זענען געשען ניסים?
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
זענען געשען ניסים?
ווען ס'איז ל"ע דא א מלחמה אין ארץ ישראל, קומט תיכף ארויף די טעמע, צו ס'זענען געשעהן ניסים.
ס'איז דא אויף דעם די אלגעמיינע מהלך פון גדולי ישראל, און די מהלך פון סאטמארער רב זצוק"ל.
כ'וויל דא ארויסשרייבן די הייליגע ווערטער פונעם בריסקער רב זצוק"ל, וואס דאס איז משקף די אנגענומענע מהלך פון רוב גדולי ישראל.
געוועהן איז דאס, ביים מלחמה בשנת תש"ח, נאך וואס די יו-ען האט געשטימט צו געבן פאר אידן א מדינה, האט אויסגעבראכן ל"ע א מלחמה, ווען די שכינות'דיגע אראבער האבן אנגעהויבן מיט רציחות ל"ע. און די יונגע נארוואס געגרינדעטע מיליטער אין א"י האט באוויזן אפצושלאגן די מיליטער פון עטליגע ארומיגער לענדער, און הונדערטער טויזנטער אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים.
איז געוועהן דעמאלס א שטארקער צעמישעניש ביים היימישן עולם, ווען מאנכע האבן גע'טענה'ט אז די ניסים זענען מעשי שטן, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ניין, די ניסים מאכט דער אייבערשטער פאר די ציונים, אן דאס ווייזט אז דער אייבערשטער איז מיט זיי.
האט בריסקער רב דעמאלס געזאגט פאר הרה"ג ר' שלמה לורינץ ז"ל וואס האט דעמאלס געפירט די "צעירי אגודת ישראל".
האט ער געזאגט, אז רש"י "זאגט אויפ פסוק "אברהם הוליד את יצחק" - לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה עם אברהם ולא נתעברה הימנו מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק וזהו שכתב כאן יצחק בן אברהם היה שהרי עדות יש שאברהם הוליד את יצחק".
האט בריסקער רב געפרעגט, וואס איז דער מטבע לשון "ליצני הדור", ס'וואל געדארפט שטיין "רשעי הדור". אזוי אויך איז שווער, וואס האבן זיי פארדינט פון דעם אז "מאבימלך נתעברה שרה", דער עיקר נס איז דאך געוועהן אז שרה האט געהוירן ביי די ניינציג.
האט ער געענטפערט, אז אברהם אבינו האט דאך כל ימיו פארקויפט די שיטה אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מ'דארף אים דינען. און יעצט אז ס'איז געשעהן פאר אברהם אבינו אזוינע ניסים, איז א ראיה אז זיין באשעפער איז דער באשעפער און מ'דארף אים דינען. האבן זיי געזאגט א ליצנות, אז ס'איז טאקע א נס, אבער דער נס איז בכלל נישט געשעהן צו אברהם נאר צו אבימלך, ממילא דארף מען גארנישט. ודפח"ח.
האט דער בריסקער רב אויסגעפירט, די זעלבע זאך דא, מ'זעהט דאך מורא'דיגע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוהן, נאר די ליצני הדור זאגן אז ס'איז פאר די ציונים, ווען דער אמת איז אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט פאר די ערליכע אידן וואס וואוינען אין א"י.

Re: זענען געשעהן "ניסים?"
► Show Spoiler
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
ווי האב איך געזאגט אז כ'שרייב וואס סאטמארער רב האלט.
אדרבה, איך שרייב וואס אלע אנדערע גדולי ישראל האלטן.
אגב, על הגאולה האב איך נאכנישט געלערנט, אבער רוב פון די תורות פון נשא ביז קרח תשכ"ז האב איך שוין יא געלערנט.
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
אלץ חבר טוב... וואלט איך דיר געראטן עס צו לערנען, א שיין ספר, און עס קען דיר צוניץ קומען.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
ס'איז זייער א געשמאקע פלאץ דא. נאך דריי פאסטס באקומט מען שוין גוטע חברים...שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 8:54 pmאלץ חבר טוב... וואלט איך דיר געראטן עס צו לערנען, א שיין ספר, און עס קען דיר צוניץ קומען.
לגופו של ענין:
א - לייגט ער עפעס צו ערנסט מער ווי די תורות פון נשא-קרח?
ב- האסטו שוין דורכגעלערנט אמאל דעם גאנצן ספר?
ג-וואס זאגסטו צום אויבנדערמאנטן מהלך פון בריסקער רב?
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
אנטשולדיגט פארן ארויסקומען אביסל שארף כ'בין געווען אביסל היציג גארנישט געמיינט פערזענליך.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:00 pmס'איז זייער א געשמאקע פלאץ דא. נאך דריי פאסטס באקומט מען שוין גוטע חברים...
לגופו של ענין:
א - לייגט ער עפעס צו ערנסט מער ווי די תורות פון נשא-קרח?
ב- האסטו שוין דורכגעלערנט אמאל דעם גאנצן ספר?
ג-וואס זאגסטו צום אויבנדערמאנטן מהלך פון בריסקער רב?
דא פארשטיי איך אז איר זאגט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אנדערש, איז אין על הגאולה איז מבואר אז נסים פאר הצלת יהודים 'קען' האבן געשען.
א - איך מיין אז יא.
ב - יא מער ווי איינמאל.
ג - כנ"ל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
נו אז ניסים פאר הצלת יהודים קען געשעהן, קען מען גונז זיין די נשא תורה מיטן על הגאולה. קיין פרומע איד האלט דאך נישט אז דער אייבערטער מאכט ניסים פאר די פרייע לשם די פרייע. חוץ אויב סאטמארער רב האט זיך געדונגען מיט די מזרחיסטן גאר.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:58 pmאנטשולדיגט פארן ארויסקומען אביסל שארף כ'בין געווען אביסל היציג גארנישט געמיינט פערזענליך.
דא פארשטיי איך אז איר זאגט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אנדערש, איז אין על הגאולה איז מבואר אז נסים פאר הצלת יהודים 'קען' האבן געשען.
א - איך מיין אז יא.
ב - יא מער ווי איינמאל.
ג - כנ"ל.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
ג - כנ"ל.
[/quote]
וואס איז דיין כוונה? די אויבנדערמאנטן ווערטער פונעם בריסקער רב, זענען אויסגעהאלטן לויטן סאטמארער רב?

יא.
צום ענין, מיט וועמען סאטמאר רב האט חולק געווען ווייס איך נישט, אבער כ'מיין ס'איז נישט כדאי צוריקצוברענגען וואס די נישט מזרחי'סיטן האבן געזאגט דאן.
שנית איך האב געשריבן אז ער האט געהאלטן אז ס'וואלט 'געקענט' זיין נסים.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5339
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 7:42 pm ווען ס'איז ל"ע דא א מלחמה אין ארץ ישראל, קומט תיכף ארויף די טעמע, צו ס'זענען געשעהן ניסים.
ס'איז דא אויף דעם די אלגעמיינע מהלך פון גדולי ישראל, און די מהלך פון סאטמארער רב זצוק"ל.
כ'וויל דא ארויסשרייבן די הייליגע ווערטער פונעם בריסקער רב זצוק"ל, וואס דאס איז משקף די אנגענומענע מהלך פון רוב גדולי ישראל.
געוועהן איז דאס, ביים מלחמה בשנת תש"ח, נאך וואס די יו-ען האט געשטימט צו געבן פאר אידן א מדינה, האט אויסגעבראכן ל"ע א מלחמה, ווען די שכינות'דיגע אראבער האבן אנגעהויבן מיט רציחות ל"ע. און די יונגע נארוואס געגרינדעטע מיליטער אין א"י האט באוויזן אפצושלאגן די מיליטער פון עטליגע ארומיגער לענדער, און הונדערטער טויזנטער אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים.
איז געוועהן דעמאלס א שטארקער צעמישעניש ביים היימישן עולם, ווען מאנכע האבן גע'טענה'ט אז די ניסים זענען מעשי שטן, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ניין, די ניסים מאכט דער אייבערשטער פאר די ציונים, אן דאס ווייזט אז דער אייבערשטער איז מיט זיי.
האט בריסקער רב דעמאלס געזאגט פאר הרה"ג ר' שלמה לורינץ ז"ל וואס האט דעמאלס געפירט די "צעירי אגודת ישראל".
האט ער געזאגט, אז רש"י "זאגט אויפ פסוק "אברהם הוליד את יצחק" - לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה עם אברהם ולא נתעברה הימנו מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק וזהו שכתב כאן יצחק בן אברהם היה שהרי עדות יש שאברהם הוליד את יצחק".
האט בריסקער רב געפרעגט, וואס איז דער מטבע לשון "ליצני הדור", ס'וואל געדארפט שטיין "רשעי הדור". אזוי אויך איז שווער, וואס האבן זיי פארדינט פון דעם אז "מאבימלך נתעברה שרה", דער עיקר נס איז דאך געוועהן אז שרה האט געהוירן ביי די ניינציג.
האט ער געענטפערט, אז אברהם אבינו האט דאך כל ימיו פארקויפט די שיטה אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מ'דארף אים דינען. און יעצט אז ס'איז געשעהן פאר אברהם אבינו אזוינע ניסים, איז א ראיה אז זיין באשעפער איז דער באשעפער און מ'דארף אים דינען. האבן זיי געזאגט א ליצנות, אז ס'איז טאקע א נס, אבער דער נס איז בכלל נישט געשעהן צו אברהם נאר צו אבימלך, ממילא דארף מען גארנישט. ודפח"ח.
האט דער בריסקער רב אויסגעפירט, די זעלבע זאך דא, מ'זעהט דאך מורא'דיגע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוהן, נאר די ליצני הדור זאגן אז ס'איז פאר די ציונים, ווען דער אמת איז אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט פאר די ערליכע אידן וואס וואוינען אין א"י.
אויב האט דאס בריסקער רב געזאגט נאך די 'ניסים' פון תש"ח, איז די צווייטע וועלט מלחמה אויך געווען ניסים. ווייסט וויפיל אידן - סאלדאטן און סתם תושבים אין די באלאגערטע שטעט - זענען רח"ל גע'הרג'עט געווארן ביי די מלחמה?
און ר' שלמה לורינץ איז, במח"כ, היבש ווייט פון א קראנטע מקור.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
אדרבה ברענג אראפ.
וואס איך געדענק יעצט, אז דער אמרי חיים איז ארויס מיט פייערדיגע טענץ, און געהאלטן און איין זאגן "מ'זאל זיך נאר נישט איינרעדן כחי ועוצם ידי". דער קלויזנבורגער רב האט געוויינט געפערליך ביים כותל, אז נישט פאר דעם האט מען געווארט. דער בעלזער רב האט געזאגט אז מ'וואלט געדארפט קובע זיין א יום שמחה, מ'קען אבער נישט וועגן די רשעים'ס נצחונות".
איז יא, אדרבה, מיט וועמען האט ער זיך געדונגען?

ביי די מלחמה תש"ח זענען טאקע ל"ע גע'הרג'עט געווארן 6,373 אידן רח"ל, אבער בניסי ניסים איז דער גאנצער אידישער ישוב געראטעוועט געווארן פון כליון. [א דוגמא לדבר וואס די אראבער וואלטן געטוהן, קען מען זעהן פון די שחיטות שמיני עצרת].
דער בריסקער ראש ישיבה הגאון ר' מאיר זצ"ל האט געזאגט אז רבי שלמה איז א גוטע פארלעסליכע מקור. ווי געברענגט אין דעם ספר "דחזיתיה לר' מאיר".

כ'האף בלי"נ מארגן צוריקצוקומען דערצו אבער דאס איז זיכער אז וואס סאטמאר רב האט געהאלטן - האט ער געהאלטן, נישט קיין נפק"מ צי ער האט חולק געווען אויף איינעם אדער נישט.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:53 pmאדרבה ברענג אראפ.
וואס איך געדענק יעצט, אז דער אמרי חיים איז ארויס מיט פייערדיגע טענץ, און געהאלטן און איין זאגן "מ'זאל זיך נאר נישט איינרעדן כחי ועוצם ידי". דער קלויזנבורגער רב האט געוויינט געפערליך ביים כותל, אז נישט פאר דעם האט מען געווארט. דער בעלזער רב האט געזאגט אז מ'וואלט געדארפט קובע זיין א יום שמחה, מ'קען אבער נישט וועגן די רשעים'ס נצחונות".
איז יא, אדרבה, מיט וועמען האט ער זיך געדונגען?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
איך וואונדער מיר נאר אויף דער גאנצער טומל, די "בלבול המוחין", ווען סך הכל דאס האלט יעדער איינער, ווי געברענגט פון בריסקער רב און נאך פילע גדולי ישראל.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:56 pmכ'האף בלי"נ מארגן צוריקצוקומען דערצו אבער דאס איז זיכער אז וואס סאטמאר רב האט געהאלטן - האט ער געהאלטן, נישט קיין נפק"מ צי ער האט חולק געווען אויף איינעם אדער נישט.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:53 pmאדרבה ברענג אראפ.
וואס איך געדענק יעצט, אז דער אמרי חיים איז ארויס מיט פייערדיגע טענץ, און געהאלטן און איין זאגן "מ'זאל זיך נאר נישט איינרעדן כחי ועוצם ידי". דער קלויזנבורגער רב האט געוויינט געפערליך ביים כותל, אז נישט פאר דעם האט מען געווארט. דער בעלזער רב האט געזאגט אז מ'וואלט געדארפט קובע זיין א יום שמחה, מ'קען אבער נישט וועגן די רשעים'ס נצחונות".
איז יא, אדרבה, מיט וועמען האט ער זיך געדונגען?
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 446
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 295
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
די בלבול המוחות האט ער געמיינט די אלגעמיינער גאס און די צייטונגען.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:59 pmאיך וואונדער מיר נאר אויף דער גאנצער טומל, די "בלבול המוחין", ווען סך הכל דאס האלט יעדער איינער, ווי געברענגט פון בריסקער רב און נאך פילע גדולי ישראל.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:56 pmכ'האף בלי"נ מארגן צוריקצוקומען דערצו אבער דאס איז זיכער אז וואס סאטמאר רב האט געהאלטן - האט ער געהאלטן, נישט קיין נפק"מ צי ער האט חולק געווען אויף איינעם אדער נישט.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:53 pm אדרבה ברענג אראפ.
וואס איך געדענק יעצט, אז דער אמרי חיים איז ארויס מיט פייערדיגע טענץ, און געהאלטן און איין זאגן "מ'זאל זיך נאר נישט איינרעדן כחי ועוצם ידי". דער קלויזנבורגער רב האט געוויינט געפערליך ביים כותל, אז נישט פאר דעם האט מען געווארט. דער בעלזער רב האט געזאגט אז מ'וואלט געדארפט קובע זיין א יום שמחה, מ'קען אבער נישט וועגן די רשעים'ס נצחונות".
איז יא, אדרבה, מיט וועמען האט ער זיך געדונגען?
זיינע תורות האט ער געזאגט ב'פאר איינער האט שוין געקענט זאגן אנדערש, אז ער זאל האבן איינעם געמיינט.
חוץ די נושא פון מבצע תפילין וואס איז לכאורה צוגעגאנגען מיט בילדער פון חיילים מיט טאנקען.
-
222555
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 248
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 475
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
עס איז דא צוויי נקודות לפי שיטת רבינו בספה"ק על הגאולה
נקודה כללי ונקודה פרטי
בכלליות טאר מען נישט זאגן נסים ווייל עס איז למעשה מרומם כבוד הרשעים
בפרטיות קען זיין פריוואט נסים פאר א איד אליינס אז ער איז געראטעוועט געווארן שטייענדיג א אינטש נעבן א באמבע וכו'
יעצט כאטש בכלליות קען אויך זיין א מציאות פון נסים דורך רשעים ווען מאיז נישט ראוי חלילה וואס דאן קומט נישט ארויס צופיל גוטס דערפון און עס איז נישט קיין גוטע סימן, דעריבער איז א כ"ש אז מטאר פון דעם נישט רעדן אפילו אויב עס פאסירט ח"ו
פארשטייט זיך אז א ערליכע איד דארף מיט אלע וועגן זוכן די דרך הטבע אין אזא פאל כדי נישט אריינצופאלן אין הודאה למינות דעריבער האט דער רבי אזוי געטוהן תשכ"ז און ק"ו תשפ"ה ווען סאיז בכלל נישט געווען אזאנע נצחונות ווי דאן און ליידער געקאסט אזויפיל נפשות די לעצטע 2 יאר
דער רבי דערמאנט וואס קיינער וואס איז געראטעוועט געווארן אין קריג איז נישט בייגעפאלן לשבח הרשעים און דא ליידער טאנצט מען מיט זיי וכו'
און די וואס זענען יעצט תשפ"ה פארנומען מיט נסים אפילו אויב זיי רעדן נישט פון נסים פון ממש לרשעים ולציונים נאר פאר אידן וכו' שמעקט עס זייער נישט גוט...

תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 987
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1144
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
די ווערטער פון בריסקער רב איז אריינגעדרוקט בסוף ספר בית הלוי על התורה.Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 10:45 pmדערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 7:42 pm ווען ס'איז ל"ע דא א מלחמה אין ארץ ישראל, קומט תיכף ארויף די טעמע, צו ס'זענען געשעהן ניסים.
ס'איז דא אויף דעם די אלגעמיינע מהלך פון גדולי ישראל, און די מהלך פון סאטמארער רב זצוק"ל.
כ'וויל דא ארויסשרייבן די הייליגע ווערטער פונעם בריסקער רב זצוק"ל, וואס דאס איז משקף די אנגענומענע מהלך פון רוב גדולי ישראל.
געוועהן איז דאס, ביים מלחמה בשנת תש"ח, נאך וואס די יו-ען האט געשטימט צו געבן פאר אידן א מדינה, האט אויסגעבראכן ל"ע א מלחמה, ווען די שכינות'דיגע אראבער האבן אנגעהויבן מיט רציחות ל"ע. און די יונגע נארוואס געגרינדעטע מיליטער אין א"י האט באוויזן אפצושלאגן די מיליטער פון עטליגע ארומיגער לענדער, און הונדערטער טויזנטער אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים.
איז געוועהן דעמאלס א שטארקער צעמישעניש ביים היימישן עולם, ווען מאנכע האבן גע'טענה'ט אז די ניסים זענען מעשי שטן, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ניין, די ניסים מאכט דער אייבערשטער פאר די ציונים, אן דאס ווייזט אז דער אייבערשטער איז מיט זיי.
האט בריסקער רב דעמאלס געזאגט פאר הרה"ג ר' שלמה לורינץ ז"ל וואס האט דעמאלס געפירט די "צעירי אגודת ישראל".
האט ער געזאגט, אז רש"י "זאגט אויפ פסוק "אברהם הוליד את יצחק" - לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה עם אברהם ולא נתעברה הימנו מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק וזהו שכתב כאן יצחק בן אברהם היה שהרי עדות יש שאברהם הוליד את יצחק".
האט בריסקער רב געפרעגט, וואס איז דער מטבע לשון "ליצני הדור", ס'וואל געדארפט שטיין "רשעי הדור". אזוי אויך איז שווער, וואס האבן זיי פארדינט פון דעם אז "מאבימלך נתעברה שרה", דער עיקר נס איז דאך געוועהן אז שרה האט געהוירן ביי די ניינציג.
האט ער געענטפערט, אז אברהם אבינו האט דאך כל ימיו פארקויפט די שיטה אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מ'דארף אים דינען. און יעצט אז ס'איז געשעהן פאר אברהם אבינו אזוינע ניסים, איז א ראיה אז זיין באשעפער איז דער באשעפער און מ'דארף אים דינען. האבן זיי געזאגט א ליצנות, אז ס'איז טאקע א נס, אבער דער נס איז בכלל נישט געשעהן צו אברהם נאר צו אבימלך, ממילא דארף מען גארנישט. ודפח"ח.
האט דער בריסקער רב אויסגעפירט, די זעלבע זאך דא, מ'זעהט דאך מורא'דיגע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוהן, נאר די ליצני הדור זאגן אז ס'איז פאר די ציונים, ווען דער אמת איז אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט פאר די ערליכע אידן וואס וואוינען אין א"י.
אויב האט דאס בריסקער רב געזאגט נאך די 'ניסים' פון תש"ח, איז די צווייטע וועלט מלחמה אויך געווען ניסים. ווייסט וויפיל אידן - סאלדאטן און סתם תושבים אין די באלאגערטע שטעט - זענען רח"ל גע'הרג'עט געווארן ביי די מלחמה?
און ר' שלמה לורינץ איז, במח"כ, היבש ווייט פון א קראנטע מקור.
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
- פיילס
-
- גליון מעיינות החכמה מהרי"מ מורגנשטרן פ' שלח
- Screenshot 2025-07-01 045607.png (308.94 KiB) געזען געווארן 449 מאל
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 01, 2025 12:45 am בפרטיות קען זיין פריוואט נסים פאר א איד אליינס אז ער איז געראטעוועט געווארן שטייענדיג א אינטש נעבן א באמבע וכו'
יעצט כאטש בכלליות קען אויך זיין א מציאות פון נסים דורך רשעים ווען מאיז נישט ראוי חלילה וואס דאן קומט נישט ארויס צופיל גוטס דערפון און עס איז נישט קיין גוטע סימן, דעריבער איז א כ"ש אז מטאר פון דעם נישט רעדן אפילו אויב עס פאסירט ח"ו
פארשטייט זיך אז א ערליכע איד דארף מיט אלע וועגן זוכן די דרך הטבע אין אזא פאל כדי נישט אריינצופאלן אין הודאה למינות דעריבער האט דער רבי אזוי געטוהן תשכ"ז און ק"ו תשפ"ה ווען סאיז בכלל נישט געווען אזאנע נצחונות ווי דאן און ליידער געקאסט אזויפיל נפשות די לעצטע 2 יאר
דער רבי דערמאנט וואס קיינער וואס איז געראטעוועט געווארן אין קריג איז נישט בייגעפאלן לשבח הרשעים און דא ליידער טאנצט מען מיט זיי וכו'
און די וואס זענען יעצט תשפ"ה פארנומען מיט נסים אפילו אויב זיי רעדן נישט פון נסים פון ממש לרשעים ולציונים נאר פאר אידן וכו' שמעקט עס זייער נישט גוט...
די יעצטיגע מלחמה איז אוודאי געוועהן גרעסערע ניסים פון ששת הימים, ווען אונטער דרייסיג אידן זענען ל"ע אוועק, און זיי האהן גערעכנט אויף עטליכע הונדערט ל"ע.
מ'דארף קלארשטעלן, אז סיי היינט, סיי ששת הימים רעדט מען פון ניסים בתוך הטבע, און נישט למעלה מן הטבע. והכוונה, אז ס'איז נישט נראה לעין דער נס, אבער ווען מ'חשבונ'ט עס אויס זעהט מען דער אפענער יד ה'.
וכמובן אז ס'איז געשעהן פאר ערליכע אידן, און נישט פאר די משנאי ה', ופשוט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8763
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21874
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
לערן דעם שטיקל, זיי מדייק יעדעס ווארט, ותמצא נחת.
- פיילס
-
- על הגאולה2.jpg (81.11 KiB) געזען געווארן 367 מאל
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
ס'איז זייער שיין מסודר.
נאר מ'דארף נאכאלטס לערנען די לשון קדשו, ווייל ס'איז אייביג כדאי צו לערנען די לשון פונעם בעל המימרא אליינס, און אויך ווייל נישט אלעס שטייט דארט, למשל דאס וואס די רבי רייסט אראפ נטורי קרתא.
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
-
דערווייל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 342
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
- Location: n y
- x 310
Re: זענען געשעהן "ניסים?"
בכלל, דער סאטמארער רב'ס הייליג לשון איז מעורר.
איך האב שוין געלערנט צענדליגע קונטרסים לשון קדשו, על אף מיינע רבי'ס זענען שארף חולק אויף עיקרי שיטתו.