תורתך שעשועי סיום הש"ס

נייעס אין אונזער קווארטאל
פינטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 136

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך פינטל »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:46 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
איך האלט אויך אז לייגן א וועבזייטל איז א עוולה, אבער נאכדעם וואס די קהילה אליינס האט שוין אינעם עבר אפיציעל געמאלדן אין די בתי מדרשים אז מען קען באצאלן די התחייבות https://pay.satmarky.com/ קען מען שוין נישט האבן קיין טענות.

(נאר אנדערע טארן נישט לייגן קיין לינקס...)
עס איז א חילוק ווען משיקט א אימעיל אז מקען באצאלן אנליין ווי הענגען סיינס אין די שוהלן מיט א וועבסייט אין גרויס זיך איינצושרייבן
#ספאסט נישט
מיט קלארקייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
x 97

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך מיט קלארקייט »

נאך א ווידיא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2789
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6471

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
פעניאק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:36 pm
x 186

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך פעניאק »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
כ'האב דיר אן עצה, הייב סתם אן ש"ס גארנישט מיט תורתך שעשועי...

מיר איז פארגאנגען די אפעטיט פון זיין א סאטאמארער זינט ס'איז דא יעדע שני ושלישי קליפס פונעם רבי'ן וכל המסתעף אויף אלע סאטמארע פלאטפארמעס...
ווען פארט די לעצטע באס?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6625
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15303

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לאמיר טאקע קלארשטעלן דא:

די קליפס און אימעילס ווערן געמאכט און ארומגעשיקט דורך א יחיד וואס האלט אז דאס איז א תועלת. עס האט נישט מיט "תורתך".

מ'האט אפילו געבעטן יענעם ער זאל נישט נוצן תורתך'ס לאגא.
פינטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 136

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך פינטל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:44 pm לאמיר טאקע קלארשטעלן דא:

די קליפס און אימעילס ווערן געמאכט און ארומגעשיקט דורך א יחיד וואס האלט אז דאס איז א תועלת. עס האט נישט מיט "תורתך".

מ'האט אפילו געבעטן יענעם ער זאל נישט נוצן תורתך'ס לאגא.
:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1325

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך בן תורה »

פינטל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:14 pm
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:46 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
איך האלט אויך אז לייגן א וועבזייטל איז א עוולה, אבער נאכדעם וואס די קהילה אליינס האט שוין אינעם עבר אפיציעל געמאלדן אין די בתי מדרשים אז מען קען באצאלן די התחייבות https://pay.satmarky.com/ קען מען שוין נישט האבן קיין טענות.

(נאר אנדערע טארן נישט לייגן קיין לינקס...)
עס איז א חילוק ווען משיקט א אימעיל אז מקען באצאלן אנליין ווי הענגען סיינס אין די שוהלן מיט א וועבסייט אין גרויס זיך איינצושרייבן
#ספאסט נישט
איך רעד נישט ווען מהאט געשיקט א אימעיל אז מקען באצאלן אנליין, איך רעד ווען מ'האט געהאנגען צעטלעך אין די שוהלן די אינפארמעישן פון די וועבסייט אין גרויסע ווערטער.

מ'קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות. איך מעג און יענער נישט
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3724
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6017

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך וואוילער »

פעניאק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:42 pm
מיר איז פארגאנגען די אפעטיט פון זיין א סאטאמארער זינט ס'איז דא יעדע שני ושלישי קליפס פונעם רבי'ן וכל המסתעף אויף אלע סאטמארע פלאטפארמעס...
👍
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 990
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך איך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:44 pm לאמיר טאקע קלארשטעלן דא:

די קליפס און אימעילס ווערן געמאכט און ארומגעשיקט דורך א יחיד וואס האלט אז דאס איז א תועלת. עס האט נישט מיט "תורתך".

מ'האט אפילו געבעטן יענעם ער זאל נישט נוצן תורתך'ס לאגא.
גאנץ תורתך ווערט געפירט דורך א יחיד :roll: :roll:
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1325

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך בן תורה »

אז מ'רעדט שוין יא, איך האב אויך נישט געגליכן די סליידס וואס די כולל האט געמאכט ביים באגלייטן. נישט ווייל סאיז עכט א פראבלעם, אבער פרוביר צו טראכטן אויב א סטאר גייט עס מארגן מאכן אויף א סטאר מיט זייערע עדס. דעמאלטס גייט מען אנהייבן דיסקאסן די חילוקים... אויב די כולל איז דער ערשטער קענסטו נישט מארגן אנהייבן זאגן, אז מען מעג נאר אזוי און נישט אזוי.

#חומר למחשבה
דעת זקנים
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:39 pm
x 50

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך דעת זקנים »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
ביזט נישט דער איינציגסטער.

איך לערן שוין ב״ה תורתך כמעט פון אנפאנג (א גרויס חלק מיט בחינות ב״ה), און ס׳איבלט אויך די היבש איבערגעטריבענע מארקעטינג, נישט ווייל איך באזוך נישט קיין וועבסייטס אדער זעה נישט קיין ווידעא, נאכאלץ לבי אומר לי אז ס׳קען ווען זיין א ריינערע קאמפיין, און עהנליך הער איך פון היבש אסאך חברים וידידים לומדי תורתך.

די הערליכע ריזיגע סיינס בביהמ״ד הגדול בקר״י, געוואלדיג! די רייכע בראשור מיט די דרשות און מבשרי אחזה שמועסן, באמת מורא׳דיג! אבער די איבריגע פראפאגאנדע מיין איך רעדט נישט צו א גרויסן פראצענט ציבור.
טאקע אז ס׳איז דא א געוויסע פראצענט לומדים, בעיקר א געוויסע סארט פון בעלי בתים אזוי אויך אינגע אינגעלייט וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן במשך די יארן צו אלס פיער פרעשור… צו אלץ fomo זעהנדיג די רייכע איווענטס, איז נאכאלץ רובא דרובא לומדים, בתוכם ארבעטס אידן און בעלי בתים, כלי קודש ויושבי אוהל, וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן נאכן הערן/זעהן א חבר זיינער וואו ס׳פנים שיינט אים פון סיפוק פון די שעות ע״ג שעות לימוד התורה וואס ער לייגט אריין במשכ׳ן חודש בכלל, ובפרט בימי הבחינה.

ווען ר׳ יצחק פרעגט מיך ווען… אקעי, ווען ער פרעגט מיך ווען עכט וואלט ער זיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט דערין to begin with… סאו נאכאמזל אז ער האט מיר נישט געפרעגט, אזוי האלט איך דא ב״ה נאכ׳ן פעסט לערנען איבער צוויי טויזנט בלאט גמרא! אבער ווען ער פרעגט מיר ווען וואלט ער געמאכט א פארהעלטנמעסיג שיינער מעמד הסיום אהן קיין איבערגעטריבענע זאכן, און די דרשה דארט זאל זיין הייס אפעלירן צו יעדן לומד זאל איבערצייגן כאטש 2 חברים וידידים זיך אנצושליסן. די שמחה וואס גיסט זיך איבער פון אן עקזיסטירענדע לומד ומסיים איז אסאך ריינער און וואלט לכאורה געהאט א שטערקערע (און איידעלערע) השפעה לטובה וואו א סטעידזש מיט אימפארטירטע שפילער און זינגער.

פרעגט ער דאך מיר נישט… נו, זאל זיין. והוא רחום יכפר, ר׳ חנניא בן עקשיא אומר… יגדיל תורה ויאדיר! יתגדל ויתקדש…
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1026
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1430

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דעת זקנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:22 pm

גא''מ צו יעדע ווארט
איך בין אויף א לומד
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 666
פארבינד זיך:

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך הימל »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
שוין ביסטו פטור פון לערנען.
דף היומי איז ציונות
תורתך שעשועי איז אומאפעטיטלעך
און זכרו איז דאך די אנדערע קהילה...

ווילסט קומען טשילן מיט מיר?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2789
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6471

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וואס פאלט אייך נישט ביי אז איך גיי יא לערנען אבער אן א אפעטיט?....
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 666
פארבינד זיך:

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך הימל »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:38 pm וואס פאלט אייך נישט ביי אז איך גיי יא לערנען אבער אן א אפעטיט?....
דו שרייבסט אז עס איז נישט פאר דיר.
מיט קלארקייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
x 97

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך מיט קלארקייט »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:34 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
שוין ביסטו פטור פון לערנען.
דף היומי איז ציונות
תורתך שעשועי איז אומאפעטיטלעך
און זכרו איז דאך די אנדערע קהילה...

ווילסט קומען טשילן מיט מיר?
האסט פארגעסן פון די רבי'ס חבורה, יסודי התורה?
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 666
פארבינד זיך:

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך הימל »

מיט קלארקייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:43 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:34 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
שוין ביסטו פטור פון לערנען.
דף היומי איז ציונות
תורתך שעשועי איז אומאפעטיטלעך
און זכרו איז דאך די אנדערע קהילה...

ווילסט קומען טשילן מיט מיר?
האסט פארגעסן פון די רבי'ס חבורה, יסודי התורה?
זיי האבן נישט קיין וועבסייט??
מיט קלארקייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
x 97

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך מיט קלארקייט »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:47 pm
מיט קלארקייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:43 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:34 pm
שוין ביסטו פטור פון לערנען.
דף היומי איז ציונות
תורתך שעשועי איז אומאפעטיטלעך
און זכרו איז דאך די אנדערע קהילה...

ווילסט קומען טשילן מיט מיר?
האסט פארגעסן פון די רבי'ס חבורה, יסודי התורה?
זיי האבן נישט קיין וועבסייט??
נישט וואס איך ווייס (אבער קען זיין...) אבער ווידיאס וועלן זיי לכאורה נישט מאכן, און די איבריגע מצב לכאורה אויך נישט
היימיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 27

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך היימיש »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:47 pm
מיט קלארקייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:43 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:34 pm
שוין ביסטו פטור פון לערנען.
דף היומי איז ציונות
תורתך שעשועי איז אומאפעטיטלעך
און זכרו איז דאך די אנדערע קהילה...

ווילסט קומען טשילן מיט מיר?
האסט פארגעסן פון די רבי'ס חבורה, יסודי התורה?
זיי האבן נישט קיין וועבסייט??
קיין איין רוחניות'דיגע ארגענעזאציע פון די קהילה, וואס דינט בלויז רוחניות, ווי למשל בית הוראה, התאחדות אברכים וכדומה, האבן נישט ב"ה - לעת עתה - קיין וועבזייטל, ווי די רוחניות'דיגע אקטיוויטעיטן ווערן אדורך געפירט, א שטייגער ווי קענען פרעגן שאלות פון בית הוראה 'אנליין'...!

דער רבש"ע זאל אונז היטן עס זאל אייביג אזוי בלייבן און זאל זיך קיינמאל נישט טוישן
דאס אז די מוסדות און קהילות האבן געבראכן געוויסע גדרים אין טעכנעלאגיע איז 'אויך' א 'פראבלעם', אבער זיי האבן עס געטון בעיקר צו קענען מאכן די פעימענטס, [און נישט צו אריינגעבן א קאמפעלעינט צום מנהל, אדער מאכן א באס טשענדש, אדער פירן א טשעט מיטן מלמד וכדומה, ברוך השם פאר דעם]

אבער ווען מען נעמט די רוחניות אליין, למשל זיך אויפצושרייבן אנצוהייבן לערנען ש"ס, זיך מדבק זיין מיט קדושת התורה, און מען רופט אז מען זאל ארויפגיין זיך איינשרייבן לערנען תורה, אויף א 'אינטערנעט וועבסייט'... אדער מען וויל אויך אז מען זאל ענדיגן ש"ס אינעם יום הסיום, [זייער א שיינער זאך] און מען גייט פארטיילן די בלעטער גמרא, אויף א ספעציעלן 'וועבסייט'... דאס איז עפעס וואס איז -דערווייל - נאכנישט געווען, און דאס איז ליידער א פרישע פירצה און עניני טעכנעלאגיע.

ווי איינער האט שוין דערמאנט, תורתך שעשועי ווערט באמת געפירט דורך יחידים
און דאס פארענטפערט אסאך קשיות, א שטייגער ווי די אלע 'וועבסייטס', ווידיאוס, סקרינס, ווילד פרעמדע בעלי דרשנים גאר ווייט פון אונזער השקפה

אבער די מציאות איז, אז רוב רובם פון די לומדים זענען גאר ערליכע פרומע אינגעלייט ובני תורה, וואס באלאנגן צו די קהילה תחת דגלו ומאורו פונעם מנהיג הקהילה, זיי זענען אלע קעגן דעם, זיי ברויכן דאס נישט, זיי ווילן אלעס האלטן ווייטער אויף א הייליגע אפגעהיטענע סטאנדארט,
זיי ווילן דייקא אז דורך די לימוד התורה הקדושה ברבים דורך אזויפיל לומדים און מיט אזויפיל יגיעה, זאל גאר ברענגן מער גדרים וסייגים אויף קיום התורה והמצות, און מער קדושה וטהרה, און נישט חלילה פרישע פירצות וואס זאל ח"ו זיין די וועגווייזער פאר אנדערע חלילה.
אדרבא הלואי זאלן די יחידים אויספרעגן וואס עס זענען די מיינוג פון רוב רובם פון די חבורה [פון די קהילה] און נישט טוען זאכן וואס ברענגט פאר די לומדים בלויז צער עגמת נפש, און ווייטאג.
נאכאמאל
דאס נעמט 'גארנישט אוועק' פון די געוואלדיגע זיכו הרבים און די געוואלדיגע לימוד תורה ברבים וואס די יחידים האבן דא מייסד געווען און אוועקגעשטעלט!
אבער מען טאר נישט לאזן דעם יצה"ר זאל זיך דא אויך אריינכאפן און פראבירן עס אויך איינקעשן וויפיל ער קען פאר זיך
[ב"ה איך האב אין מיין משפחה עטליכע לומדים ומסיימים ב"ה, און ארויסגעברענגט אביסל זייערע ווייטאג]
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
Location: palm tree
x 203

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך רעאליסטיש »

ס'קען זיין אז עס איז דא אביסל ברייטקייט אין די חבורה, איך מיין אבער אז די נעגאטיוועטי דא איז איז שטארק איבערגעטריבן, (אגב איך האב געדינגן מיין זיץ פארגאנגענען יו"ט שבועות אויפן אינטערנעט)
דעס אז מ'מאכט רייכע סיום'ס האט אין עבר שטארק געהויבן די לומדים, ווער עס געדענקט וויפיל לומדים סאיז צוגעקומען ביי עירובין נאכן רייכן סיום אויף מסכת שבת,
נאכדערצו היינטיגע צייטן ווען יעדע קליינע פאנדרעיזינג רייסט זיך אויף מיט גאנצעטע בענדס,
דא ווי עטליכע טויזענט אידן ענדיגן ש"ס צום ערשטן מאל אין לעבן איז א שטארקע סיבה צו מאכן א גרויסע פאמפע לכבודה של תורה.
היימיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 27

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך היימיש »

רעאליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:10 pm ס'קען זיין אז עס איז דא אביסל ברייטקייט אין די חבורה, איך מיין אבער אז די נעגאטיוועטי דא איז איז שטארק איבערגעטריבן, (אגב איך האב געדינגן מיין זיץ פארגאנגענען יו"ט שבועות אויפן אינטערנעט)
דעס אז מ'מאכט רייכע סיום'ס האט אין עבר שטארק געהויבן די לומדים, ווער עס געדענקט וויפיל לומדים סאיז צוגעקומען ביי עירובין נאכן רייכן סיום אויף מסכת שבת,
נאכדערצו היינטיגע צייטן ווען יעדע קליינע פאנדרעיזינג רייסט זיך אויף מיט גאנצעטע בענדס,
דא ווי עטליכע טויזענט אידן ענדיגן ש"ס צום ערשטן מאל אין לעבן איז א שטארקע סיבה צו מאכן א גרויסע פאמפע לכבודה של תורה.
מאכן א טראסק לכבודה של תורה, דהיינו רייכע סיום, [מיט א אידישן טעם] אדרבא ואדרבא,
מען רעדט דא פון ברעכן גדרים אין רוחניות ווייל מען גייט מסיים זיין ש"ס
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 617
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 524

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
רעדט אייך דורך מיט א קלוגער איד, צו אייערע מחשבות זענען נישט עצת היצר.
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
Location: palm tree
x 203

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך רעאליסטיש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
אויב איך מעג דיך פרעגן פארוואס האסטו א גלוסטעניש? (וועלכע מארקעטינג האט דיך געכאפט)

צווייטענס פארוואס האסטו זיך נישט אנגעשלאסן אלע יארן ביז צוויי טעג צוריק ווען די קליפ איז ארויסגעקומען?
Think and Thank
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 529
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1875

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך Think and Thank »

מיט קלארקייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:16 pm נאך א ווידיא

די ערשטע שטיקל קליפ קוקט אויס ווי גענומען פון בית מדרש גבוה אדער מיר, די איבריגע קוקט א גרויס חלק אויס ווי AI...
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 448

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

פאוסט דורך ענותן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:44 pm לאמיר טאקע קלארשטעלן דא:

די קליפס און אימעילס ווערן געמאכט און ארומגעשיקט דורך א יחיד וואס האלט אז דאס איז א תועלת. עס האט נישט מיט "תורתך".

מ'האט אפילו געבעטן יענעם ער זאל נישט נוצן תורתך'ס לאגא.
ליין: מהאט געפויעלט ביי די מארגנים נישט צו ארויסשיקן די ווידיאויס אינטער תורתך'ס נאמען...
ביודעי ומכירי.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
שרייב פאוסט