איך האב ליידער נישט געהאט די זכיה זיך צו משתתף זיין בממון ווייל ליידער לע"ע האב איך נישט די מעגליכקייט, אבער גיין אראפרייסן בכל אופן שהוא?! אויב דורך דעם איז ארויסגעקומען אפילו נאך איין דאללער האט זיך עס געלוינט!! און זיי נישט מדמה צו ר' ט.מ.נ. וואס האט גערופן מענטשן אינדערהיים אין כל מיני ביזי צייטן, משא"כ דא ווען די קומסט ארויף מדעת עצמך פאר אינטערטעימענט פעלט נישט אויס זיך צו אויפרייסן ווען איינער פרובירט צו שאפן געלט פאר ריכטיגע נצרכים און פדיון שבוים.חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 9:54 pmיא יא ר' @גרינטליך די מאכסט אזא גוטע דשאב ממש ווי חסדי טובים מאורות...קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 9:52 pm וואה. איך קען נישט גלייבן וואס איז דא פארגעקומען אין אפאר שעה
עס קומען טרערן אין די אויגן צו זען כלל ישראל’ס הארץ. יודן זענען נתבעים ונותנים..
איך בין שוין געווען נאך ייאוש ... עס האט אויסגעקוקט ווי דער עולם איז שוין אויסגעדרענט פון דעם צוועק
עס געט אריין אסאך חיזוק פאר יעדן איינעם
יעדער, כ”א בשמו הטוב- זאל ווערען נתברך בכל הברכות האמורות בתורה, און קיינמאל נישט וויסען פון אזאלכע צער, און קיין שום עגמת נפש ביי זיך חס ושלום , אמן
בעיקר ! דארף ווערן ארויסגעהויבן לשבח גדול הרב הצדיק גרינטליך נר”ו , וואס האט איבערגענומען די לייצעס דא , און געבראכט דאס אומגלויבליכע מיט סייעתא דשמיא
איך האב נישט קיין איינונג ווער דער איד איז, נאר מען זעט א אידיש הארץ וואס ברענט, א חסד של אמת וואס קיינער קען אפילו נישט מכיר טובה זיין
דער באשאפער זאל אים משפיע זיין מידה כנגד מידה אלף פעמים ככה עד אין שיעור
גדול המעשה יותר מן העושה
בדרך אגב ייש"כ גרינטליך פארן מזכה זיין אזויפיל אידישע קינדער