אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די פאלגענדע קעפל אינעם פערל"ס אפדעיט נומער 13 איז נישט ריכטיג
קאורט אוו אפיעלס אורטיילט: ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט 'פארמאגט נישט דעם מאכט' צו פארשליסן מוסדות התורה!
די קאורט האט דאס 'נישט' געזאגט
די קאורט האט 'בלויז' געשריבען די פאלגענדע ווערטער [פעידש 10] לעצטן פאראגראף
"פארקערט פון וואס פערל"ס טענה'ט, 'גארנישט אין די רעגולאציעס' פארלאנגן, אז די עלטערן 'מוזן' ארויסנעמען די קינדער פון א סקול, וואס איז באטראכט געווארן וואס שטעלט נישט צו א 'סאבסטענשיל עקוויוועלנד אינסטראקשען,
ווי אויך טוען נישט די רעגולאציעס אוטאראזירן צו פארמאכן סקולס"
און אנדערע ווערטער אז דאס וואס פערל"ס טענה'ט אז 'די רעגולאציעס פארמאכן סקולס', זאגט די געריכט להד"מ, עס 'שטייט נישט' אזוינס 'אין' די רעגולאציעס.
אבער די געריכט האט 'קיינמאל נישט' געזאגט אז די 'סטעיט' האט 'נישט די מאכט' צו פארמאכן שולעס אויב זיי ווילן...!

- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 26
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 3:47 pm א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט ארויס געגעבן אן אורטייל אין באצוג צו די גזירת החינוך אין ניו יארק סטעיט
ד' שלח פ״ה
אבער האט דערקלערט אז די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט האט נישט רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער פארלאנגן פון עלטערן אויסצושרייבן זייערע קינדער פון ישיבות.
דאס איז נישט ריכטיג
די געריכט האט 'נישט' דערקלערט אז די סטעיט האט נישט רעכט צו שליסן, נאר זיי האבן געזאגט אז די סטעיט [די רעגולאציעס] האט עס נישט פארלאנגט
בנוגע צו פארלאנגן עלטערן אויסצושרייבן זייערע קינדער האט די געריכט גארנישט געשריבען, און עס איז צו ערווארטן אז די סטעיט גייט ווייטער שיקן די זעלבע בריוון ווי ביז איצט, די געריכט האט נאר געזאגט אז די רעגולאציעס פארלאנגט נישט אז די עלטערן 'מוזן' ארויסנעמען זייערע קינדער פונעם מוסד [אפילו אויב זיי האבן באקומען בריוו]..., אבער די סטעיט קען ווייטער שרייבן בריוון פונקט ווי ביז איצט...
די אורטייל גייט אקעגן א פארארדענונג פון די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט און די סיטי עדוקעישאן דיפארטמענט אז 6 ישיבות דארפן זיך פארשליסן.
נישט ריכטיג, די סטעיט האט קיינמאל נישט פארארדענט אז די זעקס ישיבות ברויכן זיך פארשליסן... און די קאורט האט עס אפילו אראפגעברענגט אין זייער אורטייל בשם די סטעיט אז זיי האבן עס קיינמאל נישט פארלאנגט [פעידש 8]
אזוי אויך גייט עס אקעגן דעם וואס זיי האבן אינפארמירט צענדליגער עלטערן אז זיי וועלן נישט קענען באקומען ספעציעלע ספעשעל-עד הילף.
נישט ריכטיג,
די פסק גייט גארנישט אקעגן דאס וואס די סטעיט האט פארלאנגט אפצוהאקן די ספעשיל עד הילף, אדרבא זיי האבן גאר באשטעטיגט דעם אפעלאט פסק, וואס האט באפולמעכטיגט די סטעיט אפצוהאקן אלע פאנדינג, וואס די סטעיט האט דאס טאקע אויסגעפירט אויף למעשה ביז איצט... און זיי וועלן דאס זיכער ווייטער אינפארסירן
יעצט איז די האפענונג אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט נעמען די ריכטיגע שריט צו אינפארמירן די באטראפענע עלטערן אז זייערע קינדער קענען פארבלייבן אין די ישיבות וואו זיי לערנען און דארט ווייטער באקומען זייער ספעשל עד הילף.
יא יא עס איז די האפענוג אז די סיטי גייט ממשיך געבן ספעשיל עד..
ווי כאילו עס ווענדט זיך אין די סיטי... זיי מוזן פאלגן אלעס וואס זייערע טאטעס הייסן זיי... און אז די סטעיט וועט זיי הייסן אפהאקן די פאנדינג און זיי וועלן זיך נישט רעכענען מיט די אלע האפענונגען... וועלן זיך די עדעמס אדמיניסטראציע בע"כ מוזן אויספאלגן צו זיי ווילן יא אדער נישט
עס פעלט נישט אויס צו מעלדן די נייעס נישט ריכטיג, מען פארלירט נאר דעם טראסט פונעם ציבור...!
אידיש 24
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6728
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15628
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א שטיקל קלארקייט אויפ'ן היינטיגן אורטייל פונעם העכסטן קאורט.
1) ריבא פסק ליידער ארויסגעווארפן
די 7 ריכטער האבן ליידער ארויסגעווארפן די ביטע פון צוריקשטעלן ריבא'ס פסק וואס האט געלאזט מוסדות בלייבן לעגאל אפילו אויב זיי גיבן א האלבע עדיוקעישן. דאס איז א שווערע קלאפ פאר'ן לעגאלער קאמף וואס גייט שוין אן אזוי לאנג וואו פערלס האט שטארק פרובירט צו איבערצייגן דעם געריכט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט זאל נישט האבן די מעגליכקייט צו אוועקנעמען פון א מוסד איר שטאנד אלס מוסד.
2) סיטי קען ווייטער שיקן בריוו פאר די עלטערן פון די 6 מוסדות - געריכט רעדט נישט אריין אויב זיי קענען אנהויבן א נייע בלאט מיט די נייע געזעץ
בנוגע די 6 גע'פסל'טע מוסדות זאגט דער געריכט אז די קאמישאנער - און דאן די סיטי - האט די רעכט צו טון אלעס וואס זיי האבן געטון, ווייל דער מוסד שטעלט נישט צו קיין עקוויווילענט לימודים, ממילא איז עס נישט קיין עקוויווילענט סקול, דעריבער דארפן די עלטערן וויסן אז זייערע קינדער באקומען נישט קיין עדיוקעישן דורכ'ן שיקן דא, און אויטאמאטיש, קען די סיטי אודאי ווייטער אפהאקן פאנדינג פונעם מוסד און ספעשל עד פאר'ן טאטע, ווייל די סקול איז נישט קיין סקול.
*
צו פארשטיין בעסער, לאמיר אויסקלארן וואס די געפעכט איז געווען, לויט וויפיל איך פארשטיי עס פון ביז אהער:
די עדיוקעישן דעפארטמענט וויל פסל'ען יעדן מוסד וואס איז נישט עקוויווילענט. וואס מיינט פסל'ען? זיי זאגן אז ס'מיינט 2 זאכן, איינס "איך גיב דיר נישט קיין געלט", און צווייטנס "די עלטערן זענען נישט יוצא די חינוך פליכט".
איז געקומען פערלס און גע'טענה'ט אז דאס הייסט אז "דו פארמאכסט מוסדות". דו טארסט עס נישט טון, פאר פארשידענע סיבות וואס מאכןדי רעגולאצתיעס אומגעזעצליך אדער דיסקרימינירנד, און צווישן אנדערן איז געווען איין נקודה אז "למעשה לערנען זיי יא עפעס אין דעם מוסד" ממילא קענסטו נישט פארמאכן איינער וואס לערנט א חלק לימודים. און אויב דו טארסט זיי נישט פארמאכן, מוזטו זיי ווייטער פאנדן. האט די סטעיט גע'טענה'ט אז ניין, דיין בילדינג קען רואיג בלייבן אפן אבער דו ביסט נישט קיין כשר'ע מוסד ממילא נישט בלויז וואס די עלטערן האבן א פראבלעם, האסטו אויך, ווייל איך גיב דיר מער נישט קיין געלט.
איז געקומען ריבא מיט א חידוש נפלא, וואס איז ניטאמאל געליגן אין פערלס'ס קלאגע: אין אמת'ן זענען די רעגולעישנס יא גוט, אלע טענות דערקעגן זענען ארויסגעווארפן. ממילא, די עלטערן האבן זיכער א פראבלעם, ווייל זיי גיבן נישט קיין חינוך. איי אויב אזוי זאגט די סטעיט אז זיי קענען סטאפן פאנדינג אויך? ניין זיי קענען נישט! דאס הייסט פארמאכט א מוסד וואס זיי קענען נישט טון! פארוואס? ווייל "עדיוקעישן קען זיין צוטיילט אין מערערע חלקים". דהיינו, זי האט מחדש געווען אז איינער וואס גיבט א שטיקל פונעם עדיוקעישן, קען אויך זיין א סקול. ד"ה אז טעכניש לויט איר חידוש קען זיין אז יעדע קינד זאל קענען האבן 12 סקולס, פאר 12 סובדזשעקטס... און די סטעיט דארף געבן פאנדינג פאר אלע... אזא חידוש האט זי אויפגעטון כדי צו מאכן אז מצד די מוסדות זאל אלעס קענען אנגיין ווי געהעריג.
איי די עלטערן? שוין, וועט מען זיך פלאגן עקסטער, קודם פארט דער באן ווייטער.
די סטעיט האט דאס אפיעלט, (פערלס נישט, כאטש די פסק האט אפגעווארפן רוב וויכטיגע טענות, אבער מאיזה סיבה האט פערלס גדעהאלטן אז ס'איז גענוג אז די סטעיט אפיעלט די חלק פון ריבא), און די סטעיט האט גע'טענה'ט אז ס'איז נישטא אזא זאך אז זיי פארשפארן מוסדות, זיי פארשפארן נישט, אבער פאנדינג האלטן זיי נישט ביים געבן פאר איינער וואס לערנט נאר איין סובדזשעקט. פארוואס עפעס. און דער אפעלאט ריכטער האט אנגענומען די סטעיט'ס טענה און ארויסגעווארפן ריבא'ס פסק.
איז פערלס ארויף צום העכסטן געריכט, די קאורט אף אפיעלס.
דא האבן זיי געבעטן אז די העכסטע קאורט זאל צוריקשטעלן די חידוש פון ריבא, אז א מוסד קען געבן איין חלק עדיוקעישן און ווייטער הייסן א מוסד, כלומר באקומען פאנדינג.
דא איז ווייטער געגאנגען די זעלבע ווערטער שפיל. פערלס האט גע'טענה'ט אז די סטעיט "פארמאכט די מוסד", און די סטעיט האט געזאגט "איך פארמאך גארנישט", די בילדינג קען ווייטער זיין אפן, אבער דו שטעלסט נישט צו קיין חינוך ממילא באקומסטו נישט קיין פאנדינג און איך בין מודיע פאר די עלטערן אז זייערע קינדער האבן נישט קיין עדיוקעישן און מ'דארף זיי שיקן אין א סקול. קענסט ווייטער בלייבן אפן און געבן לערנען מיט די קינדער די איבריגע צייט וואס זיי האבן... זייער גערן.
און דא האט די סטעיט שוין ארויסגעזאגט קלארער נאך א חלק, אז איה"נ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז "די עלטערן" קענען נישט צוטיילן זייער עדיוקעישן צווישן 12 פלעצער... קענסט עס רואיג טון, אבער "דו ביסט נישט קיין סקול וואס באקומט הילף". און פערלס האט צוריק גע'טענה'ט אז דאס הייסט פארמאכט א סקול... וחוזר חלילה.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
עקסטער איז געווען א דיון צו די קעיס זאל נאך בלייבן אפן ווייל ס'איז שוין א נייע געזעץ וויאזוי צו קאמפלייען מיט עקוויווילענסי, אבער פערלס האט גע'טנעה'ט אז די 6 מוסדות זענען ווייטער אין טראבל לויט די סטעיט, ממילא מוז מען וויסן וואס ס'טוט זיך מיט ריבא.
איז ארויסגעקומען היינט דער פסק, וואו זיי נעמען אן אינגאנצן די סטעיט'ס שטעלונג, אז ריבא איז ארויסגעווארפן, די בריוון וואס מ'שיקט זענען גוט, ס'הייסט נישט פארמאכט א מוסד ווייל דער מוסד קען ווייטער זיין אפן און טון דארט וואס ער וויל, אבער קיין פאנדינג באקומט ער נישט און די עלטערן דארפן שיקן זייער קינד ערגעץ אנדערש "פאר א סובסטענשל חינוך". זיי ווילן שיקן "אויך" דא פאר א חלק לימודים? הארצן גערן, זיי קענען. אבער "דו" באקומסט נישט קיין פאנדינג. (אין א גרינגע וועג ארויס... פארהוילן זיי זיך טאטאל און איגנארירן די גרויסע יסודות'דיגע ריבא-שאלה "פארוואס זאל איך נישט הייסן א סקול אויב איך גיב א חלק עדיוקעישן").
לגבי די שאלה אויב די קעיס איז נאך נוגע זינט ס'איז דא די נייע געזעץ, זאגט די קאורט אזוי ווי פערלס אז למעשה איז עס נוגע ווייל די 6 מוסדות ווערן אפעקטירט אפילו אזוי אויך. איי ס'איז געווארן א שמועס אז די 6 מוסדות דארפן קענען אנהויבן א נייע יאר מיט די נייע מהלך? אין דעם רעדן זיי נישט אריין - שרייבן זיי אין א פוטנאוט, און אויב איז דא מיספארשטענדעניש איבער דעם איז עס א באזונדערע קלאגע.
*
סוי בס"ה, איז דער גאנצער ריבא חידוש ליידער געווארן אפגעווארפן, קיינער איז נישט מסודר אויב א מוסד איז נישט עקוויווילענט. נישט בלויז די עלטערן זענען נישט יוצא חובת חינוך, נאר אויך דער מוסד קען נישט באקומען קיין סקול פאנדינג.
דער איינציגסטער וועג ארויס דערווייל איז דער נייער געזעץ דורכברוך וואס מ'האט אומגלויבליך באוויזן צו באשטעטיגן ב"ה, וואס מען ווארט נאך צו זען וואס די סטעיט וועט טון דערמיט, צו זיי וועלן איינזען אז זייער מערכה איז א פארגאנגענהייט אדער זיי וועלן באווייזן צו טרעפן לעכער וואס וועט דארפן אנקומען אין קאורט אדער צוריק אין אלבאני.
בנוגע די 6 מוסדות קען מען דן זיין צו ס'וואלט שוין געווען בעסער אויב פערלס וואלט געזאגט פאר'ן קאורט אז זיי זאלן טאקע מאכן די דיון מיוט ווייל די נייע געזעץ איז שוין חל אויף יעדן... און דעמאלס וואלט אפשר געלונגען אז די קאורט זאל עס אננעמען און פארזיגלען א גוטע אפטייטש אויפ'ן נייעם געזעץ אפילו כלפי די 6 מוסדות. ויש לדון.

נישט אינגאנצן אזוי, די סטעיט האט יא געהאט געטענה'ט עטליכע מאל, אז זיי ווילן נישט ערלויבן אז מען זאל קענען צוטיילן די לימודים צווישן די מוסד און די האום סקולינגדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm א שטיקל קלארקייט אויפ'ן היינטיגן אורטייל פונעם העסטן סופרים קאורט.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
זיי האבן ארומגעחישט מיט דעם פרט אהער אין אהין
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm א שטיקל קלארקייט אויפ'ן היינטיגן אורטייל פונעם העסטן סופרים קאורט.
פערל"ס האט געטענה'ט אז די קעיס איז נאך אלס נוגע, נישט נאר צוליב די זעקס מוסדות, נאר אויך פאר די איבריגע 12 מוסדות וואס האלטן אינמיטן אוועקשטעלן זייערע מוסדות צו ווערן סאבסטענשיל עקוויוולענד [טיים ליין פלאן] ווי אויך פאר א מוסד וואס וועט נישט [מאיזה סיבה שהוא] נישט וועלן/נעמען קיין פעטוועי להבאעקסטער איז געווען א דיון צו די קעיס זאל נאך בלייבן אפן ווייל ס'איז שוין א נייע געזעץ וויאזוי צו קאמפלייען מיט עקוויווילענסי, אבער פערלס האט גע'טנעה'ט אז די 6 מוסדות זענען ווייטער אין טראבל לויט די סטעיט, ממילא מוז מען וויסן וואס ס'טוט זיך מיט ריבא.
מיר האט אויסגעזעהן ווי די געריכט האט זייער שטארק פראבירט אוועקצושטעלן אז די זעקס מוסדות זענען 'נישט' געווען פון די אנקלעגער...!לגבי די שאלה אויב די קעיס איז נאך נוגע זינט ס'איז דא די נייע געזעץ, זאגט די קאורט אזוי ווי פערלס אז למעשה איז עס נוגע ווייל די 6 מוסדות ווערן אפעקטירט אפילו אזוי אויך. איי ס'איז געווארן א שמועס אז די 6 מוסדות דארפן קענען אנהויבן א נייע יאר מיט די נייע מהלך? אין דעם רעדן זיי נישט אריין - שרייבן זיי אין א פוטנאוט, און אויב איז דא מיספארשטענדעניש איבער דעם איז עס א באזונדערע קלאגע.
ובלשונם: אז די פערל"ס פעטישען האט נישט אנגעדייט אז איינע פון זייערע מעמבער סקולס, אדער עלטערן זאלן האבן באקומען א נאטיס פון א נעגעטיווע דעטערמינעישאן... [פעידש 5]
דאס הייסט אז כאטש וואס אבי שיק האט געזאגט בעל פה אז ער פארטרעט אלע מוסדות התורה, [אריינגערעכנט די מוסדות וואס האבן שוין באקומען א נעגעטיווע דיטערמינעישאן] האט די געריכט געזאגט אז אין זייער פעטיציע שטייט עס אבער נישט...
וואס לכאורה אויב יא, וואלטן אפשר די געריכט יא געמוזט איצט אנטשיידן די פראגע איבער די זעקס מוסדות, און זיי וואלטן נישט געקענט פארלאנגן אז מען מוז עפענען א נייע קעיס דן צו זיין איבער די זעקס מוסדות.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אין אנדערע ווערטער א מענטש קען טעכניש געבן פאר זיין קינד א סובסטענשל עקוויוועלענט עדיוקעישן אן שיקן אין סקול?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm דא איז ווייטער געגאנגען די זעלבע ווערטער שפיל. פערלס האט גע'טענה'ט אז די סטעיט "פארמאכט די מוסד", און די סטעיט האט געזאגט "איך פארמאך גארנישט", די בילדינג קען ווייטער זיין אפן, אבער דו שטעלסט נישט צו קיין חינוך ממילא באקומסטו נישט קיין פאנדינג און איך בין מודיע פאר די עלטערן אז זייערע קינדער האבן נישט קיין עדיוקעישן און מ'דארף זיי שיקן אין א סקול. קענסט ווייטער בלייבן אפן און געבן לערנען מיט די קינדער די איבריגע צייט וואס זיי האבן... זייער גערן.
און דא האט די סטעיט שוין ארויסגעזאגט קלארער נאך א חלק, אז איה"נ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז "די עלטערן" קענען נישט צוטיילן זייער עדיוקעישן צווישן 12 פלעצער... קענסט עס רואיג טון, אבער "דו ביסט נישט קיין סקול וואס באקומט הילף". און פערלס האט צוריק גע'טענה'ט אז דאס הייסט פארמאכט א סקול... וחוזר חלילה.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6728
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15628
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער טאטע יא. פארוואס דען נישט. עכ"פ קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז נישט.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:15 pmאין אנדערע ווערטער א מענטש קען טעכניש געבן פאר זיין קינד א סובסטענשל עקוויוועלענט עדיוקעישן אן שיקן אין סקול?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm דא איז ווייטער געגאנגען די זעלבע ווערטער שפיל. פערלס האט גע'טענה'ט אז די סטעיט "פארמאכט די מוסד", און די סטעיט האט געזאגט "איך פארמאך גארנישט", די בילדינג קען ווייטער זיין אפן, אבער דו שטעלסט נישט צו קיין חינוך ממילא באקומסטו נישט קיין פאנדינג און איך בין מודיע פאר די עלטערן אז זייערע קינדער האבן נישט קיין עדיוקעישן און מ'דארף זיי שיקן אין א סקול. קענסט ווייטער בלייבן אפן און געבן לערנען מיט די קינדער די איבריגע צייט וואס זיי האבן... זייער גערן.
און דא האט די סטעיט שוין ארויסגעזאגט קלארער נאך א חלק, אז איה"נ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז "די עלטערן" קענען נישט צוטיילן זייער עדיוקעישן צווישן 12 פלעצער... קענסט עס רואיג טון, אבער "דו ביסט נישט קיין סקול וואס באקומט הילף". און פערלס האט צוריק גע'טענה'ט אז דאס הייסט פארמאכט א סקול... וחוזר חלילה.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אוודאי יאהדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:15 pmאין אנדערע ווערטער א מענטש קען טעכניש געבן פאר זיין קינד א סובסטענשל עקוויוועלענט עדיוקעישן אן שיקן אין סקול?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm דא איז ווייטער געגאנגען די זעלבע ווערטער שפיל. פערלס האט גע'טענה'ט אז די סטעיט "פארמאכט די מוסד", און די סטעיט האט געזאגט "איך פארמאך גארנישט", די בילדינג קען ווייטער זיין אפן, אבער דו שטעלסט נישט צו קיין חינוך ממילא באקומסטו נישט קיין פאנדינג און איך בין מודיע פאר די עלטערן אז זייערע קינדער האבן נישט קיין עדיוקעישן און מ'דארף זיי שיקן אין א סקול. קענסט ווייטער בלייבן אפן און געבן לערנען מיט די קינדער די איבריגע צייט וואס זיי האבן... זייער גערן.
און דא האט די סטעיט שוין ארויסגעזאגט קלארער נאך א חלק, אז איה"נ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז "די עלטערן" קענען נישט צוטיילן זייער עדיוקעישן צווישן 12 פלעצער... קענסט עס רואיג טון, אבער "דו ביסט נישט קיין סקול וואס באקומט הילף". און פערלס האט צוריק גע'טענה'ט אז דאס הייסט פארמאכט א סקול... וחוזר חלילה.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
דאס מיינט דאך האום סקולינג
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב אזוי, פארוואס קען מען אפהאקן ספעשל עד פאנדינג פארן שיקן אין א סקול וואס איז נישט עקוויוולענט? ער געט די איבריגע אינדערהיים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:17 pmדער טאטע יא. פארוואס דען נישט. עכ"פ קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז נישט.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:15 pmאין אנדערע ווערטער א מענטש קען טעכניש געבן פאר זיין קינד א סובסטענשל עקוויוועלענט עדיוקעישן אן שיקן אין סקול?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm דא איז ווייטער געגאנגען די זעלבע ווערטער שפיל. פערלס האט גע'טענה'ט אז די סטעיט "פארמאכט די מוסד", און די סטעיט האט געזאגט "איך פארמאך גארנישט", די בילדינג קען ווייטער זיין אפן, אבער דו שטעלסט נישט צו קיין חינוך ממילא באקומסטו נישט קיין פאנדינג און איך בין מודיע פאר די עלטערן אז זייערע קינדער האבן נישט קיין עדיוקעישן און מ'דארף זיי שיקן אין א סקול. קענסט ווייטער בלייבן אפן און געבן לערנען מיט די קינדער די איבריגע צייט וואס זיי האבן... זייער גערן.
און דא האט די סטעיט שוין ארויסגעזאגט קלארער נאך א חלק, אז איה"נ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז "די עלטערן" קענען נישט צוטיילן זייער עדיוקעישן צווישן 12 פלעצער... קענסט עס רואיג טון, אבער "דו ביסט נישט קיין סקול וואס באקומט הילף". און פערלס האט צוריק גע'טענה'ט אז דאס הייסט פארמאכט א סקול... וחוזר חלילה.
(דא האט פערלס געשריגן - סיי אין קאורט און סיי צווישן אונז - אז די סטעיט איז "צום ערשטן מאל מודה אז מ'קען צוטיילן עדיוקעישן צווישן מוסדות און האום סקולינג וכדומה", ס'איז אבער א פאלשע שפילעריי ווייל די סטעיט האט קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, נאר די געפעכט איז אויב דער וואס גיט א חלק עדיוקעישן הייסט נאך אויך א מוסד).
איך טראכט נאר הויעך...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב נישט פון די רעגולאציעס, פון וואו נאך זאל די סטעיט האבן די מאכט צו פארמאכן סקולס?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 5:28 pm די פאלגענדע קעפל אינעם פערל"ס אפדעיט נומער 13 איז נישט ריכטיג
קאורט אוו אפיעלס אורטיילט: ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט 'פארמאגט נישט דעם מאכט' צו פארשליסן מוסדות התורה!
די קאורט האט דאס 'נישט' געזאגט
די קאורט האט 'בלויז' געשריבען די פאלגענדע ווערטער [פעידש 10] לעצטן פאראגראף
"פארקערט פון וואס פערל"ס טענה'ט, 'גארנישט אין די רעגולאציעס' פארלאנגן, אז די עלטערן 'מוזן' ארויסנעמען די קינדער פון א סקול, וואס איז באטראכט געווארן וואס שטעלט נישט צו א 'סאבסטענשיל עקוויוועלנד אינסטראקשען,
ווי אויך טוען נישט די רעגולאציעס אוטאראזירן צו פארמאכן סקולס"
און אנדערע ווערטער אז דאס וואס פערל"ס טענה'ט אז 'די רעגולאציעס פארמאכן סקולס', זאגט די געריכט להד"מ, עס 'שטייט נישט' אזוינס 'אין' די רעגולאציעס.
אבער די געריכט האט 'קיינמאל נישט' געזאגט אז די 'סטעיט' האט 'נישט די מאכט' צו פארמאכן שולעס אויב זיי ווילן...!
איך טראכט נאר הויעך...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווען ער גיבט עדיוקעישאן אינדערהיים, האט ער גענומען אן אפציע וואס די געזעץ האט עם געגעבן, [און ער קען באקומען ספעשיל עד אויך]לחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:19 pmאויב אזוי, פארוואס קען מען אפהאקן ספעשל עד פאנדינג פארן שיקן אין א סקול וואס איז נישט עקוויוולענט? ער געט די איבריגע אינדערהיים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:17 pmדער טאטע יא. פארוואס דען נישט. עכ"פ קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז נישט.
אבער אויב א סקול, טוט נישט וואס ער ברויך לויטן געזעץ, דאן ווען מען גיבט דארט [א חלק פונעם] עדיוקעישאן קען די סטעיט זיך ארויסדרייען פון געבן דאס געלט
באסעס, לאנטש פראגראם אוודאי
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ריכטיג, נאר פון רעגולאציעס האבן זיי די מאכט, די קאורט האט נאר געזאגט אז לעת עתה האט די סטעיט נאך נישט גענומען די מאכט פאר זיךלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:22 pmאויב נישט פון די רעגולאציעס, פון וואו נאך זאל די סטעיט האבן די מאכט צו פארמאכן סקולס?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 5:28 pm די פאלגענדע קעפל אינעם פערל"ס אפדעיט נומער 13 איז נישט ריכטיג
קאורט אוו אפיעלס אורטיילט: ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט 'פארמאגט נישט דעם מאכט' צו פארשליסן מוסדות התורה!
די קאורט האט דאס 'נישט' געזאגט
די קאורט האט 'בלויז' געשריבען די פאלגענדע ווערטער [פעידש 10] לעצטן פאראגראף
"פארקערט פון וואס פערל"ס טענה'ט, 'גארנישט אין די רעגולאציעס' פארלאנגן, אז די עלטערן 'מוזן' ארויסנעמען די קינדער פון א סקול, וואס איז באטראכט געווארן וואס שטעלט נישט צו א 'סאבסטענשיל עקוויוועלנד אינסטראקשען,
ווי אויך טוען נישט די רעגולאציעס אוטאראזירן צו פארמאכן סקולס"
און אנדערע ווערטער אז דאס וואס פערל"ס טענה'ט אז 'די רעגולאציעס פארמאכן סקולס', זאגט די געריכט להד"מ, עס 'שטייט נישט' אזוינס 'אין' די רעגולאציעס.
אבער די געריכט האט 'קיינמאל נישט' געזאגט אז די 'סטעיט' האט 'נישט די מאכט' צו פארמאכן שולעס אויב זיי ווילן...!
ס'טייטש פערל"ס האט געטענה'ט אז די סטעיט האט געשריבען אין זייערע רעגולאציעס אז זיי גייען פארמאכן מוסדות און זיי האבן נישט די מאכט דערצו
אויף האט די געריכט בלויז געזאגט, אז מיר זעהן נישט אין די רעגולאציעס ווי עס שטייט אז די רעגירונג האט געהייסן שליסן מוסדות
אבער אויב זיי די מאכט?
דאס קען מען נאך אפשר דן זיין...
מסתבר אז זיי קענען נישט
אבער די היינטיגע געריכט אורטייל האט דאס נישט געזאגט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אבער די געזעץ געבט אויך א אפציע צו געבן אביסל עדיוקעשאן אינעם נישט עקוויוולענט סקול, און אביסל אינדערהיים, און איך רעד נישט פון באסעס און לאנטש פראגראם, נאר פון ספעשל עד. וואס לכאורה וועט די סטעיט מער נישט קענען זאגן אז זיי וועלן אוועקנעמען. ניין?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:24 pmווען ער גיבט עדיוקעישאן אינדערהיים, האט ער גענומען אן אפציע וואס די געזעץ האט עם געגעבן, [און ער קען באקומען ספעשיל עד אויך]לחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:19 pmאויב אזוי, פארוואס קען מען אפהאקן ספעשל עד פאנדינג פארן שיקן אין א סקול וואס איז נישט עקוויוולענט? ער געט די איבריגע אינדערהיים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:17 pm
דער טאטע יא. פארוואס דען נישט. עכ"פ קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז נישט.
אבער אויב א סקול, טוט נישט וואס ער ברויך לויטן געזעץ, דאן ווען מען גיבט דארט עדיוקעישאן קען די סטעיט זיך ארויסדרייען פון געבן דאס געלט
באסעס, לאנטש פראגראם אוודאי
איך טראכט נאר הויעך...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האסט אבער געשריבן אז די געריכט האט געשריבן אז "די רעגולאציעס טוען נישט אויטעריזירן צו פארמאכן סקולס", און דאס מיינט אז די סטעיט וועט קיינמאל נישט קענען נעמען די מאכט פאר זיך.קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:26 pmריכטיג, נאר פון רעגולאציעס האבן זיי די מאכט, די קאורט האט נאר געזאגט אז לעת עתה האט די סטעיט נאך נישט גענומען די מאכט פאר זיךלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:22 pmאויב נישט פון די רעגולאציעס, פון וואו נאך זאל די סטעיט האבן די מאכט צו פארמאכן סקולס?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 5:28 pm די פאלגענדע קעפל אינעם פערל"ס אפדעיט נומער 13 איז נישט ריכטיג
קאורט אוו אפיעלס אורטיילט: ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט 'פארמאגט נישט דעם מאכט' צו פארשליסן מוסדות התורה!
די קאורט האט דאס 'נישט' געזאגט
די קאורט האט 'בלויז' געשריבען די פאלגענדע ווערטער [פעידש 10] לעצטן פאראגראף
"פארקערט פון וואס פערל"ס טענה'ט, 'גארנישט אין די רעגולאציעס' פארלאנגן, אז די עלטערן 'מוזן' ארויסנעמען די קינדער פון א סקול, וואס איז באטראכט געווארן וואס שטעלט נישט צו א 'סאבסטענשיל עקוויוועלנד אינסטראקשען,
ווי אויך טוען נישט די רעגולאציעס אוטאראזירן צו פארמאכן סקולס"
און אנדערע ווערטער אז דאס וואס פערל"ס טענה'ט אז 'די רעגולאציעס פארמאכן סקולס', זאגט די געריכט להד"מ, עס 'שטייט נישט' אזוינס 'אין' די רעגולאציעס.
אבער די געריכט האט 'קיינמאל נישט' געזאגט אז די 'סטעיט' האט 'נישט די מאכט' צו פארמאכן שולעס אויב זיי ווילן...!
וואס איז דא דן צו זיין, אויב די רעגולאציעס געבן זיי נישט די מאכט?
איך טראכט נאר הויעך...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ניין, לויטן אפעלאט פסק און לויטן עדיוקעישאן דעפט. גיבט נישט די 'געזעץ' קיין קלארע אנווייזונג, אז מען קען צוטיילן די חינוךלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:27 pmאבער די געזעץ געבט אויך א אפציע צו געבן אביסל עדיוקעשאן אינעם נישט עקוויוולענט סקול, און אביסל אינדערהיים, און איך רעד נישט פון באסעס און לאנטש פראגראם, נאר פון ספעשל עד. וואס לכאורה וועט די סטעיט מער נישט קענען זאגן אז זיי וועלן אוועקנעמען. ניין?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:24 pmווען ער גיבט עדיוקעישאן אינדערהיים, האט ער גענומען אן אפציע וואס די געזעץ האט עם געגעבן, [און ער קען באקומען ספעשיל עד אויך]
אבער אויב א סקול, טוט נישט וואס ער ברויך לויטן געזעץ, דאן ווען מען גיבט דארט עדיוקעישאן קען די סטעיט זיך ארויסדרייען פון געבן דאס געלט
באסעס, לאנטש פראגראם אוודאי
גענוג, אז זיי זאלן קענען אפהאקן די פאנדינג אויב זיי ווילן
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עס געבט אויך נישט קיין קלארע אנווייזונגען אז מען קען נישט צעטיילן די חינוך. גערעכט?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:30 pmניין, לויטן אפעלאט פסק און לויטן עדיוקעישאן דעפט. גיבט נישט די 'געזעץ' קיין קלארע אנווייזונג, אז מען קען צוטיילן די חינוךלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:27 pmאבער די געזעץ געבט אויך א אפציע צו געבן אביסל עדיוקעשאן אינעם נישט עקוויוולענט סקול, און אביסל אינדערהיים, און איך רעד נישט פון באסעס און לאנטש פראגראם, נאר פון ספעשל עד. וואס לכאורה וועט די סטעיט מער נישט קענען זאגן אז זיי וועלן אוועקנעמען. ניין?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:24 pm
ווען ער גיבט עדיוקעישאן אינדערהיים, האט ער גענומען אן אפציע וואס די געזעץ האט עם געגעבן, [און ער קען באקומען ספעשיל עד אויך]
אבער אויב א סקול, טוט נישט וואס ער ברויך לויטן געזעץ, דאן ווען מען גיבט דארט עדיוקעישאן קען די סטעיט זיך ארויסדרייען פון געבן דאס געלט
באסעס, לאנטש פראגראם אוודאי
גענוג, אז זיי זאלן קענען אפהאקן די פאנדינג אויב זיי ווילן
איך טראכט נאר הויעך...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ניין, זיי האבן נאר געשריבען אז אין די איצטיגע רעגולאציעס וואס די טוסט יעצט טשעלענדשן, שטייט [נאך] נישט אזא זאך אז די סטעיט גייט שליסן מוסדותלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:28 pmהאסט אבער געשריבן אז די געריכט האט געשריבן אז "די רעגולאציעס טוען נישט אויטעריזירן צו פארמאכן סקולס", און דאס מיינט אז די סטעיט וועט קיינמאל נישט קענען נעמען די מאכט פאר זיך.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס דען טוט די סטעיט יעצט מיט די 6 מוסדות?קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:32 pmניין, זיי האבן נאר געשריבען אז אין די איצטיגע רעגולאציעס וואס די טוסט יעצט טשעלענדשן, שטייט [נאך] נישט אזא זאך אז די סטעיט גייט שליסן מוסדות
איך טראכט נאר הויעך...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6728
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15628
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טאקע אט דאס איז געווען ריבא'ס חידוש, אז דער מוסד איז ווייטער א מוסד, און זיי האבן עס ארויסגעווארפן.לחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:28 pmהאסט אבער געשריבן אז די געריכט האט געשריבן אז "די רעגולאציעס טוען נישט אויטעריזירן צו פארמאכן סקולס", און דאס מיינט אז די סטעיט וועט קיינמאל נישט קענען נעמען די מאכט פאר זיך.
וואס איז דא דן צו זיין, אויב די רעגולאציעס געבן זיי נישט די מאכט?
איי איך גיב דאך "א חלק" פונעם "צוטיילטע עדיוקעישן"? זיי איגנארירן די טענה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ריכטיג, און דאס איז געווען די וויכוח צווישן אבי שיק און די סטעיט, און למעשה האט די קאורט איצט באשטעטיגט דעם אפעלאט פסק, אז דער געזעץ גיבט נישט קלארע ערלויבעניש דערפארלחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 7:31 pmעס געבט אויך נישט קיין קלארע אנווייזונגען אז מען קען נישט צעטיילן די חינוך. גערעכט?
און עס איז געווען צו ערווארטן אז די קאורט אף אפיעלס זאל טאקע קלאר פסק'ן איבער דעם פרט,
אבער זיי האבן נישט געוואלט
און די סטעיט האט דאך שוין געטוען למעשה אפצוהאקן ספעשיל עד פאנדינג פון סקולס וואס לערנען נישט אלעס, און אלעס איז געווען געבויעט אויפן אפעלאט געריכט
און איצט איז עס געווארן באשטעטיגט ,
ממילא איז נישט צו ערווארטן אז עפעס גייט זיך דא טוישן
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 130
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די זעלבע וואס זיי האבן געטוען ביז איצט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס הייסט, זיי טרייען עס נישט צו פארמאכן?
איך טראכט נאר הויעך...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נאך א סעמפל פון אבי שיק 'פעיק ניוס' וואס ער איז שנעל געלאפן כאפן די העדליינס און פארקויפן זיינע חושערייען איבעראל אין YWN, טיימס יוניאן, קול מבשר, ועוד ועודהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 3:47 pm א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט ארויס געגעבן אן אורטייל אין באצוג צו די גזירת החינוך אין ניו יארק סטעיט
ד' שלח פ״ה
די געריכט האט זיך אנטזאגט פון ארויס ווארפן א הונטערשטע געריכט אורטייל וואס האט בלאקירט די פסק פון ריכטער ריבא, אז די מוסדות זענען נישט פאראנטווארטליך אויב מען קומט נישט נאך די לימודים, אבער האט דערקלערט אז די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט האט נישט רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער פארלאנגן פון עלטערן אויסצושרייבן זייערע קינדער פון ישיבות. די אורטייל גייט אקעגן א פארארדענונג פון די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט און די סיטי עדוקעישאן דיפארטמענט אז 6 ישיבות דארפן זיך פארשליסן. אזוי אויך גייט עס אקעגן דעם וואס זיי האבן אינפארמירט צענדליגער עלטערן אז זיי וועלן נישט קענען באקומען ספעציעלע ספעשעל-עד הילף. יעצט איז די האפענונג אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט נעמען די ריכטיגע שריט צו אינפארמירן די באטראפענע עלטערן אז זייערע קינדער קענען פארבלייבן אין די ישיבות וואו זיי לערנען און דארט ווייטער באקומען זייער ספעשל עד הילף.
אידיש 24
איבער אלעם שטייגט איבער די פערל'ס אפדעיט #13 וואו זיי פרובירן צו איינרעדן דעם ציבור מיט זייערע דמיונות וואס עס שטייט אלץ כאילו אינעם געריכט פסק
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6728
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15628
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זיי זאגן אז ניין, קענסט האלטן די בילדינג אפן. קענסט צושטעלן דארט פלאץ צו לערנען תורה אדער צו שפילן מיט גליטשערס. אבער קיין עדיוקעישן גיבסטו נישט.