שאלות אין הלכות שבת

אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 32

שאלות אין הלכות שבת

פאוסט דורך באבא נתן »

איך האב די וואך געהאט א שאלה איך האב געקויפט א אנדערע קאמפעני פאקסיס וואס קומען מחבר איינס צום צווייטען און איך בין נישט געווען זיכער אויב מען מעג עס אפטיילן.

די שאלה איז וואס מעג מען יא רייסן שבת און וואס נישט?
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 32

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך באבא נתן »

סתם עפענען א פאקסי מעג מען דאך אויב עס איז נישטא קיין ווערטער וכו' פארוואס זאל אפטיילן צוויי פאקסיס זיין אנדערשט?
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 32

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך באבא נתן »

ווי אויך איז דא געוויסע סלאש פאפס וואס עס שטייט אויף דעם "נא לשבור לפני שבת" ביי מיין פאטער אין שטוב האב איך קיינמאל געזען מען זאל זיך אזוי פירן איז וואס איז די צד אז מען זאל דארפן מער ווי א פאקסי וכו'?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמח »

איז דא א פראבלעם מיטן מישן וואסער אין מאוטוואש (mouthwash) בעצם יום השבת, אלץ מוליד ריח און די וואסער?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:14 pm איז דא א פראבלעם מיטן מישן וואסער אין מאוטוואש (mouthwash) בעצם יום השבת, אלץ מוליד ריח און די וואסער?
כ'בין נישט קיין פוסק, אבער לכאורה נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

אריינצוגיין אין די נושא פון צוברעכן פאקסיס, שלעפט אונז אריין אין די ברייט פארצווייגטע מחלוקת בנוגע רייסן בעגס, עפענען דעקלעך פון באטלעך, קאנטעינערס און קענס.
נהרא נהרא ופשטי'.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:21 am
שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:14 pm איז דא א פראבלעם מיטן מישן וואסער אין מאוטוואש (mouthwash) בעצם יום השבת, אלץ מוליד ריח און די וואסער?
כ'בין נישט קיין פוסק, אבער לכאורה נישט.
פארוואס נישט?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 649

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך טראפקעלע »

באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:56 am סתם עפענען א פאקסי מעג מען דאך אויב עס איז נישטא קיין ווערטער וכו' פארוואס זאל אפטיילן צוויי פאקסיס זיין אנדערשט?
אן אריינרעדן אין די הלכה למעשה.

מ'קען עס עסן אויך אן צוטיילן, משא"כ אויפרייסן א פאקסי/בעג וכדו'.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך אני-הק' »

עפענען סעלצער דעקל וכדו' איז א שאלה פון מאכן א כלי, די דעקל ווערט דעקל ווען מ'עפנט עס אויף, ווען די קאמפאני האט עס ארויפגעלייגט איז עס נאכנישט געווען דעקל, און יעצט ווען עפנט עס אויף ווערט עס דעקל, און מ'גייט עס נאכדעם ווייטער נוצן פאר א דעקל.
פאקסי איז לכאו' נישטא די שאלה ווייל מ'מאכט בכלל נישטא קיין דעקל וואס מ'גייט צוריק צודעקן, און אוודאי און אוודאי אויב עסט מען עס גלייך אויף, איז זיכער נישטא קיין שאלה,
וכו"ע מודה אז אפי' א סעלצער וכדומה וואס מ'גייט גלייך אויסנוצן די אינהאלט און מ'נוצט נישט די דעקל בכלל, איז נישטא קיין פראבלעם, (ווייל די סעלצער איז יא פארדעם געווען א כלי, נאר די דעקל איז נישט),
און אגב ביי סעלצער וכדו' איז דא אן עצה אוועקצולייגן די דעקל אין לעדל, און ארויסנעמען פון דארט א דעקל פון א וואך צוריק און יענץ נוצן...
עכ"פ איך טראכט אז ס'קען זיין אז ס'איז אפשר דא אן אנדערע פראבלעם ביי פאקסי'ס
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
מרדכי פריעדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 1:24 pm
x 80

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך מרדכי פריעדמאן »

ס'איז דא צוויי באזונדערע שאלות וואס מענטשן מישן אויס.

מאכן א כלי - עפענען א סעלצער באטל האט א שאלה פון מאכן א כלי. כהיום ווען ס'דא פלעסטיק דעקלעך וואס זענען שוין געווען א כלי פון פריער, אבער עכ"ז ווערט עס הערשט נוצבאר יעצט ביים אראפברעכטן די אונטערשטע טייל, איז א מחלוקת פוסקי דורינו צו דאס איז א פראבלעם.

מאכן א פתח - עפענען א אראנדזש-דזשוס באטל איז א פראבלעם פון מאכן א פתח. דאס איז א שאלה פון א איסור דאורייתא. בארע דאס איז נאר שייך ביי א באטל וואס מ'גייט ווייטער נוצן, עפענען און צומאכן.

יעצט אלע אנדערע זאכן דארף מען זען וואו דאס גייט אריין. א פאקסי, איז שוין לכאורה געווען א כלי פון פריער, מ'האט דאך אריינגעלייגט די ליקוואד דערין. א פתח איז נישט שייך ווען מ'גייט עס נישט איבערנוצן. ווידער א ברעיק-אפ, איז געווען איין כלי און יעצט ווערט עס 2, דאס איז א ערנסטע פראבלעם.

אזוי האב איך פארשטאנען די סוגיא, ואולי טעיתי ונא להאיר.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:50 am און אגב ביי סעלצער וכדו' איז דא אן עצה אוועקצולייגן די דעקל אין לעדל, און ארויסנעמען פון דארט א דעקל פון א וואך צוריק און יענץ נוצן...
איך מיין אז די עצה גייט אז מ'ווארפט אוועק דעם דעקל אינגאנצן, ווייל אז נישט מה הועילו, האסטו געמאכט א כלי פאר אינדערוואכן
מרדכי פריעדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 1:24 pm
x 80

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך מרדכי פריעדמאן »

ריכטיג. אודאי אזוי.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 107

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך א קלער »

אבער מען קען האלטן א דעקל צו ניצן פאר שבת
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:29 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:21 am
שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:14 pm איז דא א פראבלעם מיטן מישן וואסער אין מאוטוואש (mouthwash) בעצם יום השבת, אלץ מוליד ריח און די וואסער?
כ'בין נישט קיין פוסק, אבער לכאורה נישט.
פארוואס נישט?
מולד ריח אן קיין כוונה, און אינו צריך לגופה.
קען גאר זיין אז ביי א מאכל איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט זיכער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:29 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:21 am

כ'בין נישט קיין פוסק, אבער לכאורה נישט.
פארוואס נישט?
מולד ריח אן קיין כוונה, און אינו צריך לגופה.
קען גאר זיין אז ביי א מאכל איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט זיכער.
די ערשטע צוויי זאכן זענט איר אפשר גערעכט, אבער דאס איז לכוארה נישט קיין מאכל.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:50 am עפענען סעלצער דעקל וכדו' איז א שאלה פון מאכן א כלי, די דעקל ווערט דעקל ווען מ'עפנט עס אויף, ווען די קאמפאני האט עס ארויפגעלייגט איז עס נאכנישט געווען דעקל, און יעצט ווען עפנט עס אויף ווערט עס דעקל, און מ'גייט עס נאכדעם ווייטער נוצן פאר א דעקל.
היינטיגע פלעסטיק דעקלעך איז שוין געוועהן א כלי.
לכאורה די שטיקל וואס רייסט זיך אפ מאכט עס נישט אויס כלי פארדעם.
די בלעכענע דעקלעך זענען טאקע הארבער, הגם יש אומרים אז די פאקט אז ס'דעקט יעצט צו א באטל הייסט שוין א כלי, פארוואס עפעס ווערט עס א כלי נאר ווען ס'איז אויפגעדעקט?
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:50 am פאקסי איז לכאו' נישטא די שאלה ווייל מ'מאכט בכלל נישטא קיין דעקל וואס מ'גייט צוריק צודעקן, און אוודאי און אוודאי אויב עסט מען עס גלייך אויף, איז זיכער נישטא קיין שאלה,
די פראבלעם קען זיין א פתח, און אויב מ'האט נישט אינזין /מ'דארף נישט א שיינע פתח, דארף נישט זיין קיין פראבלעם.
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:50 am און אגב ביי סעלצער וכדו' איז דא אן עצה אוועקצולייגן די דעקל אין לעדל, און ארויסנעמען פון דארט א דעקל פון א וואך צוריק און יענץ נוצן...
ווי אנדערע האבן געשריבן, דארף מען עס אוועקווארפן (די וואס האלטן אז עס הייסט מאכן א כלי).
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:53 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:29 am

פארוואס נישט?
מולד ריח אן קיין כוונה, און אינו צריך לגופה.
קען גאר זיין אז ביי א מאכל איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט זיכער.
די ערשטע צוויי זאכן זענט איר אפשר גערעכט, אבער דאס איז לכוארה נישט קיין מאכל.
א משקה

מרדכי פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:54 am מאכן א פתח - עפענען א אראנדזש-דזשוס באטל איז א פראבלעם פון מאכן א פתח. דאס איז א שאלה פון א איסור דאורייתא. בארע דאס איז נאר שייך ביי א באטל וואס מ'גייט ווייטער נוצן, עפענען און צומאכן.
מאכן א שיינע פתח (להכניס ולהוציא) איז א פראבלעם ביי יעדן פאל.
סתם א פתח, איז נישט קיין פראבלעם ביי מוסתקא (דיספאסעבל).

שוין לאנג נישט גע'חזר'ט די הלכות, ואולי טעותי.
מרדכי פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:54 am א פאקסי, איז שוין לכאורה געווען א כלי פון פריער, מ'האט דאך אריינגעלייגט די ליקוואד דערין. א פתח איז נישט שייך ווען מ'גייט עס נישט איבערנוצן. ווידער א ברעיק-אפ, איז געווען איין כלי און יעצט ווערט עס 2, דאס איז א ערנסטע פראבלעם.
ווי געשריבן, טאר מען נישט אינזין האבן צו מאכן א שיינעם פתח, אויפן אנגעצייכנטן פלאץ.

א ברעיק-אפ ווערט נישט קיין כלי, מען נוצט עס איינמאל און עס גייט אין גארביטש, דעריבער איז די איינציגסטע שאלה די פתח.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:03 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:53 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm

מולד ריח אן קיין כוונה, און אינו צריך לגופה.
קען גאר זיין אז ביי א מאכל איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט זיכער.
די ערשטע צוויי זאכן זענט איר אפשר גערעכט, אבער דאס איז לכוארה נישט קיין מאכל.
א משקה
נישט יעדע זאך וואס גייט אין מויל הייסט א מאכל/משקה...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:14 pm נישט יעדע זאך וואס גייט אין מויל הייסט א מאכל/משקה...
ב״ה דעס ווייסעך, כ'האב עס אנגעקוקט ווי א משקה אלס liquid
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:36 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:14 pm נישט יעדע זאך וואס גייט אין מויל הייסט א מאכל/משקה...
ב״ה דעס ווייסעך, כ'האב עס אנגעקוקט ווי א משקה אלס liquid
האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, איך מיין צו זאגן אז וויבאלד מ'נעמט דאס נישט אריין אין מויל צום עסן אדער טרינקען, נאר פאר אן אנדער סיבה, דערפאר האט דאס נישט די קולות וואס איז פארהאן ביי עסן.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 7:02 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:36 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:14 pm נישט יעדע זאך וואס גייט אין מויל הייסט א מאכל/משקה...
ב״ה דעס ווייסעך, כ'האב עס אנגעקוקט ווי א משקה אלס liquid
האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, איך מיין צו זאגן אז וויבאלד מ'נעמט דאס נישט אריין אין מויל צום עסן אדער טרינקען, נאר פאר אן אנדער סיבה, דערפאר האט דאס נישט די קולות וואס איז פארהאן ביי עסן.
קען זיין ביסט גערעכט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 34

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך משזר עריכה »

איך האב קעמערעס וואס ארבעטן שבת אויך, איז דאס מותר?
ווייסט איינער אפשר ואס איז די הלכה?
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך וואוילער »

כ'בין נישט זיכער, אבער די סקרין דארף לכאורה זיין אויסגעלאשן שבת, אז ס'זאל נישט זיך רוקן בשעת מעשה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: הלכות שבת

פאוסט דורך בן מלך »

שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:53 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:29 am

פארוואס נישט?
מולד ריח אן קיין כוונה, און אינו צריך לגופה.
קען גאר זיין אז ביי א מאכל איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט זיכער.
די ערשטע צוויי זאכן זענט איר אפשר גערעכט, אבער דאס איז לכוארה נישט קיין מאכל.
@וואוילער האט לכאורה רעכט אלץ אינו מתכוון. והא ראי׳ דעאודירענט (deodorant) זענען די פוסקים מתיר אפילו אויב ס׳איז מוליד א ריח ווייל ער וויל דאס נישט. פארשטייט זיך אז אויב ער וויל די שמעק און נישט פאר שוויץ, איז א פראבלעם.
שרייב פאוסט