זיבן איז די נומער וואס רעפרעזענטירט די בריאה. יעדע זאך אויף די וועלט האט פיר זייטן, אויבן און אונטן, און די נקודת הרוחניות אינמיטן, וואס גיבט עס חיות [היינט וואלט מען געזאגט די אטאם, אזא סארט נקודה]צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 12:05 pm ס'קען זיין צוויי סיבות פארוואס די עולם (וגם אני בתוכם, אן צי וויסען אז די עולם פיקט אינ-גרויסען 7) פיקט די נאמבער זיבען,
די ערשטע איז מער א רוחניות'דיגע סיבה, ווייל זיבען איז שבת, ס'דא זיבען הימלען, ד''ג איז בגמי' זיבען, זיבען וואכען פון ספירה וכו' וכו' זאכען אין אידשקייט וואס האבען צוטועהן מיט 7.
ואגב, דאס איז פארוואס אכט רעפרעזענטירט חוץ מן הטבע, עלמא דאתא, וכו', שמיני עצרת, און אזוי ווייטער. ועי' במהר"ל.