אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 367

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך צווייטער »

דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:16 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:50 am
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:39 am עס איז דא א שטארקע שמועס פון הרה"ג רבי יחזקאל ווייס איבער וויאזוי מען מעג פארן קיין אומאן, און איבער די זהירות נישט צו ניצן די אלע ענינים פאר חלילה הפקירות אין די ענין פון תשובה
ווער עס קען עס דא אהער ברענגן ביטע, עס איז דא אויפן היימישע קרעטשמע
מי הוא זה הרה''ג ר' יחזקאל? יחזקאל הידוע?
זיין צווייטע קאזין
ולעצם הענין פארשטיי איך בכלל נישט. וועלכע זהירות דארף מען האבן פארנדיג קיין אומאן? פארוואס זאל עס געניצט ווערן אויף הפקירות?

אהא, מיינסט איך ווייס נישט די תשובה.

ווען די גמרא אין שבת זאגט אז ווער עס זאגט פרייטאג צונאכטס 'ויכולו', ער איז מעיד אויף בריאת שמים וארץ, זאגן אים די מלאכים וואס באגלייטן אים ''וסר עוונך וחטאתך תכופר''. פארוואס ביי דעם מאמר חז''ל שפירט מען נישט פאר וויכטיג מסביר צו זיין אז עס זאל חלילה נישט ברענגן צו הפקירות??
דו קענסט מענטשן משפיעים און זעלבסט ערקלערטע משפיעים וואס זאגן עמטליך אז אפילו ביסט שוין אין שפל המדרגה, אבער ווילאנג דו זאגסט נאך ויכולו פרייטאג צו נאכט האסטו בכלל נישט וואס צו טראכטן פון קיין יום הדין?
כ'האב נאך וואס צו שרייבן אבער טייפן קומט מיר אן שווער
סא זאל ער רעדן אקעגן אזעלכע דיבורים. וואס האט עס מיטן עצם פארן? און נאך ארויף ווארפן א נאסע ליילעך אויף טויזענטער אידן יראים ושלמים ההולכים בדרכו של רבינו הננמ׳׳ח?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 367

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך צווייטער »

חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:23 pm אן אריינגיין אין די גאנצע נושא, פראביר איך צו פארשטיין לויט די גרויסע ווערטער וואס מען זאגט נאך פון רבי נחמן מברעסלאב איבער ראש השנה און בפרט צו קומען צו אים אין ראש השנה, פארוואס איז קיינער פון אונזערע רביס נישט געפארן, אפילו רביה"ק מסאטמאר וואס לויט ווי מען זאגט נאך האט ער געלערנט זיינע ספרים, און שטארק געהאלטן פון אים, פארוואס איז ער קיינמאל נישט געפארן? אדער געזאגט די גרויסקייט פון פארן? עס איז מיר אינטערסאנט.
די קושיא פאסט פאר איינעם וואס אין קיין חסידות קיינמאל געפילעוועט

סארי נאטינג פערסאנעלי
אוועיטער
חוקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
x 42

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חוקר »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:27 pm

זייט אייך מסביר
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך בן שמחה »

חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm

ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך דאפלטער »

בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:00 pm
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:46 pm
בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:44 pm

יא איך ווער ארויסגעלאגט.
ערשטנס די קענסט א איבערוויגענדע פראצענט פון די צענדליגע טויזנטע וואס פאר?
ניין, אבער יעדער פון די חלקים וואס ער קען, צוביסלעך שטעלט זיך עס צוזאמען
צווייטנס וואס איז דאס קראקעדייל געפילן?
דאווענען ביי בערי, יואלי, אברהם מרדכי, וכו'...
בקיצור א שיטה געבויט אויף אומוויסענהייט
שיטה? איך האב בלוי אראפגעשטעלט פון וואס מען רעדט דא, כ'האב מסביר געווען אז מען רעדט נישט דא פון אידן וואס זוכן הפקרות חלילה, נאר ענדערש קאושער אינטערטעינמענט
איך בין גראדע זייער בעד די פארן, הלוואי זאל איך קענען
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך יום טוב שני »

עס איז א גוטע און שטארקע קשיא, און ר' נחמן אליין רעדט פון די קשיא
אבער די גמרא פירט שוין אויס אויף געוויסע מקומות, קשיא!! דאס מיינט אבער נישט ""תיובתא""
אוועיטער
חוקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
x 42

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חוקר »

בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm
חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:27 pm

די קושיא פאסט פאר איינעם וואס אין קיין חסידות קיינמאל געפילעוועט

סארי נאטינג פערסאנעלי
זייט אייך מסביר
ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
טאקע דאס האב איך געוואלט הערן.
דאן פארוואס איז דא א מבצע אז יעדער איד זאל לויפן קיין אומאן ראש השנה,
שווערע געלטער ווערט ארויסגעגעבן פאר די צוועק.
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
אוועיטער
חוקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
x 42

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חוקר »

יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:41 pm עס איז א גוטע און שטארקע קשיא, און ר' נחמן אליין רעדט פון די קשיא
אבער די גמרא פירט שוין אויס אויף געוויסע מקומות, קשיא!! דאס מיינט אבער נישט ""תיובתא""
וואס הייסט ער רעדט פון די קשיא?
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך דאפלטער »

בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm
חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:27 pm

די קושיא פאסט פאר איינעם וואס אין קיין חסידות קיינמאל געפילעוועט

סארי נאטינג פערסאנעלי
זייט אייך מסביר
ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
דאס איז א גוטע תירוץ אויף דעם רבינ'ס נישט פאלגן די הלכות ומנהגים פון ר' נחמן, אבער @חוקר פרעגט פארוואס די הבטחות און סגולות האט ער נישט אנגענומען?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך בן שמחה »

חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:41 pm
בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm
חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm

זייט אייך מסביר
ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
טאקע דאס האב איך געוואלט הערן.
דאן פארוואס איז דא א מבצע אז יעדער איד זאל לויפן קיין אומאן ראש השנה,
שווערע געלטער ווערט ארויסגעגעבן פאר די צוועק.
:? :?
אדרבה איך דארף פון די געלט גיב אן אדרעס...
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 222
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 269

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:41 pm
בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm
חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm

זייט אייך מסביר
ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
טאקע דאס האב איך געוואלט הערן.
דאן פארוואס איז דא א מבצע אז יעדער איד זאל לויפן קיין אומאן ראש השנה,
שווערע געלטער ווערט ארויסגעגעבן פאר די צוועק.
פאר די זעלבע סיבה מענטשן געבן אויס שווערע געלטער צו פארן אויף וועקעישאן שבת נחמו...

צו ס'האָט א סיבה? ס'דארף דען האבן?..
אז מ'טויגט טויגט מען...
אוועיטער
חוקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
x 42

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חוקר »

בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:48 pm
חוקר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:41 pm
בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm

ווייל מחשיב זיין און לערנען תורות פון א צדיק איז איין זאך און זיין א תלמיד און פאלגן הנהגות איז א צווייטע זאך.
מען דארף נישט זיין א חסיד עס צו פארשטיין.
טאקע דאס האב איך געוואלט הערן.
דאן פארוואס איז דא א מבצע אז יעדער איד זאל לויפן קיין אומאן ראש השנה,
שווערע געלטער ווערט ארויסגעגעבן פאר די צוועק.
:? :?
אדרבה איך דארף פון די געלט גיב אן אדרעס...
גייט צו די הפצה הויפקווארטירן פון יעדע פראקציע.
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך בן שמחה »

דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:39 pm
בן שמחה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:00 pm
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:46 pm
בקיצור א שיטה געבויט אויף אומוויסענהייט
שיטה? איך האב בלוי אראפגעשטעלט פון וואס מען רעדט דא, כ'האב מסביר געווען אז מען רעדט נישט דא פון אידן וואס זוכן הפקרות חלילה, נאר ענדערש קאושער אינטערטעינמענט
איך בין גראדע זייער בעד די פארן, הלוואי זאל איך קענען
דאס וואס די האסט אראפגעשטעלט איז אומריכטיג.

אדרבה מאך א חשבון וואס איז די פראצענט מענטשן פון וואס פארן וואס דאווענען אין די סארט מנינים, ווי סאך פון זיי זענען נישט בעלי תשובה/עבירה וואס דאווענען דארטן און טאנצן אביסל ביי ובכן צדיקים איז בכלל נישט מוכיח אז זיי קומען נישט קיין אומאן פאר תשובה און קירבת אלוקים, פון די וואס בלייבן איבער קען מען אויך דן זיין אויף דברים שבלב וואס זייער ציל מיטן קומען איז...
סך הכול וועסטו בלייבן אפשר מיט 5% פון די אלע מענטשן וואס פארן וואס קומען פאר כשר’ע אינטערטעינמעט, יעצט טראכט פון די שוואכסטע 5% פון סיי וועלכע קהילה, וואלסט זיך געוואונטשן זיי זאלן דאווענען אין יענע מנין...
אוועיטער
צפרא טבא
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 54

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך צפרא טבא »

קצי האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:28 pm רבי נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט אז די איינציגסטער וואס פארשטייט מיר איז הרהק ר'נתן מברסלב זצ״ל בדרך אגב די ענין פון קומען אויך אחר פיטרתו האבן אלע תלמידים אזוי פארשטאנען עי'די שיחות אפ' די עלטערע תלמידים פון ר'נחמן וואס זענען געווען א סאך עלטער פון ר'נתן און פארשטענדליך נישט געהאלטן תלמידים פון ר'נתן אם כל זה ראש השנה און אומאן האבן אלע אייניג אזוי פארשטאנען ווער סליינט די מעשיות פון די לעצטע ראש השנה פון ר'נחמן וועטס פארשטיין
די פראבלעם איז אז מען דארף גלייבן און די מעשיות
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך א קלער »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:26 pm
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:16 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:50 am

מי הוא זה הרה''ג ר' יחזקאל? יחזקאל הידוע?
זיין צווייטע קאזין
ולעצם הענין פארשטיי איך בכלל נישט. וועלכע זהירות דארף מען האבן פארנדיג קיין אומאן? פארוואס זאל עס געניצט ווערן אויף הפקירות?

אהא, מיינסט איך ווייס נישט די תשובה.

ווען די גמרא אין שבת זאגט אז ווער עס זאגט פרייטאג צונאכטס 'ויכולו', ער איז מעיד אויף בריאת שמים וארץ, זאגן אים די מלאכים וואס באגלייטן אים ''וסר עוונך וחטאתך תכופר''. פארוואס ביי דעם מאמר חז''ל שפירט מען נישט פאר וויכטיג מסביר צו זיין אז עס זאל חלילה נישט ברענגן צו הפקירות??
דו קענסט מענטשן משפיעים און זעלבסט ערקלערטע משפיעים וואס זאגן עמטליך אז אפילו ביסט שוין אין שפל המדרגה, אבער ווילאנג דו זאגסט נאך ויכולו פרייטאג צו נאכט האסטו בכלל נישט וואס צו טראכטן פון קיין יום הדין?
כ'האב נאך וואס צו שרייבן אבער טייפן קומט מיר אן שווער
סא זאל ער רעדן אקעגן אזעלכע דיבורים. וואס האט עס מיטן עצם פארן? און נאך ארויף ווארפן א נאסע ליילעך אויף טויזענטער אידן יראים ושלמים ההולכים בדרכו של רבינו הננמ׳׳ח?
יעצט אויסגעהערט, ער זאגט קלאר אז ער רעדט פון די אידן וואס פארן אן תשובה,

דרך אגב איך מיין רבי נחמן שרייבט אויך ובלבד שלא יחזור אויב איינער קען באשטעטיגען
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

היינט נאכט איז די גרויסע יארצייט פון צדיק יסוד עולם הרה"ק ר' נחמן ב"ר שמחה ופייגא מברסלב זיעוכי"א זאל די צדיק שוין איינרייסן פאר אונז אז מ'זאל שוין זוכה צו זיין היינט נאכט ביי שמחת בית השואיבה אינעם עזרת נשים פונעם ביהמ"ק מיט משיח'ן אינאיינעם!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

וואס איז פשט פון די נ נח נחמ נחמן מאומאן ר' נחמן האט געשטאטערט?
ס'איז עפעס אזא געדאנק פון ר רב רבי רבינ רבינו י יו יוא יואל מ מס מסא מסאט מסאטמ מסאטמא מסאטמאר ז זי זי" זי"ע
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך לייבל פריש »

טובי' שרייבער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 11:36 am
גדי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:59 am דארף מען צעטיילן די ארויסשלעפן ביי די פאות מיט'ן קומען ראש השנה. די ארויסשלעפן ביי די פאות מיין איך שטאמט יא פון ר' נחמן דירעקט.
כ'מיין אז ס'גייט יא ביידע צוזאמען.
כ'מיין אז ר' נחמן האט געזאגט, אז, ווער ס'גייט קומען צו אים אויף ראש השנה, גייט ער ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פיאות.
איך בין שוין לאנג נישט דא געווען, (מיין חבר יא...) עכ''פ רבי נחמן שרייבט קיינמאל נישט אז ווער ס'וועט זיין ר''ה וועט ער ארויסשלעפן, די עצם הבטחה איז אויף אגאנץ יאר, און ר''ה - זאגט ער - קען ער מתקן זיין אפי' וועם ער קען נישט מתקן זיין אגאנץ יאר.

למעשה איז גאר וויכטיג צו באטאנען אז מען קען נישט אריינרעדן אין דעם גאנצן ענין פארן זיין אינגאנצן בקי דערינען. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווער ס'קען נישט הלכות ''פיקוח נפש'' קען נישט אונטערמורמלען עעםם עפעס געדענק איך אז מ'טאר נישט פארן מיט א אמבולאנס שבת.... ווייל ס'איז געהעריג רציחה. און דא ביי דיני נפשות וואס עס קען אפהאלטן אפי' איין אידישע נשמה פון זיין תיקון רוחני קען מען נישט זאגן אז עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס'דא דארט הפקרות וכדומה... נאר אלעס דארף זיין בכובד ראש.

ויהי רצון שזכות הצדיק הק' יגן עלינו ועל כל ישראל ביומא דהילולא קדישא.
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
קרעימיש קעיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
x 47

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך קרעימיש קעיק »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 8:31 pm וואס איז פשט פון די נ נח נחמ נחמן מאומאן ר' נחמן האט געשטאטערט?
ס'איז עפעס אזא געדאנק פון ר רב רבי רבינ רבינו י יו יוא יואל מ מס מסא מסאט מסאטמ מסאטמא מסאטמאר ז זי זי" זי"ע
די שאלה איז צי די ברייוו איז אמת אבער אין עמקות פארשטייט מען עס זייער גוט ע"פ ספריו של ר' נחמן
פשוט כפול משולש מרובע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

קרעימיש קעיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:54 pm

די בריוו איז זיכער אמת, נאר דאס האבן אפאר לצים גענוצט צו פארדרייען א איד א תמים.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
קרעימיש קעיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
x 47

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך קרעימיש קעיק »

נקודת טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:57 pm
קרעימיש קעיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:54 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 8:31 pm וואס איז פשט פון די נ נח נחמ נחמן מאומאן ר' נחמן האט געשטאטערט?
ס'איז עפעס אזא געדאנק פון ר רב רבי רבינ רבינו י יו יוא יואל מ מס מסא מסאט מסאטמ מסאטמא מסאטמאר ז זי זי" זי"ע
די שאלה איז צי די ברייוו איז אמת אבער אין עמקות פארשטייט מען עס זייער גוט ע"פ ספריו של ר' נחמן
פשוט כפול משולש מרובע
די בריוו איז זיכער אמת, נאר דאס האבן אפאר לצים גענוצט צו פארדרייען א איד א תמים.
פון ווי ווייסטי אז עס איז אפאר לצים
נישטא קייין מקור אויף קיין שום זייט
יא איך האב שוין געהערט פון דעי איד וואס זאגט אז ער און פארקערט...
הרבה קולמסין נשתברו

ווי אזוי האט יענער געזאגט יעדער איז מודה אז ר' ישראל בער איז געווען א איד א צדיק די שאלה אאיז נאר צי מען זאל ארויסזאגן פיר ווערטער פון מויל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

קרעימיש קעיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 4:01 pm
נקודת טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:57 pm
קרעימיש קעיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:54 pm

די שאלה איז צי די ברייוו איז אמת אבער אין עמקות פארשטייט מען עס זייער גוט ע"פ ספריו של ר' נחמן
פשוט כפול משולש מרובע
די בריוו איז זיכער אמת, נאר דאס האבן אפאר לצים גענוצט צו פארדרייען א איד א תמים.
פון ווי ווייסטי אז עס איז אפאר לצים
נישטא קייין מקור אויף קיין שום זייט
יא איך האב שוין געהערט פון דעי איד וואס זאגט אז ער און פארקערט...
הרבה קולמסין נשתברו

ווי אזוי האט יענער געזאגט יעדער איז מודה אז ר' ישראל בער איז געווען א איד א צדיק די שאלה אאיז נאר צי מען זאל ארויסזאגן פיר ווערטער פון מויל
איך ווייס טאקע נישט פאר א פאקט אז מען רעדט דא פון לצים, אבער ס'איז מר גרינגער אנצונעמען אזוי ווי איידער אז הרב אודסר איז געווען א פליענער בעל דמיון!

אגב, איז דא ביי איינער פון די נארמאלע משפיעים וואס דאס איז ביי זיי אנגענומען?
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
חיליק פעלדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
x 165

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חיליק פעלדמאן »

אזויווי אלץ ברסלב'ער שמועס איך אסאך מאל מיט געוויסע מענטשן און זיי פרעגן מיר קשיות אויף ברסלב, און איך זע אז זייער אסאך קומט פשוט פון חסרון ידיעה אין טריקענע פאקטן

דעריבער האב איך מיר אפגעשריבן אזא קונטרס'ל אויף א אינטערעסאנטע אופן וואס פרובירט צו דורכגיין מערערע אזעלכע פאקטן און איך פרוביר עס אביסל אויסצוקלארן

איז וועל איך אויך ארויפלייגן דא וואס איך האב געשריבן

און אפשר וועל איך ארויסגעבן א קליין קונטרס'ל דערפון, אבער קודם זאל עס דא זיין פאר ווער עס איז אינטערעסירט דערין

און פארשטייט זיך אז נאר ווער עס איז אינטערסירט דערין. ווער עס האט נישט קיין אינטערעסע און נייגער דערין דארף אוודאי נישט דא זיין און עס קוקן און זיך עסן און רעגן... וכו' וכו'. עס ליגט דאך אין א ברסלב'ע אשכול.

ליינטס און אפשר האטס הנאה...
חיליק פעלדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
x 165

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חיליק פעלדמאן »

אנגענומענער פאקט: 'ברסלב' איז 'א וועג ארויס' פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין געדולד פאר די פשוטע יראת שמים און אמת'ע אידישקייט...

ריכטיגער פאקט: ברסלב איז טאקע א וועג פאר אידן וואס איז זיי שווער צו דינען דעם אייבערשטן, אבער נישט 'א וועג ארויס' נאר 'א וועג אריין'...
און יא! דער אייבערשטער פארשטייט אונז און האט אראפגעשיקט צדיקים מיט זייערע ספרים און תורות צו אונז ווייזן די ריכטיגע דרכים און פתחים אז יעדער זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און יעדער איד אין יעדער מצב זאל קענען טרעפן דער וועג אריין אין עבודת ה'.
און דאס האט זיך אנגעהויבן בפרט פון דער הייליגער בעש''ט און זיינע תלמידים וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט צדיקים מיט הייליגע עצות און דרכים וואס פארשטייען צו יעדעם'ס הארץ און זענען דא צו העלפן אידן אין יעדן מצב מיט סיי וועלכע שוועריקייטן וואס זיי האבן נאר צו דינען דעם אייבערשטן כראוי.
און דאס איז ברסלב, 'א וועג אריין' פאר אידן וואס זוכן טאקע אריינצוגיין אין עבודת ה' כראוי.

אנגענומענער פאקט: ברסלב איז א וועג פאר ליידיגייערס און העכסטנס פאר פשוטע מענטשן און בעלי תשובה וואס דארפן נעבעך צוקומען צו התחזקות...

ריכטיגער פאקט: אין ברסלב זענען אין אלע דורות געווען פון אלע סארט אידן, פון גאר גרויסע אידן עובדי ה' און בעלי רוח הקודש ביז גאר פשוטע און גראדע און אפילו ביז די נידריגסטע און ערגסטע און אלעס אינדערמיט.
מען קען אויסרעכענען א גאנצער ליסטע פון גרויסע צדיקים וואס האבן זיך געדרייט אין ברסלב ביז ממש דער לעצטער דור, און אפילו נאך היינט אויך, און אוודאי אויך פשוטע מענטשן וואס דארפן פשוטע התחזקות אין טאג טעגליכע לעבן, ביז מענטשן וואס זענען נאך אינגאנצן אינדרויסן און זוכן נאך בכלל א וועג אריין צום אייבערשטן.
און אז מען קוקט אריין אין די ספרים זעט מען טאקע אז עס איז דא אלע סארט דיבורים, פון פשוטע התחזקות פאר טינקעלע מצבים ביז גרויסע עבודות און יגיעות פאר ליכטיגערע מצבים און פאר גרויסע עובדים. און דער רבי מוהר''ן מברסלב שרייבט טאקע מערערע מאל דעם לשון אז ער האט אלע סארט תורות און מאמרים סיי פאר די נידריגסטע און ביז די גרעסטע, יעדעם קען ער מאכן בעסער און העכער.
חיליק פעלדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
x 165

Re: אומאן ראש השנה - מקורו מרבי נחמן?

פאוסט דורך חיליק פעלדמאן »

אנגענומענער פאקט: ברסלב'ע מאכן התבודדות דורכן ארויסגיין אין וואלד און שרייען 'אבא' און 'טאטע' מיט קולות וברקים און גארנישט מער...

ריכטיגער פאקט: דער ענטפער אין אין איין ווארט איז אז "ניין", נישט דאס איז התבודדות... וואס יא? דארף מען ווען האבן א גאנצער מאמר דאס צו מסביר זיין, אבער אין קורצע ווערטער:

התבודדות איז א צייט ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן אייבערשטן ווי א קינד צו א טאטע מיט א פשטות און נאטורליכקייט. אונז האבן א טאטע אין הימל וואס ווארט אויף אונז און וויל הערן וואס אונז האבן צו זאגן און האט א מורא'דיגע נחת רוח ווען אונז קומען רעדן צו אים און דערציילן אלעס וואס ליגט אונז אויפן הארץ.
און אין דעם איז כלול אלעס; מען קען בעטן אלעס וואס מען דארף, מען קען תשובה טון אויף דער עבר, מען קען סתם זיך אויסשמועסן מיט אונזער גוטער טאטע און ארויסרעדן אלעס וואס דריקט אויפן הארץ, מען קען בעטן צו האבן אלעס גוטס בגשמיות, מען קען בעטן צו ווערן בעסער ברוחניות, מען קען רעדן פון אלעס צו גוטן באשעפער!
און פארשטייט זיך אז דער אייבערשטער העלפט אוודאי יעדער וואס רעדט צו אים, ווייל כי אתה שומע תפלת כל פה עמך ישראל ברחמים.

און בעצם שטייט שוין וועגן התבודדות אין אלע ספרים (עיין בהנהגות ר' אהרן הגדול מקארלין, ובהנהגות ר' מרדכי מטשערנאביל בליקוטי תורה, ובסור מרע ועשה טוב מהרה''ק מזידיטשוב ועוד ועוד, און כידוע פלעגט דער חפץ חיים אסאך רעדן דערוועגן און מעורר זיין עס צו טון), נאר אין ברסלב לייגט מען א שטארקע דגוש דערויף און מען טוט עס טעגליך בקביעות. אה! קיין בעסער פון דעם איז נישט פארהאנען... טעמו וראו כי טוב ה'...
שרייב פאוסט