אויף דאס וואס זיי קאלן אויפן טעלעפאון, קען מען נישט ארויסנעמען קיין ריסטרעינינג ארדער?
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר יא, און אפשר וועט מען טאקע, לא ידעתי. איך געטרוי הרב ר’ יואל יהושע העשיל בלום און הרב ר’ אברהם גרינהוט.
און דא קומט זיך א געזונטן ציפ פאר די געציילטע וועלכע האלטן אז הרב בלום און הרב גרינהוט זענען צו שארף... דו שוטה משוטה ווייסט נישט מיט וועמען דו דיעלסט! דו ווייסט נישט וואס א קולט באדייט! דו ווייסט גארנישט. ביטע זיי נישט מחריב! די עסקנים, זיי ווייסן גוט וואס זיי טוען! די זרוע נטויה איז א מוז!
איך ווייס פאר א פאקט אז איין אויבער חכם וואס פארשטייט גאנץ קנאפ צו קולטן האט דא מיט א פאוסט זיינער אפגעהאלטן 3 פרויען פון ארויספארן פון גואטאמאלע. יא יא, א תמימישער פאוסט פון א תמים וואס מיינט גוטס! לאזט די מבינים דיעלן דערמיט! דו ווייסט נישט וואס א קולט באדייט און דו ווייסט נישט וויאזוי צו דיעלן דערמיט! איזה חכם המכיר את מקומו! טו נישט קיין בערישע טובות!
לסיכום, זייט נישט קיין נערנים, נאר הרב בלום און נאר הרב גרינהוט האבן ציווארפן דעם קולט. זיי זענען די מלומדים אין די דרכי הקולט הארורה און נאר זיי זענען מלומד אין די תכסיסי מלחמה! קענסט זיין א וואוילער איד ביי דיך אין די ד’ אמות, מאך נישט חרוב אין עפעס וואס דו פארשטייסט נישט!
וואס וויל איך דא? אה... אז הרב בלום און הרב גרינהוט וועלן ווייטער גיידן וויאזוי זיך צו באגיין מיט דעם נייעם אנשיקעניש און מגייט דאס מסדר זיין על צד היותר טוב. אדער מיט גוטן (אזויווי מהאט זיך שוין שטילערהייט פארשטענדיגט מיט עטליכע שפיץ פירער פון די הנהלה) אדער וועט עס גיין מיט בייזן. הרב בלום און הרב גרינהוט זענען די וועטעראן מלומדים דא און מיר גייען זיי עס לאזן דרייוון ווייטער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 707
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מוצאי שבת איז דאך א ענין צו פארציילן ספורי צדיקים פון די יארצייטן.
די וואך מיטוואך י"ג תמוז איז די יארצייט אין קהילת לב טהור.
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
די וואך מיטוואך י"ג תמוז איז די יארצייט אין קהילת לב טהור.
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איין נקודה זאגט ער אז זיין שוועסטער וואס זי איז 18 יאר האלט און זי האט איין קינד א בייבי פון 10 מאנט'ס
וואס זי איז אנגעקומען אין קנדה, האט באקומען א טלפון פון בבל פון ריש מתיבתא זי זאל זיך צוריק אנטהון די קליידער פון לב טהור נאך וואס זי האט זיך שוין געטוישט פאר אפאר וואכן.
נאך זאגט ער אז פון ווען די חכם איז ארויס פון לאך, גיבט ער ווייטער דרשות מ'זאל זיך פייטן מיטן גאווערמענט פון גוואטעמאלע, אפילו די קינדער זאלן בלייבן אין די שעלטרס אדער ווערן גויים ווייל "חייך קודמים".
און אז די אלטע מיטגלידער פון לב טהור וועלן קיינמאל נישט אויפגעבן.
אויך אז מדארף ויכטיג העלפן ווי מער אז א משפחה וויל שוין יא ארויס קומען, ווייל זיי מאכן אלעס וואס זיי קענען כדי די משפחות זאלן צוריק ציהען, און בלייבן אין גוואטעמאלע.
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 644
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס עפעס י"ג תמוז?כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 2:10 am מוצאי שבת איז דאך א ענין צו פארציילן ספורי צדיקים פון די יארצייטן.
די וואך מיטוואך י"ג תמוז איז די יארצייט אין קהילת לב טהור.
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נולד בן זכר נתרפאו כל המשפחה.
פון גואטעמאלא קומט אריין די פרייליכע בשורה איבער דעם געבורט פונעם ערשטן יונגעלע, א בכור, ביי האברך שניאור זלמן לעווי, חתן מנחם מענדל אלטער, וואס סיי די טאטע און סיי די מאמע געפינען זיך נאך ליידער אין שעלטער דערווייל, און די מאמע האט זיך געציילט צווישן די ניין פארכאפטע פרויען וועלכע זענען נישט לאנג צוריק אפגעפינען געווארן, און אצינד האט זי בשעטומ"צ אראפגעברענגט א לעכטיגע נשמה'לע אויף דער וועלט, זיך געפינענדיג אין שפיטאל אין פארזיכערטע אומשטענדן אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים און נוירסעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די עלטערן זאלן זעהן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד ברוחניות ובגשמיות, און די שמחה זאל בקרוב ערגענצט ווערן בשלימות מיט די שנעלע באפרייאונג פון ביידע עלטערן געזונט און שטארק.

שקיעה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 147
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי וועט זיין די ברית? וואכנאכט? שלום זכר? פדיון הבן?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 5:12 pm נולד בן זכר נתרפאו כל המשפחה.
פון גואטעמאלא קומט אריין די פרייליכע בשורה איבער דעם געבורט פונעם ערשטן יונגעלע, א בכור, ביי האברך שניאור זלמן לעווי, חתן מנחם מענדל אלטער, וואס סיי די טאטע און סיי די מאמע געפינען זיך נאך ליידער אין שעלטער דערווייל, און די מאמע האט זיך געציילט צווישן די ניין פארכאפטע פרויען וועלכע זענען נישט לאנג צוריק אפגעפינען געווארן, און אצינד האט זי בשעטומ"צ אראפגעברענגט א לעכטיגע נשמה'לע אויף דער וועלט, זיך געפינענדיג אין שפיטאל אין פארזיכערטע אומשטענדן אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים און נוירסעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די עלטערן זאלן זעהן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד ברוחניות ובגשמיות, און די שמחה זאל בקרוב ערגענצט ווערן בשלימות מיט די שנעלע באפרייאונג פון ביידע עלטערן געזונט און שטארק.
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 644
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זי איז אין שעלטער? מען האט דא געמאלדן אז די ניין פארכאפטע גייען נישט גיין אין שעלטערסענס אף יומער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 5:12 pm נולד בן זכר נתרפאו כל המשפחה.
פון גואטעמאלא קומט אריין די פרייליכע בשורה איבער דעם געבורט פונעם ערשטן יונגעלע, א בכור, ביי האברך שניאור זלמן לעווי, חתן מנחם מענדל אלטער, וואס סיי די טאטע און סיי די מאמע געפינען זיך נאך ליידער אין שעלטער דערווייל, און די מאמע האט זיך געציילט צווישן די ניין פארכאפטע פרויען וועלכע זענען נישט לאנג צוריק אפגעפינען געווארן, און אצינד האט זי בשעטומ"צ אראפגעברענגט א לעכטיגע נשמה'לע אויף דער וועלט, זיך געפינענדיג אין שפיטאל אין פארזיכערטע אומשטענדן אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים און נוירסעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די עלטערן זאלן זעהן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד ברוחניות ובגשמיות, און די שמחה זאל בקרוב ערגענצט ווערן בשלימות מיט די שנעלע באפרייאונג פון ביידע עלטערן געזונט און שטארק.
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 707
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווייל דאן האט ער זיך גע'טובל'ט אין טייך.ChatGPT האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 5:08 pmפארוואס עפעס י"ג תמוז?כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 2:10 am מוצאי שבת איז דאך א ענין צו פארציילן ספורי צדיקים פון די יארצייטן.
די וואך מיטוואך י"ג תמוז איז די יארצייט אין קהילת לב טהור.
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
איך פארשטיי נישט די פראגע.
-
לעבער אייער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 276
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 1236
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היינט נאכט פראוועט מען אין קאנטרי ביי יענקי שווימער א בר מצווה פאר הבחור מענדי קעניג (מלכא) בן ר' יואל וואס איז געוואָרן 13 אפאר וואכן צירוק אין גאטאמאלא און דערנאך ארויס געקומען מיט זיין שוועסטער (אשת ר' מתתיהו).
אראנדזשירט דורך ר' אברהם גריהוט.
אראנדזשירט דורך ר' אברהם גריהוט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אז מ'רעדט פון סיפורי צדיקים, קען מען אפשר דערמאנען א ד"ת אויך, וואס איז אפשר נאך נוגע ביז היינט:כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 2:10 am מוצאי שבת איז דאך א ענין צו פארציילן ספורי צדיקים פון די יארצייטן.
די וואך מיטוואך י"ג תמוז איז די יארצייט אין קהילת לב טהור.
אבער איך קען נישט פארשטיין אויב יעדער מוז העלפן, ווייל ער איז בגדר 'רעך', ווער זענען די ע"ר?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די מצב האלט יעצט ב"ה אז ...כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 2:10 am
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
די גוטע נייעס איז אז נאר 2 קינדער פון צווישן 116 מענטשן וואס האבן פארלאזט ל"ט זינט דעם איבערפאל, זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל. נעכטן, האבן די ציונים זיך מודה געווען קבל עם ועדה אז נאר צוויי איינציגע קינדער האבן געבעטן הילף פון זיי, פון נאר 4 משפחות אינגאנצן!! ( א חוץ פון הגה"צ ר' אלעזר וואס וועט באפרייט ווערן אי"ה בקרוב).
האט אזוי זאגט די שוועסטער פון דעם 'ויען שאול' שליט"א (אפיציעל פובליקירט געווארן אין כנסת המינים וועבזייט): * יש מאבקים של קבוצות להביא אותם למדינות אחרות, וצריך להיות ... כדי שלא יזלגו למדינות אחרות *
אונז ווייסן מיר קלאר אז אלע אנדערע זענען אויפגענומען געווארן אין אמעריקע אדער קנאדא דורך אידן מיט ווארעמע הערצער! טייערע ברידער שטארקט אייך! דעי אידן און דער היימישער עולם אין אמעריקע האבן ענק זייער ליב! דער אויבערשטער פארלאזט קיינעם נישט, בפרט איינער וואס וויל בלייבן מיט איהם.
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1421
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 14268
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נעכטן נאכט איז געפראוועט געווארן א הערליכע שמחת הבר מצוה פון הב' מענדל מלכא נ''י, צוגעשטעלט דורך הנגיד ר' יענקי שווימער נ''י און אראנדשירט דורך העסקן הנגיד ר' אברהם גרינהוט נ''י, בהשתתפות פון אלע יוצאים אוו די געטרייע עסקנים.
מענדל נ''י איז געווארן 13 אין די שעלטער אבער א בר מצוה האט ער ליידער נישט געהאט, נעכטן האט מען דאס ב'''ה משלים געווען אויף גאר א הערליך מלכות'דיגע פארנעם.
דער דיין הרה''ג ר' עזרא משה כיירא שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט רירנדע דיבורים און געשילדערט די מצב און די שעלטערס, וואס איז שוין געטון געווארן און וואס עס דארף נאך געטון ווערן, דער דיין האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מסירת נפש וואס די קינדערלעך האבן געהאט אין די שעלטערס זיך צו האלטן ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו טראץ די שווערע נסיונות וויילנדיג ציווישן גוים. און ווי הכרת פניהם מעידים אז זיי האבן ב''ה מצליח געווען זיך צו האלטן.
דאן האט דער בר מצוה בחור אנגעהויבן רעדן דברי תורה און מען האט ארינגעזינגען כנהוג, און זיך אויסגעלאזט אין התרגשות'דיגע ריקודין.
מיט שירה וזמרה האט מהנה געווען חברת שירה אינאיינעם מיט הבעלי מנגנים ר' יואל גרינפעלד הי''ו און ר' שמעון יואל וועבער הי''ו.
דער קלימאקס איז געווען נאכן בענטשן ווען די בחורים און קינדער וועלעכע האבן אינאיינעם געוויילט אין די שעלטער פאר לאנגע חדשים האבן זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אינאיינעם מיטן בר מצוה בחור, אשרי עין ראתה זאת, עס האט ארויסגעברענגט טרערן פון התרגשות וואו מען האלט שוין היינט ב''ה.
שפעטער איז אריבערגעקומען המחנך ר' וועלוול שמעלצער הי''ו און געהאט א פערזענליכע שמועס מיט די בחורים פון וואס די בחורים האבן גאר שטארק הנאה געהאט.
ורוח נכון חדש בקרבי!

איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פון דא https://main.knesset.gov.il/Activity/co ... D7%A8.aspxוואס דען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 10:15 am די מצב האלט יעצט ב"ה אז ...
די גוטע נייעס איז אז נאר 2 קינדער פון צווישן 116 מענטשן וואס האבן פארלאזט ל"ט זינט דעם איבערפאל, זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל. נעכטן, האבן די ציונים זיך מודה געווען קבל עם ועדה אז נאר צוויי איינציגע קינדער האבן געבעטן הילף פון זיי, פון כביכול 4 משפחות!! ( א חוץ פון הגה"צ ר' אלעזר וואס וועט באפרייט ווערן אי"ה בקרוב).
האט אזוי זאגט די שוועסטער פון דעם 'ויען שאול' שליט"א (אפיציעל פובליקירט געווארן אין כנסת המינים וועבזייט): * יש מאבקים של קבוצות להביא אותם למדינות אחרות, וצריך להיות ... כדי שלא יזלגו למדינות אחרות *
ער זאגט אז 20 קינדער זענען אין א"י, אגב וויכטיג צו באטאנען אז דער גלעד קריב איז א רעפארמער ראביי, איז איך ווייס נישט וואס איז זיין אזוי-גרויסע אינטערעס אין די נושא, אז ער האט שוין געמאכט 22 זיצונגען.
מעורבות ממשלת ישראל בחילוץ ילדי כת "לב טהור" מגואטמלה
10 משפחות בעלות כ- 20 ילדים מתחת לגיל 18 נמצאות כבר עכשיו בארץ | כל הילדים ששבו ארצה נמצאים בטיפול של אחד מההורים הביולוגים | יו"ר הוועדה ח"כ קריב: "אני רוצה לוודא שכל משפחות הניצולים מקבלות תמיכה מלאה של משרדי הממשלה"
6 ביולי 2025, י' בתמוז תשפ"ה, בשעה 12:00
ועדת העלייה, הקליטה והתפוצות, בראשות ח"כ גלעד קריב (העבודה), התכנסה היום (א') לדיון מעקב מספר 22 (דיונים גלויים וחסויים) בנושא מעורבות ממשלת ישראל בחילוץ ילדי כת "לב טהור" מגואטמלה.
ח"כ גלעד קריב, יו"ר ועדת העלייה, הקליטה והתפוצות:
"מבקש בדיון הנוכחי לקבל סקירה לגבי המעטפת הכוללת שמשרדי המשלה יעניקו לנפגעי הכת ובני משפחותיהם. מבקש לקבל ממשרד הרווחה את כל מסלולי הפיצויים ומנגנון מיצוי הזכויות בכתב. צריך לוודא שהקטינים ששווים לישראל משתלבים במסגרות החינוך המתאימות. האירוע הקשה של השבת הילדים והניצולים מכת 'לב טהור' צריך לחדד לנו את הצורך בחידוד ההגדרה החוקית ומיצוי הזכויות של ניצולי כתות בארץ ובעולם. אני רוצה לוודא שכל משפחות הניצולים מקבלות תמיכה מלאה של משרדי הממשלה – אם צריך אעבור בדיונים חסויים על הפרטים של כל משפחה ומשפחה ואוודא שהן מקבלות טיפול ראוי. התפיסה של משרדי הממשלה בטיפול בניצולים צריכה להיות פרו אקטיבית. אני שמח לראות שהמשפחות מקבלות סל קליטה מטעם משרד העלייה והקליטה, אבל לצערי אני לא רואה תמיכה כספית מספיקה מצד כלל משרדי הממשלה".
ד"ר תמר רוזמרין זאב, משרד רה"מ: "אנחנו פועלים מול כל גופי הממשל בשני מישורים, מאמץ להשבת הקטינים ותמיכה במי שנמצא כבר בארץ ובני משפחותיהם. נחתן הסכם בין משרד החוץ לסוכנות להשבת הילדים מהכת לארץ. משרד הרווחה אחראי על מנגנון קליטת הניצולים בישראל. אנחנו ממשיכים לעקוב אחר המענים שניתנים ע"י מגוון המשרדים. אנחנו יוצרים מעטפת מענים שלמה יחד עם כל משרדי הממשלה הרלוונטיים. המענים שניתנים הם תחת ההגדרות של ניצולי כת כפי שנקבע בחוק.
אילן אביטן, מנהל תחום פ"א ילדים נפגעי כת 'לב טהור', משרד הרווחה: "התקדמנו בצורה מאוד יפה. יש לנו קבוצת עבודה עם נציגים של כל המשרדים הרלוונטיים. כל נושא שאנחנו מטפלים בו מצריך עבודה הכנה מתאימה. נכון להיום, אנחנו סגרנו מעגל ונמצאים בקשר עם כל נציגי המשפחות שנמצאים בארץ. יש משפחה אחת שלא כל כך משתפת איתנו פעולה, אבל היא בקשר עם הרשות המקומית בה היא מתגוררת. אנחנו יורדים לרזולוציות בצרכים של כל משפחה כדי למצוא את המסגרת המתאימה לכל ניצול שיגיע לארץ. כל הילדים ששבו כבר ארצה נמצאים בטיפול של אחד מההורים הביולוגים שלהם. ישנן 10 משפחות, בעלות כ- 20 ילדים מתחת לגיל 18 שנמצאות כבר עכשיו בארץ, וכאמור כל הילדים מתגוררים עם אחד מההורים הביולוגיים שלהם".
לודמילה אליאסיאן, המוסד לביטוח לאומי: "אנחנו בביטוח הלאומי מכירים, 19 אנשים שמגיעים מ- 4 משפחות. למעט שני מקרים לא קיבלנו עדיין תביעות להכרה ומיצוי זכויות.
טירה גלינויר, משרד החינוך: "אנחנו מכירים את כל הילדים שהגיעו לארץ, אנחנו טרם יודעים מה אפיון הפגיעה של כל ילד וילדה, אנחנו נמצאים בקשר עם השירות הפסיכולוגי חינוך בכל רשות ועורכים לקלוט את כל הילדים למוסדות החינוך השונים בחודש ספטמבר עם תחילת שנת הלימודים. אנחנו מבקשים לשלב את הילדים במוסדות חינוך מוכרים ומאורגנים, אך חלק מהמשפחות מבקשות לשלב את הילדים השבים במוסדות חינוך חרדיים שאין לנו פיקוח מלא עלייהם".
ד"ר יובל רווה, משרד הבריאות: "למשפחות יש חוסר אמון אל מול גורמי הממסד, בנינו מסגרת תומכת במשפחות, אנחנו נמצאים בקשר עם קופות החולים ומעבירים אליהם מידע רלוונטי אודות הילדים השבים. אנחנו בקשר עם 4 בתי חולים שמוכנות במידת הצורך לקליטת אקוטית. בינתיים הילדים מקבלים טיפולים בריאות מסייעים כמו טיפולי שיניים, אך עדיין המשפחות מסרבות לטפל נפשית בילדים ששבו מהכת".
ד"ר יואל ליאון, שגריר, שליח מיוחד לעניין כת 'לב טהור', משרד החוץ: "אנחנו ממשיכים את העבודה הבינלאומית שלנו. משפחות רבות כבר עזבו את גואטמלה ואנחנו שמחים על כך. נחתם הסכם עבודה אל מול הסוכנות, קיים תקציב לסיוע למשפחות אבל צריך פניות רשמיות של משפחות הניצולים לקבלת הסיוע".
אודיה רובין בן זקן, המשרד לביטחון לאומי: "היה תהליך הסגרה חסר תקדים של אחד מראשי הכת בזמן שהשמיים היו סגורים בתקופת מבצע 'עם כלביא' חשוב לתת מילה טובה למשטרת ישראל שעשתה את המאמצים כדי להביא את ההסגרה החשובה הזאת לתחומי מדינת ישראל".
נטע ברק, הסיוע המשפטי, משרד המשפטים: "אנחנו נמצאים בקשר ישיר עם המרכז לניצולי כתות. כרגע אין עוד משפחה או גורם מטעם שביקש את הסיוע שלנו. ככל שיהיה אנחנו נסייע בכל עניין אזרחי שעולה מהשטח".
אורית כהן עמיר, נציגת משפחות: "עד עכשיו ממשלת ישראל לא הוציאה מסמך מסודר לאותם משפחות שנמצאות עדיין בגואטמלה. צריך לשווק לילדים ולמשפחות בגואטמלה את הסיוע שהמדינה תעניק להם ברגע שהם יגיעו ארצה. יש מאבקים של קבוצות להביא אותם למדינות אחרות, וצריך להיות ברור מראש המנגנון של מיצוי הזכויות כדי שלא יזלגו למדינות אחרות".
יו"ר הוועדה ח"כ קריב סיכם את הדיון:
"יש לי תחושה שכרגע העבודה מול המשפחות היא מאוד מבוזרת. בתפיסה המתכללת, צריך להיות לכל משפחה דמות אחת שאחראית על תהליך מיצוי הזכויות שלה אל מול מגוון המשרדים הממשלתיים. המקרים הבאים של ילדים שיגיעו לישראל יהיו קשים עוד יותר מכיוון שלא יהיו בהם הורים ביולוגים שנמצאים בתמונה".
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא ב''ה באפרייט נאך צוויי קינדער פונעם שעלטער.
די רעדע איז פון די יונגסטע זוהן און טאכטער פון משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא), אין עלטער פון 13 און 11 יאר, ביידע נאכנישט חתונה געהאט. די פעטער ר' שמעון בלום, די מאמע'ס ברודער, איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף זיינע צוויי ניכטעס, און ב''ה אז די הירינג איז געפארן געשמירט לויטן פלאן, און די ריכטער האט באשטעטיגט זייער באפרייאונג.

פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2891
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
ווארף אריין געלט, אויף צו קאווערן די חשובע ניק‘ס חובות.
סך הכול איז איהם צו שטארק אנגעגאנגען די מצב אין די שעלטערס, איז ער געלאפען ברענגען וואלאנטירן מעבר לים צו זיין מיט די קינדער אויף פסח.
https://www.dryveup.com/mission/150
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי רעדן פון א ביצה שלא נולדה ... מ'דארף ליינען די קליינע אותיות ... דא האבן אונז די רשימות מען רעדט פון בלויז 2 קינדער!הכהן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 12:12 pm
לודמילה אליאסיאן, המוסד לביטוח לאומי: "אנחנו בביטוח הלאומי מכירים, 19 אנשים שמגיעים מ- 4 משפחות. למעט שני מקרים לא קיבלנו עדיין תביעות להכרה ומיצוי זכויות.
טירה גלינויר, משרד החינוך: "אנחנו מכירים את כל הילדים שהגיעו לארץ... אנחנו טרם יודעים מה אפיון הפגיעה של כל ילד וילדה, אנחנו נמצאים בקשר עם השירות הפסיכולוגי חינוך בכל רשות ועורכים לקלוט את כל הילדים למוסדות החינוך השונים בחודש ספטמבר עם תחילת שנת הלימודים. אנחנו מבקשים לשלב את הילדים במוסדות חינוך מוכרים ומאורגנים, אך חלק מהמשפחות מבקשות לשלב את הילדים השבים במוסדות חינוך חרדיים שאין לנו פיקוח מלא עלייהם".
ד"ר יובל רווה, משרד הבריאות: "למשפחות יש חוסר אמון אל מול גורמי הממסד, בנינו מסגרת תומכת במשפחות, אנחנו נמצאים בקשר עם קופות החולים ומעבירים אליהם מידע רלוונטי אודות הילדים השבים. אנחנו בקשר עם 4 בתי חולים... שמוכנות במידת הצורך לקליטת אקוטית. בינתיים "הילדים" מקבלים טיפולים בריאות מסייעים כמו טיפולי שיניים, אך עדיין המשפחות מסרבות לטפל נפשית בילדים ששבו מהכת".
נטע ברק, הסיוע המשפטי, משרד המשפטים: "אנחנו נמצאים בקשר ישיר עם המרכז לניצולי כתות. כרגע אין עוד משפחה או גורם מטעם שביקש את הסיוע שלנו. ככל שיהיה אנחנו נסייע בכל עניין אזרחי שעולה מהשטח".
אורית כהן עמיר, נציגת משפחות: "עד עכשיו ממשלת ישראל לא הוציאה מסמך מסודר לאותם משפחות שנמצאות עדיין בגואטמלה. צריך לשווק לילדים ולמשפחות בגואטמלה את הסיוע שהמדינה תעניק להם ברגע שהם יגיעו ארצה. יש מאבקים של קבוצות להביא אותם למדינות אחרות, וצריך להיות ברור מראש המנגנון של מיצוי הזכויות כדי שלא יזלגו למדינות אחרות".
יו"ר הוועדה ח"כ קריב סיכם את הדיון: "המקרים הבאים של ילדים שיגיעו לישראל יהיו קשים עוד יותר מכיוון שלא יהיו בהם הורים ביולוגים שנמצאים בתמונה".
זי זאגט אז זי קען 19 מענטשן וואס צו זאמען איז דאס 4 משפחות מיינט מען דעי צווי קינדער וואס יעדער ג'הערט צו א אנדער משפחה .. און נאך צווי צו דריי קינדער וואס זענען שוין ארויס פאר י"ט כסלו האי שתא. ב"ה וואס ער איז שומר ומציל.
(אפילו אן צו האבן די אינפארמאציע, קענען מיר עס אליינ'ס פארשטיין מיט א פשוט'ער חשבון: 20 קינדער צוטיילן אין 10 משפחות, אראפ 19 מענטשן וואס איז א סך הכולל, אפילו ווען יעדע משפחה האט נאר איינע פון די עלטערן, קומט אויס 9 קינדער וי זענען די אנדערע 11 אפשר די עלטערן זענען גאר קינדער?). כ'אטש איינער פון די צוויי קינדער וואס מיר ווייסן געפינט זיך אן זיינע ביידע צוויי עלטערן וואס זענען געבליבן אין גוואטעמאלע...
-
כרע בל באישון ליל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:33 pm
- x 6
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די חבורה אין גואטעמאלא זינט דעם איבערפאל:
משפחות:
ישראל יודא אפרים גאלדמאן וב"ב - 6 קינדער
יוסף חיים יהוידע ביינוש-הורוויץ וב"ב - 7 קינדער
יואל גאלדמאן וב"ב - 2 קינדער
ניסן יושע יודא מלכא וב"ב - 2 קינדער
דוד דוב בער מלכא וב"ב - 3
ישראל מלכא וב"ב - 5 קינדער
יוחנן לאַווער וב"ב - 4 קינדער כעת
אלימלך לעווי וב"ב - 2 קינדער
פנחס פעדער וב"ב - 2 קינדער
יצחק עליאס וב"ב - 1 קינד
פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן וב"ב - 1 קינד
אברהם משה יוסף קרוניק וב"ב - 1 קינד
יואל דוד אלטער וב"ב
יקותיאל חיים צבי גאלדבערגער וב"ב - 7 קינדער
מרת דינקל - 7 קינדער
מרת ראזנער (אשת מאיר יששכר) - 2 קינדער
מרת ראזנער (אשת משה יוסף) - 2 קינדער
מרת וויינגארטן (אשת יעקב נחום) - 6 קינדער
מרת וויינגארטן (אשת שמואל מאיר) - 4 קינדער
מרת מלכא (אשת מאיר יואל) - 2 קינדער
מרת מלכא (אשת משה חיים צבי) - 1 קינד
מענער:
הלל שמעון מלכא
פייש אוריאל יוסף גאלדמאן
שמואל מיכאל ארי' גאלדמאן
יו"ט ליפא יואל ראָזנער
משה יודא לייב אלטער
אהרן קמחי
מרדכי צמח דוד לעווי
פרויען:
מרת מלכא (אשת אברהם יודא ליבוש)
מרת רומפלער (אשת אליהו)
בחורים/קינדער:
ישראל הורוויץ
מתתי' פרץ מלכא
שלום שכנא הורוויץ
זאב וואלף הורוויץ
יצחק ישראל אלימלך רומפלער
משה רומפלער
עזרי' אלטער
עליאס מיידל
ס"ה 119 נפשות

- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1204
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס דען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 10:15 amדי מצב האלט יעצט ב"ה אז ...כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 2:10 am
כ'מיין די גרעסטע סיפור וואס מען קען מיט פרייד פארציילן איז ווי די מצב האלט יעצט ב"ה...
ונפלאתיו לבני אדם...
די גוטע נייעס איז אז נאר 2 קינדער פון צווישן 116 מענטשן וואס האבן פארלאזט ל"ט זינט דעם איבערפאל, זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל. נעכטן, האבן די ציונים זיך מודה געווען קבל עם ועדה אז נאר צוויי איינציגע קינדער האבן געבעטן הילף פון זיי, פון כביכול 4 משפחות!! ( א חוץ פון הגה"צ ר' אלעזר וואס וועט באפרייט ווערן אי"ה בקרוב).
האט אזוי זאגט די שוועסטער פון דעם 'ויען שאול' שליט"א (אפיציעל פובליקירט געווארן אין כנסת המינים וועבזייט): * יש מאבקים של קבוצות להביא אותם למדינות אחרות, וצריך להיות ... כדי שלא יזלגו למדינות אחרות *
אונז ווייסן מיר קלאר אז אלע אנדערע זענען אויפגענומען געווארן אין אמעריקע אדער קנאדא דורך אידן מיט ווארעמע הערצער! טייערע ברידער שטארקט אייך! דעי אידן און דער היימישער עולם אין אמעריקע האבן ענק זייער ליב! דער אויבערשטער פארלאזט קיינעם נישט, בפרט איינער וואס וויל בלייבן מיט איהם.
כביכול?!?! נישט גענוג מיט מינות ווען מ'שרייבט איווריט, דארף מען עס אריינשלעפן אין אידיש אויך?!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דוכט זיך טאקע אז אין ספרי דבי רב 'בוצינא קדישא' ברענגט ער ארופ קלאר, מ'זאל נישט נוצן די ווארט. דאס איז א ריכטיגע הערה. (הגם אז ס'טרעפט זיך אמאל אין אפאר הייליגע ספרים פאר די ציונים וואס האבן גענוצט די ווארט, לאו דווקא לצורך גבוה). טעיתי, איך האב געמאכט א תיקון, מודה ועוזב ירוחם.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 12:07 am
כביכול?!?! נישט גענוג מיט מינות ווען מ'שרייבט איווריט, דארף מען עס אריינשלעפן אין אידיש אויך?!
ליידער פאסירט דאס אמאל, אז מ'נוצט דעם שיגרא דלישנא אין א"י. ייש"כ פארן מעורר זיין.
אבער עס איז גוט זיך איבערצוצייגן, אז טאקע 'אידיטש' איז זייער א ערנסטער פלאץ, וואס מען איז דן אין אקעלע טעמעס, און נישט חלילה ווי א ריזיגע מקוה, וואס יעדער רעדט כמסל"ת. און אפילו ווען מ'רעדט מסיח לפי תומו, דארף מען נישט נוצן אזא ווארט, וואס קען חלילה אויסזען ווי מינות רח"ל.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2891
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ח"ו נישט צו מאכען א עין ה.. אבער די קאמפיין באמט..פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 2:15 pm-----► Show Spoiler
ווארף אריין געלט, אויף צו קאווערן די חשובע ניק‘ס חובות.
סך הכול איז איהם צו שטארק אנגעגאנגען די מצב אין די שעלטערס, איז ער געלאפען ברענגען וואלאנטירן מעבר לים צו זיין מיט די קינדער אויף פסח.
https://www.dryveup.com/mission/150
בושות איז ווייניג געזאגט
קיין איין גראצער נישט..
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי האלט מען מיט די עשרת אלפים @מנהיג?
ר' @שמואל פוקס איז שוין מן הסתם גרייט צו ארויס קומען מיט זיין באריכט
ר' @שמואל פוקס איז שוין מן הסתם גרייט צו ארויס קומען מיט זיין באריכט
-
לעבער אייער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 276
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 1236
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעצט אינדרויסן פון געריכט
- פיילס
-
- IMG_20250708_135426_413.jpg (192.24 KiB) געזען געווארן 1162 מאל