הלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 7:49 pm
יעצט ווען די קולט איז מער ווייניגער א פארגאנגעהייט און די אידן דרייען זיך דא צווישן אונז (און ליינען אידטיש מיט דורשט..) איז געוויס מער נישט לתועלת די השמצות און האס, און באמת פארקערט, כדי זיי זאלן זיך קענען איינגלידערן צווישן אונז באקוועם, ובפרט די וואס זענען דא געצווינגענערהייט זאלן זיך קענען צוביסלעך אויסטשוכענען פון די שיטות זייערע, איז דוקא לתועלת ווי ווייט מעגליך צו זעהן וואס איז פאקטן און וואס איז געווען עלילות שוא.
סאיז ארויפגעגאנגען מיאוסע הוצאת שם רע, וואס לויט ווי די עסקנים זאגן זענען פארשידענע זאכן נתברר געווארן אז סאיז להד"מ, לאמיר אננעמען אז אעפ"כ איז אלעס געטון געווארן "על פי תורה" בהוראת הרבנים, איז אבער וויכטיג דאס צו ארויסברענגן, ערשטנס, פשוט סדארף דערפרייען יעדן אידיש הארץ וואס האט געבלוטיגט ווען מען האט געהערט די שרעקליכע שמועות ארויסקומען פון גוואטאמאלא, און צווייטנס לתועלת פאר די יוצאים, ווי געזאגט.
פאלגענד איז די רעקארדינג פון הרה"ג חיד"ו ווייס, 6 חדשים צוריק,
https://ahblicklive.com/video_share.php ... 8SYIdFKc5d
און דערנאך די רעקארדירונג פון הר"ר שמואל יואל מילער מגדולי העסקנים וואס באשטעטיגט אז עס איז נתברר געווארן קלאר אז דאס איז געווען ממש אן איינצעלער פאל (פון א פארדארבענער גר). הערט ביי 18:30 מינוט
viewtopic.php?p=172215#p172215
-------
השתא דאתית להכי וועל איך זיך וואגן מפקפק צו זיין אויף די אמונה פשוטה וואס אונז זעמיר נתחייב געווארן צו גלייבן אז שלמה העלבראנץ האט עביוזד מיט עבירות חמורות כמעט יעדן איינציגן קינד. וכמבואר:
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 1:25 am
די ווערטער איז געבויעט אויף די מציאות אז שלמה העלבראנץ פלעגט עביוזן קינדער און בחורים טאג טעגליך בעבירות חמירות, און דעמאלטס איז עס געווען ממש ביי כמעט יעדע קינד. ב''ה די היינטיגע קינדער און בחורים געדענקן אים שוין נישט. אזוי אויך נחמן און מאיר יששכר ראוזנער וועלעכע פלעגן עביוזן קינדער זענען שוין אריין אין תפיסה ממש אין יענע תקופה.
זייער אינטערעסאנט, סאיז דא כמה יוצאים וואס האבן גערעדט אין פובליק און קיינער זאגט נישט בדידי הוה עובדא! אפילו אזעלכע וואס האבן גערעדט אין די אלגעמיינע מידיא און וואלטן נישט געהאט קיין שום פראבלעם דאס צו זאגן, אדרבא זיי וואלטן געליארעמט דערמיט, א שטייגער ווי מענדי לעווי. זאגן אויך נאר מפי השמועה איש מפי פיש, און אינטערעסאנט ווי יואל מארקוס האט דאס אויך נאר פארשטאנען ברמז פון אנדערע, אבער נישט קלאר געהערט.
עפעס זעהט אויס אז דער שלמה האט געהאט רוח הקודש און געווואסט ווער עס וועט בעתיד דרשנען ברבים, איז ער געשטאנען ווייט...
-------
צווייטנס די באשולדיגונג איבער די דיעות כוזבות, אז זיי זאגן אז די תורה איז ח"ו מזויף, איז היבש איבערגעטריבן, ווען מען קוקט אין די ספרים זיינע זעהט מען טאקע א חוצפה'דיגע ברייטקייט צו נוצן דאס אז די צענזור האט דא און דארט געפאטשקעט, און סאיז טאקע היבש נאריש און מטורפות צו זאגן אויף זאכן וואס גדולי ישראל האבן געדרוקט בחייהם, אז די צענזור האט ארום געטוישט, אבער עס רעדט זיך פון מינדערוויכטיגע זאכן, פון דעם ביזן אויסדרוק כופרים גמורים איז פאלג מיר א גאנג.
וואס יא? ווי זיי אליין האבן זיך אויפגעטון אז זיי זענען צוריקגעגאנגען צום מהלך פון בן חמש למקרא, בן עשר למשנה, בן ט"ו לתלמוד, אויף דעם שרייבט שוין דער בני יששכר אין מעין גנים אז דאס קען ברענגן צו אפיקורסות. ומכאן הקריאה יוצאת צו די אונזעריגע וואס פירן איין די סארט חומש חדרים במחנינו, שלא תמות כדרך וכו' ואכמ"ל.
כמיין אז לפי הזמן והמציאות מעג מען שוין רעדן אזא אומדערהערטע שפראך. והרבה יותר נשאר בקולמוס.