מיטווך איז די יארצייט פון הי חסיד הי עניו:
ירושלימער רב - רבי משה אריה פריינד זצ"ל, איז געבוירן געווארן צו רבי ישראל פריינד זצ"ל - אב"ד הוניאד, און אן אייניקל פונעם נאסוידער רב זצ"ל, בן רבי משה אריה - סיגוטער ראש הקהל ז"ל, בן רבי יהושע קראלער זצ"ל.
פארן קריג איז ער געווען רב אין נאסויד, ראגנא און אויך דיין אין שטאט סאטמאר יצ"ו. באלד נאך דער מלחמה איז ער געווען רב אין שטאט סאטמאר, פאר די שרידים מוצלים מאש. אביסל שפעטער ווען ער איז ארויף וואוינען אין ירושלים איז ער איז יארן לאנג געווען דער ראש ישיבה אין סאטמארער ישיבה - ישיבת 'ייטב לב' אין ירושלים.
ווען דער סאטמארער רבי ז"ל איז נפטר געווארן, איז רבי משה ארי' פריינד אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד עדה החרדית אין ירושלים. נאך דער פטירה פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל, סיון תשמ"ט, איז רמ"א פריינד געווארן דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק.
בזיווג ראשון איז ער געווען א איידים רבי ברוך אב"ד פיער ז"ל. בזיווג שני איז ער געווען א איידים ביי הרב דאכנר ז"ל. בזיווג שלישי איז ער געווען א איידים ביי ר' משה טארים פון ק"י.
דער גרויסער צדיק האט ליידער נישט זוכה געווען מעמיד צו זיין קיין דורות נאכדעם וואס ער האט פארלוירן 10 קינדער ביי קריג עקד"ה הי"ד. ער האט אבער יא איבערגעלאזט שיינע חיבורים עטרת יהושע עה"ת ומועדים, ווי אויך די מוסדות רמ"א וועלכע זענען נתייסד געווארן על ידו און שפעטער גערופען געווארן לשמו ולזכרו, זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
מנחתו כבוד - הר הזיתים בירושלים.
נ.ב. אזויווי ער איז געווען פון די צדיקי דורינו, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין ערשהאנטיג, צווייטהאנטיגע מעשיות פונעם צדיק.
הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל, גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2368
Re: הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל - גאב"ד ירושלים - כ"א אלול תשנ"ו לפ"ק
צורת קדשו
- פיילס
-
- doad.jpg (8.38 KiB) געזען געווארן 486 מאל
-
מרדכי פריעדמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 1:24 pm
- x 100
Re: הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל - גאב"ד ירושלים - כ"א אלול תשנ"ו לפ"ק
מיין פאטער זז"ג איז געווען א תלמיד מובהק, אסאך געשמועסט מיט אים פערזענליך.
אי"ה לכשארחיב וועל איך פרובירן צו נאכדערציילן אביסל.
אי"ה לכשארחיב וועל איך פרובירן צו נאכדערציילן אביסל.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2368
Re: הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל - גאב"ד ירושלים - כ"א אלול תשנ"ו לפ"ק
מיר ווארטן צו הערן מיט דורשט.מרדכי פריעדמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:19 pm מיין פאטער זז"ג איז געווען א תלמיד מובהק, אסאך געשמועסט מיט אים פערזענליך.
אי"ה לכשארחיב וועל איך פרובירן צו נאכדערציילן אביסל.
Re: הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל, גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
פארציילט אן עד ראיה אז ער איז געווען ביי אים ביי די יארצייט פון זיינע (אכט?) קינדער, די שמחה און קבלה באהבה וואס ר’ משה אריה האט געהאט בעת צינדען די ליכטעלעך האט געמאכט א טיפע איינדרוק אויף די ארומיגע.
SOS
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8502
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20776
Re: הרה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל, גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
עד ראי'?
הוהא. דאן פארציילט נאך!
הוהא. דאן פארציילט נאך!