פרנסה ושפע על פי הבעל שם טוב
פרנסה ושפע על פי הבעל שם טוב
הקדמה
עס איז דא היינט אסאך פאזעטיב טינקינג ווי מען רופט עס אזוי אויך איז דא וואס זאגן אז די מענטש קען מיט די מחשבה ברענגען אלעס גוטס אויף זיך, וואס דאס איז געבויט אויף ספרי חסידות, האב איך מיר אריינגלייגט אין די נושא דאס קלארמאכן פאר מיר און דאס איז וואס איך האב געלערנט.
איך וויל בעיקר קלארמאכן די בליק פון א יוד און יעדע מצב פון די ענין פון פרנסה, אויך ווי אזוי די מחשבה איז מושך, און בעיקר בעת נסיון ווי אזוי צו אפלערנען זיין מצב און בלייבן שטארק, און מושך זיין פון די טוב וואס דער אייבישטער וויל אונז גיבן.
מיר וועלן אריינגיין אין די חשיבות פון א יוד, די הטבה פון השם, וואס מיינט א נסיון, ווי אזוי צו אויפנעמען גוטס, ווי אזוי צו בלייבן האפן אפילו עס איז יעצט שווער, וויאזוי צו טון השתדלות און בלייבן מיט אמונה. ועוד כמה
היות איך האב עס געשריבן פאר מיר איז עס נישט בשלימות מסודר, אדער די ספעילינג אדער אפשר חזר'ט מען איבער א זאך צופיל מאל אדער אפשר איז עס צו קורץ.

מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
Re: פרנסה ושפע על פי הבעל שם טוב
יסוד א - חשיבות של יהודי
וואס איז דער חשיבות פון א יוד?,
מיר זענען געוואוינט צו טראכטן, אז א מענטש איז ווערט לויט זיינע מעשים, אדער לויט זיינע הצלחות, אדער אפילו לויט וויפיל תורה ער האט געלערנט, אזוי האט מען אינז אויס געלערנט און חדר אז די חשיבות פון א יוד איז וויפיל תורה ומצות מען כאפט אריין אויף די וועלט, וואס דאס איז אמת אבער עס פעלט א יסוד און דעם, און מיר דארפן טוישן
אינזער בליק אויף זיך און אויף תורה ומצות,
איך וועל דאס מסביר זיין מיט א משל,
עס איז דא א מענטש א חכם, ער האט א שארפע קאפ, און פארשטייט און האט ארויס זאכן, ער קען גוט צונעמען זאכן, ער קען זעהן וואס איז אמת און וואס איז שקר, ער האט גרויסע כלים פון חכמה, אבער יעדער פארשטייט אז אפילו ער דארף זיך לערנען חכמה, וויאזוי זאכן ארבייטן, וכדומה עניני חכמה, און ער מיט זיין כלי החכמה וועט ער גוט פארשטיין די חכמות, און ווען ער לערנט זיך, וועט מען נישט זאגן אז זיין ווערט איז די חכמה פרטי וואס ער האט זיך געלערנט, נאר ער איז א חכם וואס קען אויך דאקטעריי וכדומה, דאס הייסט אז יעדע חכמה וואס ער לערנט לייגט עס צו צו זיין חכמה וואס ער האט שוין,
מה שאין כן א פשוטער מענטש וואס וועט לערנען א חכמה ווי למשל דאקטעריי, וועט מען זאגן אז ער קען דאקטעריי, דאס הייסט זיין חשיבות איז נאר זיין וויסנשאפט און דאקטעריי, אבער נישט מער פון דעם, אבער דער חכם איז נישט אז ער קען דאקטעריי נאר אז ער איז א חכם ממילה נאר יעדע חכמה לייגט צו צו זיין כלי החכמה,
אזוי אויך איז ביי תורה ומצות, א יוד האט א נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, א יוד האט דביקות צו דער אייבישטער, א יוד האט א חשיבות און די וועלט, און יעדע מצוה אדער תורה איז מגלה די דביקות און די וועלט בפועל (כמבואר בתניא) און מאכט שטערקער די כח הנשמה וואס ער האט שוין ממילה, און שוואכט אפ די כח הגוף וואס שטערט די דביקות,
דארף מען וויסן אז א יוד האט א חשיבות ממילא, און תורה ומצות ברענגט עס ארויס אויף די וועלט, און ווי מער תורה ומצות אלץ מער ווערט ביי אים נתגלה זיין חשיבות, אבער פון די אנדערע זייט אויב א יוד האט נישט זוכה געווען צו טון תורה ומצות איז ער נאכאלץ חשוב, און דבוק צו דער אייבישטער,
די בעל שם טוב הקדוש זאגט אז מען דארף ליב האבן יעדע יוד אפילו א רשע, אבער נישט ליב האבן די מעשים פונעם רשע, נאר אז ער איז בעצם גוט בשורש און איז חשוב, אבער ער איז און א גלות וואס מאכט אים טון שלעכץ, פון דעם קענען מיר לערנען די בליק ווי אזוי אנצוקוקן זיך און אנדערע, אז די עצם חשיבות פון א מענשט איז נישט געוואנדן לויט זיינע מעשים, סיי צו ער טוט גוטס סיי ח"ו אויב ער טוט שלעכץ, די חשיבות פון א יוד איז זיין עצם וואס איז כולו טוב, נאר צו דעם דארפן מיר טון גוטס ווייל דאס איז די רצון השם, אבער נישט אז מיר דארפן טון גוטס צו זיין חשוב,
עס איז דא צוויי סארטן וועגן ווי אזוי צו קוקן אויף א זאך, איינס די בליק פון די וועלט וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו זעהן און טראכטן, אז חשיבות ווענד זיך און געלט אדער סוקסעס, אדער איז דא א רוחניות'דיגע בליק וואס דאס זעהן מיר נישט אויף די וועלט, און עס קוקט אפילו אויס פארקערט אויף די וועלט, אבער דאס דארף מען גלייבן, אז נשמת ישראל איז די אמתער חשיבות, וואס די גאנצע וועלט שטייט פאר א יוד, אזוי ווי די רבי ר זושא האט געזאגט אז ער האט ליב די ערגסטע יוד מער פון די בעסטע גוי, וואס אין די וועלט אפשר קוקט אויס אנדערש אז א גוטע גוי איז מער חשוב פון עפעס א שלעכטער יוד ח"ו, אזוי ווי בדרך משל איינער האט א קינד וואס איז גאר ראיג און וואויל און איין טאג פירט ער זיך אויף זייער ווילד און מאדנע, וועט מען זאגן אויף דעם קינד, איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט אים דאס איז עפעס נישט ער, ווייל מען פארשטייט אז ער איז עפעס אנדערשפון דעם, אזוי אויך א יוד וואס ווערט געבוירן און איז ליידער און די גלות פון די וועלט, און ער פירט זיך אויף נישט די בעסטע, דארפן מיר זאגן אז עס איז עפעס נישט ער, עס איז נישט זיין עצעם און זיין שורש וואס איז גאר עפעס אנדערש,
מיר ווילן צולייגן נאך א משל
א בעל הבית האט געהאט צוויי ארבייטער. איינער א פשוטער ארבייטער און איינער זיין נאטער חבר אדער ברודער, די פשוטער ארבייטער האט ער געגעבן ארבעט און לויט זיינע יכולות האט ער אים באצאלט, ווי א בעסערע ארבייט ער האט געטון אזוי האט ער אים באצאלט און ליב געהאט, אבער מיט זיין חבר האט ער געהאט א אנדערע צוגאנג וויבאלד ער האט אים ליב געהאט האט ער אים געבען מער ארבייט און אחריות כדי ער זאל אים קענען צאלן מער, קומט אויס די חילוק פון די צוויי איז געווען איינעם האט ער ליב געהאט פון פארדעם דערפאר האט ער אים געגבן מער און א גרעסערע פאזישן און דער אנדערן האט ער נאר ליב געהאט ווייל ער האט געטון א גוטע ארבייט,
רצה הקדוש ברוך הוא לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצות, אויב די ליבשאפט איז געווען קודם און איז נישט אנגעוויזן און די ארבייט וואס מען טוט איז ער פארזיכערט און די ליבשאפט, און טאקע דערפאר באקומט ער גרעסערע געלעגנהייט, מה שאין כן דער אנדערע באקומט נאר לויט זיין ארבייט, וואס אינדרויסן קוקן זיי ביידע אויס די זעלבע, ביידע טוען א גוטע ארבייט און ביידע באקומען גוט באצאלט, אבער באמת איז דא א גרויסע חילוק און זייער ראיוגקייט מיטן בעל הבית, דער גוטער חבר איז ממילא פארזיכערט מיטן בעל הבית, און די ארבייט וועט נאר צולייגן מער ליבשאפט, אז עס זאל ווערן שטערקער און שטערקער , און אפילו ווען ער וועט מאכן א טעות וועט ער זיך שנעל איבערבעטן ווייל די ליבשאפט פון דעם בעל הבית האט גארנישט מיט די ארבייט ער האט אים ליב נאך פאר די גאנצע ארבייט וואס זיי טוען צוזאמען דערפאר וועלן זיי זיך זייער שנעל איבערבעטן דאס מיינט צרוקגיין צו זייער אלטע אהבה און נישט קוקן אויף די טעות וואס ער האט געמאכט (פארשטייט זיך נאר אויב ער וויל זיך איבער בעטן ) מה שאין כן ביי די פשוטער ארבייטער ווען ער מאכט א טעות איז אים זייער שווער צו איבערבעטן ווייל זייער אהבה איז נאר געוואנדן מיט די ארבייט וואס ער טוט, און יעצט האט ער געטון א שלעכטע ארבייט , פארשטייט יעדער אז וויבאלד זייער קאנעקשן איז נאר זייענדיק א גוטע ארבייטער, וועט יעצט אוועק פאלן די טראסט צווישן זיי אפילו ער וועט זיך איבער בעטן, אבער דער חבר וואס איז דא צווישן זיי א אהבה אן די ארבייט וועט אסאך שנעלער צרוק באקומען זיין טראסט..
די זעלבע איז צווישן א יוד און רבונו של עולם, ווען מיר זאגן אז א יוד׳ס חשיבות איז לויט וויפיל תורה ומצות ער טוט, איז דאס אמת, נאר מיר דארפן קוקן וואס איז געווען קודם, איז קודם געווען די ליבשאפט דערפאר גיט דער אייבישטער נאך תורה ומצות צו האבן מער קשר און מער דביקות, דער נאר ווען מעט טוט תורה ומצות דעמאלץ איז די מענשט חשוב,
עס איז טאקע א קליינט חילוק פון אינדרויסן אבער בשורש איז עס א ריזיגע חילוק און די זיכערקייט פון די אהבה ממילה און די תורה ומצות לייגט צו נאך און נאך עד אין שעור.
א יוד האט א שורש כלו טוב, וואס גארנישט און די וועלט קען אים אוועק נעמען די חשיבות פון אים, און ער דארף גארנישט טון צו זיין חשוב, אויף דעם זאגט די תניא אז אויב די חשיבות פון א יוד איז זיין נשמה קען מען ליב האבן יעדע יוד, ווייל מיין חשיבות איז די זעלבע ווי זיין חשיבות מיר ביידע האבן א נשמה, די פירוד צווישן צוויי מענטשן איז מצד די גוף וואס דאס איז סיי ווי נישט ווערט,
תניא פרק ל"ב
וְהִנֵּה, עַל יְדֵי קִיּוּם הַדְּבָרִים הַנִּזְכָּרִים לְעֵיל, לִהְיוֹת גּוּפוֹ נִבְזֶה וְנִמְאָס בְּעֵינָיו, רַק שִׂמְחָתוֹ תִּהְיֶה שִׂמְחַת הַנֶּפֶשׁ לְבַדָּהּ, הֲרֵי זוֹ דֶּרֶךְ יְשָׁרָה וְקַלָּה לָבֹא לִידֵי קִיּוּם מִצְוַת ״וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ״ לְכָל נֶפֶשׁ מִיִּשְׂרָאֵל – לְמִגָּדוֹל וְעַד קָטָן.
כִּי מֵאַחַר שֶׁגּוּפוֹ נִמְאָס וּמְתוֹעָב אֶצְלוֹ, וְהַנֶּפֶשׁ וְהָרוּחַ מִי יוֹדֵעַ גְּדוּלָּתָן וּמַעֲלָתָן בְּשָׁרְשָׁן וּמְקוֹרָן בֵּאלֹקִים חַיִּים. בְּשֶׁגַּם שֶׁכּוּלָּן מַתְאִימוֹת, וְאָב אֶחָד לְכוּלָּנָה, וְלָכֵן נִקְרְאוּ כָּל יִשְׂרָאֵל ״אַחִים״ מַמָּשׁ, מִצַּד שׁוֹרֶשׁ נַפְשָׁם בַּה׳ אֶחָד רַק שֶׁהַגּוּפִים מְחוּלָּקִים. וְלָכֵן, הָעוֹשִׂים גּוּפָם עִיקָּר וְנַפְשָׁם טְפֵלָה – אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אַהֲבָה וְאַחֲוָה אֲמִיתִּית בֵּינֵיהֶם, אֶלָּא הַתְּלוּיָה בְדָבָר לְבַדָּהּ.
וְזֶהוּ שֶׁאָמַר הִלֵּל הַזָּקֵן עַל קִיּוּם מִצְוָה זוֹ: ״זֶהוּ כָּל הַתּוֹרָה כוּלָּהּ, וְאִידָךְ פֵּירוּשָׁא הוּא כוּ׳״. כִּי יְסוֹד וְשׁוֹרֶשׁ כָּל הַתּוֹרָה – הוּא לְהַגְבִּיהַּ וּלְהַעֲלוֹת הַנֶּפֶשׁ עַל הַגּוּף מַעְלָה מַּעְלָה עַד עִיקָּרָא וְשָׁרְשָׁא דְּכָל עָלְמִין וְגַם, לְהַמְשִׁיךְ אוֹר־אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא בִּכְנֶסֶת יִשְׂרָאֵל,
שפעטער רעדט די תניא ווען מען זעהט ווי איינער טוט שלעכטס
וְגַם הַמְקוֹרָבִים אֵלָיו וְהוֹכִיחָם וְלֹא שָׁבוּ מֵעֲוֹנוֹתֵיהֶם שֶׁמִּצְוָה לִשְׂנֹאותָם – מִצְוָה לְאָהֳבָם גַּם כֵּן. וּשְׁתֵּיהֶן הֵן אֱמֶת: שִׂנְאָה – מִצַּד הָרָע שֶׁבָּהֶם, וְאַהֲבָה – מִצַּד בְּחִינַת הַטּוֹב הַגָּנוּז שֶׁבָּהֶם, שֶׁהוּא נִיצוֹץ אֱלֹקוּת שֶׁבְּתוֹכָם הַמְחַיֶּה נַפְשָׁם הָאֱלֹקִית.
דעת תבונות לרמח''ל סימן ס':
והנה עוד ענין עיקרי אודיעך, והוא שיש לכנסת ישראל שורש של קדושה, שהיא כללית לכל האומה הקדושה מצד היותם ישראל, ואפילו לרעים שבהם, שהרי ארז"ל (סנהדרין מד ע"א), "אף על פי שחטא - ישראל מוא". ואף על פי שדבר זה מושרש בענינים גבוהים מאוד, בהיות ישראל משתלשלים ממנו ית', כמו שאמר הכתוב (איכה ג, כד), "חלקי ה' אמרה נפשי על כן אוחיל לו", אף על פי כן הנהגת העולמות הרבה והרחבה מאוד בכל סדרי הנמצאות לטוב או למוטב אינה תלויה בזה, אלא בענין המעשים של בני האדם, לדון כל אחד לפי מעשיו. ונמצא שיש מציאות לכנסת ישראל - מציאות כללי שאין לו תולדות הרבה וענפים רבים, אבל הוא מציאות שאינו כל כך עיקרי, אף על פי שהוא גבוה הרבה. ועוד יש מציאותה העיקרי, שהוא מציאותה לפי ענין העבודה שבידה, שתלויים בה כל עניני ההנהגה הגדולה והעמוקה.
ועי' עוד שם להלן שמאריך בדברות קדשו מלהבות אש.
שאלה:אויב א יוד איז סיי ווי ווערט פארוואס דארף ער נאך טון תורה ומצות?
תריץ א': פשוט ווייל דער אייבישטער האט געהייסן, בדרך משל א טאטע וואס האט ליב די קינד און די קינד האט אויך ליב די טאטע, וועט ער טון וואס די טאטע וויל מרצונו הטוב, אבער א קינד וואס טראכט אז זיין טאטע האט אים נישט אזוי ליב און ער וויל אז די טאטע זאל אים ליב האבן קען זיין אז ער וועט טון די רצון פון זיין טאטע כדי צו באקומען די טאטעס ליבשאפט, אדער וועט ער גאר בועט זיין און זיין טאטע,
יעצט א יוד וואס איז פארזיכערט מיט זיין טאטע דער אייבישטער און איז קלאר אז ער איז חשוב און ווערט אין דער אייבישטערס אויגן, וויל טון זיין רצון, און דאס מיינט לשמה, טון ווייל דער אייבישטער האט געהייסן.
אבער מיר זענען נישט ווי די קינד וואס טוט זיין טאטעס רצון כדי די טאטע זאל אים ליב האבן
תריץ ב': אזוי מיר האבן געשריבן פונעם תניא, אז די תורה ומצות איז מגלה אויף די וועלט די דביקות השם און אחדות השם בפועל

יסוד ב - כי טוב השם
עולם חסד יבנה דער אייבישטער איז א טוב וואס דרכו להיטיב, מען דארף דאס חזרן אז דער אייבישטער איז גוט כפשוטו, א מענטש איז געוואוינט צו טראכטן אז פאר אים קומט זיך שלעכטס אדער אין די וועלט פאסירט שלעכטס, אלע מחשבות פון זיין ארומגענומען מיט שלעכטס אדער מיר קומט זיך שלעכטס (פון דעם וועלן מיר שפעטער רעדן ביי די יסוד אז עס קומט מיר גוטס) לאמיר עס אפטיילן פאר אבסיל און נאר חזרן אז דער אייבישטער איז כלו טוב, און איז תמיד משפיע טוב, און טוב מיינט פשט גוטס,
פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון, וואס טייטש די ווערטער? אז דער אייבישטער גיט פאר אלע לויט זייערע רצון,
מיר זאגן ביים בענטשן
הַזָּן אֶת הָעוֹלָם כֻּלּוֹ בְּטוּבוֹ בְּחֵן בְּחֶסֶד וּבְרַחֲמִים הוּא נֹתֵן לֶחֶם לְכָל-בָּשָׂר כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ.
וּבְטוּבוֹ הַגָּדוֹל עִמָּנוּ תָּמִיד לֹא-חָסֵר לָנוּ וְאַל יֶחְסַר לָנוּ מָזוֹן לְעוֹלָם וָעֶד. בַּעֲבוּר שְׁמוֹ הַגָּדוֹל כִּי הוּא אֵל זָן וּמְפַרְנֵס לַכֹּל וּמֵטִיב לַכֹּל וּמֵכִין מָזוֹן לְכָל-בְּרִיּוֹתָיו אֲשֶׁר בָּרָא כָּאָמוּר פּוֹתֵחַ אֶת-יָדֶךָ וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל-חַי רָצוֹן.
חי מהור"ן תנ״ב (ט) אָמַר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ טוֹב תָּמִיד "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט":
מיר דארפן דאס חזרן אין גלייבן אפילו מיר פארשטייען נישט אדער עס קוקט אויס פארקערט (מיר וועלן מער רעדן און יסוד עניין ניסיון - אמונה )
אבער דא וועט גלייך ארויפקומען אויפן געדאנק, דער אייבישטער איז טאקע גוט, אבער ווער זאגט אז איך בין זוכה צו די גוטס, אפשר האב איך געטון עבירות וואס פארדעם קומט מיר שלעכטס ח"ו, דאס וועלן מיר רעדן און די קומידיגע יסוד,

יסוד ג - עס קומט דיר גוטס
וואס מיר לענען פון די זאכען ביז יעצט איז אז א מענשט זאל זיך אנקוקן אז עס קומט מיר זיך גוטס, זיך אנקוקן פאר איינער וואס קומט זיך גוטס, ווייל דער אייבישטער וויל גיבן גוטס, און מיר זענען חשוב אין די וועלט,
בעיקר איז די יסוד א׳ אז די מענשט איז חשוב, און דארט איז די עיקר עבודה אין גלייבן די אייגענע חשיבות אז איך בין ווערט דערנאך. יסוד ב׳ גלייבן אז דער אייבישטער איז גוט,
דערנאך וועלן מיר אביסל מער אויסשמוסן די נקודה פאר זיך,
א מענשט איז געוואוינט צו טראכטן אלע סארט חשבונות פארוואס עס קומט אים שלעכטס ח"ו, און די מענשט טראכט שוין גלייך זיכער גייט זיך זאכן נישט אויסארבעטן וכדומה, אבער די אלע מחשבות קומען אדער ווייל מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו טראכטן, אדער ווייל מיר ווייסן נישט ווי חשוב מיר זענען, אדער ווייל מיר פילן אז מיר זענען שלעכט, נישט גענוג גוט, (קוק ביי יסוד ח - סתירת ההרגש)
בדרך משל איינער וואס זיין טאטע האט א גרויסע ביזנעס, אדער זיין טאטע האט געבויט א גרויסע שויל, דער קינד ווען ער קומט דארט אריין פילט ער אז אלעס איז קומט זיך אים דארטן, זיין טאטע האט געבויט די פלאץ, קיינער קען אים נישט פארטרייבן אדער פארשיקן, דא איז ער ביים טאטען און וויין גארטן, מיר דארפן זיך אנקוקן ווי די חשובע אין די וועלט און אינזער טאטע איז א גוטער און וויל אינז גיבן גוטס, און מיר זענען ווערט צו באקומען,
וואס זענען די סיבות אז עס זאל זיך נישט קומען גוטס?
א מענטש איז נישט חשוב? א יוד האט חשיבות און ווערט פונעם אייבירשטן
א פירט זיך נישט אויף גוט? די חשיבות איז שטערקער פון די מעשים פונעם מענטש, אמת מיר דארפן זיין גוט טאקע ווייל מיר זענען חשוב,
בעיקר אנהייבן טראכטן אז עס קומט אונז כל טוב, ווייל דער אייבישטער איז משפיע תמיד גוטס, און מיר זענען די מקבלים פאר די גוטס, אזוי ווי א פרוי וואס זאגט מיין מאן גיט מיר אלעס וואס איך דארף, אזוי אויך דער אייבישטער וויל אונז גיבן אלעס וואס מיר דארפן, און האלטן אויף זיך און זיך אנקוקן אז עס קומט אונז גוטס,

יסוד ד - עניין ניסיון - אמונה
יעצט אז מיר ווייסן אז מיר זענען חשוב, און אז דער אייבשטער איז גוט צו יעדעם, פרעגט זיך א קשיא פארוואס קוקט עס נישט אויס אזוי, פארוואס האב איך שלעכטס ח׳ו, פארוואס גייט מיר נישט גוט,
דערפאר דארפן מיר פארשטיין אביסל די הנהגות הבורא אז עס איז דא זאכן וואס מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין, מה גדלו מעשך השם, אין דאס איז נאכאלץ נישט קיין סתירה מיט די גוטס פונעם אייברשטן, נאר מיר דארפן לערנען די ריכטיגע בליק וויאזוי צו אנקוקן א שוועריקייט און ווי אזוי זיך אנצוקוקן ביי א עת נסיון,
טראסט, וואס מיינט טראסט? טראסט מיינט אז איך גלייב אזוי אפילו איך זעה נישט קלאר,
דער אייבישטער האט פארשידענע הנהגות און די וועלט וויאזוי ער פירט זיך מיט מענטשן, נישט אלעס קען מען פארשטיין, און עס קען אמאל אויסקוקן שלעכט פאר א מענטש ח"ו, דארפן מיר גלייבן אז דער אייבישטער איז גוט, און טראסטן די הנהגהת השם אפילו עס קוקט אויס אנדערש,
דאס אז די פארשטייסט נישט אדער עס מאכט נישט קיין סענס פאר דיר מיינט נישט אז עס איז שלעכט, און עס פרעגט זיכער נישט אפ די גוטס פונעם אייבירשטן, נאר דאס איז א נסיון,
דער אייבישטער האט געפריווט אברהם אבינו מיט צעהן נסיונות, מיר דאפן פון דעם לערנען וואס מיינט א נסיון, און מיט וואס פארא בליק מען גייט דאס א דורך,
דער אייבישטער זאגט פאר אברהם כי ביצחק יקרא לך זרע, אז פון די קינד יצחק וועטסו אויפשטעלן דורות, דאס הייסט דער אייבישטער זאגט צו אברהם גוטס,אזוי אויך ביי די נסיון פון לך לך זאגט אים די באשעפער צו ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדה שמיך והיה ברכה, דאס הייסט אז אברהם האט באקומען א הבטחה פאר גוטס, און נאכדעם קוקט עס אויס פונק פארקערט סיי ביים גיין שחטן יצחק און סיי ביים אנקומען און ארץ ישראל און זיך טרעפן און א הונגער און דורך גיין שוועריקייטן מיט דארפן גיין קיין מצרים און דארטן זאל מען אוועק נעמען שרה וכדומה, וואס האט אויסגעקוקט פונק פארקערט ווי די הבטחה וואס אברהם האט באקומען, און דאס איז די נסיון צו בלייבן פארזיכערט מיט די הבטחה און בלייבן טראבטן די באשעפער אפילו מען זעהט נישט ווי אזוי זאכען קענען שטימען, ווי אזוי קען ווערן דורות פון יצחק אויב מען גייט אים שחטן, נאר בלייבן מיט די פולע טראסט אז דער אייבישטער טוט גוט און ווייסט וואס ער טוט און עס וועט נאר ארויסקומען גוט,
די מענשט קען האבן אין זיך די ספיקות צו עס גייט אים זיין גוט, צו עס קומט זיך אים גוט, און קען אנהייבן זיך מעסטן אויף די מציאות וואס איז מיט אים, און דורך דעם אפלערנען צו עס גייט אים זיין גוט, אבער מיר לערנען א נייע יסוד פון הנהגה וואס דער אייבישטער פירט זיך מיט די מענשט פאר זיינע תקונים אז ער קען זיין פארזיכערט און די גוטס וואס דער אייבישטער גיט און וויל גיבן פארן מענטש און טראסטן דעם אייבירשטן אז אלעס איז גוט און גייט זיין גוט, אפילו ער זעהט נישט אדער פארשטייט נישט ווי אזוי,
בעיקר וואס מיר ווילן ארויסברענגען איז, קוק זיך נישט אן לויט די זאכן וואס פאסירט צו דיר, קוק זיך נישט אן אויב די האסט א שוועריקייט אז דאס בוסטו ווערט, נאר טראסט דער באשעפער אז ער וויל דיר גיבן גוטס און עס קומט זיך דיר גוטס, און דאס איז נישט קאנעקטעט מיט די מציאות וואס קוקט אויס פאר דיר יעצט, דאס איז א נסיון, נאר מען דארף טראסטן און גלייבן אז דער אייבישטער איז גוט בפועל ממש, און עס גייט זיין גוט בפועל ממש, און בלייבן מיט א גוטע האפענונג און א גוטע אינשארנס צום אייבירשטן,און נישט ווערן אראפגעקלאפט און האלטן אז שוין דאס איז מיין לעבן נאר שוועריקייטן וכדומה,
ברדך משל צו א מענשט וואס האט נישט קיין ברויט אריינצונעמען און מויל, און ווייסט אז מארגן וועט ער באקומען א גרויסע ירושה, אבער היינט דארפן ער זוכן אדער שנארן אויף אביסל עסן, אבער זיין גאנצע מוט איז שטארק ווייל ער איז פארזוכערט אז מארגן ווערט ער רייך, און ער קוקט נישט אויף די ביסל צער וואס ער דארף יעצט אדורך גיין, ווייל ער זעהט זיך שוין נישט ווי א שנארער, נאר ער זעהט זיך ווי א רייכע מענטש, איי ער דארף יעצט זוכן עסן און די מיסט, יא דאס איז פאר יעצט אבער דאס איז נישט ער דאס איז נישט זיין מציאות ער קוקט זיך אן ווי א רייכע מענשט, און דאס איז די בליק ווי א יוד א בן מלך דארף זיך אנקוקן, בעצם האב איך אלעס וואס איך דארף עס קומט זיך מיר אלעס וואס איך דארף און איך גיי האבן אלעס וואס איך דארף, און נישט ווערן אוועקגעשלעפט פון די נסיון ,
נאך א משל מיר וועלן נעמען צוויי מענטשן ביידע ארבייטן די זעלבע שווער איינער האט געפענט א נייע ביזנעס און איינער האט שוין א אלטע ביזנעס נאר יעצט פעלט אים ארבייטער אדער יעצט איז א ביזי צייט און די ביזנעס, דער מיט די נייע ביזנעס וועט זיין סאך מער און סטרעס און סאך מער איבער געארבייט ווי דער אנדערער אפילו ביידע ארבייטן די זעלבע שוער, די סיבה איז פשוט דער נייע ביזנעס איז ער נישט פארזיכערט אין זיין אינוועסטמענט ער האט ספיקות אפשר לוינט זיך עס נישט אפשר גייט ער נישט אנקומען וכדומה, מה שאין כן דער אנדערע ארבייט שווער אבער ער איז פארזיכערט אז דאס איז נאר פאר א קורצע תקופה דערנאך וועט אלעס פאלן אין פלאץ, יעדע מענטש קען זעהן ביי זיך אליין די פלאץ ווי ער איז זיכער וועט ער טון מיט חשק און נישט פילן איבער גארבעט אפילו עס איז פיזיש זייער שווער אבער די פלאץ ווי ער האט ספיקות אדער שווערע הרגשים אפילו ער וועט ארבייטן אסאך גרינגער וועט עס אים אויסקנאקן סאך מער.
וואס מיר לערנען אז די עיקר שוועריקייט איז אין די זיכערקייט און די אמונה פון די זאך, קומט אויס אז ווען די מענטש האט א עת נסיון איז די עיקר נסיון און די אמונה און די זיכערקייט וואס די מענטש האט, מיט דעם קענען מיר פארשטייען אז אפילו ביי א עת נסיון איז אים נישט שלעכט, נאר ער האט א נסיון אין זיין זיכערקייט, אבער פיזיש פארשטייט די מענטש אז עס דארפן זיין זמנים שונים, און די מענטש האט נישט קיין פראבלעם מיט די פיזישע חלק, פארשטייט זיך אז א עת נסיון איז שווער אפילו די פיזישע חלק איז שווער, אבער דאס איז די הנהגת הבורא, אבער די עיקר שוועריקייט איז די אמונה און זיכערקייט, און ווען א מענטש האט די אמונה אדער אפילו אביסל אמונה וועט ער נאכאלץ זעהן די הטבה פונעם אייברשטן און נאכאלץ זעהן זיין חשיבות און די עת נסיון וועט אים נישט סותר זיין די אמת,
איינער האט פארציילט אז אלעס קינד ביי אים אינדערהיים איז געווען זייער קאלט און ער האט געבעטן זיין טאטע צו אנצונדן די סטים, און זיין טאטע האט אים געזאגט אז ער זאל זיך אנטון נאך קליידער אז עס זאל אים נישט זיין קאלט, די קינד האט זיך אנגערופן הלוואי וואלטן מיר נישט געווען ארעם, האט אים זיין טאטע געזאגט אז ארעם איז א זאך וואס ווייניג מענטשן קענען זיך ארויס זען פון דעם, מיר זענען נישט ארעם (במחשבה) מיר זענען איצט צובראכן מיר גייען יעצט אדורך א תקופה אבער מיר זענען נישט ארום, ווייל א מענטש וואס קוקט זיך אן ווי א דורך פאל ווי א ארעמאן איז זייער שווער צו ארויסגיין דערפון און ווערן אויס ארעם אבער אויב א מענטש קוקט זיך אן מוצלח און ביכולת וועט ער קענען אנקומען אפילו ער האט א שווערע תקופה אין זיין לעבן

יסוד ה - מחשבה מושך
די בעל שם טוב הקדוש' (כתר שם טוב רל' און אויך רפג') וכן כשמחשב בדברים גשמיים הוא מצמצם לשם מחשבתו, שבכל מקום שהוא [מחשב הוא] ממשיך עצמו לשם,
אזוי אויך ברענגט די פרי האררץ ברענגט :הנה ידוע שעיקר האדם הוא המחשבה ואל מקום אשר יפול המחשבה שם הוא האדם: די עיקר פון די מענשט איז די מחשבה און דארט ווי די מחשבה איז דארט איז די מענשט,
די פרי הארץ רעדט פון דחקות הפרנסה, און ער זאגט אז דארט ווי די מחשבה פון א מענשט פון דארט קומט זיין השפעה הפרנסה, און ער לייגט צו אז די מענשט זאל נישט אריין גיין און א דוקדוק אדער זיך פארלאזן און די פרטיות'דיגע סיבה וואס ער טוט, כמאמר חז"ל שאין עניות ועשירות מן האומנות, אזוי ווי חזל זאגט אז עשירות אדער עניות קומט נישט פון די ארבעט אדער פאך וואס די מענשט טוט, נאר די מענשט דארף טון א השתדלות אז די ברכה זאל האבן ווי צו חל זיין, אבער מען זאל נישט אריין און צומצומים און די ארבעט וואס די מענשט טוט ווייל דוקדוק איז דין, און ווען א מענשט גייט אריין און דוקדוקים איז ער אין דין וואס דאס ברענגט א השפעה פון דין, און כלל איז רחמים דאס מיינט אז ווען א מענשט גייט אריין שטארק אין זיינע חשבונות מיט א צומצום יעדע דאלער, איז ער און דין אבער אויב די מענשט טראכט מער פון די כלל די גאנצע פיקטשער און פארלאזט זיך נישט אויף די פאך וואס ער טוט און טראכט גוטע מחשבות, און קוקט אן זיין פאך פאר א כלי ווי דער אייבישטער קען שיקן שפע, און טראכט ברייט און פארלאסט זיך אויף דער אייבישטער, וועט זיין פרנסה בריווח,
הנה מק"ק בעשינקאוויץ הייתי רגיל לקבל אגר' מכמה שנים כולם בקובלנא על פרנסת' והוקשה בעיני לקרות מכתבם. ובהא שתא שלא הזכירוהו מובטחני שיתעלו בעזה"י אשר לזאת רבים צועקים ואינם נענים מפני שהם צועקי' בכל מחשבתם בפרטות העניינים
ער ברענגט דא א מעשה פון מק"ק בעשינקאוויץ וואס פלעגט באקומען בריוו אסאך יארן וואס מענטשן האבן זיך אפגערעדט אויף פרנסה און איין יאר האט ער נישט באקומען די בריוו האט ער געזאגט אז ער איז זיכער אז זיי גייען געהאלפן ווערן ווייל אסאך שרייען אויף די פרנסה און זיי וערן נישט געהאלפן ווייל זיי שרייען מיט זייער גאנצע מחשבה און די פרטיות ענינים, עד כאן לשונו,
אזוי אויך און לקוטי מהורן קצ״ג:א׳ דַּע, שֶׁהַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל, וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כָךְ, וַאֲפִלּוּ אִם יְחַזֵּק מַחֲשַׁבְתּוֹ מְאֹד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ מָמוֹן – בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ, וְכֵן בְּכָל דָּבָר.
הכלל זעהן מיר פון די ספרי חסידות אז די מחשבה פון א מענשט ברענגט די השפעה צו די מענשט, ווי די בעל שם טוב הק' ברענגט סיי אין רוחניות אז אויב א מענשט טראכט פון קדושה און הייליגע זאכען, ברענגט עס אויף אים קדושה, און סיי ביי גשמיות אז א מענשט טראכט מחשבות פון גוטס פון חסד, פון בטחון, ברענגט עס אויף די מענשט השפעות פון חסד, און די זעלבע פארקערט זאגט די בעל שם (וכשהוא להיפך, שהוא מתירא תמיד ממדת ד' ומהעונש, אז הוא מתדבק עצמו בדינים, וח"ו שלא יבוא לו רעה, ) אז די מענשט טראכט פון דינים און פון שלעכטס ח"ו אדער פון עונשים, איז ער דבוק און דינים ח"ו און עס זאל נישט קומען קיין שלעכטס.
מיר זענען געוואוינט צו טראכטן שלעכט, און זעהן יעדע זאך אז זיכער גייט זיין שלעכט, און אויב איז דא א שוועריקייט טראכט מען שוין אז זאכען וועלן זיין שלעכט ח"ו, אבער וואס מען לערנט דא איז אז מען דארף אנהייבן טראכטן נאר גוטס, זיך פארלאזן אויף די חסד השם, טראכטן ברייט עס וועט זיין גוט בכללות, נישט זיין פארנומען מיט יעדע פרט פונקלעך, אנהייבן גלייבן אז עס קומט אונז גוטס ווייל דער אייבישטער וויל גיבן, און טראכטן און ערווארטן גוטס.

================================
איצט ווען א מענטש גלייבט אין זיך, און אז עס קומט אים גוטס, דארפן מיר ארום רעדן וויאזוי אויף צו נעמען די גוטס, און ווי אזוי זיך צו פירן ביז די גוטס קומט בפועל ממש.
און דעם איז דא 3 יסודות
כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה
מצב תשוקה צפייה לישועה
השתדלות ובטחון
=============================

יסוד ו - כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה- וזכרת את ה אלוקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל
די מענטש וויל זיין שטארק און זיין און קאנטראל אויף זיין לעבן, און וויל פילן אז און יעדע מצב קען ער זיך א עצה גיבן, און זיין חשיבות איז זיין אייגענע מעלה וואס ער האט,
אבער דאס איז די קליפה פון כחי ועצם ידי אז איך מוז אליין זיין שטארק, און אליין קונה זיין מיינע ווערט און חשיבות, און די גאנצע לעבן ווענד זיך און מיר און אין מיינע מעשים,
וזכרת את ה אלוקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל, איך זאג נישט אז די מענטש האט נישט קיין חשיבות און קען נישט זיין פארזיכערט, און איז א פארלוירע מענטש, וואס דער אייבישטער העלפט און גיט אים אלעס, (וואס דאס איז אויך אמת אבער איך וויל ארויסברענגען נאך א נקודה וואס עס איז דא)
איך זאג אז די מענטש האט שטארקייט און איז פארזיכערט, אבער עס איז נישט זיין אייגענע שטארקייט נאר עס איז די שטארקייט וואס דער אייבישטער גיט אים,
איך וועל עס מסביר זיין מיט א משל,
דער מלך איז אליין שטארק און האט גרויסע כוחות און עס איז דא א שר פונעם מלך וואס באקומט שטארקייט און כח פונעם מלך, קען זיין אז למעשה זענען ביידע שטארק ביידע האבן כוחות, אבער איינער האט עס פון זיך אליין און איינער האט דאס באקומען פון א צווייטען,
דאס איז די בליק וואס א יוד דארף זיך אנקוקן אלעס וואס איך האב גיט מיר דער אייבישטער, און דאס איז אויך ענוה און שפלת רוח, אז דער מענשט קען זיין און א גוטע וועלט פיל מיט גוטס און פיל מיט גוטע כוחות און אויך זיין פול מיט שפלות רוח ווייל עס איז נישט זיינע אייגענע מעלות נאר במתנה פונעם אייברשטן, און דאס איז די בליק פון א ערליכע יוד, אבער מיר פשוטע יודן דארפן אויך אנקוקן מיט דעם בליק אינזער לעבן, אז מיר זענען מכיר אז אינזער חשיבות איז נישט א אייגענע זאך און ליגט אפילו נישט און אינזער הענט, און נאר ווייל דער אייבישטער דארף אינז און גיט אינז חשיבות, פארדעם זענען מיר גאר גרויס און חשוב,
פון דא און ווייטער איז געווארן צוגעלייגט ג בהלותך
ארויס צו ברענגען מער די ענין וועלן מיר מסביר זיין אזוי, עס איז געווען א גוטער מענטש וואס האט געוואלט העלפן מענטשן וואס דארפן הילף, האט ער געטראפן א היימלאזער מענטש און אויך א ביזנעס מאן וואס מוטשעט זיך, דער היימלאזער האט ער געגעבן עסן יעדען טאג און געגעבן קליידער, און פארן ביזנעס מאן האט ער געברענגט נייע קונים און אויס געלערנט ווי אזוי צו פירן די ביזנעס וכדומה, ביידע מענטשן האט ער געהאלפן נאר לאמיר פארשטיין די חילוק
חילוק א'= די היימלאזער מענטש בלייבט צובראכן, און ער ווייסט נישט וואס וועט זיין מארגן, ער איז אנגעוויזן יעדע טאג פאר דעם גוטהארציגער מענטש, מה שאין כן דער ביזנעס מאן האט ער גיט אויפגעבויט, ער האט אים אוועקגעשטעלט אז ער זאל זיך קענען אליין א עצה גיבן, ער האט אים געגיבן די כוחות זיך צו מסדר זיין אליין.
חילוק ב '= דער היימלאזער געדענקט יעדע טאג אז ער דארף צוקומען צו דעם מענטש, ער איז אים יעדען טאג דאנקבאר, מה שאין כן דער ביזנעס מאן קען מיט די צייט פארגעסן ווער עס האט אים אלעס געלערנט און געגבען, ווייל היינט איז ער שוין אליינס שטארק,
ווען די יודן זענען געווען און מדבר זענען זיי געווען ווי (כביכול) די היימלאזער און יעדע טאג געדאפט צוקומען צו די מן וואס דער אייבישטער האט געגבען, דערנאך ווען זיי זענען אריין און ארץ ישראל דאס מיינט אז זיי באקומען קרקע און כוחות צו זיין אליין שטארק און קענען מאכן פרנסה, דארט זאגט די פסוק (דברים ח' )
כׇּל־הַמִּצְוָ֗ה אֲשֶׁ֨ר אָנֹכִ֧י מְצַוְּךָ֛ הַיּ֖וֹם תִּשְׁמְר֣וּן לַעֲשׂ֑וֹת לְמַ֨עַן תִּֽחְי֜וּן וּרְבִיתֶ֗ם וּבָאתֶם֙ וִֽירִשְׁתֶּ֣ם אֶת־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר־נִשְׁבַּ֥ע יְהֹוָ֖ה לַאֲבֹתֵיכֶֽם׃ וְזָכַרְתָּ֣ אֶת־כׇּל־הַדֶּ֗רֶךְ אֲשֶׁ֨ר הוֹלִֽיכְךָ֜ יְהֹוָ֧ה אֱלֹהֶ֛יךָ זֶ֛ה אַרְבָּעִ֥ים שָׁנָ֖ה בַּמִּדְבָּ֑ר לְמַ֨עַן עַנֹּֽתְךָ֜ לְנַסֹּֽתְךָ֗ לָדַ֜עַת אֶת־אֲשֶׁ֧ר בִּֽלְבָבְךָ֛ הֲתִשְׁמֹ֥ר מִצְוֺתָ֖ו אִם־לֹֽא׃ וַֽיְעַנְּךָ֮ וַיַּרְעִבֶ֒ךָ֒ וַיַּאֲכִֽלְךָ֤ אֶת־הַמָּן֙ אֲשֶׁ֣ר לֹא־יָדַ֔עְתָּ וְלֹ֥א יָדְע֖וּן אֲבֹתֶ֑יךָ לְמַ֣עַן הוֹדִֽיעֲךָ֗ כִּ֠י לֹ֣א עַל־הַלֶּ֤חֶם לְבַדּוֹ֙ יִחְיֶ֣ה הָֽאָדָ֔ם כִּ֛י עַל־כׇּל־מוֹצָ֥א פִֽי־יְהֹוָ֖ה יִחְיֶ֥ה הָאָדָֽם׃ שִׂמְלָ֨תְךָ֜ לֹ֤א בָֽלְתָה֙ מֵֽעָלֶ֔יךָ וְרַגְלְךָ֖ לֹ֣א בָצֵ֑קָה זֶ֖ה אַרְבָּעִ֥ים שָׁנָֽה׃ וְיָדַעְתָּ֖ עִם־לְבָבֶ֑ךָ כִּ֗י כַּאֲשֶׁ֨ר יְיַסֵּ֥ר אִישׁ֙ אֶת־בְּנ֔וֹ יְהֹוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ מְיַסְּרֶֽךָּ׃
וְשָׁ֣מַרְתָּ֔ אֶת־מִצְוֺ֖ת יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֑יךָ לָלֶ֥כֶת בִּדְרָכָ֖יו וּלְיִרְאָ֥ה אֹתֽוֹ׃ כִּ֚י יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ מְבִֽיאֲךָ֖ אֶל־אֶ֣רֶץ טוֹבָ֑ה אֶ֚רֶץ נַ֣חֲלֵי מָ֔יִם עֲיָנֹת֙ וּתְהֹמֹ֔ת יֹצְאִ֥ים בַּבִּקְעָ֖ה וּבָהָֽר׃ אֶ֤רֶץ חִטָּה֙ וּשְׂעֹרָ֔ה וְגֶ֥פֶן וּתְאֵנָ֖ה וְרִמּ֑וֹן אֶֽרֶץ־זֵ֥ית שֶׁ֖מֶן וּדְבָֽשׁ׃ אֶ֗רֶץ אֲשֶׁ֨ר לֹ֤א בְמִסְכֵּנֻת֙ תֹּֽאכַל־בָּ֣הּ לֶ֔חֶם לֹֽא־תֶחְסַ֥ר כֹּ֖ל בָּ֑הּ אֶ֚רֶץ אֲשֶׁ֣ר אֲבָנֶ֣יהָ בַרְזֶ֔ל וּמֵהֲרָרֶ֖יהָ תַּחְצֹ֥ב נְחֹֽשֶׁת׃
וְאָכַלְתָּ֖ וְשָׂבָ֑עְתָּ וּבֵֽרַכְתָּ֙ אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ עַל־הָאָ֥רֶץ הַטֹּבָ֖ה אֲשֶׁ֥ר נָֽתַן־לָֽךְ׃ הִשָּׁ֣מֶר לְךָ֔ פֶּן־תִּשְׁכַּ֖ח אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֑יךָ לְבִלְתִּ֨י שְׁמֹ֤ר מִצְוֺתָיו֙ וּמִשְׁפָּטָ֣יו וְחֻקֹּתָ֔יו אֲשֶׁ֛ר אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ הַיּֽוֹם׃ פֶּן־תֹּאכַ֖ל וְשָׂבָ֑עְתָּ וּבָתִּ֥ים טֹבִ֛ים תִּבְנֶ֖ה וְיָשָֽׁבְתָּ׃ וּבְקָֽרְךָ֤ וְצֹֽאנְךָ֙ יִרְבְּיֻ֔ן וְכֶ֥סֶף וְזָהָ֖ב יִרְבֶּה־לָּ֑ךְ וְכֹ֥ל אֲשֶׁר־לְךָ֖ יִרְבֶּֽה׃ וְרָ֖ם לְבָבֶ֑ךָ וְשָֽׁכַחְתָּ֙ אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ הַמּוֹצִיאֲךָ֛ מֵאֶ֥רֶץ מִצְרַ֖יִם מִבֵּ֥ית עֲבָדִֽים׃ הַמּוֹלִ֨יכְךָ֜ בַּמִּדְבָּ֣ר ׀ הַגָּדֹ֣ל וְהַנּוֹרָ֗א נָחָ֤שׁ ׀ שָׂרָף֙ וְעַקְרָ֔ב וְצִמָּא֖וֹן אֲשֶׁ֣ר אֵֽין־מָ֑יִם הַמּוֹצִ֤יא לְךָ֙ מַ֔יִם מִצּ֖וּר הַֽחַלָּמִֽישׁ׃
הַמַּאֲכִ֨לְךָ֥ מָן֙ בַּמִּדְבָּ֔ר אֲשֶׁ֥ר לֹא־יָדְע֖וּן אֲבֹתֶ֑יךָ לְמַ֣עַן עַנֹּֽתְךָ֗ וּלְמַ֙עַן֙ נַסֹּתֶ֔ךָ לְהֵיטִֽבְךָ֖ בְּאַחֲרִיתֶֽךָ׃
וְאָמַרְתָּ֖ בִּלְבָבֶ֑ךָ כֹּחִי֙ וְעֹ֣צֶם יָדִ֔י עָ֥שָׂה לִ֖י אֶת־הַחַ֥יִל הַזֶּֽה׃ וְזָֽכַרְתָּ֙ אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ כִּ֣י ה֗וּא הַנֹּתֵ֥ן לְךָ֛ כֹּ֖חַ לַעֲשׂ֣וֹת חָ֑יִל לְמַ֨עַן הָקִ֧ים אֶת־בְּרִית֛וֹ אֲשֶׁר־נִשְׁבַּ֥ע לַאֲבֹתֶ֖יךָ כַּיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃ {פ}
און יודיש און קורצן, די זאלסט געדענקען די פערציג יאר און מדבר וואס דער אייבישטער האט ענק געגעבן מן צו ווייזן אז לא על הלחם לבדו יחיה האדם, און די קליידער וכו, וואס איז געווען א נסיון צו די וועסט היטן די תורה ומצות,
דער אייבישטער ברענגט דיר צו א גוטע לאנד, א לאנד וואס וועט נישט זיין שווער צו עסן ברויט, אירע שטיינער זענען אייזן און בערג זענען קופער, און די וועסט עסן צו די זעהט און בענטשן דעם אייבירשטן, די זאלסט זיך היטן נישט צו פארגעסן אז דער אייבישטער האט דיר ארויסגענומען פון מצרים און געגעבן וואסער פון א שטיין און מדבר כדי דיר צו ברענגען צו א גוטע פלאץ,
ואמרת בלבבך כחי ועצם ידי עשה לי החיל הזה - די וועסט זאגן און דיין הארץ אז דיין כח און דיין שטארקייט האט דיר געגעבן די מיליטער(דאס מיינט די שטארקייט)
נאר די זאלסט געדענקען דעם אייבירשטן אז ער איז דער וואס גיט דיר כח צו מאכן די שטארקייט וכו
וואס מען זעהט דא איז אז דער אייבישטער וויל גיבן שטארקייט נישט נאר גיבן עסן ווי און מדבר, נאר ער ווארנט אן די מענשט אז מען דארף געדענקען אז ער איז דער וואס גיט די שטארקייט און נישט ח'ו לייקענען, דאס הייסט ביידע מעלות פון די פריעדיגע משל, סיי די מעלה פונעם היימלאזער אז ער ווייסט אייביג אז ער דארף אנקומען צו יענע מענטש, און נאכמער פון דעם וויל דער אייבישטער גיבן א אייגענע שטארקייט ווי דער ביזנעס מאן וואס ווערט שטארק, אבער געדענק אז דער אייבישטער איז דער וואס גיט דיר די כח לעשות חיל.

יסוד ז - מצב תשוקה צפייה לישועה
עס איז דא א מצב ווען עס איז גוט, עס איז אויך דא א מצב ווען עס איז ח'ו שלעכט, אבער עס איז אויך דא א מצב אינצווישן, וואס פון דעם ווילן מיר רעדן, עס איז נאכנישט גוט אבער עס גייט זיין גוט,
א מענטש האט ליב אלעס צו וויסן און זיין קלאר אין אלעס, ער וויל וויסן וואס וועט זיין און ווי אזוי וועט עס זיין, א מענטש האט נישט ליב צו זיין אין ספיקות, גייט זיך עס אויסארבייטן אדער נישט, אמאל וועט די מענטש פשוט אויפגעבן ווייל ער ווייסט נישט וואס עס וועט זיין און ער וויל נישט זיין אין די ספק, אפילו ער וועט אויפגעבן א גוטע זאך וואס וועט נאך נעמען צייט און צום סוף זיין א סוקסעס,
פון וואס קומט דאס? ווייל א מענטש וויל זיין זיכער און ער וויל אלעס פארשטיין און ער קען נישט לעבן און ספיקות, אבער עס איז דא א עבודה פון סובל זיין און אויסווארטן דאס קען ווערן גערופן א מצב פון תשוקה, וואס תשוקה מיינט עס איז נאך נישט גוט איך בין נאכנישט אין די פלאץ ווי איך וויל זיין אבער איך האב תשוקה צו זיין דארט,
דאס איז אויך דער ענין פון די גאולה בזכות נטרונה, ווייל יעדע מצב פון גלות איז אז די ביסט נישט אין די גוטע פלאץ ווי די דארפסט עכט זיין, נאר די נסיון איז, צו וועט דער מענטש וועט טרעפן א אייגענע עצה אדער גאולה צרוקצוגיין אן דעם אייברשטן ח'ו, אדער זיך באקוועם מאכן אין די נייע פלאץ און שלום מאכן מיט די מצב און נישט ווארטן אויף די גאולה, אבער די ריכטיגע וועג איז בזכות נטרונה בזכות פון ווארטען נישט אויבגעבן נישט איינגעבן (שלום מאכן אז דאס איז עס און שוין) נאר ווארטן אויף ישועת השם,
עס איז דא נאך א פרט פון קענען סובל זיין די מצב פון תשוקה און ווארטן וואס דאס איז א שווערע זאך, אבער מען דארף מכיר זיין אז דאס איז די גזירות הגלות פון יעצט זיין אין די מצב, דאס הייסט איך בין יעצט נישט און מיין פלאץ, איך וויל צרוקגיין צו מיין פלאץ, אבער דערווייל קען איך ווארטן איך קען סובל זיין צו האפן אבער אויך צו ווארטן נישט קיין חילוק ווי לאנג עס וועט נעמען, דאס קומט ווייל די מענטש איז זיכער אז עס גייט צום סוף זיין די גאולה.
אזוי ווען איינער איז פארלוירן אין וואלד, און ער ווייסט אז מען וועט אים קומען זוכן, וואס טוט ער דארט? ער ווארט, אפילו עס קוקט אויס ווי עס נעמט יארן אבער ער וועט נישט אויפגעבן ווייל ער ווייסט אז פריער אדער שפעטער וועט מען אים טרעפן, ער וועט זיך טאקע באקוועם מאכן דארטן אבער נאר אויף צייטווייליג ווייל ער ווייסט אז ער גייט שוין אט אט ארויס,
דאס איז די מצב פון תשוקה איך וויל זיין דארט זייער שטארק דערפאר האף איך , אבער איך גיב נישט אויף ווייל עס קומט נישט שנעל איך בלייב האפן, דאס איז וואס מען טרעפט אין גאנץ תהילים ווי דוד איז איין שטוק תשוקה אין האפן אפילו עס נעמט לאנג.

עוד חזון למעוד
די ווייטערע זאכן זענען עכט נישט מסודר נאך
קען זיין איך וועל עס ארויף לייגן עז איז אדער עס אביסל מסדר זיין קודם
לדעתי ליגט זייער אסאך אין די ביז יעצט'דיגע אלעס אראפ געשאסן אויף איין מאל
עס האט מיר געכאפט א פרישקייט אז אפשר קענען מענטשן הנאה האבן
הגם עס ליגט שוין ביי מיר פאר א וויילע, און עס קומען כסדר צו זאכען לויט די מצבים

@ניק איך גיי קרעיזי פאר דיינע סחורה! כה לחי!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: פרנסה ושפע על פי הבעל שם טוב
viewtopic.php?p=179621#p179621
איך האב צוגעלייגט א נאך א הסבר צום סוף
יסוד ו - כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה- וזכרת את ה אלוקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל
איך האב צוגעלייגט א נאך א הסבר צום סוף
יסוד ו - כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה- וזכרת את ה אלוקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
Re: פרנסה ושפע על פי הבעל שם טוב
הוהא
גיימיר דארפן ארויספרינטן און ליינען געהעריג

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל