ווערטלעך

הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2330

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך הדסים »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 11:47 pm
פארגעהאלטן האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 10:12 pm וועלכע פינף מינוט נעמט שנעלער?
מאן: איך קום אהיים ביז פינף מינוט
פרוי: איך בין גרייט ביז פינף מינוט
ווייב זאגט פאר די מאן. איך גיי ארויס פאר 5 מינוט, געבן א מיש דעם טאפ יעדע האלבע שעה
או יאמר "אז איך זאג אז איך קום אהיים אין פינף מינוט מיין איך עס ערנסט, דארפסט מיר נישט רופן יעדע האלבע שעה"
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• סוכות איז ער מקיים דעם ושמחת בחגך בהידור רב! ער איז רואיג אין געלאסן, ער פרובירט מיט אלע כוחות נישט צו מקפיד זיין אויף גארנישט אויף די וועלט! מען דארף זיין בשמחה!!! און אויב איינער פרובירט נאר צו שטערן פון זיין שמחה! ער כאפט אזאנס און אזעלכעס פארן פרובירן צו שטערן פון די געהויבענע מצוה פון ושמחת בחגך... שטיי ווייט פון אים אין די זמנים...

משה שווארטץ
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• ביי מעשר בהמה ציילט מען 9 און די צענטע כאפט און עס איז קודש לה', פארוואס שמייסט מען נישט 9 און די צענטע איז קודש לה'? – נאר עס איז אן אלט באקאנטער כלל אז דער קודש כאפט...
• א טייטלבוים, צו ער לערנט יא צו ער לערנט נישט, קען ער, א האלברשטאם, לערנט ער קען ער, לערנט ער נישט קען ער נישט, און א (לייג אריין דעם נאמען - נישט דא אין פאבליק)...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

6. שלשה דברים לומדים מספירת העומר:
1) מען דארף יעדן טאג ציילן (פון די גרינע...)
2) יעדן טאג דארף מען ציילן מער פון די נעכטיגע טאג
3) ווען דיין חבר פרעגט וויפיל די ציילסט זאג נישט אויס...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• מיין מלמד האט געגליכן איבערגעצויגנס...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• געזעהן אן עד "אוועקצוגעבן א ספרים שאנק מיט א ש"ס ברענד ניו! נאכנישט גענוצט...!!! דער איד זאגט אז בכל יום יהיו בעיניך כחדשים, אזוי ווי א ברענד ניו אייטעם וואס מען האט נאך קיינמאל נישט גענוצט... און אזעלכע אידן זענען ליידיג ווי א מדבר וואו בלויז חיות און שטעכעדיגע געוויקסן וואקסן, די אידן זענען בבחינת במדבר סיני (ס'איז ניי) ווייל זיי האלטן די תורה ווי ניי און אומבאנוצט...(משה שווארטץ)
• חסיד: רבי! כ'האב א קשיא! עס שטייט שומר פתאים ה', דער באשעפער היט די נאראנים, וואס טוט זיך מיט א שמירה פאר די קלוגע?
רבי: די ביסט דאך געקאווערט, וואס גייט דיר אן וואס עס טוט זיך מיט אנדערע...? (משה שווארטץ)
• ער לויפט פאר א פאזיציע העכער פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענט! ער לויפט פאר פרעזידענט פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדע...
• ביי א שידוך איז דאך דער כלל שדכן ר"ת שקר דובר כסף נוטל, מען פאפט איינער דעם צווייטן, מען רעדט איין דעם חתן אז ער באקומט די חשובסטע מיידל, און מען רעדט איין דעם כלה אז זי באקומט דעם חשובסטן בחור, און מען פאפט איינער דעם צווייטן זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל זיין א שקר של קימא ענק זאלן זיך ווייטער איינער דעם צווייטן פאפן לאורך ימים ושנים טובים...(משה שווארטץ)
• ישב ולמד גמרא בעת שמלקק אייז קריעם מיט געשמאק אל תמיהתם "היתכן? אזוי לערנט מען?" ענה "ניין, אזוי עסט מען אייז קריעם..."(משה שווארטץ)
• ער האט געפרעגט אינפא. וועגן די שידוך האט מען אים געזאגט אז זי גייט גיין מיט א שפיצל און זי איז מער אויף די דארע זייט, ווען עס איז געקומען למעשה איז ער געוואר געווארן אז עס איז אפן און גראב... (דייעט)(משה שווארטץ)
• גרונם: די מילכיגע דעלקעלעך איז היימיש?
גימפל: יא!
גרונם: דאס איז א שאלה פון בשר בחלב!
גימפל: וואס הייסט?
גרונם: דיין ווייב האט דאך אריינגעלייגט איר גאנצע הארץ דערין...
גימפל: נע... מיין ווייב האט א הארץ פון פוטער...
(יצחק שמואל)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• די כוונות ערב שב"ק ביי מנחה ויזעקו אל ה' בצר להם – אמאל: כ'האב 3 טעכטער וואס דארפן טון א שידוך... כ'האב נישט קיין געלט!!! טאטע!!! היינט צוטאגס נאך א געשטאפטע טועמי' כיד המלך: עס דרוקט!!! איך דארף א גלעזל סעלצער...!!! (הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4628

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך עדיטאריעל »

עולם הפוך...
פיילס
unnamed.jpg
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
טלית
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:14 am
x 108

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך טלית »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 12:22 pm • די כוונות ערב שב"ק ביי מנחה ויזעקו אל ה' בצר להם – אמאל: כ'האב 3 טעכטער וואס דארפן טון א שידוך... כ'האב נישט קיין געלט!!! טאטע!!! היינט צוטאגס נאך א געשטאפטע טועמי' כיד המלך: עס דרוקט!!! איך דארף א גלעזל סעלצער...!!! (הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א)
ווען האט ער עס געזאגט?
קדוש ישראל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

טלית האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:15 pm ווען האט ער עס געזאגט?
געהערט אויף א שיעור אין איינע פון די האטליינס לאנג צוריק
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• דוד המלך געטראפן די גוטע חלק אויך אין די היצן זומער - ער האט געזאגט ברוך אלוקים אשר לא הסיר - געלויבט איז דער אייבערשטער אז עס איז נישט הייסער...
• מענטשן זאגן אז יעצט זומער לוינט זיך צו אינוועסטירן אין היץ – די יודעי דבר זאגן אז עס גייט ארויפגיין...
• פארוואס נעמט מען נישט מיט קיין געלט אין קבר? ווייל עס פעלט נישט אויס – די עקאנאמיע איז אין דער ערד... עס איז דארט אנגעקומען ווען קרח מיט זיין פארמעגן זענען אנגעקומען אין דער ערד...
• כ'האב געזעהן צוויי בחורים לערנען בין הזמנים – געב נאר א קוק וואס ליידיגגיין קען נאר צוברענגען...(יקיר ברוין)
• אין די זומער'דיגע היצן האט מיין ווייב מיר נישט געלאזט ארויסגיין אין גאס, איר אויסדרוק איז געווען "אין אזעלכע היצן לאזט מען נישט ארויס אפילו א הונט אין גאס..."
• א אינגערמאן איז מיר צוגעקומען זאגן א חידוש
איך: וואו האסטו געזעהן דעם חידוש?
ער: כ'האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ
איך: וואו האסטו געהערט דעם חידוש?
ער: כ'האב עס נישט פון קיינעם געהערט
איך: נאר וואסזשע דען?
ער: כ'האב עס אליינס געטראכט
איך: שקרן! דו האסט עס נישט אליינס געטראכט! וואלסטו ווען געטראכט וואלסטו ווען נישט חתונה געהאט...(יקיר ברוין)
• גרונם: וואס איז געשען אז ער האט זיך גע'גט? גימפל: מען האט שוין אנהייב געשמועסט אז דאס איז א באמבע שידוך – יעצט האט עס פשוט אויפגעריסן...
• איך האב צוויי ידידים, איינער גע(ב)ט זיך אפ 'מיט' זיין ווייב, און איינער גט זיך אפ 'פון' זיין ווייב... און דא רעדט מען פון געטליכע משפחות... זיי האבן א באזונדערע משפחה אפטיילונג...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5230
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 17479

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:13 pm 1. אבידת אביו ואבידת רבו אבידת רבו קודם שזה מביאו לחיי העולם הבא...
סתם נאכזאגן די משנה איז נישט קיין ווערטל... רש"ל דים וואלט געזאגט אז ער האט געמאכט זיך פארלירן זיין רבינס פעדער, און פארשטאנען פשט אין אבידת רבו, שמביאו וכו'

ס'קען אפשר זיין בעסער, דאס איז מיר יעצט ארויפגעקומען, אבער דו האסט פשוט נאכגעברענגט די לשון הגמ'.

און אז מ'רעדט פון רב דים, האט ער אמאל צוגעוויזן די רשי אין שמיני אויף זאת החיה, זאגט רשי מלמד וכו', און זיין רבי האט אים עס מסביר געווען בטוב טעם ודעת.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4628

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך עדיטאריעל »

די שמייכל פון דיין פנים
פיילס
IMG-20250715-WA0034.jpg
unnamed.png
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6837
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15984

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עדיטאריעל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 10:59 am די שמייכל פון דיין פנים
אינטערסאנט! איך געדענק נישט די מעשה...
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4628

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך עדיטאריעל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 11:01 am
עדיטאריעל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 10:59 am די שמייכל פון דיין פנים
אינטערסאנט! איך געדענק נישט די מעשה...
איר זענט שוין אביסל עלטער געווארן... זמן שכחה...

אל תשליכינו לעת זקנה.
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7904

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• א בחור נישט קיין ויזתא האט זיך מזכיר געווען ביי א גדול פאר א שידוך, האט אים דער גדול געזאגט אז די ברכה פאר דיין שידוך שטייט אין די הגדה של פסח – בחור הוא, גדול הוא, יבנה ביתו בקרוב... (דייעט)
• לצורך פרנסה מוז מען עפעס טון! פון טון גארנישט ווערט מען קיינמאל נישט פארטיג... און מען מאכט נישט קיין געלט אין די ליין ווייל עס איז דא אסאך קאמפעטישאן...
• ער שרייעט הנה! הנה! – ווייל ער איז מרמז ה'ער נ'אר ה'בדלה...
• למה נברא פי האתון ערב שב"ק? נאר אדם וחוה האבן חתונה געהאט פרייטאג, איז שב"ק געווען שבת שבע ברכות, ווער וועט רעדן אויף די שבע ברכות? האט דער אייבערשטער באשאפן א פי האתון וואס זאל אויפטרעטן...
• האדמו"ר בקלויזענבורג סיפר שאשה קבלה לפני הדברי חיים שכל רכושה אינוועסטירט אז זי זאל זוכה זיין צו א חתן א תלמוד חכם, עטליכע יאר נאך די חתונה און דער מאן איז אפגעפארן! שרעקליך!!! אויף די שאלה וואס גייט פאר? האט זי געיאמערט אז לעצטנס זיצט ער איבער א דיקע ספר און עס שטייט דערויף אין גרויס "עבודה זרה"...
• דער ברעסלאווער שמועסט מיט א ליטאי ווען יעדע דריטע ווארט איז דער רבי – ווען דער ליטאי האט זיך נערוועז אנגערופן "אפשר רעדסטו שוין פון באשעפער...?" האט דער ברעסלאווער גענטפערט "זעהסט דעם כח פון מיין רבי? ער האט אפילו א ליטווישער געמאכט דערמאנען דעם באשעפער...
• אויפן פליגער קיין לאנדאן, האט זיך א שחור באזעצט אין ביזנעס קלעס בלי יכולת לסלקו – יארמער רב לחש באזנו, ער האט זיך אויפגעהויבן און געגאנגען צו עקאנאמי אן קיין פיפס, אמר היארמער רב שאמר לו אז די ביזנעס קלעס פארט קיין שווייץ, אינבעק פון די פליגער פארט קיין לאנדאן...
• א קליין בחורל האט געכאפט א פסק פון איינעם אז פאר זיין טאטעס נשמה וואלט געווען שיין ער זאל דאווענען אביסל שטייטער, דער בחור האט צוריקגעזאגט אז פארן מוסר זאגערס נשמה איז סך וויכטיגער ער זאל נישט טשעפען קיין יתום....
• גרונם: פארוואס האבן אונז זיידעס אזוי ליב אונזערע אייניקלעך? גימפל: ווייל זיי טוען צוריק פאר אונזערע קינדער דאס וואס זיי האבן געטון פאר אונז...
• דער בחור? ער איז א מעביר יום ומביא לילה – ער פאר'פירט' בייטאג און פאר'ברענגט' די נאכט...
• עלטערער בחור: מיין שווער האלט אזוי שטארק תקנות אז ניטאמאל א ווארט מאכט ער...
• זיידע: ברענג מיר א משנה ברורה! בחור: וועלכע חלק? זיידע: נישט קיין חילוק, היינט איז מיין טאטעס יארצייט און איך וויל לערנען א משנה לעילו נשמתו...
• ער איז געווארן אן עושר פון אלס אינגל האט געקויפט עפל, אפגעשיילט, פארקויפט די עפל פאר א קוואדער און די שאלאכטס פאר א דיים און צוביסלעך צוביסלעך אין איין שיינע טאג איז זיין רייכע קינדערלאזע פעטער געשטארבן און אים איבערגעלאזט א ירושה...
• חרש שוטה וקטן – פארוואס איז דער שוטה אינצווישן? ווייל אלס אינמיטן א שמועס מישט זיך דער שוטה אריין...(ר' אייזל חריף)
• גימפל: דו קענסט רעכענען? גרונם: יא! גימפל: אז איך האב 50 עפלעך, כ'האב אויפגעגעסן 3 כ'האב צו באקומען נאך 50 עפלעך און אויפגעגעסן 7 וויפיל עפלעך האב איך יעצט? גרונם: 90! יעצט לאמיר דיר פרעגן, אויב האב איך 50 אראנדזשעס, כ'האב אוועקגעווארפן 3 אראנדשעס, כ'האב געטראפן נאך 50 און כ'האב אויפגעגעסן 7 אראנדזשעס, וויפיל אראנדזשעס האב איך יעצט? גימפל: איך ווייס ניט! גרונם: כ'האב דיר געפרעגט די זעלבע חשבון! פארוואס ווייסטו נישט? גימפל: ביי אונז אין סקול האט מען געלערנט רעכענען מיט עפל, נישט מיט אראנדזשן...
• חסיד דומה לקאלסלאו – ביידע ווייקן זיך ביים טיש פון אנהייב ביזן בענטשן...
• כשמתה המלכה מענגלאנד הניחה צוואה שלא יפתחו הצעטל עד חי שנה, כמובן אחר שבוע פתחוה ושם כתוב "גענוג געווען מיט די לויה, באגראבטס מיר שוין..."
• בלק ווען ער האט געציטערט פון אן אנגריף האט ער אויך געזוכט א שעלטער...
• אן אינטערעסאנטע חקירה – צו ווען זונטאג וואלט ווען נישט עקזעסטירט וואלט ווען מאנטאג געווען פאר'זונטאגט'? פון פסוק איז משמע אז נישט – עס שטייט והארץ היתה תהו ובהו – דאס איז נאר געווען זונטאג...
• מעטשינג פאנדס – וועגן דעם האט מען געגעבן נאר א מחצית השקל און אין די יוצר רעדט מען שוין יא פון ו'שקל' אשא – א גאנצע שקל... און יענער וואס איז אריין אין קלאודינג סטאר מיט א האלבע רעקל און געפרעגט אויב זיי קענען צולייגן א מעטש...

(שוין לאנג נישט געלייגט קיין סחורה - זאל זיין...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 585

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך א טויב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 11:01 am
עדיטאריעל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 10:59 am די שמייכל פון דיין פנים
אינטערסאנט! איך געדענק נישט די מעשה...
דער אויפן בילד איז אן איר אייניקל פון אייך (אפדעטעד עי איי ווערסיע גענערעטער).
שרייב פאוסט