דער וויליאמסבורגער עירוב

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:33 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:30 pm ווען א רב זאגט אז ער געט אן השגחה א פראדוקט, וואס מיינט דאס אין אייער לעקסיקאן?
אז ער האט א פירמע פון משגיחים וועמען ער באצאלט צו זיין ביים פראדוקציע און ביי יעדע שלב וואו עס פעלט אויס השגחה.
נו, איז פארוואס טראכט איר אז דא איז אנדערש?
ווייל די השגחה פירמע איז נישט באקאנט אלס אזא פירמע, ממילא דארף איך עס מברר זיין בעפאר איך פארלאז זיך דערויף.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 525

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:41 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:33 pm

אז ער האט א פירמע פון משגיחים וועמען ער באצאלט צו זיין ביים פראדוקציע און ביי יעדע שלב וואו עס פעלט אויס השגחה.
נו, איז פארוואס טראכט איר אז דא איז אנדערש?
ווייל די השגחה פירמע איז נישט באקאנט אלס אזא פירמע, ממילא דארף איך עס מברר זיין בעפאר איך פארלאז זיך דערויף.
נאכאמאל, דריי רבנים בישראל זאגן אז זיי גיבן די השגחה איבער די עירוב, זאגט איר אז זיי זענען משקר?
ווען איר זאגט אז זיי פארלאזן זיך אויף קולות וכדומה, פארשטיי איך, אבער סתם אז זיי זענען שקרנים?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 525

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

דוקא מפיהם?
מכתבם איז אויך גוט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:54 pm מכתבם איז אויך גוט?
ניין. גארנישט ווערד.

אפשר אפשר אויב ס'איז זייער אייגענע כתב יד.

(באזני שמעתי פון א רב וואס חתמ'עט אויפ'ן "ברוקלין עירוב" אז ס'איז געמאכט עפ"י הלכה ועפ"י הראשונים וכו' וגו', און ער זאגט אז דער עירוב איז כשר בדיעבד גדול מאוד, ס'איז געמאכט פאר אידן וואס אן דעם וואלטן זיי געטראגן בחילול שבת, א היימישער איד זאל נישט טראגן דערמיט. ודי בזה...)
שמחה ונחת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:44 pm
x 35

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמחה ונחת »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:17 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 12:34 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 12:23 pm קען מיר איינער זאגן א נאמען פון א דיין, וואס זאגט אז "ער" איז "דער" בעל מכשיר וואס נעמט אלעס אויף זיין אחריות, ער קוקט עס איבער, ער האט משגיחים אונטער זיך, אא"וו?

קענענדיג די פעלד פון כשרות אביסל, לאמיר נישט רעדן... ווייס איך וויפיל לייכטזיניגקייט ס'קען צומאל ליגן אין א סטעמפל.

סוי מיין ערשטע שאלה איז: ווער נעמט עס "אויף זיך"? אן אריינגיין אין אלע רבנים וואס זענען זיך סומך אויף יענעם און אויף יענעם. ווער איז דער דיין/רב וואס איז עומד על ההשגחה.
די וויליאמסבורגע עירוב איז אונטער די השגחה פון דריי דיינים, ווי שוין אויבן געברענגט
א) הרה''ג ר' יעקב זיידא שליט''א - דומ''ץ וויזניץ ב''ב
ב) הרה"ג ר' מייער מייעס שליט"א - דומ"ץ בעלזא
ג)הרה"ג ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ צאנז קלויזענבורג
איז פארהאן דא עמיצער וואס האט שוין געהרעדט מיט איינעם אדער עטליכע פון די 3, און געהערט אז ער איז "אחראי" אויפ'ן עירוב? (נישט בלויז אז ער ווייסט אז ס'איז גוט).

און אויב יא, ווער איז דער משגיח יעדע וואך?
איך האב דעם יו"ט געהערט פון ר' יעקב זיידה'ס זון ר' דוב זיידה, אז זיין טאטע נעמט קלאר נישט אחריות אויפן ערוב, אבער ער זאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף די מכשירים.

הנ"ל האט געזאגט אז ר' יצחק גאלדבערגער מו"ץ בק"ק פאפא זאגט יא אז ער נעמט פולע אחריות.
יושע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
x 33

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך יושע שרייבער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:37 pm
ווערעצקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:20 pm האב מיר געהערט אזא מעשה ביי שאלעשידעס.

אין ק"ק פאפא איז דא א ציבור כולל יונגעלייט וועלכע זענען אומצופרידן אז זייערע דיינים האבן נישט קיין צוטריט צום עירוב, די שטימונג אין פאפא איז צו טראגן מיטן עירוב, זיי זענען מסתמא די גרעסטע קהלה וועלכע אקצעפטירט דעם עירוב, אבער זייערע דיינים האבן נאכנישט געזעהן די עירוב. האבן זיי פארפירט אז איינער פון זייערע גאר חשובע דיינים, הרה"ג ר' דוד לייב פישער שליט"א, זאל זעהן דעם עירוב, צו קענען באשטעטיגן אויב די עירוב איז טאקע אויסגעהאלטן לכתחלה. קודם האבן די וועד העירוב פארלאנגט פון אים, אז אויב זעהט ער די עירוב און ס'איז יא גוט, זאל ער געבן א כתב הכשר, אבער ער האט נישט מסכים געווען. למעשה האבן זיי זיך געבראכן, און אים געוויזן די עירוב, און ער איז נישט געווען צופרידן. דאס האט גורם געווען, אז מ'האט געמוזט מעלדן אז די עירוב איז פסול געווארן.... והמבין יבין.

איר מוזט עס נישט גלייבן, אבער איר דארפט מיך נישט אנשרייען, איך האב נישט פאבריצירט די געשיכטע, איך פארצייל עס בלויז איבער.
ס'איז גראדע דא א צווייטער דיין אין פאפא וואס איז אפיציעל פון די רבני העירוב, ער האט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר וישר למהדרין.

אבער ער האט געזאגט פאר מיין ידיד - איך האב עס געהערט, כ'בין געווען דארט ביים שמועס - אז ער האט עס נאך קיינמאל נישט געזען, נאר ער גלייבט אז מ'קען געטרויען די רבנים...

און בערך אזוי זאגן אלע. מער ווייניגער.
אקעי! אזעלעכע שטותים צו באבלען! שומו שמים,
איך בין ב"ה אביסל אינוואלווד דא, אינעם יעצטיגן קאמפיין,
די דעה אין חצה"ק פאפא איז באקאנט פאר אלע פאפא חסידים, און מדארף נישט כל מיני מעשות וכו'
די יעצטיגע קאמפיין קומט מיטן דיירעקטן שטיצע פון האדמ"ר מפאפא, וואס האלט מיט יעדע ריר,
קויף נישט אלעס אפ וואס די גאס זאגט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יושע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:01 pm אקעי! אזעלעכע שטותים צו באבלען! שומו שמים,
איך בין ב"ה אביסל אינוואלווד דא, אינעם יעצטיגן קאמפיין,
די דעה אין חצה"ק פאפא איז באקאנט פאר אלע פאפא חסידים, און מדארף נישט כל מיני מעשות וכו'
די יעצטיגע קאמפיין קומט מיטן דיירעקטן שטיצע פון האדמ"ר מפאפא, וואס האלט מיט יעדע ריר,
קויף נישט אלעס אפ וואס די גאס זאגט
איר האט סוקסעספול אפגעוואנדן אלע שטותים. שומו שמים...
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 525

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:58 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:54 pm מכתבם איז אויך גוט?
ניין. גארנישט ווערד.

אפשר אפשר אויב ס'איז זייער אייגענע כתב יד.

(באזני שמעתי פון א רב וואס חתמ'עט אויפ'ן "ברוקלין עירוב" אז ס'איז געמאכט עפ"י הלכה ועפ"י הראשונים וכו' וגו', און ער זאגט אז דער עירוב איז כשר בדיעבד גדול מאוד, ס'איז געמאכט פאר אידן וואס אן דעם וואלטן זיי געטראגן בחילול שבת, א היימישער איד זאל נישט טראגן דערמיט. ודי בזה...)
אם כן, פה תהא שביתת קולמוסי.
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 661

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך מהודר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפתח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 705
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 780

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איד »

מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפסח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש...
כמדומה לי אז ר' פישל'עס זוהן די היינטיגע דיין אין קלויזענבורגער - וויליאמסבורג נעמט אויך די אחריות, און גיבט אן השגחה אויפן עירוב - ער האט עס שוין אויך געזען
(אגב, שמעתי אז ער האלט אז די ברוקלין עירוב איז נישט קיין לכתחילה)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3731
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6040

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך וואוילער »

מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפסח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש...
דא לאכט מען?
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1381

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך פלאם »

מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפתח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש...
די חלק האט ער אויך געזאגט? [ווייל דאס איז נישט די פשוט'ע דעפינאציע פון א רמב"ם עירוב].
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 525

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פלאם האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:26 pm
מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:48 pm דאס איז דאך געווען מיין ערשטע פראגע.

זאגן די דריי רבנים אז זיי זענען "אחראי" אויפ'ן עירוב, אזוי ווי וואלאווער רב איז אחראי אויף די כשרות פון GEFEN?

האט דאס איינער געהערט פון זייער מויל? אדרבה, אויב יא זאל מען זיך אנרופן. איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפתח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש...
די חלק האט ער אויך געזאגט? [ווייל דאס איז נישט די פשוט'ע דעפינאציע פון א רמב"ם עירוב].
אוודאי איז דאס די פשוט'ע דעפיניציע.
אדרבא דעפינירט דאס אנדערש.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1381

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך פלאם »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:10 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:26 pm
מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 4:12 pm

איך האב די וואך שבת גערעדט מיט הגאון ר' מאיר מייעס שליט"א דומץ בעלזא בוויליאמסבורג וחתן שר התורה ר' פישל הערשקאוויטש זצ״ל און ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט עס געזען און עס איז א רמבם עירוב ד.מ. אז עס איז נישט דא קיין צורת הפתח גרעסער ווי 8 אדער 12 פיס

ער זאגט קלאר אז עס איז פולקאם אונטער זיין השגחה. פונקט ווי די השגחה פון ר' געציל אויף די פלייש...
די חלק האט ער אויך געזאגט? [ווייל דאס איז נישט די פשוט'ע דעפינאציע פון א רמב"ם עירוב].
אוודאי איז דאס די פשוט'ע דעפיניציע.
אדרבא דעפינירט דאס אנדערש.
קודם כל אפילו אויב מ'וועט אנעמען אז ס'דארף זיין סיי עומד מרובה על הפריץ אין סיי יעדע פירצה פחות מעשר אמות, רעדט מען פון 16 צו 20 פוס, בנוסף לזה לדעת הרמב"ם דארף נאר זיין 'אדער' עומד מרובה על הפריץ 'אדער' פירצות פחות מעשר, וכלשון השו"ע (שסב, י) ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפירצה יותר מעשר אלא אם כן עומד מרובה על הפריץ, דאס הייסט אין פאל וואס איז עומד מרובה על הפריץ מעג זיין פירצות מיט א צורת הפתח מער ווי עשר אמות.

לגופו של ענין, איך האב געפרעגט דאס אז ס'איז נישט דא קיין פירצות מער ווי 12 פוס האט די דיין געזאגט? אדער דאס איז הוספת השומע?
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 661

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך מהודר »

פלאם האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:18 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:10 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:26 pm

די חלק האט ער אויך געזאגט? [ווייל דאס איז נישט די פשוט'ע דעפינאציע פון א רמב"ם עירוב].
אוודאי איז דאס די פשוט'ע דעפיניציע.
אדרבא דעפינירט דאס אנדערש.
קודם כל אפילו אויב מ'וועט אנעמען אז ס'דארף זיין סיי עומד מרובה על הפריץ אין סיי יעדע פירצה פחות מעשר אמות, רעדט מען פון 16 צו 20 פוס, בנוסף לזה לדעת הרמב"ם דארף נאר זיין 'אדער' עומד מרובה על הפריץ 'אדער' פירצות פחות מעשר, וכלשון השו"ע (שסב, י) ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפירצה יותר מעשר אלא אם כן עומד מרובה על הפריץ, דאס הייסט אין פאל וואס איז עומד מרובה על הפריץ מעג זיין פירצות מיט א צורת הפתח מער ווי עשר אמות.

לגופו של ענין, איך האב געפרעגט דאס אז ס'איז נישט דא קיין פירצות מער ווי 12 פוס האט די דיין געזאגט? אדער דאס איז הוספת השומע?
אזוי האב איך פארשטאנען קען זיין איך האב נישט מדייק געווען גענוג אין זיינע ווערטער,

ווי אויך האב ער געזאגט אז די וויליאמסבורגע עירוב איז מער מהודר ווי די עירוב אין מאנסי און ווי די עירוב אין ירושלים
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 98

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:17 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 12:34 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 12:23 pm קען מיר איינער זאגן א נאמען פון א דיין, וואס זאגט אז "ער" איז "דער" בעל מכשיר וואס נעמט אלעס אויף זיין אחריות, ער קוקט עס איבער, ער האט משגיחים אונטער זיך, אא"וו?

קענענדיג די פעלד פון כשרות אביסל, לאמיר נישט רעדן... ווייס איך וויפיל לייכטזיניגקייט ס'קען צומאל ליגן אין א סטעמפל.

סוי מיין ערשטע שאלה איז: ווער נעמט עס "אויף זיך"? אן אריינגיין אין אלע רבנים וואס זענען זיך סומך אויף יענעם און אויף יענעם. ווער איז דער דיין/רב וואס איז עומד על ההשגחה.
די וויליאמסבורגע עירוב איז אונטער די השגחה פון דריי דיינים, ווי שוין אויבן געברענגט
א) הרה''ג ר' יעקב זיידא שליט''א - דומ''ץ וויזניץ ב''ב
ב) הרה"ג ר' מייער מייעס שליט"א - דומ"ץ בעלזא
ג)הרה"ג ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ צאנז קלויזענבורג
איז פארהאן דא עמיצער וואס האט שוין געהרעדט מיט איינעם אדער עטליכע פון די 3, און געהערט אז ער איז "אחראי" אויפ'ן עירוב? (נישט בלויז אז ער ווייסט אז ס'איז גוט).

און אויב יא, ווער איז דער משגיח יעדע וואך?
יא הרה"ג ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ צאנז קלויזענבורג איז אחראי אויפן עירוב
די משגיחם ווילן נישט זיין פאבליק זינט סאיז נישט פון די 3 זאכען אויף וואס מען דארף זיך מוסר נפש זיין
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 143

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

מהודר האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:19 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:18 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:10 pm

אוודאי איז דאס די פשוט'ע דעפיניציע.
אדרבא דעפינירט דאס אנדערש.
קודם כל אפילו אויב מ'וועט אנעמען אז ס'דארף זיין סיי עומד מרובה על הפריץ אין סיי יעדע פירצה פחות מעשר אמות, רעדט מען פון 16 צו 20 פוס, בנוסף לזה לדעת הרמב"ם דארף נאר זיין 'אדער' עומד מרובה על הפריץ 'אדער' פירצות פחות מעשר, וכלשון השו"ע (שסב, י) ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפירצה יותר מעשר אלא אם כן עומד מרובה על הפריץ, דאס הייסט אין פאל וואס איז עומד מרובה על הפריץ מעג זיין פירצות מיט א צורת הפתח מער ווי עשר אמות.

לגופו של ענין, איך האב געפרעגט דאס אז ס'איז נישט דא קיין פירצות מער ווי 12 פוס האט די דיין געזאגט? אדער דאס איז הוספת השומע?
אזוי האב איך פארשטאנען קען זיין איך האב נישט מדייק געווען גענוג אין זיינע ווערטער,

ווי אויך האב ער געזאגט אז די וויליאמסבורגע עירוב איז מער מהודר ווי די עירוב אין מאנסי און ווי די עירוב אין ירושלים
די איינציגסטע וועג צו זאגן אז סאיז נישטא קיין פירצות עשר איז אויב זיי באניצן זיך מיט די טרעינס אלס פי תקרה יורד וסותם. וכבר דשו בזה הגאונים מדור הקודם זצ"ל אם יכולים להסתמך ע"ז.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 98

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ויצא »

ווערעצקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:20 pm האב מיר געהערט אזא מעשה ביי שאלעשידעס.

אין ק"ק פאפא איז דא א ציבור כולל יונגעלייט וועלכע זענען אומצופרידן אז זייערע דיינים האבן נישט קיין צוטריט צום עירוב, די שטימונג אין פאפא איז צו טראגן מיטן עירוב, זיי זענען מסתמא די גרעסטע קהלה וועלכע אקצעפטירט דעם עירוב, אבער זייערע דיינים האבן נאכנישט געזעהן די עירוב. האבן זיי פארפירט אז איינער פון זייערע גאר חשובע דיינים, הרה"ג ר' דוד לייב פישער שליט"א, זאל זעהן דעם עירוב, צו קענען באשטעטיגן אויב די עירוב איז טאקע אויסגעהאלטן לכתחלה. קודם האבן די וועד העירוב פארלאנגט פון אים, אז אויב זעהט ער די עירוב און ס'איז יא גוט, זאל ער געבן א כתב הכשר, אבער ער האט נישט מסכים געווען. למעשה האבן זיי זיך געבראכן, און אים געוויזן די עירוב, און ער איז נישט געווען צופרידן. דאס האט גורם געווען, אז מ'האט געמוזט מעלדן אז די עירוב איז פסול געווארן.... והמבין יבין.

איר מוזט עס נישט גלייבן, אבער איר דארפט מיך נישט אנשרייען, איך האב נישט פאבריצירט די געשיכטע, איך פארצייל עס בלויז איבער.
קענסט איבער געבען פאר יענער וואס האט דיר דאס פארציילט אז להד"ם
פאפא יונגלייט זענען געווארען אינוואלווד נאך דעם וואס די עירוב איז פסול געווארען און האדמו"ר מפאפא האט איבער געגעבען אז מען זאל נישט טראגען מיט די ברוקלען עירוב האבען זיך יונגלייט אריין גלייגט צו זעהען ווי אזוי מען קען עס פאראכטען

אגב די עסקני העירוב זענען גרייט צו ווייזען די עירוב פאר יעדע רב\דיין וואס איז גרייט מתור צו זייו אויב ער זעהט אז סאיז כשר הגאון ר אברהם לייטנער זצ"ל איז געווען גרייט צו גיין קוקען די עירוב זיינע קינדער האבען אים נישט געלאזט
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 98

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:37 pm
ווערעצקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:20 pm האב מיר געהערט אזא מעשה ביי שאלעשידעס.

אין ק"ק פאפא איז דא א ציבור כולל יונגעלייט וועלכע זענען אומצופרידן אז זייערע דיינים האבן נישט קיין צוטריט צום עירוב, די שטימונג אין פאפא איז צו טראגן מיטן עירוב, זיי זענען מסתמא די גרעסטע קהלה וועלכע אקצעפטירט דעם עירוב, אבער זייערע דיינים האבן נאכנישט געזעהן די עירוב. האבן זיי פארפירט אז איינער פון זייערע גאר חשובע דיינים, הרה"ג ר' דוד לייב פישער שליט"א, זאל זעהן דעם עירוב, צו קענען באשטעטיגן אויב די עירוב איז טאקע אויסגעהאלטן לכתחלה. קודם האבן די וועד העירוב פארלאנגט פון אים, אז אויב זעהט ער די עירוב און ס'איז יא גוט, זאל ער געבן א כתב הכשר, אבער ער האט נישט מסכים געווען. למעשה האבן זיי זיך געבראכן, און אים געוויזן די עירוב, און ער איז נישט געווען צופרידן. דאס האט גורם געווען, אז מ'האט געמוזט מעלדן אז די עירוב איז פסול געווארן.... והמבין יבין.

איר מוזט עס נישט גלייבן, אבער איר דארפט מיך נישט אנשרייען, איך האב נישט פאבריצירט די געשיכטע, איך פארצייל עס בלויז איבער.
ס'איז גראדע דא א צווייטער דיין אין פאפא וואס איז אפיציעל פון די רבני העירוב, ער האט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר וישר למהדרין.

אבער ער האט געזאגט פאר מיין ידיד - איך האב עס געהערט, כ'בין געווען דארט ביים שמועס - אז ער האט עס נאך קיינמאל נישט געזען, נאר ער גלייבט אז מ'קען געטרויען די רבנים...

און בערך אזוי זאגן אלע. מער ווייניגער.
קיין איין פאפא דיין איז נישט אפיציעל פון די רבני העירוב. אין קיינער פון זיי האט נישט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר און נישט אז סאיז פסול
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:49 pm קיין איין פאפא דיין איז נישט אפיציעל פון די רבני העירוב. אין קיינער פון זיי האט נישט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר און נישט אז סאיז פסול
ביסט גערעכט איך האב זיך טאקע טועה געווען, ער האט דאס געשריבן אויפ'ן ברוקלין עירוב, וכנ"ל.

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:35 pm יא הרה"ג ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ צאנז קלויזענבורג איז אחראי אויפן עירוב
שכוח פאר די אינפארמאציע.

העמיר אי"ה דארפן מברר זיין איבער זיין השגחה. גוט.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 98

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:58 pm
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:49 pm קיין איין פאפא דיין איז נישט אפיציעל פון די רבני העירוב. אין קיינער פון זיי האט נישט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר און נישט אז סאיז פסול
ביסט גערעכט איך האב זיך טאקע טועה געווען, ער האט דאס געשריבן אויפ'ן ברוקלין עירוב, וכנ"ל.
וועלכע פאפא דיין האט אינטער געשריבען אויפ'ן ברוקלין עירוב ?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:58 pm
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:49 pm קיין איין פאפא דיין איז נישט אפיציעל פון די רבני העירוב. אין קיינער פון זיי האט נישט אונטערגעשריבן אויפ'ן קו"ק אז ס'איז כשר און נישט אז סאיז פסול
ביסט גערעכט איך האב זיך טאקע טועה געווען, ער האט דאס געשריבן אויפ'ן ברוקלין עירוב, וכנ"ל.
וועלכע פאפא דיין האט אינטער געשריבען אויפ'ן ברוקלין עירוב ?
הרב גאלדבערגער שליט"א. אפשר נאר בעל פה? איך וועל איבערטשעקן.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 98

Re: דער וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:05 pm
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:58 pm

ביסט גערעכט איך האב זיך טאקע טועה געווען, ער האט דאס געשריבן אויפ'ן ברוקלין עירוב, וכנ"ל.
וועלכע פאפא דיין האט אינטער געשריבען אויפ'ן ברוקלין עירוב ?
הרב גאלדבערגער שליט"א. אפשר נאר בעל פה? איך וועל איבערטשעקן.
אויפען וועבסייט שטייט נישט זיין נאמען
שרייב פאוסט