שמחים לשומרו - א פינאנציעלער יסוד פאר'ן וויליאמסבורגער עירוב

נייעס אין אונזער קווארטאל
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

שמחים לשומרו - א פינאנציעלער יסוד פאר'ן וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

***בקשה ביטע לאזן דאס פלאץ נאר פאר קאמפיין אפדעיטס***


שמחים לשומרו ולערב ערובו

וואס גייט פאר מיט די וויליאמסבורג עירוב?
דאס איז א שאלה וואס לעצטע 3 וואכן פרעגן תושבי וויליאמסבורג, וואס איז די פלאן? קומט נאך אן עירוב? האט מען עס צובראכן בדווקא?

די אמת איז משך די צוואנציג יאר וואס די וויליאמסבורג עירוב שטייט שוין, האט מען עס געהעריג מענטעינ''ד און געפיקסט ווי עס איז צובראכן געווארן, ווי יעדע עלטערע זאך איז אויך די עירוב געווארן פארנאכלעסיג, און אנגעפאנגען צו פאנפענען, נישט אז עס איז געווארן מער קולא'דיג נאר מען האט געקענט זעהן ווי אין די נאנטע צוקונפט וועט מען עס דארפן איבערמאכן, ווי די עולם האט מיטגעהאלטן צוויי וואכן צוריק האט פאסירט א קילקול אויפן עירוב, מקען עס פארעכטן? יא! מקען עס פארעכטן גרינג, אבער אין די זעלבע צייט איז נאך דא פילע ערטער וואס ווערן אלטס שוואכער און שוואכער, און אויב וועט מען נאר באדעקן די וואנד און פארעכטן די קלקול, גייט די עירוב נאכאמאל פסול ווערן אין צוויי וואכן ארום דורך אן אנדערע קלקול,

דעריבער האט מען אוועקגעשטעלט א וועד הפועל פון חשובע בעלי בתים, געשטעלט דורך די רבני וועד העירוב, און אזוי וועט מען בס''ד צוריקשטעלן די עירוב,
אלטס די ערשטע שריט אוועקצושטעלן א פינאניציעלע יסוד, וועט אין די קומעדיגע טעג געלאזט ווערן אין גאנג א מאסיוון קאמפיין "שמחים לשומרו" אויפצוטרייבן די נוטיגע פאנדן, און אוועקצושטעלן א שטארקן יסוד למען קדושת השבת

עם מקדשי שביעי, כולם ישבעו ויתענגו מטובך
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

ipaoZxsTv1.2cCoPBpMUI.jpg
ipaoZxsTv1.2cCoPBpMUI.jpg (188.61 KiB) געזען געווארן 1519 מאל
CoH9sRdMeI.WLSaGwNvB2.jpg
CoH9sRdMeI.WLSaGwNvB2.jpg (161.49 KiB) געזען געווארן 1519 מאל
Zmb48WfisD.DXAvJh6Wo9.jpg
Zmb48WfisD.DXAvJh6Wo9.jpg (195.04 KiB) געזען געווארן 1519 מאל
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

718-550-3426
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

די קאמפיין גייט גיין לייוו מאנטאג און דינסטאג בהעלותך

זייט אייך משתתף אין די פרי קאמפיין

https://www.dryveup.com/eiruv
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 460

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך גרינגראז »

@יושע שרייבער אויב מעגליך שרייב איבער דיין פאוסט מיט געווענליכע שווארצע אויתיות, אזוי איך זאל עס קענען ליינען.

שכוח
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

גרינגראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:16 am @יושע שרייבער אויב מעגליך שרייב איבער דיין פאוסט מיט געווענליכע שווארצע אויתיות, אזוי איך זאל עס קענען ליינען.

שכוח
שמחים לשומרו ולערב ערובו

וואס גייט פאר מיט די וויליאמסבורג עירוב?
דאס איז א שאלה וואס לעצטע 3 וואכן פרעגן תושבי וויליאמסבורג, וואס איז די פלאן? קומט נאך אן עירוב? האט מען עס צובראכן בדווקא?

די אמת איז משך די צוואנציג יאר וואס די וויליאמסבורג עירוב שטייט שוין, האט מען עס געהעריג מענטעינ''ד און געפיקסט ווי עס איז צובראכן געווארן, ווי יעדע עלטערע זאך איז אויך די עירוב געווארן פארנאכלעסיג, און אנגעפאנגען צו פאנפענען, נישט אז עס איז געווארן מער קולא'דיג נאר מען האט געקענט זעהן ווי אין די נאנטע צוקונפט וועט מען עס דארפן איבערמאכן, ווי די עולם האט מיטגעהאלטן צוויי וואכן צוריק האט פאסירט א קילקול אויפן עירוב, מקען עס פארעכטן? יא! מקען עס פארעכטן גרינג, אבער אין די זעלבע צייט איז נאך דא פילע ערטער וואס ווערן אלטס שוואכער און שוואכער, און אויב וועט מען נאר באדעקן די וואנד און פארעכטן די קלקול, גייט די עירוב נאכאמאל פסול ווערן אין צוויי וואכן ארום דורך אן אנדערע קלקול,

דעריבער האט מען אוועקגעשטעלט א וועד הפועל פון חשובע בעלי בתים, געשטעלט דורך די רבני וועד העירוב, און אזוי וועט מען בס''ד צוריקשטעלן די עירוב,
אלטס די ערשטע שריט אוועקצושטעלן א פינאניציעלע יסוד, וועט אין די קומעדיגע טעג געלאזט ווערן אין גאנג א מאסיוון קאמפיין "שמחים לשומרו" אויפצוטרייבן די נוטיגע פאנדן, און אוועקצושטעלן א שטארקן יסוד למען קדושת השבת

עם מקדשי שביעי, כולם ישבעו ויתענגו מטובך
צוריק ארויף
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

יום מנוחה וקדושה
דער מנוחה וקדושה פונעם הייליגן שבת קודש איז ביי טויזנטער וויליאמסבורגער משפחות צושטערט געווארן במשך די לעצטע שבתים, זינטן מעלדונג פונעם וועד העירוב אז לעת עתה איז די מהודר’דיגע עירוב העיר נישט כשר.


עם מקדשי שביעי
עס איז וואויל באקאנט מפי ספרים וסופרים וויפיל אונזערע רבי’ס די מאורי הדורות נבג"מ האבן זיך מוסר נפש געווען לאורך כל הדורות צו מתקן זיין עירובין אין אלע שטעט, און ווי דער הייליגער חתם סופר שרייבט "דהאי ברכה על מצות עירוב היא על מצות התיקון הגדול הלז להשמר מאיסור הוצאה אשר ממש א"א להזהר ממנו."



יסודתו בהררי קודש
והמפורסמות אינן צריכות ראיה ווי שטארק עס איז געגאנגען בנפשם פאר די גדולי ישראל די צדיקי ואדמור"י וויליאמסבורג פונעם פאריגן דור נבג"מ, אוועקצושטעלן אן עירוב אין שטאט, און די מסירות נפש פון די צוויי זקני פוסקי העיר משיירי כנסת הגדולה ומעמודי ההוראה, כקש"ת הגה"צ חסידא ופרישא רבי שלום קרויז זצ"ל גאב"ד אדווארי וראש בית הוראה דהתאחדות הרבנים און כקש"ת הגה"צ חסידא ופרישא רבי פישל הערשקאוויטש זצ"ל גאב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזנבורג, וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט מיט לייב און לעבן אוועקצושטעלן דעם מהודר’דיגן עירוב אין שטאט, לרומם קרן השבת ושמירתה כהלכתה ובהידורה, ווייל רובא דרובא פון די לאקאלע גאסן עירובין פון קליימער ביז העיווארד זענען אין יענע יארן געווען שאלה’דיג און זענען נישט געווען אונטער א געהעריגע השגחה פון רבנים מובהקים היודעים בטיב הלכות עירובין.



מה היום מיומיים
ס’איז נישט קיין סוד. ס’איז גאנץ פשוט. די לעצטע איבער צוואנציג יאר איז די גאנצע עול און אחריות הכספי געליגן אויף די פלייצעס פון יחידי סגולה, וועלכע האבן מיט מסירות נפש געטראגן די עול פון די עירוב פינאנצן, אבער מיט די יארן האט זיך אנגעזאמלט חובות, ביז עס איז געקומען צום מצב וואו עס האלט יעצט אז עס האט זיך געמאכט א הלכה’דיגע פראבלעם מיט’ן עירוב און ס’נישטא די געלט און די כוחות עס צו פאררעכטן און ווי דער וועלט זאגט "אן געלט איז נישטא קיין חתונה."



דעריבער, לאור קריאת קדשם פון הרבנים הגאונים שליט"א, איז אצינד פארמירט געווארן א וועד הפועל שע"י קהילות הקודש דעירינו, וואס באשטייט פון א פאראיין פון חשוב’ע בעלי בתים יראים ושלמים חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן איבערגענומען דעם פינאנציעלן עול און מהיום והלאה וועלן זיי זיין די אחראים אויף אלע פינאנצן פונעם עירוב און זיי וועלן בעז"ה פארזיכערן אז געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט, צו פארזיכערן די קדושת ושמירת שבת כהלכתה בכל פרטיה ודקדוקיה.



שומרים הפקד לעירך
די עירוב זעלבסט - וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן על פי הוראת והדרכת פון די זקני וגדולי פוסקי העיר נבג"מ אויף אן אויסטערלישן מהודר’דיגן אופן וואס כמעט אין בדומה לו איבער די גאנצע וועלט – וועט אינעם הינזיכט פון הידור בהלכה פארבלייבן אזויווי פריער און עס וועט נישט זיין קיין שום טויש, מען וועט בלויז מאכן די נויטיגע אפדעיטס וואס עס פעלט זיך אויס עס צוריקצושטעלן צום זעלבן שטאנפונקט ווי בעפאר.



די וועכנטליכע השגחת העירוב וועט אויך ווייטער פארבלייבן אזויווי ביז היינט אונטער די אויפזיכט פון די רבנים הגאוה"צ שליט"א פונעם ביד״צ המיוחד לעניני עירובין ד’וויליאמסבורג, דער בי"ד אויף וועמען די זקני הפוסקים זצ"ל האבן סומך ידיהם געווען צו פארפיגן אויף די השגחת העירוב און אלע פעולות בנוגע די כשרות והידור העירוב וועלן ווייטער זיין אונטער זייער סמכות והשגחה בלי שום שינוי כלל וכלל.



בואו ונצא למען קדושת השבת ושמירתה בהידורה!




https://dryveup.com/eiruv
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 661

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלע יסוד פאר'ן וויליאמסבורג עירוב

פאוסט דורך מהודר »

ושבת קדשך באהבה וברצון הנחלתנו!!!!!!!!

וויליאמסבורג איז איינגעשפאנט!!!!!

דער עולם פלאקערט!!!!

די עסקנים זענען אויפגעהייטערט!!!!!

הקטנים עם הגדולים!!!!



אלעס איז גרייט באהבה ובסילודין:

למען כבוד וקדושת שבת קדשינו!!!!

מ'הערט פעסט צוריק פון די עסקנים פון איבער אלע קהילות הקודש וועלכע שפאנען לפני המחנה אלס די רעיזאס פונעם מאסיוון "שמחים לשמרו" קאמפיין

אז דער עולם ווארט בכליון עיניים אויף דעם קאמפיין

דער עולם בעט זיך:

מתי יבוא לידינו ונקיימנו!!!!

מ'דארף פשוט ארויסגיין אויפ'ן פראנט אויפפיקן די טשעקלעך און סווייפן די קארטלעך!

פארוואס?!

ווייל דער עולם וויל צוריק דעם עירוב!

איבער צוואנציג יאר זענען טויזנטער וויליאמסבוגער משפחות נהנה פון דעם זעלטן מהודר'דיגן עירוב וואס דער אדווארי רב און רבי פישעלע זצ"ל האבן אויפגעשטעלט אלס חומה בצורה ארום אונזער שטאט למען קדושת השבת כהלכתה ובהידורה. אבער ביז היינט איז די עול הכספי געליגן אויף יחידים, אצינד האט זיך געמאכט פראבלעמען און מ'דארף פאררעכטן די עירוב, אבער מחמת עול החובות קענען זיי פשוט נישט ווייטער עס דערהייבן.

בברכתם פון גדולי אדמור"י, רבני ומוצ"י עירינו שליט"א

ועל צבאם דער ביד"צ המיוחד פונעם עירוב המהודר דעירינו שליט"א



איז עטאבלירט געווארן א וועד הפועל שע"י קהילות הקודש בעירינו וועלכע באשטייט פון בעלי בתים יראים ושלמים חסידים ואנשי מעשה הי"ו, וועלכע וועלכע האבן איבערגענומען דעם פינאנציעלן עול און מהיום והלאה וועלן זיי זיין די אחראים אויף אלע פינאנצן פונעם עירוב און בעז"ה פארזיכערן אז געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט למען שמירת שבת כהלכתה בכל פרטיה ודקדוקיה.

כולנו למען קדושת ומנוחת שבת קדשינו!!!!

ס'קומט א וואך!!!!!!!!!

הנה ימים באים!!!!!!!!!

וויליאמסבורג......... איז גרייט!!!!!!!!!!!!!!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1054
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1740

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלער יסוד פאר'ן וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך הדסים »

Screenshot 2025-06-10 202647.png
Screenshot 2025-06-10 202647.png (54.89 KiB) געזען געווארן 449 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 32

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלער יסוד פאר'ן וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

רבותי פתח לנו שער, למען כבוד השבת,
https://dryveup.com/eiruv
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 48

Re: שמחים לשומרו - א פינאנציעלער יסוד פאר'ן וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך לינדען תושב »

געריטשט די גאול ב"ה!
שרייב פאוסט