דער חזון איש לעבט שוין נישט, איך קען זאגן וואס איך וויל.
ער האט לכאורה אויך פארופן די 6 טאגיגע מלחמה.
עקזעקטלי.
ועיין מקטוביץ ועד ה באייר אז די חזו"א האט קיינמאל גארנישט געהאט מיטן חוב קדוש, די מערסטע וואס מ'טרעפט בכלל איז אויף די ערייה.
נישט נאר דאס, די עסקנים פון אגודה ווי א.מ.ל. האט ניטאמאל געפרעגט די אייגענע רבנים זייערע בשעתו ווי הרב דושינסקי הרב יונגרייז צו זיי מעגן בכלל אריין גיין, ער ברענגט דארט א טרענסקריפט פונעם שמועס און א.מ.ל. זאגט דארט אז די רב לאזט נישט...
(איך האב אוועק געבארגט דעם ספר, סאו איך וועל מיך נישט טענהן אויף דעם יעצט).
אהרן זאב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 8:38 pm
איי איי איי, יעצט קען מען זעהן די ווייטע בליק פונעם רבי'ן זי"ע וואס האט זיך געוויינט ביי די אדמורים לבית אגודה נישט צו נעמען קיין געלט פון די מדינה, צוליב די כוח הפועל הנפעל.
איינמאל מען הייבט אן צו נעמען געלט פון די מדינה זענען זיי שוין בעל הבית אויף דיך צו איינטיילן וואס צו לערנען און וויאזוי זיך אויפצופירן, אמער, דער וואס האט דער מאה האט דער דעה.
וועגן דעם האט דער הייליגער סאטמערע רבי נישט געלאזט נעמען געלט פון די מדינה, אז סזאל נישט צוקומען צו א פלאץ וואו דער וואס געבט די געלט זאל אנהייבן איינצוטיילן פאר די וואס באקומען וויאזוי זיך אויפצופירן.
#די_ווייטע_בליק_פונעם_רבי'ן_זי"ע
ס'איז אינגעצען נישט דומה ווייל די געלט וואס די מדינה טיילט געהערט נישט פאר זיי
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 6:56 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 1:57 pm
אין אמת'ן אריין איז גיין צום כותל שוין היינט לכאורה מותר אין סאטמאר, אין די צייטן פון סאטמאר רב איז דעמאלט געווען פארשידענע פראבלעמען מיט כותל און היינט איז עס שוין נישט דא... סא מ' ברויך יעדע עטליכע יאר פריש דן זיין....
אזוי האלט ר' יצחק לעבוויטש מוואדריזש' אז היינטגע צייטן איז נישט דא די אלע פרובלעמען פון גייען צום כותל, און ער געט התירים פאר אידין צו גייען פארטאגס ווען ס'איז נישט דא קיין פריצות און אזוי אויך הייסט ער זיכער מאכען אז משווערט נישט דעמאלטס איין קיין סאלדאטן.
איי דער סאטמאר רבי זאגט "ביז משיח'ס טאג"?
קען ער זאגן אז ס'איז געווען אן אויסדרוק (און אין על הגאולה שטייט טאקע נישט אזוי).
אבער דער גאנצער היתר פון אים האט נישט קיין געהעריגער מקור אויף וויפיל איך ווייס, ער ברענגט סך הכל ארויס אז די וואס קענען נישט קיין יסודות מאכן פונעם עיקר א טפל און פארקערט.
חוזק מאכן פון א ת"ח איז נישט אויסגעהאלטן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
ויצא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 11:08 pm
אגב פארוואס און אמירקע מעג מען יא נעמען ?
פשטות איז עס נישט קיין הלכה זאך.
אין א"י זאגט מען אז סאיז באקאנט אז טומאה הותרה בציבור איז וואס איז געווען די נס חנוכה? נאר די באקאנטע תירוץ אז פאר חינוך איז אנדערש.
ד"מ אז סאיז דא דרגות אין דעם סאיז דא וואס נעמען גארנישט אנדערע נעמען נישט פאר חינוך וכו' וכו'.
אז סאיז דיר אינטערסאנט איז דא א ספר פרשת הכסף וואס טוט דורך די נושא לאורכה ולרוחבה.
דער חזון איש לעבט שוין נישט, איך קען זאגן וואס איך וויל.
ער האט לכאורה אויך פארופן די 6 טאגיגע מלחמה.
ס'איז בכלל נישט קלאר וואס די ווילסט ארויסברענגען, אז די חזו''א האט נישט געשטעלט שלמה לורנץ אלט'ס חבר הכנסת? עי' אין זיין ספר ''במחיצתם'' וואס ער שרייבט אפילו אז די חזו''א האט אים זיך געהאלפן צוגרייטן אלע זיינע דרשות וואס ער האט גערעדט אין כנסת המינים!
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 7:55 pm
חס ושלום!
פארוואס זאגסט אזוי?
פארוואס נישט?
דער חזון איש לעבט שוין נישט, איך קען זאגן וואס איך וויל.
ער האט לכאורה אויך פארופן די 6 טאגיגע מלחמה.
ס'איז בכלל נישט קלאר וואס די ווילסט ארויסברענגען, אז די חזו''א האט נישט געשטעלט שלמה לורנץ אלט'ס חבר הכנסת? עי' אין זיין ספר ''במחיצתם'' וואס ער שרייבט אפילו אז די חזו''א האט אים זיך געהאלפן צוגרייטן אלע זיינע דרשות וואס ער האט גערעדט אין כנסת המינים!
נו, ס'איז גאנץ מעגליך אז להבדיל בן גוריון שרייבט אליינס אז דער חזון איש האט אים מחזק געווען.
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 6:56 pm
אזוי האלט ר' יצחק לעבוויטש מוואדריזש' אז היינטגע צייטן איז נישט דא די אלע פרובלעמען פון גייען צום כותל, און ער געט התירים פאר אידין צו גייען פארטאגס ווען ס'איז נישט דא קיין פריצות און אזוי אויך הייסט ער זיכער מאכען אז משווערט נישט דעמאלטס איין קיין סאלדאטן.
איי דער סאטמאר רבי זאגט "ביז משיח'ס טאג"?
קען ער זאגן אז ס'איז געווען אן אויסדרוק (און אין על הגאולה שטייט טאקע נישט אזוי).
אבער דער גאנצער היתר פון אים האט נישט קיין געהעריגער מקור אויף וויפיל איך ווייס, ער ברענגט סך הכל ארויס אז די וואס קענען נישט קיין יסודות מאכן פונעם עיקר א טפל און פארקערט.
אסרוחג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:08 am
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 6:56 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 1:57 pm
אין אמת'ן אריין איז גיין צום כותל שוין היינט לכאורה מותר אין סאטמאר, אין די צייטן פון סאטמאר רב איז דעמאלט געווען פארשידענע פראבלעמען מיט כותל און היינט איז עס שוין נישט דא... סא מ' ברויך יעדע עטליכע יאר פריש דן זיין....
אזוי האלט ר' יצחק לעבוויטש מוואדריזש' אז היינטגע צייטן איז נישט דא די אלע פרובלעמען פון גייען צום כותל, און ער געט התירים פאר אידין צו גייען פארטאגס ווען ס'איז נישט דא קיין פריצות און אזוי אויך הייסט ער זיכער מאכען אז משווערט נישט דעמאלטס איין קיין סאלדאטן.
אגב, די וואס גייען נישט צום כותל, גייען צום ''כותל הקטן'' אין שער שכם?
הרה"ג ר' יצחק כבודו במקומו מונח, פארטרעט נישט סאטמאר, נישט אין דעם נושא און נישט אנדערע נושאים, ער איז גענוג א גרויסער גדול צו האבן א אייגענע מיינונג, אבער מיטן סאטמארן רבינס שיטה האט עס גארניטש
סאטמאר רב האט נישט געאסרט גיין צום כותל וועגן פריצות
איר האט דורך געלערנט על הגאולה צו וויסן פארוואס די רבי האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל?
יא! איינע פון די טעמים זענען וועגן פריצות
עיין בעל הגאולה סי' צ''ב
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 2:15 pm
אריינגיין אין די קלאציע איז בכלל נישט קיין זאך פון די שפעטרדיגע אגודה רבנים
די היילגע חזון איש האט שוין בשעתו געשטעלט שלמה לורנץ אלטס חבר הכנסת המינים
ובנוגע געוויסע וואס האבען עובר געווען אויפן חוב קדוש איז נישט דורכ'ן נישט גיין צו די בחירות נאר דורכן וועלען פאר דגל און נישט פאר אגודה, וואס לשיטתם הייסט עס בכלל נישט עובר געווען אויפן חוב קדוש, אזויווי די ליטפשע וועלן פאר דגל
אן אריינגיין אין די פאקטן וואס דער חזו"א האט געהאלטן און געזאגט, וואס איך גלייב גראדע נישט די מעשה. אן אריינגיין אין די איראניע פון דיין סטעיטמענט, אז דער חזו"א האט געהייסן איינעם אריינגיין אין א כנסת המינים.
אבער דו ווייסט ניטאמאל וואס קאאליציע איז, און שלמה איז נישט געווען אינעם קאאליציע, עכ"פ דאן.
און יא, ס'איז דא קרייזן און חצרות וואס האבן אויפגעהערט צו גיין צו בחירות. אינגאנצן. קעגן די חוב קדוש.
דער חזון איש לעבט שוין נישט, איך קען זאגן וואס איך וויל.
ער האט לכאורה אויך פארופן די 6 טאגיגע מלחמה.
ס'איז בכלל נישט קלאר וואס די ווילסט ארויסברענגען, אז די חזו''א האט נישט געשטעלט שלמה לורנץ אלט'ס חבר הכנסת? עי' אין זיין ספר ''במחיצתם'' וואס ער שרייבט אפילו אז די חזו''א האט אים זיך געהאלפן צוגרייטן אלע זיינע דרשות וואס ער האט גערעדט אין כנסת המינים!
אדער קען זיין אז ס'זענען דא תלמידים פונעם חזו"א וועלכע לעבן נאך, אדער האבן נאך געלעבט ביז נישט לאנג צוריק, און האבן פארציילט פארקערטע מעשיות.
און ס'קען אויך זיין אז תהילים איד, פונקט ווי מיר, האלט אז תלמידי חכמים און גאונים וצדיקים, וועלכע זענען געווען זיינע תלמידים, זענען מער באגלייבט ווי א פאליטיקאנט.
ויצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:11 pm
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:04 am

ס'קען זיין?
כ'מיין אז נאכען קוקען אין זיין ביכל במחיצתם (וואס האט אגב גאר שטארקע הסכמות, הן אויפן ספר און הן אויפן מענעטש) וועסטו רעדען אנדערש.
ס'בלייבט נאר איבער צוזאגען ''עיין שם''.

אלעס "קען" זיין אבער "אויב" דעס איז די מעשה שרייבט מען דעס און נישט אז די חזון איש מיט בן גריון וכו וואס מאכט אויסקוקען אז מען לייקנט אלעס וואס שטימט נישט מיט די אגנדעס כנהוג
ויצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:11 pm
אדער קען זיין אז ס'זענען דא תלמידים פונעם חזו"א וועלכע לעבן נאך, אדער האבן נאך געלעבט ביז נישט לאנג צוריק, און האבן פארציילט פארקערטע מעשיות.
און ס'קען אויך זיין אז תהילים איד, פונקט ווי מיר, האלט אז תלמידי חכמים און גאונים וצדיקים, וועלכע זענען געווען זיינע תלמידים, זענען מער באגלייבט ווי א פאליטיקאנט.
ס'קען זיין?
כ'מיין אז נאכען קוקען אין זיין ביכל במחיצתם (וואס האט אגב גאר שטארקע הסכמות, הן אויפן ספר און הן אויפן מענעטש) וועסטו רעדען אנדערש.
ס'בלייבט נאר איבער צוזאגען ''עיין שם''.
די ביכל איז ווייט פון מדויק, מילד גערעדט. זיך טועה מיט טרוקענע פאקטן וכדומה, אפילו שלא במקום אגענדע. ווילסטו זאגן אז דאס איז מער באגלייבט איבער שיטת החזון איש ווי אלע זיינע תלמידים און נאנטע צוזאמען?
אגב, אויב דער חזון איש האט געהאלטן אז ס'איז א חוב קדוש צו גיין צו בחירות, פארוואס האט ער נישט געמאכט קיין תעודת זהות אז ער זאל אויך קענען אויספירן דעם חוב קדוש?
אסרוחג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:08 am
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 6:56 pm
אזוי האלט ר' יצחק לעבוויטש מוואדריזש' אז היינטגע צייטן איז נישט דא די אלע פרובלעמען פון גייען צום כותל, און ער געט התירים פאר אידין צו גייען פארטאגס ווען ס'איז נישט דא קיין פריצות און אזוי אויך הייסט ער זיכער מאכען אז משווערט נישט דעמאלטס איין קיין סאלדאטן.
אגב, די וואס גייען נישט צום כותל, גייען צום ''כותל הקטן'' אין שער שכם?
הרה"ג ר' יצחק כבודו במקומו מונח, פארטרעט נישט סאטמאר, נישט אין דעם נושא און נישט אנדערע נושאים, ער איז גענוג א גרויסער גדול צו האבן א אייגענע מיינונג, אבער מיטן סאטמארן רבינס שיטה האט עס גארניטש
סאטמאר רב האט נישט געאסרט גיין צום כותל וועגן פריצות
איר האט דורך געלערנט על הגאולה צו וויסן פארוואס די רבי האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל?
יא! איינע פון די טעמים זענען וועגן פריצות
עיין בעל הגאולה סי' צ''ב
און אז איין טעם פון די איסור ווערט בטל (אגב, ס'נישט. ביים מקום וואו מען דאוונט איז טאקע דא מחיצות, אבער ביז צו די מחיצות איז אלעס געהעריג געמישט.) ווערט די איסור בטל על אף די איבריגע טעמים זענען קאי וקיים?
לדעתי, לדעתי האט דער רבי ברוחב בינתו געזאגט די אויסדרוק דוקא 'ביז משיח וועט קומען' (וואס ער האט כמ"פ מעיד געווען אויף זיך אז פאר ער זאגט א הוראה לרבים טראכט ער עס איבער בי"ג נפה) להוציא פון אזעלכע חכמים וואס וועלן קומען שפעטער און זאגן אז 'היינט וואלט דער רבי געלאזט' וכדומה.

איך האב געזאגט אז יא?
איך האב גערעדט פון איין טעם און ס''ה מגיב געווען אויף איינער וואס האט געשריבן סאטמאר רב האט נישט געאסרט גיין צום כותל וועגן פריצות
האב איך געשריבן יא! איינע פון די טעמים זענען וועגן פריצות
עיין בעל הגאולה סי' צ''ב
זאגסטו אז וואס?
אז ס'איז דא נאך טעמים? - האב איך געזאגט אז נישט?
אז ס'איז נאך אלץ דא פריצות? - האב איך געזאגט אז נישט
אז מ'מעג נאכאלץ נישט גיין? - האב איך געזאגט אז מ'מעג?
(איך האב שוין פריער געשריבן אז רוב טעמים זענען נאך נוגע, און אז רביה''ק האט קלאר געזאגט מוז משיח גייט קומען טאר מען נישט גיין)
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:41 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:23 pm
אדער קען זיין אז ס'זענען דא תלמידים פונעם חזו"א וועלכע לעבן נאך, אדער האבן נאך געלעבט ביז נישט לאנג צוריק, און האבן פארציילט פארקערטע מעשיות.
און ס'קען אויך זיין אז תהילים איד, פונקט ווי מיר, האלט אז תלמידי חכמים און גאונים וצדיקים, וועלכע זענען געווען זיינע תלמידים, זענען מער באגלייבט ווי א פאליטיקאנט.
ס'קען זיין?
כ'מיין אז נאכען קוקען אין זיין ביכל במחיצתם (וואס האט אגב גאר שטארקע הסכמות, הן אויפן ספר און הן אויפן מענעטש) וועסטו רעדען אנדערש.
ס'בלייבט נאר איבער צוזאגען ''עיין שם''.
די ביכל איז ווייט פון מדויק, מילד גערעדט. זיך טועה מיט טרוקענע פאקטן וכדומה, אפילו שלא במקום אגענדע. ווילסטו זאגן אז דאס איז מער באגלייבט איבער שיטת החזון איש ווי אלע זיינע תלמידים און נאנטע צוזאמען?
אגב, אויב דער חזון איש האט געהאלטן אז ס'איז א חוב קדוש צו גיין צו בחירות, פארוואס האט ער נישט געמאכט קיין תעודת זהות אז ער זאל אויך קענען אויספירן דעם חוב קדוש?
איינע פון זיינע תלמידים איז געווען רבי חיים קנייבסקי אין ער האט געטענהט אז דער חזון איש האט געהייסן גיין.
און דאס אז דער חזון איש איז נישט געגאנגען איז נישט קיין סתירה ווייל דער בית ישראל פון גור איז אויך נישט געגאנגען אין ער האט געשיקט זיין עולם.
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:41 pm
כ'מיין אז נאכען קוקען אין זיין ביכל במחיצתם (וואס האט אגב גאר שטארקע הסכמות, הן אויפן ספר און הן אויפן מענעטש) וועסטו רעדען אנדערש.
ס'בלייבט נאר איבער צוזאגען ''עיין שם''.
די ביכל איז ווייט פון מדויק, מילד גערעדט. זיך טועה מיט טרוקענע פאקטן וכדומה, אפילו שלא במקום אגענדע. ווילסטו זאגן אז דאס איז מער באגלייבט איבער שיטת החזון איש ווי אלע זיינע תלמידים און נאנטע צוזאמען?
אגב, אויב דער חזון איש האט געהאלטן אז ס'איז א חוב קדוש צו גיין צו בחירות, פארוואס האט ער נישט געמאכט קיין תעודת זהות אז ער זאל אויך קענען אויספירן דעם חוב קדוש?
איינע פון זיינע תלמידים איז געווען רבי חיים קנייבסקי אין ער האט געטענהט אז דער חזון איש האט געהייסן גיין.
אפשר קענט איר צואווייזן וואו רבי חיים שרייבט אזוי?
זיין טאטע שרייבט נישט אזוי.