץ ווייניגער פארלאנג און עטוואס נאכגעלאזטע אינפלאציע. דאס קען ווערן צוריק אן אישו אין די 24’ וואלן. ווען ביידען איז געווארן פּרעזידענט איז גאז געווען דורכשניטליך 2.4$ א גאלאן. צו דעצעמבער 21’ איז עס ארויף צו 3$. אין יוני 22’ האט עס דערגרייכט א שפּיץ פון 5.06$, די העכסטע אין רעקארד, און ס’איז נאכדעם אראפּ צו 4$. דאס יאר איז עס צוריק ארויף העכער וואו ס’איז געווען איידער ביידען איז אריין אין אפיס
Re: נייעס אין אמעריקע
פּרעזידענט ביידען האט געזאגט אז ער איז נישט ברוגז אז פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס איז נישט געקומען אים באגריסן ווען ער איז אנגעקומען באטראכטן די האריקעין שאדנס שבת
Re: נייעס אין אמעריקע
23 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן ווען א קאר האט אריינגעקראכט אין א רעסטוראנט אין טעקסאס.
Re: נייעס אין אמעריקע
א ארעסטאנט דענעלא קאוועלסענטא איז אנטלאפן פון א טורמע און פענסילוועניע,
ער איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע תפיסה צוליב א מערדעריי
א מאסיווע זוכעניש קומט פאר נאך אים
ער איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע תפיסה צוליב א מערדעריי
א מאסיווע זוכעניש קומט פאר נאך אים
Re: נייעס אין אמעריקע
היינט דינסטאג עפנט זיך די א אימפיטשמענט פראצעס אין די טעקסאס סטעיט סענאט אויף סטעיט אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן (ר)
Re: נייעס אין אמעריקע
יונייטעד לופטליניע האט פארארדנט א נאציאנאלע גראונד סטאפ, און אלע אירע פליגערס בלייבן צייטווייליג אומבאנוצט צוליב עקוויפמענט קורצשלוסן און מאלפונקציעס.
Re: נייעס אין אמעריקע
א פרישע אורטייל פון 22 יארע און טורמע פאר א געוועזענע פראוד בויס פירער, איז היינט געאורטיילט געווארןווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:32 pm א געוועזענע פירער פון די עקסטרעם-רעכטע 'פראוד בויס' גרופע איז פאראורטיילט געווארן צו 17 יאר טורמע פאר זיין ראלע אין די קעפיטאל אומריען
דער 39-יעריגער דזשאסעף ביגס פון פלארדיא האט באקומען אביסל ווייניגער ווי די 18 יאר טורמע וואס א ריכטער האט געגעבן פאר'ן 'אוט קיפערס' גרינדער סטוערד ראודס. ביגס איז געווארן אנגעקלאגט מיט גאר הארבע קלאגעס אויף באשולדיגונגן אז ער איז געשטאנען אין שפיץ פון גרופע מיטגלידער ביים גיין צו די קעפיטאל, אן אויף רעדן מיט די ערשטע ראיאטירער וועלכע האט דורכגעבראכן פאליציי באריקאדעס מינוטן בעפאר ער האט עס דורכגעבראכן
Re: נייעס אין אמעריקע
#הייל זיגניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 7:34 pmא פרישע אורטייל פון 22 יארע און טורמע פאר א געוועזענע פראוד בויס פירער, איז היינט געאורטיילט געווארןווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:32 pm א געוועזענע פירער פון די עקסטרעם-רעכטע 'פראוד בויס' גרופע איז פאראורטיילט געווארן צו 17 יאר טורמע פאר זיין ראלע אין די קעפיטאל אומריען
דער 39-יעריגער דזשאסעף ביגס פון פלארדיא האט באקומען אביסל ווייניגער ווי די 18 יאר טורמע וואס א ריכטער האט געגעבן פאר'ן 'אוט קיפערס' גרינדער סטוערד ראודס. ביגס איז געווארן אנגעקלאגט מיט גאר הארבע קלאגעס אויף באשולדיגונגן אז ער איז געשטאנען אין שפיץ פון גרופע מיטגלידער ביים גיין צו די קעפיטאל, אן אויף רעדן מיט די ערשטע ראיאטירער וועלכע האט דורכגעבראכן פאליציי באריקאדעס מינוטן בעפאר ער האט עס דורכגעבראכן
#לאנג לעבן צו אונזער באנענע רעפאבליק
#דער לעצטער זאל געדענקען אויסלעשן די לעקטער
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9976
Re: נייעס אין אמעריקע
ענריקא טאריא וואס גייט שמאכטן די רעסט אף היס לייףניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 7:34 pmא פרישע אורטייל פון 22 יארע און טורמע פאר א געוועזענע פראוד בויס פירער, איז היינט געאורטיילט געווארןווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:32 pm א געוועזענע פירער פון די עקסטרעם-רעכטע 'פראוד בויס' גרופע איז פאראורטיילט געווארן צו 17 יאר טורמע פאר זיין ראלע אין די קעפיטאל אומריען
דער 39-יעריגער דזשאסעף ביגס פון פלארדיא האט באקומען אביסל ווייניגער ווי די 18 יאר טורמע וואס א ריכטער האט געגעבן פאר'ן 'אוט קיפערס' גרינדער סטוערד ראודס. ביגס איז געווארן אנגעקלאגט מיט גאר הארבע קלאגעס אויף באשולדיגונגן אז ער איז געשטאנען אין שפיץ פון גרופע מיטגלידער ביים גיין צו די קעפיטאל, אן אויף רעדן מיט די ערשטע ראיאטירער וועלכע האט דורכגעבראכן פאליציי באריקאדעס מינוטן בעפאר ער האט עס דורכגעבראכן
Re: נייעס אין אמעריקע
זיי האבן געארבייט צו פיילן 2 מאוישענס אז די אימפיטשמענט קלאגעס זאל ווערן ארויסגעווארפן אבער ביידע איז געווארן אפגעווארפן
Re: נייעס אין אמעריקע
אויפברויז נאך וואס עלעמענטרי סקול אין מערילאנד צווינגט דריטע-קלאס קינדער צו גיין מיט מאסקעס וועגן קאוויד
Re: נייעס אין אמעריקע
מאסיווע זוכערייען גייען אן און וואשינגטאן די סי נאך וואס א מערדער האט באוויזן צו אנטלויפן פון א טורמע
Re: נייעס אין אמעריקע
א פאליטיקאנט אין מינעסאוטע וואס האט געריפן צו דיפאנדען די פאליס איז שטארק צישלאגן געווארן אין א קארדזשעקינג..
יא יא יעצט רעדט זי שוין לכאורה אביסל אנדערש
יא יא יעצט רעדט זי שוין לכאורה אביסל אנדערש
Re: נייעס אין אמעריקע
די איי-אר-עס, אונטערגעשטיצט מיט פעדעראלע פינאנציעלע הילף זאגט אז זי טוט אונטערנעמען א מיסיע זיך צו נעמען איבער 1,600 מיליאנערן און 75 גרויסע ביזנעס קארפאראציעס וועלכע זענען שולדיג הונדערטער מיליאנען שטייער.
Re: נייעס אין אמעריקע
אין ליכט פון שטייגענדע גאן געוואלדטאטן האט ניו מעקסיקא גאווארנער מישעל לוהאן גרישעם ארויסגעגעבן אן עמערדזשענסי ארדער פאר ווייניגסטנס 30 טעג, אין וועלכע זי פארבאט צו טראגן ביקסן אין פובליק אין אלבוקערקי, די גרעסטע שטאט אין ניו מעקסיקא.
Re: נייעס אין אמעריקע
גאן אקטיוויסטן אין לאנד האבן פארדאמט די גאווערנער זאגענדיג אז זי האט נישט קיין רעכט צו סוספענדירן די קאנסטיטוציע. לאקאלע פאליטיקאנטן האבן גערופן פאר אימפיטשמענט פראצעדורן.