קרני פרה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:48 pm
אגב. די קשיא האב איך אויף ר’ א.י.ר.
זיצט א יוד אין ברוקלין על סיר הבשר, א שיינע הויז , פרנסה בריוח , א גרויסען ווען, א שיינעם היט און שטריימל, שיינע שידוכים, פעלט אים גארנישט ב”ה
ער האט איין דאגה , אז זיינע ברודער אין בבל זאלן חלילה נישט קומען צו אים קיין אמעריקע און ראטעווען זייערע קינדער... ער טוט כל פעולות שבעולם דאס אפצושטעלן
ר’ יוד אפשר קומט ’איר’ אהער דא אין בבל, לאזט אפ די משפחה, די הויז מיטן ווען, די חלה אין די שמות, טוט אייך אן די בגדי ישע , אין זייט אייך משתתף מיט די צער אין פיין, און גיי דורך דאס זעלבע מסירות נפש, וואס דו פארלאגנס’ט פון דיינע ברודער
אלע טעמים און סברות פארוואס מען טאר אין אמעריקא נישט גיין אז דאך שייך פאר אייך פונקט אזוי
איי מען מוז האבן הילף פון אמעריקע? נישט קיין פראבלעם, מען קאן שיקען אפאר טיכטיגע חברה פון בבל קיין אמעריקע, און זיי זאלן זיך מיט אייך בייטן , די הילף וועט גאר זיין אסאך מער
דאס ווילסטו אבער נישט , איך פארשטיי...
אבער זיצן דארט אין אמעריקא מיט אלע באקוועמקייטען, און אנדרייען פעולות בנוגע די צובראכענע יודען וואס זיי זאלן טוהן, דאס גייט נישט אריין אין מיין קאפ
אדרבא! אויב איינער פון די חבורה קען מען דאס מסביר זיין , יקבל שכרו מן השמים
אין דער 'מאמענט' פון דער פארגאנגענע וואך פארציילט ר' אברהם גרינהויט אז א בחור וואס האט שוין געהאט פארלאזט ל"ט און ר' אברהם האט איהם אסאך געהאלפן, האט איהם שפעטער פארראטן ווען ל"ט האט איהם צוגעזאגט אז אויב וועט ער זיי העלפן מיט די קידנעפינג פון 7 יאר צוריק וועט ער זוכה זיין צו "עמי במחיצתי" אויף יענע וועלט...
(למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז יענער האט שיעור-נישט זוכה געווען צום "עמי במחיצתי" אויף דעי וועלט...)
וואס גייט דא פאר? א בחור וואס האט פארלאזט ל"ט, און ער האט נישט געפלאנט צוריק צוקומען - זיי האבן איהם צוגעזאגט צוריק צו געבן זיין ווייב, קען זוכה זיין צו "עמי במחיצתי" אפילו ער גייט כל ימיו לעבן מיט די עירוב רב?
אלא מאי, ל"ט האט א מהלך מיט געוויסע מענטשן וואס זענען אפיציעל אינדרויסן אז מיט געוויסע הילף וואס זיי וועלן צושטעלן פאר ל"ט וועט יענער זוכה זיין צו אלעם גיטן, טראץ דעם וואס יענער וואוינט נישט מיט זיי און האלט נישט מיט מיט די מנהגים.
קען זיין אז דאס איז אויך די הבטחה פאר הנ"ל.
די וואוין אין וויליאמסבורג, געב דיך נאך אלע דיינע תאוות, און מיט געוויסע הילף וואס די גייסט אונז געבן וועסטו זוכה זיין צו וכ' וכ'.
שוין איינמאל אינטערעסירט...