די סיבה פארוואס עס איז כמעט נישט דא קיין בילדער איז וויבאלד די אינטערנעט און די סעלפאון סערוויס אין איראן ארבעט כמעט נישט אבער פאלגענד איז עפעס בילדער אין די ערשטע בילד קען מען זעהן די 6 לעכער וואס די באמבעס האבן געמאכט אין די ערד און די רויעך וואס קומט ארויס פון די פייערן וואס פלאקערן אינעווינדיג
סעקרעטערי אף סטעיט מארקא רוביא: אויב איראן וועט רעאגירן, וועט עס זיין דער ערגסטער טעות וואס זיי האבן נאר געמאַכט... די וועלט איז זיכערער און מער סטאַביל היינט ווי זי איז געווען 24 שעה צוריק.
ניו יארק טיימס: אמעריקאנער באאמטע זאגן אז די אטאקעס האבן געפירט צו "שווערע חרבנות" צו די איראנישע נוקלעארע סייטס, די פארדא פאבריק איז שווער געשעדיגט געווארן אבער איז נישט חרוב געווארן אינגאנצען.
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 1:40 am
יעצט אין ארץ ישראל
די בנין אין תל אביב וואס איז געווארן צומאלן פון די איראנע אטאקע די נאכט איז געווען אינגאנצען ליידיג וויבאלד מען האט געהאלטן ממש פארן עס איינווארפען כדי צו בויען דארטן א ריזיגע נייע בנין
רוסלאַנד, טשיינע און פּאַקיסטאַן האָבן אַריינגעגעבן אַ רעזאָלוציע צום סעקיורעטי קאונסעל פון די UN, וואָס רופט פאר א באלדיגן פייער אפשטעל אין די מיטל מזרח.