ח''ו מ'האט נישט קיין טענות אויף קיינעם, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, און טאקע דערפאר האב איך עס אויסגעשמועסט אויף א שיינע וועג, קען טאקע זיין מחסיא איז געגאנגען צו שארף, אבער לאמיר עס נעמען פון יעצט און ווייטער, איך קוק ארויס אויף אייער פארשטענדענישהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 8:19 pmוועגן קומט מען שרייען און באזידלען די אידן וואס ווייסן נישט פון די אפדעיטס... און מען מאכט זיי נאכמער זיך טענה'ן און נאכאמאל אויפקאכן די קאשע...גדליה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 8:12 pm נו גוט לאמיר קלאר מאכן די נושא וואס מאטערט דעם עולם שוין די לעצטע טאג צוויי
ווי די עולם האלט מיט האלט די מערכה ב''ה מיט גאר גרויסע פארשריט, משפּחה נאך משפּחה קומען ארויס און צוביסלעך צוביסלעך פאלן זאכן און פלאץ, וואס די עולם ווייסט נישט איז אז גרויס קרעדיט קומט זיך פאר געוויסע עסקנים הרוצים בעילם שמם וואס האבן שטארק געארבעט מיטן ימין מקרבת, מיטן ווייזן א פריינטשאפט און ליבשאפט צו אונזערע ברודער פון לב טהור, עפעס וואס קומט זיך זײ מיט רעכט, רובם ככולם זענען נעבעך אומשולדיג, מיטגעמאכטע מענטשן מיט געפילן פינקט ווי מיך און דיך, און דורך דעם האבן זיי געווינען זייער צוטרוי און צוביסלעך געקענט ווייזן די וועג און העלפן ארויסקומען, אזאך וואס איז באגריסט געווארן דורך ''אלע'' עסקנים, און איז געווען מיט די פולשטענדיגע מיט ארבעט און קאאפעראציע פון אלע וואס זענען עוסק אין די נושא
און טאקע מיט דעם מהלך קומט הרב מחסיא הי''ו, פשוט מיט'ן ווייזן פאר די צובראכענע יודן קוקט ווי גוט כלל ישראל איז, קוקט ווי ווארעם די עולם גיבט און גיבט געלט איינמאל און נאכאמאל, און דורך האט מען און מען וועט ווייטער אויפטוהן אי''ה גדולות ונצורות,
אבער וואס עס באדערט יא פאר די עסקנים,
אז יעצט ווען מ'האלט שוין דא, זיי אליינס ווילן שוין ארויסקומען, זיי אליינס ווילן איבערמישן א בלאט, קומען יודן און קאכן זיך ווייטער מיט אלע אלטע לשון הרע'ס,מקייט איבער און איבער זאכן וואס זענען שוין שוין ב''ה א פארגאנגענהייט, אוודאי קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס און דאס איז טאקע געווען די שפראך ביי די עסקנים ווילאנג די קולט איז געשטאנען בתקפו, אבער לעת עתה ווי מ'האלט יעצט דארפן די יודן בלויז א ווארעם הארץ, א גוט ווארט, צולייגן א פלייצע, און וואס נישט לכן בעט מען דעם עולם לאמיר טוישן אונזער בליק צו די זאך, די יודן האבן גענוג געליטען ס'קומט זיך זיי גוטע טעג
גדליה