גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 5:02 pm
מנהיג האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 4:54 pm
לידיעה בעלמא
די קאמפיין וואס איך האב דא געלאזט אין גאנג איז געווען לכתחילה בלויז פאר די איין פארפאלק וואס איך געב זיך אפ, אבער די עסקנים מיט וועם איך ארבעט האבן געבעטן אז איך זאל דאס פארברייטערן פאר נאך עטליכע קאפלס וואס זיי נעמען קעיר,
אשר על כן טייערע אידן!!
איר האט יעצט די געלעגנהייט צו אויפבויען גאנצע משפחות ודורות בישראל!!!!
שמואל גפל האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 21, 2024 6:33 pm
דראמאטישע באריכטען קומען אריין פון גוטאמאלע אז דעם שבת אויפדערנאכט האבן זיך די ארטיגע פאליציי אראפגעלאזט אויף די לב טהור קולט אין גואטאמאללע און ארויסגעראטעוועט איבער קרוב צו 200 פרויען און קינדער, און ארעסטירט אלע אנפירער פון די קולט.
די אפעראציע איז אונטערגענומען געווארען נאך וואס א לאקאלע געריכט האט געאורטיילט אוועק צו נעמען די קינדער פון די קהילה נאכדעם וואס קולט אנטלאפענע האבען פארציילט אין געריכט איבער די שרעקליכע פייניגונגען און פארלעצונגען וואס קומען דארט פאר. איבער 400 פאליציאנטן און פסיכאלאגן האבען אנטייל גענומען אין די אקציע, די ארטיגע רעגירונג זאגט אז זיי קוקען פאראויס אויף די צוזאמענארבעט מיט איזרעילי גאווערנמענט פאר די עתיד פון די קינדער וואס זענען אוועקגעפירט געווארען (פון לבן צו עשיו...).
צווישען אנדערע האבען די אינסטאנצען געפונען גופים באגראבען און דאס אוועקגעפירט פאר אויספארשונגען איבער די אומשטענדן פון זייער אומקום.
מיר געדענקען אלע די אויפשוידערנדע נייעס פון ווייטן גוואטעמאלע..
יעדער האט צו זיך געטראכט, ''הלוואי וואלט איך געקענט עפעס טוען פאר די אומשולדיגע שעפעלעך שלא טעמו טעם חטא'' ''ווי קען מען צוקוקן די פיין פון קליינע קינדערלעך'' ועוד ועוד....
טייערע אידן!!!!
כלל ישראל בכלל און יוצאי לב טהור בפרט טוען אויסדרוקן פון טיפן הארץ א הערצליכן ברכת מזל טוב פאר העסקן הנמרץ למען הצלת ילדי לב טהור הרה''ג ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א לרגל הולדת בתו למזל טוב!
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זמן שמחה זאל אים אנטקעגן קומען די אומגעהויערע זכותים פון די אלע מסירות נפש אקטיוויטעטן ארויסצוראטעווען הונדערטער אומשולדיגע אידישע נפשות מאפילה לאור גדול, און דער אייבערשטער זאל אים ווייטער שענקען סייעתא דשמיא און די שטארקע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע פעולות און ארויסראטעווען די פארבליבענע נפשות וואס ווארטן נאך ארויסצוקומען פון דעם פינסטערן גיהנום, און די שמחה זאל ברענגען נאך און נאך שמחות און משפיע זיין א שפע פון ישועות ורפואות פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
האלט מיט די נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען, אינטערוויוס, און אלעס איבער פרשת ילדי גואטעמאלא:
דאס איז א COMMENT וואס איינער האט געשריבען:
Comments: ב"ה שוין געהאט די זכי' זיך משתתף צו זיין קרוב צו 20 מאל אדער מער פאר די וויכטיגע קאמפיין, דאס איז א קליינע הוספה לכבוד די קאמפיין פאר הוצאות פון די עסקנים צו קויפן עסן קליידונג וכו' און מיר ווארטן פאר ר' שמואל'ס באריכט פון שבת
מען זיכט א צענטער!
פאר וויל משתתף זיין אונז וויל מיר אנקומען צי די גאול $10,000 ווער לייגט צי א פלייצע?
די עולם געבט שיין פארפאסט נישט די געלעגענהייט!
הצלת נפשות, פון משפחות תלויה בכם!!!
איך זיך דעם חברה מאן וואס קען ברענגען א פאר אלפים פון זיינער חברים-די זכות פון א משפחה שטעלען אויף די פוס. https://toirem.org/23423
לרבים השואלים האמיר זיך אראפגעזעצט מיט די עסקנים און אביסל צונומען אויף קליינגעלט וואס קאסט אלס יעצט פאר די עסקנים וואס יום ולילה לא ישבותו. וירא הקהל וישפטו.
דירה געלט איז יעצט דא איין קאפל וואס צאלט $1500 און צווי קאפעלס וואס צאלן $1650
די עסקנים באצאלן די ערשטע חודש און צומאל אויך די צווייטע.
קליידער איז יעדע קאפל בערך $3900 (שטריימל, בעקיטשע, רעקל, העמדער, אונטערוועש, פרויען קליידער ועוד) און אויב עס איז דא איין צוויי קינדער איז עס נאך $4-500 און ארויף.
שכר לימוד פאר יעדע קינד איז לכה"פ $300 א חודש
יעצט איז דא 5 מענטשן וואס די סעלפאון איז אויף די עסקנים, א סך הכל פון $150 א חודש.
אויסשטאפירן א דירה (בעטן, שענק, פרידזש פריזער, אויוון וכדו') אויף א נארמאלע פארנעם, איז א ערך פון צוויי אלפים. (דאס איז שוין נאכ'ן צוזאמנעמען חפצים פון נדיבי לב)
לעקטער פאר יעדע דירה איז $100-150
עסן פאר יעדע משפחה איז א שיינע פאר הונדערט דאלער א וואך, אויב איז עס א קליינע בעבי איז עס לכה''פ נאך א הונדערטער פאר פארמולע.
לעגאלע דאקומענטן פאר א משפחה איז בערך $300.
דאקטורים מיט מעדיצינען ביז די גאווערמענט באצאלט עס איז אויך אפאר דאלער.
יעצט איז געווען איינער וואס האט וויכטיג געדארפט גיין פאר טעראפי ASAP, א נישטיגע $200 פאר 45 מינוט, ס"ה פון $1200 א חודש דערווייל.
אמת טאקע אז די עסקנים ארבעטן שווער צו באקומען גוטע פרייזן, אבער אחרי ככלות הכל בלייבט איבער זייער אסאך אויף אונזערע פלייצעס. לאמיר געדענקען אז מיר טוען עס פאר אונזערע ברודער און שוועסטער בלוט און פלייש, און די גרעסטע הנאה וועט זיין ווען מיר וועלן זעהן ווי שיין זיי האבן זיך איינגעגלידערט צווישן אונזער עולם כאחד האדם. יעצט האמיר די געלעגנהייט צו ראטעווען דורות פשוטו כמשמעו!!!
ומכאן הקריאה יוצאת פאר די עולם אידן וואס זענען נאך בעמק הבכה.
קומטס ארויס בהמוניכם און זייטס אונז מזכה מיט די מצוה, מיר קוקן ארויס אויף אייך און מיר ווארטן אייך צו באגריסן אזוי ווי ביזט יעצט און ביתר שאת ויתר עוז.
בלייבטס נישט פארזונקען און אייערע מחשבות ווער וועט אייך העלפן, ווייל מיר שטייען גרייט מיט ברייטע ארעמעס אייך מקבל פנים צו זיין. יא דו האסט די כוחות!!!
ונסיים מעין הפתיחה, לאמיר אלע כאפן א זכות און די געוואלדיגע מצוה, און ווער עס וויל געבן ספעציפיש און וויל האבן א רעסיט צו הענגען און די סוכה, זאל זיך פארבינדן פריוואט און מיר וועלן שיקן די רעסיטס.
עס ווערט געזוכט א ווארעמע שטוב, פאר א בחור’ל פון די חשוב’ע יוצאים, פאר א שטיק צייט,
אין די קרית יואל געגנט
אויב איר טראכט אז ס’איז פאר אייך, און איר האט די מעגליכקייט
ביטע פארבינד אייך אין אישי
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 4:36 pm
איך בין גרייט זיך צוצושטעלן צו די עסקנים, און טון לויט ווי אזוי זיי פארשטייען, אויף וועלכע סכום זיי וועלן זאגן.
דער עולם האט נישט קיין השגה וויפיל מען קען אויפטון דא, נישט בלויז מיטן העלפן די באטראפנדע משפחה, נאר אויך מיט די מעסעדזש וואס קומט אן צו די אידן וועלכע געפינען זיך נאך דארט, און ציטערן (איך רעד מידיעה), אז ווען זיי קומען קיין אמעריקע, וועט מען זיי לאזן אויפן וואסער ח"ו.
כהאב מיך מתבונן געווען, עס איז דא די כלל אז עונשים קומען מידה כנגד מידה און אויכעט ווייסן מיר דעם קשוט עצמך ואח”כ קשוט אחרים.
בעצם אין תורת הנגלה מיינט ’עירוב רב’ די פרעמדע פעלקער וועלכע האבן זיך אנגעטשעפעט אין כלל ישראל ביי יציאת מצרים. זיי האבן געזעהן די ניסים און געווארן איבערגענומען, אבער עס איז נישט געוווען קיין פולשטענדיגע ריינע גירות. דאס איז די פשוטע פשט אין עירוב רב.
קומט א כת און באצייכנט אונז די ריכטיגע בני אברהם יצחק ויעקב אלץ עירוב רב... נאכדעם ווערט די כת אליינס אנגעפולט מיט גרים און אזאנע סארט וועלכע זענען מכשיל מיט די חמורות שבחמורות.... נו ווער איז די ריכטיגע עירוב רב???? מבהיל!!!
-------
כוויל נאר אויסקלארן אז איך באצוה מיך נישט אויף קיין פאל צו קיין שום ריכטיגע גר. מיר זענען מחיוב מיט אלע סארטן ציוויים און אזהרות צו ליעב האבן און מקרב זיין א גר. איך מיין נישט חס וחלילה דא די גואטאמאלע גרים באופן כללי, חס ושלום!!! הלואי שיהא חלקי עמהם!!
מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 12:12 am

אז ס'איז שוין ממילא גאנץ שטיל דא לאמיר צולייגן מיינע 5 צענט. שוין זינט די מערכה האט זיך אנגעהויבן זעט מען דער עולם נעמט זייער פערזענליך דאס אז ס'איז דא אידן וואס האלטן זיי פאר ערב רב (וזה מתרץ קצת איך הם סברו שלהציונים מפריע קבוצה כה קטנה...) איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער הייליגער ד"ח שרייבט שוין בדורו אז רוב דור איז נשמות הערב רב. (נישט אז אין גואטעמאלא איז מען באשיצט... נאר די נקודה).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך האב פון אים א ים מיט מכתבים, איך פארשטיי נישט אזוי גוט זיין שפראך.
אויב אינטערסאנט קען איך לייגן דא, ער האט אויף יעדן דיטעל א געוואלד געבויעט גג עם גג הקדמות מיט מקורות... כדרך די ביכער פון להבדיל ארז'ן.

כווייס נישט וואו דאס שטייט. און אפילו טאמער אזאנס שטייט, אונז פארשטייען מיר נישט די דאזיגע דברי חיים און מקען גארנישט טון מיט אזא מימרא. אין תורת הנגלה פאר פשוטע תרי”ג מצוות אידן האט דאס נישט קיין מקום.