אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 204
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א פארלוסט יא און א שטארקע אבער ניין נישט פאטאל און נישט טאטאל.
עס לימיט זייער שטארק די באדייט פון די רעגיולעישאנס
די רעגיולעישאנס געט נישט די רעכט פאר די עדיוקעישאן דעפארטמענט צוצומאכן אדער זאגן אז עס איז אויס סקול אדער הייסן ארויסנעמען פון א סקול, זאגן אז אין א סקול ווי מען לערנט נישט נישט אלעס הייסט נישט געלערנט גארנישט, און קען נאר זיין פאר עקסטרע-קוריקולאר, אוועקנעמען פאנדינג, סערוויסעס וכדומה, במילא גייען זיי נישט אריין דערין אויב זיי האבן יא רעכט אדער נישט.
זיי האבן בעיסיקלי אהנגענומען דזשאזש ריבאס טענות, אבער זיי האלטן אז די רעגיולעישאנס איז זיך נישט סותר מיט, אנדערשט ווי דער אפעלעט.
סאו עס עפנט אויף געוויסע טשעלענדזשעס וואס לויט די אפעלאט פסק וואלט דאס געווען פארמאכט.
און אבי שיק האט דאס געטענה'ט אין אפיעלס.
סאו עס איז א שטארקע פארלוסט אבער בכלל נישט אזוי שלעכט, כלפי די רעגיולעישאנס.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך מוז קארעקטן. זיי זאגן נישט אז די מוסד איז נישט קיין מוסד, נאר אז עס איז נישט קיין מוסד וואס שטעלט צו עקוויווילענסי. זיי זאגן נישט קלאר אויב מען קען יא רעכענען אז א טייל לימודים ווערן שוין דא געלערנט (וואס דאס איז געווען ריבא'ס חידוש). עס קוקט מיר אויס אז מען קען זיך דינגען אויב זיי נעמען עס אן אדער נישט. אגב בנוגע די 6 מוסדות זעה איך אויך נישט קלאר אין זייערע ווערטער אויב די מוסדות קענען נישט אנהייבן א פרישע סעריע און זאגן "אקעי איך וויל יעצט ווערן עקוויווילענט פאר די נייע יאר". דאס שטייט לכאורה אויך נישט קלאר, און עס דארף צו זיין בארעכטיגט לכאורה.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 10:27 am וויפיל איך פארשטיי פון ליינען שנעל, 1) עס זאגט אז די נייע געזעץ גיט טאקע פרישע וועגן וויאזוי צו ווערן עקוויווילענט (דורך מאכן די טעסטס וואס דער געזעץ רעכנט אויס און דערמיט ווייזן אז מען איז איז עקוויווילענט), אבער עס טוישט נישט די רעכט פארן קאמישאנער וויאזוי צו פסל'ען די (6) מוסדות וואס זענען למעשה בכלל נישט עקוויווילענט. 2) די קאמישאנער האט געהאנדלט ריכטיג פונקטליך וויאזוי עס איז געשטאנען אין די פעלדער אמענדמענט וויאזוי צוצוגיין צו א דעטערמינעישן און 3) ריבא'ס פסק בלייבט ארויסגעווארפן ווייל די סטעיט טיילט נישט איין וואס צו טון מיט די קינדער אבער די סטעיט קען יא זאגן אז דער מוסד איז נישט קיין מוסד.
דאס איז אלעס מיינע אייגענע פארשטענדעיש לאמיך ווארטן די וואס ווייסן בעסער זאלן זאגן קלארער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 133
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אינטערסאנט אנצומערקן אז דער פסק איז ארויסגעקומען מיטוואך לסדר וַיֹּ֣אמֶר משֶׁ֔ה לָ֥מָּה זֶּ֛ה אַתֶּ֥ם עֹֽבְרִ֖ים אֶת־פִּ֣י ה' וְהִ֖וא לֹ֥א תִצְלָֽח:
וואס דער פסוק שטייט טאקע ביי 'רביעי' די וואכעדיגע סדרה
עס איז גאר אינטערסאנט, ווייל געווענליך גיבן זיי ארויס זייערע אורטיילן 'דינסטאג' און 'דאנערשטאג'
און איצט האבן זיי עס ארויסגעגעבן אין א 'מיטוואך'
און עס איז די ערשטע מאל פון [במשך 2024 2025] וואס די געריכט האט ארויסגעגעבן א פסק אין א 'מיטוואך'
אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער אורטייל איז נישט ארויסגעקומען נעכטן דינסטאג שלח [יום שנכפל בו כי טוב]
און ווי אויך נישט מארגן דאנערשטאג שלח, וואס געפאלט כ"ג סיון ווען עס איז ארויסגעקומען די גינסטיגע בריוון פאר אידן בימי אחשורוש
יש מנהיג לבירה
און נאכאמאל והוא לא תצלח,
פון זאגן פאר די רעגירונג אז מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיטן עצם גזירת החינוך מיט דעם וואס די רעגירונג פארלאנגט די אלע פארלאנגטע פאבליק סקול סאבדשעקס, ועוד ועוד, קען קיין ישועה נישט ארויסקומען...!
וואס דער פסוק שטייט טאקע ביי 'רביעי' די וואכעדיגע סדרה
עס איז גאר אינטערסאנט, ווייל געווענליך גיבן זיי ארויס זייערע אורטיילן 'דינסטאג' און 'דאנערשטאג'
און איצט האבן זיי עס ארויסגעגעבן אין א 'מיטוואך'
און עס איז די ערשטע מאל פון [במשך 2024 2025] וואס די געריכט האט ארויסגעגעבן א פסק אין א 'מיטוואך'
אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער אורטייל איז נישט ארויסגעקומען נעכטן דינסטאג שלח [יום שנכפל בו כי טוב]
און ווי אויך נישט מארגן דאנערשטאג שלח, וואס געפאלט כ"ג סיון ווען עס איז ארויסגעקומען די גינסטיגע בריוון פאר אידן בימי אחשורוש
יש מנהיג לבירה
און נאכאמאל והוא לא תצלח,
פון זאגן פאר די רעגירונג אז מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיטן עצם גזירת החינוך מיט דעם וואס די רעגירונג פארלאנגט די אלע פארלאנגטע פאבליק סקול סאבדשעקס, ועוד ועוד, קען קיין ישועה נישט ארויסקומען...!
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איר קומט ווייטער אריין זייער זייער אינפארמאטיוו. יישר כוחכם. אויב ווייסט איר נאך אינפארמאציע קענט איר קומען נאכאמאל, און אויב נישט איז אפשר בעסער אז נישט.קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:13 am אינטערסאנט אנצומערקן אז דער פסק איז ארויסגעקומען מיטוואך לסדר וַיֹּ֣אמֶר משֶׁ֔ה לָ֥מָּה זֶּ֛ה אַתֶּ֥ם עֹֽבְרִ֖ים אֶת־פִּ֣י ה' וְהִ֖וא לֹ֥א תִצְלָֽח:
וואס דער פסוק שטייט טאקע ביי 'רביעי' די וואכעדיגע סדרה
עס איז גאר אינטערסאנט, ווייל געווענליך גיבן זיי ארויס זייערע אורטיילן 'דינסטאג' און 'דאנערשטאג'
און איצט האבן זיי עס ארויסגעגעבן אין א 'מיטוואך'
און עס איז די ערשטע מאל פון [במשך 2024 2025] וואס די געריכט האט ארויסגעגעבן א פסק אין א 'מיטוואך'
אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער אורטייל איז נישט ארויסגעקומען נעכטן דינסטאג שלח [יום שנכפל בו כי טוב]
און ווי אויך נישט מארגן דאנערשטאג שלח, וואס געפאלט כ"ג סיון ווען עס איז ארויסגעקומען די גינסטיגע בריוון פאר אידן בימי אחשורוש
יש מנהיג לבירה
און נאכאמאל והוא לא תצלח,
פון זאגן פאר די רעגירונג אז מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיטן עצם גזירת החינוך מיט דעם וואס די רעגירונג פארלאנגט די אלע פארלאנגטע פאבליק סקול סאבדשעקס, קען קיין ישועה נישט ארויסקומען
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך פארשטיי נישט למעשה פארוואס זיי שרייבן נישט קלאר ארויס וואס זיי האלטן וועגן ריבא'ס פסק, איז עס יא אין קראפט אדער איז עס נישט. עס קוקט מיך אויס פארנעפלט, אויסער אויב איך האב פארפאסט עפעס.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 133
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אייער אינפארמאטיווע אינפארמאציע פון דעם ערב שב"ק, אז דער פסק פון פערל"ס 'גייט נעמען לענגער' וויבאלד די געריכט האט געבעטן פרישע דאקומענטן פון ביידע זייטן איז געווען זייער 'ריכטיג'... און זייער 'אינפארמאטיוו'....Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:15 amאיר קומט ווייטער אריין זייער זייער אינפארמאטיוו. יישר כוחכם. אויב ווייסט איר נאך אינפארמאציע קענט איר קומען נאכאמאל, און אויב נישט איז אפשר בעסער אז נישט.קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:13 am אינטערסאנט אנצומערקן אז דער פסק איז ארויסגעקומען מיטוואך לסדר וַיֹּ֣אמֶר משֶׁ֔ה לָ֥מָּה זֶּ֛ה אַתֶּ֥ם עֹֽבְרִ֖ים אֶת־פִּ֣י ה' וְהִ֖וא לֹ֥א תִצְלָֽח:
וואס דער פסוק שטייט טאקע ביי 'רביעי' די וואכעדיגע סדרה
עס איז גאר אינטערסאנט, ווייל געווענליך גיבן זיי ארויס זייערע אורטיילן 'דינסטאג' און 'דאנערשטאג'
און איצט האבן זיי עס ארויסגעגעבן אין א 'מיטוואך'
און עס איז די ערשטע מאל פון [במשך 2024 2025] וואס די געריכט האט ארויסגעגעבן א פסק אין א 'מיטוואך'
אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער אורטייל איז נישט ארויסגעקומען נעכטן דינסטאג שלח [יום שנכפל בו כי טוב]
און ווי אויך נישט מארגן דאנערשטאג שלח, וואס געפאלט כ"ג סיון ווען עס איז ארויסגעקומען די גינסטיגע בריוון פאר אידן בימי אחשורוש
יש מנהיג לבירה
און נאכאמאל והוא לא תצלח,
פון זאגן פאר די רעגירונג אז מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיטן עצם גזירת החינוך מיט דעם וואס די רעגירונג פארלאנגט די אלע פארלאנגטע פאבליק סקול סאבדשעקס, קען קיין ישועה נישט ארויסקומען
אויב איר ווייסט נאך אזעלכע ענדליכע 'אינפארמאטיווע' אינפארמאציע ביטע קומט אריין נאכאמאל ....
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך ווייס נישט גענוי וואס איר ווילט אבער איך האב שוין לעצטע וואך געוואלט בעטן די מנהלים זיי זאלן מסדר זיין די עטליכע פרישע מענטשן/אדער ניקס וועלכע מאכן דא זייער פארפעסטיגט די לופט, און איך וועל עס יעצט בעטן. ביטע ביטע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 204
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זיי האלטן אז אפילו ריבא איז גערעכט מיט אלע אירע פוינטס, פעלט נאכנישט אויס אויסצומעקן יענע חלק וואס ריבא מעקט אויס, ווייל ריבא האלט אז עס איז זיך סותר מיט אירע פוינטס, און זיי האלטן אז עס איז זיך נישט סותר.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:17 am איך פארשטיי נישט למעשה פארוואס זיי שרייבן נישט קלאר ארויס וואס זיי האלטן וועגן ריבא'ס פסק, איז עס יא אין קראפט אדער איז עס נישט. עס קוקט מיך אויס פארנעפלט, אויסער אויב איך האב פארפאסט עפעס.
צו ריבא איז באמת גערעכט מיט אירע פוינטס צו נישט? צו די אלע טענות וועגן די מאכט פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט איז ריכטיג צו נישט?
אין דעם גייען זיי נישט אריין, ווייל עס האט נישט מיט די רעגיולעישאנס.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אינטערסאנט וואס דו ביסט אזוי מדגיש אויפן דאטום, ווען אין בהעלותך זאגט די תורה אז אין די היינטיגע טאג, כ"ב סיון, איז מרים געשטראפט געווארן פארן רעדן לשון הרע.
זעט אויס ס'נישט אזא גוטע געדאנק צו בארעדן כלל ישראל אינעם היינטיגן טאג, אפשר זאלסטו עס אפלייגן.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב גייען זיי נישט אריין דערין, מיינט דאס אויטאמאטיש אז די פסק פון די אונטערשטע אפיעלס בלייבט אין אפעקט אז ריבא איז ארויסגעווארפן?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 amזיי האלטן אז אפילו ריבא איז גערעכט מיט אלע אירע פוינטס, פעלט נאכנישט אויס אויסצומעקן יענע חלק וואס ריבא מעקט אויס, ווייל ריבא האלט אז עס איז זיך סותר מיט אירע פוינטס, און זיי האלטן אז עס איז זיך נישט סותר.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:17 am איך פארשטיי נישט למעשה פארוואס זיי שרייבן נישט קלאר ארויס וואס זיי האלטן וועגן ריבא'ס פסק, איז עס יא אין קראפט אדער איז עס נישט. עס קוקט מיך אויס פארנעפלט, אויסער אויב איך האב פארפאסט עפעס.
צו ריבא איז באמת גערעכט מיט אירע פוינטס צו נישט? צו די אלע טענות וועגן די מאכט פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט איז ריכטיג צו נישט?
אין דעם גייען זיי נישט אריין, ווייל עס האט נישט מיט די רעגיולעישאנס.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 133
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
הייסט דאס אז די תורה האט גערעדט לשון הרע אויף מרים אז זי האט גערעדט לשון הרע...!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 amאינטערסאנט וואס דו ביסט אזוי מדגיש אויפן דאטום, ווען אין בהעלותך זאגט די תורה אז אין די היינטיגע טאג, כ"ב סיון, איז מרים געשטראפט געווארן פארן רעדן לשון הרע.
זעט אויס ס'נישט אזא גוטע געדאנק צו בארעדן כלל ישראל אינעם היינטיגן טאג, אפשר זאלסטו עס אפלייגן.
ווי אויך לויט דיר האט משה רבינו בארעדט אידן ווען ער האט זיי געווארענט אז ווען מען איז עובר פי' ה', איז מען נישט מצליח... כהער...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 204
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יא, אבער נישט אויטאמאטיש, נאר אזוי זאגן זיי קלאר, ווען זיי ענדיגן צו.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:26 amאויב גייען זיי נישט אריין דערין, מיינט דאס אויטאמאטיש אז די פסק פון די אונטערשטע אפיעלס בלייבט אין אפעקט אז ריבא איז ארויסגעווארפן?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 amזיי האלטן אז אפילו ריבא איז גערעכט מיט אלע אירע פוינטס, פעלט נאכנישט אויס אויסצומעקן יענע חלק וואס ריבא מעקט אויס, ווייל ריבא האלט אז עס איז זיך סותר מיט אירע פוינטס, און זיי האלטן אז עס איז זיך נישט סותר.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:17 am איך פארשטיי נישט למעשה פארוואס זיי שרייבן נישט קלאר ארויס וואס זיי האלטן וועגן ריבא'ס פסק, איז עס יא אין קראפט אדער איז עס נישט. עס קוקט מיך אויס פארנעפלט, אויסער אויב איך האב פארפאסט עפעס.
צו ריבא איז באמת גערעכט מיט אירע פוינטס צו נישט? צו די אלע טענות וועגן די מאכט פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט איז ריכטיג צו נישט?
אין דעם גייען זיי נישט אריין, ווייל עס האט נישט מיט די רעגיולעישאנס.
Accordingly, the order of the Appellate Division should be affirmed, with costs.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 133
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווי שוין ערווענט האט איינער געפרעגט @דער תהלים איד וויאזוי מען באקומעט דא VIP סערוויס, צו קענען טוען וואס ער וויל און ווער נישט...?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 am איך ווייס נישט גענוי וואס איר ווילט אבער איך האב שוין לעצטע וואך געוואלט בעטן די מנהלים זיי זאלן מסדר זיין די עטליכע פרישע מענטשן/אדער ניקס וועלכע מאכן דא זייער פארפעסטיגט די לופט, און איך וועל עס יעצט בעטן. ביטע ביטע.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אדרבה, כאניש געוואוסט אז איר שטעלט אייך אריין אין איין קאלום מיט תורת השם און משה עבד השם. דער רמב"ם זאגט אז יעדער איד קען אנקומען צו מדריגת משה רע"ה [נאר אין נבואה נישט], אויב איר זענט שוין אנגעקומען, כל הכבוד.קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:29 amהייסט דאס אז די תורה האט גערעדט לשון הרע אויף מרים אז זי האט גערעדט לשון הרע...!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 amאינטערסאנט וואס דו ביסט אזוי מדגיש אויפן דאטום, ווען אין בהעלותך זאגט די תורה אז אין די היינטיגע טאג, כ"ב סיון, איז מרים געשטראפט געווארן פארן רעדן לשון הרע.
זעט אויס ס'נישט אזא גוטע געדאנק צו בארעדן כלל ישראל אינעם היינטיגן טאג, אפשר זאלסטו עס אפלייגן.
ווי אויך לויט דיר האט משה רבינו בארעדט אידן ווען ער האט זיי געווארענט אז ווען מען איז עובר פי' ה', איז מען נישט מצליח... כהער...
לך בכוחך זה און שטעל כלל ישראל אויפן פלאץ.
ואגב, משרע"ה איז נענש געווארן פארן זאגן שמעו נא המורים, כמבואר בראשונים.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 233
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 264
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביטע בלויז נייעס און אינפארמאציע
א דאנק
א דאנק
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך שטים נישט צו.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:24 am איך ווייס נישט גענוי וואס איר ווילט אבער איך האב שוין לעצטע וואך געוואלט בעטן די מנהלים זיי זאלן מסדר זיין די עטליכע פרישע מענטשן/אדער ניקס וועלכע מאכן דא זייער פארפעסטיגט די לופט, און איך וועל עס יעצט בעטן. ביטע ביטע.
אויב ווילסטו האבן א שמועס מיט מער ווי איין מיינונג, איז דאס די פרייז.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2560
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7905
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער קעפל איז "אלעס" ארום די אטאקעס וכו' - נישט "בלויז נייעס און אינפארמאציע" דעריבער איז עס נישט באגרעניצט דערצו - לפי זה איז די גאנצע נאכפאלגענדע שמועס - אריינגערעכנט די יעצט געשריבענע תגובה - שוין נישט אין דעם גדר...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פון YWN
ברעיקינג נייעס! ניו יארק קארט אף אפיעלס פסק'נט קעיס בנוגע ישיבות!
יוני 18, 2025
9:46 פארמיטאג
שטאטישע עדיוקעישאן דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער צווינגען עלטערן ארויסצונעמען קינדער פון די ישיבה וואס זיי האבן אויסגעקליבן
די ניו יארק קאורט אף אפילס האט ארויסגעגעבן איר לאנג-ערווארטעטע פסק אין די קעיס איבער די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט רעגולאציעס. כאטש דער געריכט האט ליידער אפגעהאלטן דעם נידריגערן געריכט'ס פסק אין פארעם, האט זי עס אבער אין פראקטיק באגרעניצט די מאכט פונעם שטאטישן עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער ישיבות און ישיבה עלטערן. ספעציפיש האט די קאורט אף אפילס געגעבן אנווייזונגען אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו פארשליסן ישיבות און האט נישט קיין רעכט צו באפעלן עלטערן ארויסצונעמען זייערע קינדער פון די ישיבה וואס זיי האבן פאר זיי אויסגעקליבן.
דאס איז זייער באדייטנד, ווייל די SED און די ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישאן האבן באפוילן זעקס ישיבות זיך צו פארשליסן, און האבן געלאזט וויסן פאר צענדליגער עלטערן אז זייערע קינדער וועלן נישט קענען באקומען וויכטיגע ספעשל עדיוקעישאן סערוויסעס דארט דעם קומענדיגן יאר. מיר ערווארטן אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט יעצט מעלדן פאר די עלטערן אז זייערע קינדער קענען בלייבן אין די אויסגעקליבענע ישיבות און באקומען די סערוויסעס.
פאקטיש, דער לעצטער זאץ פונעם קאורט אף אפילס פסק זאגט אז "עלטערן... מוזן אליין באשליסן ווי אזוי צו זיכער מאכן זייער איינקלאנג מיטן עדיוקעישאן געזעץ". דאס איז וואס מיר האבן געזאגט די גאנצע צייט: עס זענען די עלטערן און נישט דער שטאט אדער סיטי וואס קאנטראלירן ווי אזוי זייערע קינדער ווערן אויסגעבילדעט.
דער פסק האט אויך אונטערגעגראבן נאך א טענה וואס די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט האט לעצטנס געמאכט: אז די זעקס ישיבות וואס די SED האט גע'פסק'נט אלץ נישט-עקוויולענט, קענען נישט ווערן עקוויולענט דורך די נייע וועגן וואס זענען געשאפן געווארן דורך די לעצטיגע אמענדמענטס צום עדיוקעישאן לאו.

- גארנישט מיט נישט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 12:34 pm
- x 53
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בקיצור מיינט דאס אז יעדער קען דרייען לויט זייער פארטיי עפיליעישאן..
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
- Location: ווי נישט
- x 205
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך מיין אז דאס שטייט נישט און די פסקהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 12:03 pm פון YWN
ברעיקינג נייעס! ניו יארק קארט אף אפיעלס פסק'נט קעיס בנוגע ישיבות!
דאס איז זייער באדייטנד, ווייל די SED און די ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישאן האבן באפוילן זעקס ישיבות זיך צו פארשליסן, און האבן געלאזט וויסן פאר צענדליגער עלטערן אז זייערע קינדער וועלן נישט קענען באקומען וויכטיגע ספעשל עדיוקעישאן סערוויסעס דארט דעם קומענדיגן יאר. מיר ערווארטן אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט יעצט מעלדן פאר די עלטערן אז זייערע קינדער קענען בלייבן אין די אויסגעקליבענע ישיבות און באקומען די סערוויסעס.
די בריוון וואס די סיטי האט געשיקט איז געווען צו עלטערן וואס באקומען טייטל 1 אדער אנדערע פראגרעמס וואס נאר ליגאלע סקולס קענען באקומען, האט די סיטי געשיקט זאגן אז די מוסד הייסט שוין נישט קיין ליגאל סקול, איז כדי צו קענען ווייטער באקומען דארף מען טוישן סקולס,
און לויט די נייע פסק זעהט אויס אז ס'בלייבט נאך אלץ א נישט ליגאל סקול, סך הכל האט זיך גארנישט געטוישט סאו פארוואס מיינט ער אז די סיטי דארף שיקן נייע בריוון?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
סתם ארומגעטורלט ...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 12:03 pm פון YWN
ברעיקינג נייעס! ניו יארק קארט אף אפיעלס פסק'נט קעיס בנוגע ישיבות!
יוני 18, 2025
9:46 פארמיטאג
שטאטישע עדיוקעישאן דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער צווינגען עלטערן ארויסצונעמען קינדער פון די ישיבה וואס זיי האבן אויסגעקליבן
די ניו יארק קאורט אף אפילס האט ארויסגעגעבן איר לאנג-ערווארטעטע פסק אין די קעיס איבער די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט רעגולאציעס. כאטש דער געריכט האט ליידער אפגעהאלטן דעם נידריגערן געריכט'ס פסק אין פארעם, האט זי עס אבער אין פראקטיק באגרעניצט די מאכט פונעם שטאטישן עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער ישיבות און ישיבה עלטערן. ספעציפיש האט די קאורט אף אפילס געגעבן אנווייזונגען אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו פארשליסן ישיבות און האט נישט קיין רעכט צו באפעלן עלטערן ארויסצונעמען זייערע קינדער פון די ישיבה וואס זיי האבן פאר זיי אויסגעקליבן.
דאס איז זייער באדייטנד, ווייל די SED און די ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישאן האבן באפוילן זעקס ישיבות זיך צו פארשליסן, און האבן געלאזט וויסן פאר צענדליגער עלטערן אז זייערע קינדער וועלן נישט קענען באקומען וויכטיגע ספעשל עדיוקעישאן סערוויסעס דארט דעם קומענדיגן יאר. מיר ערווארטן אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט יעצט מעלדן פאר די עלטערן אז זייערע קינדער קענען בלייבן אין די אויסגעקליבענע ישיבות און באקומען די סערוויסעס.
פאקטיש, דער לעצטער זאץ פונעם קאורט אף אפילס פסק זאגט אז "עלטערן... מוזן אליין באשליסן ווי אזוי צו זיכער מאכן זייער איינקלאנג מיטן עדיוקעישאן געזעץ". דאס איז וואס מיר האבן געזאגט די גאנצע צייט: עס זענען די עלטערן און נישט דער שטאט אדער סיטי וואס קאנטראלירן ווי אזוי זייערע קינדער ווערן אויסגעבילדעט.
דער פסק האט אויך אונטערגעגראבן נאך א טענה וואס די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט האט לעצטנס געמאכט: אז די זעקס ישיבות וואס די SED האט גע'פסק'נט אלץ נישט-עקוויולענט, קענען נישט ווערן עקוויולענט דורך די נייע וועגן וואס זענען געשאפן געווארן דורך די לעצטיגע אמענדמענטס צום עדיוקעישאן לאו.
האסט פארלוירן זאג אז די האסט פארלוירן...
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מ'קען שוין צוריקגיין צו די או-נאו או-יעס דעבאטע...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 247
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 456
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס איז די משוגעת פון שרייבן ליגענט.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 12:03 pm פון YWN
. כאטש דער געריכט האט ליידער אפגעהאלטן דעם נידריגערן געריכט'ס פסק אין פארעם, האט זי עס אבער אין פראקטיק באגרעניצט די מאכט פונעם שטאטישן עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער ישיבות און ישיבה עלטערן. ספעציפיש האט די קאורט אף אפילס געגעבן אנווייזונגען אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו פארשליסן ישיבות און האט נישט קיין רעכט צו באפעלן עלטערן ארויסצונעמען זייערע קינדער פון די ישיבה וואס זיי האבן פאר זיי אויסגעקליבן.
אין פסק שטייט אז זי קען יא דעטערמענעיטן מוסדות
און אלע אנדערע טענות וואס מקען יעצט אריינלערנען אז עס מיינט דהיינו צווישן אנדערע צי שיקן בריוון אדער אפהאקן געלט וכו’ קענען זיי גיין אין אנדערע געריכטן
אבער צי זאגן אז דעטערמינעשאן מיינט פארמאכט א מוסד אדער נישט געבן זיי רעכט פאר די סטעיט אז עס הייסט נישט פארמאכט און זיי מעגן עס ליידער טוען עס קוקט אויס כמו הסכמה אויף בריוון מיט געלט אויך
בנוגע די נייע געזעץ מיט די 6 מוסדות שרייבן זיי יא ברחל בתך אז מדארף עקסטערע געריכטן מיט א משמעות אז סאיז גוטע טענות אבער פאר דעם דארף מען א באזונדערע קוארט, זיי זענען נאר דא אראפציווארפן ריבא און צישטימען מיט אפעלעט דעוויזשן אז די סטעיט האט רעכט צי דעטערמענעיטן און מקען אויך נישט צעטיילן די לימודים
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט ארויס געגעבן אן אורטייל אין באצוג צו די גזירת החינוך אין ניו יארק סטעיט
ד' שלח פ״ה
די געריכט האט זיך אנטזאגט פון ארויס ווארפן א הונטערשטע געריכט אורטייל וואס האט בלאקירט די פסק פון ריכטער ריבא, אז די מוסדות זענען נישט פאראנטווארטליך אויב מען קומט נישט נאך די לימודים, אבער האט דערקלערט אז די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט האט נישט רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער פארלאנגן פון עלטערן אויסצושרייבן זייערע קינדער פון ישיבות. די אורטייל גייט אקעגן א פארארדענונג פון די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט און די סיטי עדוקעישאן דיפארטמענט אז 6 ישיבות דארפן זיך פארשליסן. אזוי אויך גייט עס אקעגן דעם וואס זיי האבן אינפארמירט צענדליגער עלטערן אז זיי וועלן נישט קענען באקומען ספעציעלע ספעשעל-עד הילף. יעצט איז די האפענונג אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט נעמען די ריכטיגע שריט צו אינפארמירן די באטראפענע עלטערן אז זייערע קינדער קענען פארבלייבן אין די ישיבות וואו זיי לערנען און דארט ווייטער באקומען זייער ספעשל עד הילף.
אידיש 24
ד' שלח פ״ה
די געריכט האט זיך אנטזאגט פון ארויס ווארפן א הונטערשטע געריכט אורטייל וואס האט בלאקירט די פסק פון ריכטער ריבא, אז די מוסדות זענען נישט פאראנטווארטליך אויב מען קומט נישט נאך די לימודים, אבער האט דערקלערט אז די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט האט נישט רעכט צו פארשליסן ישיבות אדער פארלאנגן פון עלטערן אויסצושרייבן זייערע קינדער פון ישיבות. די אורטייל גייט אקעגן א פארארדענונג פון די סטעיט עדוקעישאן דיפארטמענט און די סיטי עדוקעישאן דיפארטמענט אז 6 ישיבות דארפן זיך פארשליסן. אזוי אויך גייט עס אקעגן דעם וואס זיי האבן אינפארמירט צענדליגער עלטערן אז זיי וועלן נישט קענען באקומען ספעציעלע ספעשעל-עד הילף. יעצט איז די האפענונג אז די עדעמס אדמיניסטראציע וועט נעמען די ריכטיגע שריט צו אינפארמירן די באטראפענע עלטערן אז זייערע קינדער קענען פארבלייבן אין די ישיבות וואו זיי לערנען און דארט ווייטער באקומען זייער ספעשל עד הילף.
אידיש 24
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 133
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לויט מיין ערשטע שאצונג איבערן קאורט אף אפיעלס אורטייל
נקודות למחשבה:
נקודות למחשבה:
- אלע זיבן ריכטער זענען געווען איינשטימינג מיטן אורטייל.
- זיי האבן ענדערש ארום געדרייט און דייקא נישט געוואלט גארנישט ברויכן פארמעקן פון די רעגולעישאנס [אפילו ווען עס גייט אויפן חשבון פון זיך מדחיק זיין מיט פשטים]
- מען זעהט ווי זיי זענען -ליידער - 100% אויפן זייט מיט די עדיוקעישאן דעפט.
- זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ברויכן ענטפערן קלאר אויף אסאך טענות וואס מען האט געהאט אויפגעברענגט במשך פונעם קאורט, זיי האבן עס געהאלטן בלויז צו איין יסודות'דיגע שאלה, אויב די קאמישענער האט געהאט די אוטאריטעיט צו שרייבן 'די עטליכע שורות', איבער וואס די סופרים קאורט געריכט האט פארמעקט.
- ווי עס קוקט אויס, האבן זיי שוין אויך מרמז געווען פארן קאמישענער וואס זי האט צו טוען כלפי די נייע געזעץ, און אויך ווי אזוי זיי זעלבסט לערנען דערין פשט.
- עס איז דא א שטארקע חשש, אויב די קאמישענער וועט איצט פילן, אז זי קען אויסטייטשן דעם נייעם געזעץ כאוות נפשה, וואוסענדיג אז עכ"פ, די ריכטער אינעם העכסטן געריכט אין ניו יארק - די קאורט אף אפיעלס - וועלן זיין אויף איר זייט.
- לויט ווי די ריכטער שרייבן וואלט ווען יא געווען א תועלת אויב פערל"ס וואלט קראס-אפיעלט די גאנצע טייל פון די רעגולעישאן, ווען די סטעיט האט אפיעלט דאס ביסל וואס זיי האבן פארלוירן [איבער דערקלערן סקולס אלס אויס סקול].
- אויך האבן די ריכטער דערמאנט, אז למעשה אין די איצטיגע אנקלאגע איז נישט אויסגערעכנט קיין איין מוסד וואס האט שוין באקומען א נעגעטיווע דעטערמינעישאן [וואס אויב יא, קען זיין אז דאס וואלט מעגליך געצווינגען די ריכטער דן צו זיין איצט אויך איבער די 6 מוסדות]