חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יום טוב שבועות אין קאסא גראנדע אריזאנע, אויף ראש חודש סיון האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אינעם גרעסערן צימער פונעם הויז ווי דער בית המדרש געפונט זיך, כדי צו קענען אקאמאדירן די צענדליגער געסט וואס קומען אויף יום טוב אין שטאט, וואס היי יאר קומט אויס אז מען קומט שוין אויפן שבת הכנה לקבלת התורה.
בילדער פון תפילת מנחה של ראש חודש סיון, אינעם אויסגעברייטערטן בית המדרש אויף מקדאנעלד סט.

פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די זמנים צעטל פון ביהמ"ד קהל חסידים אויף מקדאנעלד סט פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות העעל"ט.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
י"ב סיון תשפ"ה - די לעצטע טאג פון די זיבן ימי תשלומים (בזמן שבית המקדש היה קיים) פון יום טוב שבועות.
זעמיר דא מיט א שטיקל באריכט פונעם יום טוב שבועות העעל"ט אינערהאלב קהל חסידים אין דעם היימישן אויפבליענדן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
- ראש חודש סיון -
ווי שוין באריכטעט דא אויפן טישל האט מען זיך שוין אים ער"ח סיון זיך אריינגעצויגן אינעם גרעסערן פארברייטערטן בית המדרש לכבוד יום טוב, ווען שחרית ראש חודש אינאיינעם מיט הלל האט מען שוין געדאוונט מיט א ברייטקייט, מיטן ציל קענען אקאמאדירן די צענדליגער געסט וואס זענען געקומען מקבל זיין דעם תורה אין מדבר, וכדי שלא יאמר אדם צר לי המקום.
דורכ'ן טאג איז פארגעקומען א שיינעם ראש חודש סעודה אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיטן נשיא המוסדות הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, דער רב שליט"א האט ארומגערעדט מיט די עלטערע קינדער איבער קבלת התורה און לימוד התורה בשמחה, אזוי אויך האט דער רב שליט"א פארהערט די קלענערע קינדער פונעם כתה פון הרב יואל טארים הי"ו, א לענגערע צייט איז דער רב שליט"א געזעצן מיט די קליינע קינדער און געשטוינט פון די קלארע תשובות וואס די קינדער האבן געענטפערט לערנענ'דיג הלכות שבת און נאך ענינים וואס ווערט געווענדליך געלערנט ביי א עלטערע יארגאנג אבער קענענ'דיג די לימודים מיט א גרינטליכקייט.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה בבית משפחת מיללער הי"ו וואס האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן קיין קאסא גראנדע און זיך אנגעשלאסן מיט די נחשונים בוני הישוב.
- שבת כלה - שבת פרשת במדבר תשפ"ה -
היות יום טוב שבועות איז געפאלן דאס יאר גלייך אנהויב וואך זענען שוין רובא דרובא פון די געסט געווען אין שטאט אויף שבת קודש, דער שבת איז אריבער לעילא ולעילא מיט א הערליכע ציבור פון עטליכע צענדליגער געסט, צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן משפחות וואס זענען געקומען באטראכטן די שטאט פון דער נאנט צו קענען מאכן א באשלוס איבער זיך אריבערצוען.
שבת צופרי נאך שחרית איז געווען צוגעשטעלט א גרויסן קידוש דורך ר' יעקב יצחק ברייער הי"ו לרגל שמחת אירוסי בנו הבה"ח צבי ני"ו, שלש סעודות איז געפירט געווארן דורך הרה"ח רבי יחזקאל יהודה הלוי גליקמאן שליט"א אדמו"ר מראדושיץ - קרית יואל וואס האט ארומגערעדט איבער די לעצטע טאג פון ספירה וואס מען גייט שוין אט אט אריין און איבער די מחלוקה פון די תלמידי רבי עקיבא מיט רבי שמעון בר יוחאי פון כי לא תשכח מפי זרעו.
- יום טוב שבועות -
צווישן מנחה מעריב האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דברי הכנה צום הייליגן יום טוב הרה"ג ר' אליעזר זוסיא גורעלניק שליט"א אב"י בעיר לינדען ומלפנים ראש הכולל ד'קאסא גראנדע וואס האט אויפגעפלאמט דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג, צו תפילת מעריב בזמן ר"ת 'תמימות תהיינה' איז צוגעגאנגען צום עמוד ר' יעקב יצחק ברייער הי"ו וועלכע איז געווען צוגאסט ביי זיין איידעם ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו דער היימישע ריעל עסטעיט אגענט דאהי אין אריזאנע, נאך מעריב האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין א לעבעדיגן טאנץ לשמחת התורה.
צו שחרית איז געווען צוויי באזונדערע מנינים, די ערשטע מנין האט זיך געשטעלט שחרית כוותיקון ווען צום עמוד איז צוגעגאנגען דער חשובע מלמד תשב"ר הרב ישעי' שלעזינגער הי"ו, מיט אקדמות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אליעזר זוסיא גורעלניק שליט"א.
די צווייטע מנין האט זיך געשטעלט מיט א לייכטע פארשפעטגונג פונעם באשטימטן צען דרייסיג, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען ר' יואל קרויס הי"ו פון קרית יואל, אקדמות איז פארגעזאגט געווארן באש להבה דורכ'ן ראדאשיצער רבי'ן שליט"א.
צו מיטלנאכט האט מען געמאכט צוויי מנינים מנחה ומעריב, די ערשטע מנין איז געווען אינעם צענטראלן בית המדרש אויף מקדאנעלד סט. און א צווייטער מנין האט מען אויך מסדר געווען אין די מישען וועלי געגנט בבית הרב יצחק גראססמאן הי"ו - מנהל גשמי מוסדות עץ חיים - צו גרינגער מאכן פאר די תושבים און געסט וואס וואוינען אים יענעם געגנט.
דער צווייטער טאג יום טוב האט מען געדאוונט אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, ווען צו שחרית איז צוגעגאנגען הרב מנחם פאכטמאן הי"ו פונעם באקאנטן סאלט ענד פעפער קעטערינג דא אין אריזאנע, וואס האט מיט זיין זיסע שטימע ארייגעברענגט דעם ציבור אין א יום טוב'דיגער שטימונג.
דער צווייטער טאג איז אויך פארגעקומען אן עקסטערע מילכיגער קידוש פאר די עזרת נשים אין שטוב פון איינער פון די איינוואוינער ווי די תושבים און געסט זענען זיך צוזאמגעקומען פארברענגן אינאיינעם, און זיך דערכאפן דאס הארץ אויפן וועג אהיים פון יזכור וכדומה.
צו נעילת החג איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען אינעם צענטראלן ביהמ"ד אויף מקדאנעלד סט, ווי מ'האט פארברענגט בשירות ותשבחות ודברי תורה, נאכגעפאלגט מיט א ווארעמע תפילת מעריב של מוצאי יום טוב, ווען דערנאך גייט דער ציבור ארויס אין חצר פון ביהמ"ד פאר קידוש לבנה.
ועל ידי זה ישפע שפע רב בכל העולמות, און א געזונטן זוממער.

ברוכים הבאים פאר א פרישע תושב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
תושבי קאסא גראנדע באגריסן מיט פרייד נאך א נחשון וואס האט געטוהן דעם קלוגן שריט און זיך אריבערגעצויגן וואוינען אינעם היימישן חסידישן ישוב אין קאסא גראנדא.
- - -
דו אויך קענסט נאך זיין פון די נחשוני בוני הישוב און לעבן מיט הרחבת הדעת און רואיגקייט אינעם הערליכן ישוב.
רוף אריין דיירעקט צו איינער פון די עסקנים וואס וועלן אייך ענטפערן אלע אייער שאלות און פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך.
ר' נחמן לעפקאוויטש - 845-422-2782
ר' יצחק גראססמאן - 718-541-3051
ר' הלל ליכטענשטיין - 845-655-9505

עטליכע שיינע בילדער פון די קביעת מזוזה אינעם נייעם הויז פון משפחת מיללער הי"ו די נייעסטע תושב אין קאסא גראנדע אריזאנע וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך מיטן באטייליגונג פונעם רב הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א און די בני הקהילה.
וכתבתם על מזוזות ביתך.
וכתבתם על מזוזות ביתך.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אין די לעצטערע וואכן האט מען פון פריש אנגעהויבן ארויסשיקן די נייעס אימעילס פון די קהילה (בראשות הרב ראבינאוויץ שליט"א), ברוך השם אין די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שוין ארויסגעשיקט דריי אימעילס, זעהט דא די לעצטע דערפון.
פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט לעצט - נייעס'לעך פון די פארגאנגענע וואכן
קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim
פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט לעצט - נייעס'לעך פון די פארגאנגענע וואכן
קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
זמנים פון בית המדרש קהל חסידים אויף מקדאנעלד סט. פון זמן קיץ תשפ"ה.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א אינטרעסאנטע בילד וואס איך האב געהאט ארויסגעלייגט אויף אנדערע פלאטפארמעס נאך יום טוב פסח, וואס איך בין נישט אנגעקומען דא ארויסצולייגן.
צוריקקומענדיג יעצט נאך יום טוב צו א פסח'דיגע הויז ליידיג פון עסנווארג, זעמיר געגאנגען פריער איינקויפן צוריק צו ריסטאקן דעם הויז, אהיימקומענדיג פארן אוועקפאקן האב איך געטראכט אז מענטשן פרעגן כסדר 'מען קען איינקויפן כשר'ע עסן אין קאסא גראנדע'? האמיר געכאפט א שטיקל בילד פון די סחורה צו אנצייגן אז מיר גייען ב"ה נישט אויס פאר הינגער... כ'האב נישט זייער שווער געארבעט אז מען זאל אלעס זעהן במילא איז באדעקט א גרויס חלק פון די פלייש און ברויט וכדומה און די גרעסערע פעקלעך וואס ליגן אונטער די קלענערע.
די אלע זאכן האמיר איינגעקויפט אין די לאקאלע וואלמארט, סעיפוועי, די לאקאלע סאלט ענד פעפער גראסערי און דער ספרינג (די לעצטע צוויי זענען געשעפטן פון תושבים).
פאלגענד איז די אדרעסן און קאנטאקט אינפאו פון די געשעפטן:
וואלמארט
1741 E Florence Blvd, Casa Grande, AZ 85122
סעיפוועי
1637 N Trekell Rd, Casa Grande, AZ 85122
סאלט ענד פעפער'ס גראסערי
520-789-6511
דער ספרינג (העלט און ארגעניק פראדוקטן)
520-759-7300
צוריקקומענדיג יעצט נאך יום טוב צו א פסח'דיגע הויז ליידיג פון עסנווארג, זעמיר געגאנגען פריער איינקויפן צוריק צו ריסטאקן דעם הויז, אהיימקומענדיג פארן אוועקפאקן האב איך געטראכט אז מענטשן פרעגן כסדר 'מען קען איינקויפן כשר'ע עסן אין קאסא גראנדע'? האמיר געכאפט א שטיקל בילד פון די סחורה צו אנצייגן אז מיר גייען ב"ה נישט אויס פאר הינגער... כ'האב נישט זייער שווער געארבעט אז מען זאל אלעס זעהן במילא איז באדעקט א גרויס חלק פון די פלייש און ברויט וכדומה און די גרעסערע פעקלעך וואס ליגן אונטער די קלענערע.
די אלע זאכן האמיר איינגעקויפט אין די לאקאלע וואלמארט, סעיפוועי, די לאקאלע סאלט ענד פעפער גראסערי און דער ספרינג (די לעצטע צוויי זענען געשעפטן פון תושבים).
פאלגענד איז די אדרעסן און קאנטאקט אינפאו פון די געשעפטן:
וואלמארט
1741 E Florence Blvd, Casa Grande, AZ 85122
סעיפוועי
1637 N Trekell Rd, Casa Grande, AZ 85122
סאלט ענד פעפער'ס גראסערי
520-789-6511
דער ספרינג (העלט און ארגעניק פראדוקטן)
520-759-7300
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
נישט דער קלארסטע בילדער אבער זיכער בעסער ווי גארנישט.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 6:22 pmי"ב סיון תשפ"ה - די לעצטע טאג פון די זיבן ימי תשלומים (בזמן שבית המקדש היה קיים) פון יום טוב שבועות.
זעמיר דא מיט א שטיקל באריכט פונעם יום טוב שבועות העעל"ט אינערהאלב קהל חסידים אין דעם היימישן אויפבליענדן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
- ראש חודש סיון -
ווי שוין באריכטעט דא אויפן טישל האט מען זיך שוין אים ער"ח סיון זיך אריינגעצויגן אינעם גרעסערן פארברייטערטן בית המדרש לכבוד יום טוב, ווען שחרית ראש חודש אינאיינעם מיט הלל האט מען שוין געדאוונט מיט א ברייטקייט, מיטן ציל קענען אקאמאדירן די צענדליגער געסט וואס זענען געקומען מקבל זיין דעם תורה אין מדבר, וכדי שלא יאמר אדם צר לי המקום.
דורכ'ן טאג איז פארגעקומען א שיינעם ראש חודש סעודה אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיטן נשיא המוסדות הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, דער רב שליט"א האט ארומגערעדט מיט די עלטערע קינדער איבער קבלת התורה און לימוד התורה בשמחה, אזוי אויך האט דער רב שליט"א פארהערט די קלענערע קינדער פונעם כתה פון הרב יואל טארים הי"ו, א לענגערע צייט איז דער רב שליט"א געזעצן מיט די קליינע קינדער און געשטוינט פון די קלארע תשובות וואס די קינדער האבן געענטפערט לערנענ'דיג הלכות שבת און נאך ענינים וואס ווערט געווענדליך געלערנט ביי א עלטערע יארגאנג אבער קענענ'דיג די לימודים מיט א גרינטליכקייט.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה בבית משפחת מיללער הי"ו וואס האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן קיין קאסא גראנדע און זיך אנגעשלאסן מיט די נחשונים בוני הישוב.
- שבת כלה - שבת פרשת במדבר תשפ"ה -
היות יום טוב שבועות איז געפאלן דאס יאר גלייך אנהויב וואך זענען שוין רובא דרובא פון די געסט געווען אין שטאט אויף שבת קודש, דער שבת איז אריבער לעילא ולעילא מיט א הערליכע ציבור פון עטליכע צענדליגער געסט, צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן משפחות וואס זענען געקומען באטראכטן די שטאט פון דער נאנט צו קענען מאכן א באשלוס איבער זיך אריבערצוען.
שבת צופרי נאך שחרית איז געווען צוגעשטעלט א גרויסן קידוש דורך ר' יעקב יצחק ברייער הי"ו לרגל שמחת אירוסי בנו הבה"ח צבי ני"ו, שלש סעודות איז געפירט געווארן דורך הרה"ח רבי יחזקאל יהודה הלוי גליקמאן שליט"א אדמו"ר מראדושיץ - קרית יואל וואס האט ארומגערעדט איבער די לעצטע טאג פון ספירה וואס מען גייט שוין אט אט אריין און איבער די מחלוקה פון די תלמידי רבי עקיבא מיט רבי שמעון בר יוחאי פון כי לא תשכח מפי זרעו.
- יום טוב שבועות -
צווישן מנחה מעריב האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דברי הכנה צום הייליגן יום טוב הרה"ג ר' אליעזר זוסיא גורעלניק שליט"א אב"י בעיר לינדען ומלפנים ראש הכולל ד'קאסא גראנדע וואס האט אויפגעפלאמט דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג, צו תפילת מעריב בזמן ר"ת 'תמימות תהיינה' איז צוגעגאנגען צום עמוד ר' יעקב יצחק ברייער הי"ו וועלכע איז געווען צוגאסט ביי זיין איידעם ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו דער היימישע ריעל עסטעיט אגענט דאהי אין אריזאנע, נאך מעריב האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין א לעבעדיגן טאנץ לשמחת התורה.
צו שחרית איז געווען צוויי באזונדערע מנינים, די ערשטע מנין האט זיך געשטעלט שחרית כוותיקון ווען צום עמוד איז צוגעגאנגען דער חשובע מלמד תשב"ר הרב ישעי' שלעזינגער הי"ו, מיט אקדמות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אליעזר זוסיא גורעלניק שליט"א.
די צווייטע מנין האט זיך געשטעלט מיט א לייכטע פארשפעטגונג פונעם באשטימטן צען דרייסיג, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען ר' יואל קרויס הי"ו פון קרית יואל, אקדמות איז פארגעזאגט געווארן באש להבה דורכ'ן ראדאשיצער רבי'ן שליט"א.
צו מיטלנאכט האט מען געמאכט צוויי מנינים מנחה ומעריב, די ערשטע מנין איז געווען אינעם צענטראלן בית המדרש אויף מקדאנעלד סט. און א צווייטער מנין האט מען אויך מסדר געווען אין די מישען וועלי געגנט בבית הרב יצחק גראססמאן הי"ו - מנהל גשמי מוסדות עץ חיים - צו גרינגער מאכן פאר די תושבים און געסט וואס וואוינען אים יענעם געגנט.
דער צווייטער טאג יום טוב האט מען געדאוונט אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, ווען צו שחרית איז צוגעגאנגען הרב מנחם פאכטמאן הי"ו פונעם באקאנטן סאלט ענד פעפער קעטערינג דא אין אריזאנע, וואס האט מיט זיין זיסע שטימע ארייגעברענגט דעם ציבור אין א יום טוב'דיגער שטימונג.
דער צווייטער טאג איז אויך פארגעקומען אן עקסטערע מילכיגער קידוש פאר די עזרת נשים אין שטוב פון איינער פון די איינוואוינער ווי די תושבים און געסט זענען זיך צוזאמגעקומען פארברענגן אינאיינעם, און זיך דערכאפן דאס הארץ אויפן וועג אהיים פון יזכור וכדומה.
צו נעילת החג איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען אינעם צענטראלן ביהמ"ד אויף מקדאנעלד סט, ווי מ'האט פארברענגט בשירות ותשבחות ודברי תורה, נאכגעפאלגט מיט א ווארעמע תפילת מעריב של מוצאי יום טוב, ווען דערנאך גייט דער ציבור ארויס אין חצר פון ביהמ"ד פאר קידוש לבנה.
ועל ידי זה ישפע שפע רב בכל העולמות, און א געזונטן זוממער.
תפילת מעריב ברוב עם מוצאי יום טוב שבועות אינעם פארברייטערטן בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אויף מקדאנעלד סט.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 6:23 pm אין די לעצטערע וואכן האט מען פון פריש אנגעהויבן ארויסשיקן די נייעס אימעילס פון די קהילה (בראשות הרב ראבינאוויץ שליט"א), ברוך השם אין די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שוין ארויסגעשיקט דריי אימעילס, זעהט דא די לעצטע דערפון.
פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט לעצט - נייעס'לעך פון די פארגאנגענע וואכן
קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim
פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ארויסגעשיקט געווארן פאריגע וואך.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט היינט - באריכט פון יום טוב שבועות
קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim
נאוט: רוב נייעס וואס ווערט ארויסגעשיקט איז שוין געווען דא אויף אידטיש בעפאר (הגם אמאל איז יא דא זאכן וואס זענען ארויסגעפאלן וכדומה), די סיבה וואס איך לייג עס דא ארויף איז צו דערמאנען אידן וואס האבן באקאנטע וואס זענען נישט דא אויף אידטיש אבער וואלטן בענעפעטירט פון זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען צו אויפסיינען זייער באקאנטע און משפחה אויף די אימעיל ליסטע.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א מערקוועדיגע נייעס וואס איז ווערד מיטצוטיילן מיטן ציבור, טראץ וואס געווענדליך פאלט ארויס די נייעס וואס איז מער אינעם עזרת נשים, היות עס איז זייער שווער צו באריכטן (אדער אפשר דארף מען טאקע יא מער באריכטן? וואס האלט דער עולם?), האלט איך אז דאס טראגט מיט זיך א באזונדערע משמעות.
עטליכע וואכן צוריק איז קאסא גראנדע געווען די גאסט געבער פונעם בנות ציון סעמינאר (באבוב סעמינאר אין בארא פארק) וואס איז געקומען אויף א באזוך קיין אריזאנע, ווי זיי האבן געוויילט ביי די הערליכע נפלאות הבורא וואס אריזאנע פארמאגט און אזוי אויך אפגעשטאט א באזוך אין די לאקאלע מיידל שולעס זיך צו באקענען מיט אוט אוו טאון שולעס, ווען צווישן די שולעס וואס די מיידלעך האבן באזוכט איז אויך געווען די לאקאלע עץ חיים מיידל שולע אין קאסא גראנדע.
צווישן די אינטרעסאנטע פראגראמען וואס איז פארגעקומען איז געווען א ראונד טעיבל געשפרעך מיט עטליכע לאקאלע פרויען פון קאסא גראנדע, די מיידלעך האבן געהאט א געלעגנהייט צו פרעגן שאלות איבער ארויסמופן בכלליות ובפרטיות קיין קאסא גראנדא און איבער וויאזוי מען גיבט זיך א עצה מיט די טאג טעגליכע געברויכן און אזוי אויך געהערט פון די חשובע לערערינס פון בנות עץ חיים איבער וויאזוי עס גייט צו א מיידל שולע פון קלענערע קלאסן וכדומה, די פראגראם איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אינעם נושא פון מופן נאך וואס אסאך מאל הערט מען ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז די פרויען ווילן שווערער מופן, און עס איז כמעט נישטא קיין שמועסן אדער אינטערוויאוס פאר פרויען פון פרויען אין דעם נושא, דא האבן די קרוב צו זיבעציג מיידלעך געקענט הערן דיירעקט פון די פרויען וואס האבן אליין גענומען דעם שריט און ארויסגעמופט, זייער עקספיריענס אינעם נושא, די שוועריקייטן, די בענעפיטן, וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה מיט די ווייטקייט פון משפחה און וויאזוי די מיידל שולע גייט צו און נאך.
(איך פרוביר צו זעהן אויב עס איז דא א רעקארדירונג פון דעם שמועס, אויב יא קען זיין אז מען וועט עס מאכן עוועלעבל פאר פרויען וואס ווילן הערן מער איבער מופן, דיירעקט פון די עזרת נשים).
דורכאויס דעם טריפ איז אלע עסן צוגעשטעלט געווארן דורך די היימישע Salt N' Pepper קעטערינג, וואס חוץ פון צושטעלן שבת עסן און סאפער'ס אינדערוואכן קענען זיי אויך אפקאכן פאר גרעסערע גרופעס אדער איווענטס דאהי אין אריזאנע, סאלט ענד פעפער האט דורכאויס די דריי טעג צוגעשטעלט פרישטאג לאנטש און סאפער מיט א ברייטקייט פאר איבער 70 נפשות.
אינעם בילד:
איינער פון די טעג, לאנטש פון סאלט ענד פעפער אנגעגרייט ארויסצושיקן.
עטליכע וואכן צוריק איז קאסא גראנדע געווען די גאסט געבער פונעם בנות ציון סעמינאר (באבוב סעמינאר אין בארא פארק) וואס איז געקומען אויף א באזוך קיין אריזאנע, ווי זיי האבן געוויילט ביי די הערליכע נפלאות הבורא וואס אריזאנע פארמאגט און אזוי אויך אפגעשטאט א באזוך אין די לאקאלע מיידל שולעס זיך צו באקענען מיט אוט אוו טאון שולעס, ווען צווישן די שולעס וואס די מיידלעך האבן באזוכט איז אויך געווען די לאקאלע עץ חיים מיידל שולע אין קאסא גראנדע.
צווישן די אינטרעסאנטע פראגראמען וואס איז פארגעקומען איז געווען א ראונד טעיבל געשפרעך מיט עטליכע לאקאלע פרויען פון קאסא גראנדע, די מיידלעך האבן געהאט א געלעגנהייט צו פרעגן שאלות איבער ארויסמופן בכלליות ובפרטיות קיין קאסא גראנדא און איבער וויאזוי מען גיבט זיך א עצה מיט די טאג טעגליכע געברויכן און אזוי אויך געהערט פון די חשובע לערערינס פון בנות עץ חיים איבער וויאזוי עס גייט צו א מיידל שולע פון קלענערע קלאסן וכדומה, די פראגראם איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אינעם נושא פון מופן נאך וואס אסאך מאל הערט מען ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז די פרויען ווילן שווערער מופן, און עס איז כמעט נישטא קיין שמועסן אדער אינטערוויאוס פאר פרויען פון פרויען אין דעם נושא, דא האבן די קרוב צו זיבעציג מיידלעך געקענט הערן דיירעקט פון די פרויען וואס האבן אליין גענומען דעם שריט און ארויסגעמופט, זייער עקספיריענס אינעם נושא, די שוועריקייטן, די בענעפיטן, וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה מיט די ווייטקייט פון משפחה און וויאזוי די מיידל שולע גייט צו און נאך.
(איך פרוביר צו זעהן אויב עס איז דא א רעקארדירונג פון דעם שמועס, אויב יא קען זיין אז מען וועט עס מאכן עוועלעבל פאר פרויען וואס ווילן הערן מער איבער מופן, דיירעקט פון די עזרת נשים).
דורכאויס דעם טריפ איז אלע עסן צוגעשטעלט געווארן דורך די היימישע Salt N' Pepper קעטערינג, וואס חוץ פון צושטעלן שבת עסן און סאפער'ס אינדערוואכן קענען זיי אויך אפקאכן פאר גרעסערע גרופעס אדער איווענטס דאהי אין אריזאנע, סאלט ענד פעפער האט דורכאויס די דריי טעג צוגעשטעלט פרישטאג לאנטש און סאפער מיט א ברייטקייט פאר איבער 70 נפשות.
אינעם בילד:
איינער פון די טעג, לאנטש פון סאלט ענד פעפער אנגעגרייט ארויסצושיקן.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אז מיר זענען שוין דא מיט א נייעס'ל פון די עזרת נשים זייט אינעם קהילה אין קאסא גראנדע, לאמיר שוין אויך אריינווארפן א נייעס'ל פונעם בית חינוך לבנות אין קאסא גראנדע, הגם געווענדליך לייגן מיר נישט ארויף קיין נייעס'ן פון די מיידל שולע, און ווי פארשטענדליך גיי איך נישט דא ארויפלייגן קיין בילדער דערפון, פיל איך אבער פאר וויכטיג דאס מאל יא ארויסצולייגן אביסל אין קורצן, היות מען קען זאגן אז דער בית חינוך לבנות עץ חיים איז פון די גרעסטע חידושים פון קאסא גראנדע אין די לעצטע יאר, די ארבעט וואס די חשובע הנהלה ובראשם די רעביצין תליט"א און די מנהל שליט"א אינאיינעם מיט די געטרייע טיטשער'ס האבן אריינגעלייגט איז נישט צום גלייבן, און ווי די ערשטע מנהלת פונעם מיידל שולע אין קאסא גראנדע מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך אויסגעדריקט עטליכע חדשים צוריק ווען זי האט באזוכט אין שולע און באוואונדערט די סוקסעס 'פון אזא סארט שולע האב איך אלעמאל גע'חלומ'ט, עס איז נישט צום גלייבן אז מען איז ברוך השם אנגעקומען דערצו'.
שטייענדיג ביי די ענדע פונעם ערשטן שולע יאר פון בית חינוך לבנות עץ חיים, האבן די עלטערע תלמידות פארגעשטעלט א פראפעסיאנאלע שפיל פאר די פרויען, די שפיל איז פארגעקומען עטליכע טעג פאר שבועות ווען א שיינע צאל באבע'ס זענען געווען אין שטאט, און אזוי אויך א שיינע צאל געסט, און ווי מ'האט צוריקגעהערט בפרט פון די געסט ווי זיי האבן באוואונדערט די קענטעניסן און כוחות וואס די מיידלעך האבן אריינגעלייגט און ווי עס זעהט זיך אן די הצלחה פון די מיידל שולע במלוא מובן המילה.
שטייענדיג ביי די ענדע פונעם ערשטן שולע יאר פון בית חינוך לבנות עץ חיים, האבן די עלטערע תלמידות פארגעשטעלט א פראפעסיאנאלע שפיל פאר די פרויען, די שפיל איז פארגעקומען עטליכע טעג פאר שבועות ווען א שיינע צאל באבע'ס זענען געווען אין שטאט, און אזוי אויך א שיינע צאל געסט, און ווי מ'האט צוריקגעהערט בפרט פון די געסט ווי זיי האבן באוואונדערט די קענטעניסן און כוחות וואס די מיידלעך האבן אריינגעלייגט און ווי עס זעהט זיך אן די הצלחה פון די מיידל שולע במלוא מובן המילה.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א שיינע בילד געכאפט געווארן אין קאסא גראנדע אריזאנע ווי מען זעהט דעם ספעיס עקס ראקעט ארויסשיס פון דערווייטענס אינעם הימל, און א ווידיאו ווי ר' יצחק גראססמאן איז מסביר וואס מען זעהט אינעם הימל.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 657
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מען גרייט זיך אויפן זוממער אין קאסא גראנדע אריזאנע!
געסט וואס קומען אי"ה אויף די זוממער, סיי אויב קומט מען פאר די גאנצע צוויי חדשים, אדער אפי' אזוי ווייניג ווי א וואך, קענען שוין יעצט איינשרייבן די קינדער אינעם געשמאקן 'מחנה עץ חיים' דעי קעמפ, סיי פאר די אינגלעך און סיי פאר די מיידלעך אי"ה.
ביטע מאכט זיכער זיך איינצושרייבן ווי פריער, מען זאל וויסן מי ומי ההולכים און וויפיל צו באשטעלן וכדומה פון די סופלייס.
איינצושרייבן א קינד, באקומען א אפליקאציע, אדער סיי וועלכע אינפארמאציע ביטע שיקט אן אימעיל צו Machnaheitzchaim@gmail.com
(אויב האט איר נאכנישט געטראכט פון קומען, איז יעצט א גוטע צייט אנצוהויבן טראכטן דערפון...)