בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אן אדוואקאט וועלכער איז געגאנגען זיך טרעפן מיט אן ארעסטאנט אין רייקערס איילענד, איז פארהאלטן געווארן אין א טורמע צעל פאר עטליכע שעה, ווען א שמעק הונט האט אויפגעכאפט עפעס פארדעכטיגט אין זיינע פאפירן, און א טעסט דערויף האט געוויזן אז עס אנטהאלט שעדליכע דראג מאטריאל.
דער לויער איז אנגעקלאגט געווארן דערויף, אבער א טאג בעפאר די געריכט איז צוריקגעקומען די גרינטליכערער טעסט וואס האט אויפגעוויזן די ערשטע באשולדיגונג אלס פאלש.

דער לויער זאגט אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אזא טעות פאסירט אין רייקעס, און אז זיין רעפוטאציע איז שווער געשעדיגט געווארן פון דער אינצידענט, און ער גרייט זיך רייך צו ווערן אויפן חשבון די טעות.
03met-rikers-lawyer-wmkv-superJumbo.jpg
03met-rikers-lawyer-wmkv-superJumbo.jpg (277.15 KiB) געזען געווארן 663 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

טראץ די מעסעדזש פון טראמפ נעכטן אז היינט 12:00 וועלן די טאריפ'ס אריינגיין אין קראפט, נאך די ענדע פון דער ניינצעג טאג דעדליין, האט קאמערץ סעקרעטאר לוטניק געמאלדן אז די דעדליין איז אפגעשטופט געווארן צו אוגוסט 1, צו געבן א געלגנהייט פאר נאך לענדער צו שליסן אן אפמאך.
unnamed - 2025-07-07T100112.817.png
unnamed - 2025-07-07T100112.817.png (250.13 KiB) געזען געווארן 656 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

קער קאונטי, טעקסאס: קעמפ מיסטיק האט געמאלדן אז אמווייניגסטנס 27 סטודענטן און שטאב זענען באשטעטיגט אלס אומגעקומען אין די פארפלייצונגען, בעת כאטש צען ווען נאך געזוכט.

ארום 165 סטודענטן און איינגעשטעלטע זענען עוואקואירט געווארן דורך העליקאפטער, א מיידל איז געפונען געווארן לעבעדיג נאכן שווימען אויף א מאטראץ פאר שעות, און א מאמע און איר זון זענען געראטעוועט געווארן דורכן זיך אנהענגן אויף א בוים ביז הילף איז אנגעקומען.
קעמפ מיסטיק
קעמפ מיסטיק
unnamed - 2025-07-07T095444.980.jpg (241.59 KiB) געזען געווארן 655 מאל
unnamed - 2025-07-07T095645.572.jpg
unnamed - 2025-07-07T095645.572.jpg (490.03 KiB) געזען געווארן 655 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

טראמפ איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון דער געוועזענער בראזיליאנער פרעזידענט יאיר באלסענערא, וועלכער שטייט אויס א געריכט איבער אן אנגעבליכער פרואוו צו אומווארפן די רעגירונג, און א צוגאב באשולדיגונג אויף פירן א שפיאנאזש רינג, ווען טויזנטער פון זיינע שטיצער פראטעסטירן אין די גאסן.

טראמפ שרייבט אז באלסענערא איז געווען א שטייפער פירער וואס האט געזוכט די טובה פון זיין לאנד, און אז די געריכטליכע אנקלאגעס זענען א פאליטישער שפיל, פונקט ווי די קלאגעס קעגן אים.

דאס איז שוין די צווייטע פאל אין די לעצטע וואך ווען טראמפ גיבט זיין שטיצע פאר רעכטע פירער וועלכע שטייען אויס געריכטליכע סקאנדאלן, נאכדעם וואס ער האט פאריגע וואך אראפגעריסן מדנ"י'ס יוסטיץ דעפארטמענט פארן קלאגן ביבי'ן.
unnamed - 2025-07-07T110645.447.png
unnamed - 2025-07-07T110645.447.png (1.42 MiB) געזען געווארן 629 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער רוסישער טראנספארט מיניסטער רומאן סטאראוואט איז געפונען געווארן טויט פון א גאן-שאט וואונד, שעות נאכדעם וואס פוטין האט אים אויפגעזאגט פון אמט, אן אנגעבן א סיבה דערצו.
די רוסישע רעגירונג זאגט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן...
unnamed - 2025-07-07T110953.png
unnamed - 2025-07-07T110953.png (833.19 KiB) געזען געווארן 625 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א באוואפנטער פארשוין האט געעפנט פייער אויף א גרעניץ פאטראל געביידע אין טעקסאס, פארוואונדענדיג צוויי אפיצירן און אן ארבעטער אינעם געביידע. אגענטן האבן גלייך צוריקגעשאסן און אים אומגעברענגט.
unnamed - 2025-07-07T133009.644.jpg
unnamed - 2025-07-07T133009.644.jpg (171.15 KiB) געזען געווארן 590 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

טעסלא סטאקס זענען היינט געפאלן מיט נאנט צו אכט פראצענט, נאכפאלגנדיג די גרינדונג פון מאסק'ס נייע 'אמעריקע' פארטיי.
unnamed - 2025-07-07T133708.755.png
unnamed - 2025-07-07T133708.755.png (74.64 KiB) געזען געווארן 587 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א מיזעלס אויסברוך לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן האט געגרייכט א 33 יעריגער רעקארד. ספעציעל פלאגט זיך טעקסאס מיט אן אויסברוך קאנצעטרירט אין א רייע קאונטיס.
-1x-1 (1).jpeg
-1x-1 (1).jpeg (119.76 KiB) געזען געווארן 581 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מדנ"י דעפענס מיניסטער כץ זאגט אז ער ארבעט אויף א פלאן צו אוועקשטעלן 'הומאניטערישע שטעט' אין עזה, אין די רפיח געגנט. דער געגנט וועט לויטן פלאן אקאמאדירן ארום 600,000 פאלעסטינער, וועלכע וועלן ווערן אונטערזוכט פון פאראויס, צו פארמיידן טעראריסטן פון זיך באזעצן דארט.
unnamed - 2025-07-07T135234.png
unnamed - 2025-07-07T135234.png (1.41 MiB) געזען געווארן 567 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 11:17 am דער רוסישער טראנספארט מיניסטער רומאן סטאראוואט איז געפונען געווארן טויט פון א גאן-שאט וואונד, שעות נאכדעם וואס פוטין האט אים אויפגעזאגט פון אמט, אן אנגעבן א סיבה דערצו.
די רוסישע רעגירונג זאגט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן...
unnamed - 2025-07-07T110953.png
לויט די טיימס איז דער מיניסטער געשטאנען אין שפיץ פון די קורסק רעגירונג, ביז עטליכע חדשים בעפאר אוקריינע האט אינוואדירט. עטליכע ארטיגע רעגירונג באאמטע זענען שוין ארעסטירט געווארן זינט די קורסק אינוואזיע אויף באשולדיגונגען פון פארוואסערן געלטער וואס האבן געדארפט גענוצט ווערן פאר גרעניץ פארטיידיגונג זיכערהייט.

דאס קען מעגליך ערקלערן פארוואס דער מיניסטער האט פלוצלינג באקומען חשק צו באגיין זעלבסטמארד...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די אוקריינע מיליטער ווערט געזען לעצטנס זיך באנוצן מיט פישער נעצן, אין א פרואוו זיך צו באשיצן פון רוסישע אטאקיר דראונס.
unnamed - 2025-07-07T141916.206.png
unnamed - 2025-07-07T141916.206.png (359.21 KiB) געזען געווארן 544 מאל
unnamed - 2025-07-07T141910.926.png
unnamed - 2025-07-07T141910.926.png (400.99 KiB) געזען געווארן 544 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די ווייסע הויז: מיטל-מזרח שליח סטיוו וויטקאף וועט אפרייזן קיין דאהא, קאטאר, שפעטער אין וואך, צו אנטיילנעמען אין די פארהאנדלונגען איבער א משכונות דיעל.

די ערשטע טאג פון פארהאנדלונגען האט זיך געענדיגט אן קיין ערנסטע דורכברוכן, אבער באאמטע זענען אפטימיסטיש אז מען וועט גרייכן פארשטענדעניש.
unnamed - 2025-07-07T142236.165.png
unnamed - 2025-07-07T142236.165.png (847.95 KiB) געזען געווארן 532 מאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2814
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6138

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פשוט און גראד »

א דאנק דעם רבש"ע

א ריכטער האט יעצט באשטעטיגט די באפרייאונג פון ר‘ בנימין קובאני פון לעיקוואוד נאכן ארעסטירט ווערן אויף אומבאזירטע קלאגעס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 3:25 pm א דאנק דעם רבש"ע

א ריכטער האט יעצט באשטעטיגט די באפרייאונג פון ר‘ בנימין קובאני פון לעיקוואוד נאכן ארעסטירט ווערן אויף אומבאזירטע קלאגעס.
נישט אינגאנצן באפרייט, ארויסגעלאזט ביזן קומענדיגן געריכט דאטום, August 18.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א רעסטוראנט אין יוטא האט עקספלאדירט אין פלאמען פרייטאג צונאכטס, ווען א קאר האט אריינגעקראכט אינעם געביידע, און געשעדיגט די גאז ליניעס, פירנדיג צום אויפרייס. די צוויי פאסאנזשירן האבן באצייטנס עוואקואירט, און עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע.
unnamed - 2025-07-07T154724.076.png
unnamed - 2025-07-07T154724.076.png (393.43 KiB) געזען געווארן 475 מאל
די געביידע נאכן אויפרייס
די געביידע נאכן אויפרייס
unnamed - 2025-07-07T155309.267.png (1017.33 KiB) געזען געווארן 475 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

קער קאונטי אפדעיט:
  • טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
  • דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
  • טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
  • א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg (201.98 KiB) געזען געווארן 422 מאל
רעטונגס העליקאפטער ביי די ארבעט
רעטונגס העליקאפטער ביי די ארבעט
07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg (46.43 KiB) געזען געווארן 422 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אין די לעצטע טעג האט די טערקישע ארדוען רעגירונג ארעסטירט דריי מעיארן פון די דרום טערקיי ראיאנען,וועלכע געהערן צו די אפאזיציע פארטיי, אויף אנגעבליכע קארופציע קלאגעס. דאס קומט נאכדעם וואס דער מעיאר פון אינסטאנבול איז ארעסטירט געווארן פריער אין יאר, אינאיינעם מיט צענדליגער אנדערע שטאטישע באאמטע אפיליאירט מיט די אפאזיציע.
unnamed - 2025-07-07T210309.421.png
unnamed - 2025-07-07T210309.421.png (445.93 KiB) געזען געווארן 403 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יעצט פארנאכטס האט טראמפ געהאלטן נאכטמאל מיטן מדנ"י פ"מ נתניהו. ביבי האט דערלאנגט פאר טראמפ די פאפירן וואו ער נאמינירט אים פאר די נאבעל שלום פרייז.
unnamed - 2025-07-07T211214.086.png
unnamed - 2025-07-07T211214.086.png (913.96 KiB) געזען געווארן 380 מאל
unnamed - 2025-07-07T211302.864.png
unnamed - 2025-07-07T211302.864.png (240.47 KiB) געזען געווארן 380 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

טראמפ האט געמאלדן אז אמעריקע וועט צוריק באנייען די וואפן שיפמענטס קיין אוקריינע. דאס קומט נאך א טעלעפאן רוף וואס ער האט געהאט מיט פוטינ'ען, פון וועלכע ער איז געווען זייער אנטוישט, ווי ער האט נאכדעם געזאגט פאר רעפארטער.
unnamed - 2025-07-07T211821.396.png
unnamed - 2025-07-07T211821.396.png (876.31 KiB) געזען געווארן 378 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט בריוון צו א רייע לענדער, זיי איינמעלדנדיג איבער די טאריפס וועלכע גייען אריין אין אפעקט, דעם קומענדיגן אוגוסט 1.

צווישן זיי ציילן זיך יאפאן, דרום קארעא,דרום אפריקע, מאלאזיע, טיילאנד און נאך. די שטייער ראטעס לויפן צווישן 40 און 25 פראצענט.
unnamed - 2025-07-07T215303.748.png
unnamed - 2025-07-07T215303.748.png (406.12 KiB) געזען געווארן 362 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1861
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3295

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 8:29 pm קער קאונטי אפדעיט:
  • טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
  • דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
  • טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
  • א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg
זשאסט פאר די רעקארד, די נייע שניטן זענען אריין אין אפעקט לכל היותר יולי 4, די פארפלייצונג האט זיך אנגעהויבן אינעם זעלבן טאג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 10:32 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 8:29 pm קער קאונטי אפדעיט:
  • טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
  • דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
  • טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
  • א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg
זשאסט פאר די רעקארד, די נייע שניטן זענען אריין אין אפעקט לכל היותר יולי 4, די פארפלייצונג האט זיך אנגעהויבן אינעם זעלבן טאג.
מ'רעדט נישט פון די יעצטיגע ביל, נאר פון דאדזש. צי מאסק האט טאקע אוועקגענומען פאנדינג פון זיי איז אנאנדער מעשה...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א טראפישער שטורעם האט אנגעברענגט מאסיווע פארפלייצונגען אין נארט קאראליינע, פארדעקנדיג הייזער אין געוויסע געגנטער. איין פאטאליטעט איז באריכטעט געווארן.
unnamed - 2025-07-08T010125.png
unnamed - 2025-07-08T010125.png (738.03 KiB) געזען געווארן 357 מאל
unnamed - 2025-07-08T010223.png
unnamed - 2025-07-08T010223.png (1.96 MiB) געזען געווארן 357 מאל
unnamed - 2025-07-08T010239.167.png
unnamed - 2025-07-08T010239.167.png (771.67 KiB) געזען געווארן 357 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

טראפישע שטורעם Chantal אין נארט קאראליינע.
unnamed - 2025-07-08T010954.png
unnamed - 2025-07-08T010954.png (1.04 MiB) געזען געווארן 357 מאל
unnamed - 2025-07-08T011335.289.png
unnamed - 2025-07-08T011335.289.png (687.18 KiB) געזען געווארן 357 מאל
unnamed - 2025-07-08T011327.344.png
unnamed - 2025-07-08T011327.344.png (1 MiB) געזען געווארן 357 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אמווייניגסטנס 11 זענען אומגעקומען פון פאליצייאישע קוילן, און צענדליגער פארוואונדעט, אין נייראבי, קעניע, וואו די 'סאבא סאבא' אנטי-גאווערמענט פראטעסטן און טויטליכע געשלעגן מיט די רעגירונג'ס קרעפטן זענען ארויס פון קאנטראל.

'סאבא סאבא' טייטשט זיך איבער 7/7, און רעפערירט צו די יולי 7 דאטום, ווען עס זענען פארגעקומען ריזיגע פראטעסטן קעגן די רעגירונג אום 90', וואס האט געפירט צו א צוויי-פארטיי רעגירונג אום 91'.
unnamed - 2025-07-08T011917.236.png
unnamed - 2025-07-08T011917.236.png (1.11 MiB) געזען געווארן 355 מאל
unnamed - 2025-07-08T011936.305.png
unnamed - 2025-07-08T011936.305.png (763.36 KiB) געזען געווארן 355 מאל
image-1200x600 - 2025-07-07T160752.716 (1).jpg
image-1200x600 - 2025-07-07T160752.716 (1).jpg (203.34 KiB) געזען געווארן 355 מאל
שרייב פאוסט