נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
דער קרעמלין האט געמאלדן אז א רוסישע דעלעגאציע, אנגעפירט דורך דעם היסטאריקער וולאדימיר מעדינסקי, וועט אנקומען אין איסטאנבול דעם 2טן יוני צו דיסקוטירן א מעגליכן פייער אפשטעל מיט אוקריינע. לויטן קרעמלין ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו, וועט די רוסישע חבורה ווארטן אויף זייערע אוקריינער קאלעגעס צו דיסקוטירן ביידע ווערסיעס פון א מעמאראנדום וואס באשרייבט וויכטיגע עלעמענטן כדי איבערצוקומען די שורש פון די סיבות פון דעם קאנפליקט. אוקריינע האט נאכנישט באשטעטיגט איר השתתפות.
- פיילס
-
- 20250530_065438.jpg (145.61 KiB) געזען געווארן 1430 מאל
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
דער טשעכישער אויסערן מיניסטער רעאגירט צו די יונייטעד סטעיטס: "נאטא אויסברייטערונג איז נישט קיין געפאר — עס איז א גאראנטיע פון שלום."
יאן ליפאווסקי האט רעאגירט צו טראמפ'ס שליח קיט קעלאג, וועלכער האט פארגעשלאגן אפצושטעלן נאטא וואוקס צוליב רוסלאנד'ס "זארג":
"דארט וואו רוסלאנד גרעניצט זיך מיט נאטא, איז נישטא קיין מלחמה. אין אנדערע ראיאנען — איז יא דא."
זעלענסקי, דערווייל, ווארנט: אויב אוקריינע ווערט נישט איינגעלאדענט צום נאטא שפיץ-קאנפערענץ אין די האג, וועט עס אויסזען ווי א זיג פאר פוטין.

- 20250530_072142.jpg (110.13 KiB) געזען געווארן 1423 מאל
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסישע אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן צושטערט א טעראר פלאן אין מאסקווע אנגעפירט דורך אוקריינער שפיאנאזש סערוויסעס.
א לאקאלער פארדעכטיגטער האט פלאנירט צו ארויסנעמען אן אויפרייס דעווייס פון א געוויסע ארט אין א מאסקווע פארק, און עד נוצן שפעטער אין א באוואינטע געגנט.
די באמבע איז קאנפיסקירט געווארן, און א קרימינאלער קעיס איז אונטערוועגנס.

- 20250530_094206.jpg (220.2 KiB) געזען געווארן 1401 מאל
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
א פראכט באן איז אראפגעפאלן פון די רעלסן נעכטן נאכט ווען א בריק איז צוזאמגעפאלן אין דער קורסק ראיאן פון רוסלאנד, נאנט צו דער גרעניץ מיט אוקריינע. דאס איז געקומען נאכדעם וואס א באן בריק איז צוזאמגעפאלן פריער אין דער נאכט אין דער בריאנסקער ראיאן פון רוסלאנד, אויך נאנט צו דער גרעניץ מיט אוקריינע.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אוקריינע האט יעצט אדורכגעפירט א מאסיווע דראון אטאקע אויף א רוסישער לופט באזע טיף אין רוסלאנד, צענדליגער רוסישע סטראטעגישע באמבארדירער עראפלאנען פלאקערן.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסישע קאנאלן אויף סאושעל מידיע רופן אן די אוקריינער אטאקע די רוסישע פוירל הארבער.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פיר לופטפעלדער אטאקירט.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
וויכטיגע זיצונג אינעם קרעמלין.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
די אטאקעס האבן פאסירט אינעם ווייטן סיביר.
באריכטן אז אסאך פון די אוקריינער דראונען זענען ארויסגעשאסן געווארן פון טרעקלעך אינעווייניג אין רוסישע טעריטאריע.
די אוקריינער נעמען אפיציעל אחריות. די נאמען פון די אקציע איז 'קאמפיין אינטערנעט'.
באריכטן אז אסאך פון די אוקריינער דראונען זענען ארויסגעשאסן געווארן פון טרעקלעך אינעווייניג אין רוסישע טעריטאריע.
די אוקריינער נעמען אפיציעל אחריות. די נאמען פון די אקציע איז 'קאמפיין אינטערנעט'.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אוקריינע האט אינפארמירט טראמפ איידערן אטאקירן ארום 40 רוסישע מיליטערישע פליגערס, אריינגערעכנט סטראטעגישע באמבארדירער, אויף רוסישן באדן.
-
מאירוואלף
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 848
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 5143
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
די ענגלענדער וועלן אויסגעבן 350 מיליאן פונט צו פארגרעסערן די סופלייען פון דראונען פאר אוקריינע פון 10,000 אין יארע 2024 צו 100,000.
- פיילס
-
- IMG_20250604_094715_454.jpg (56.12 KiB) געזען געווארן 1136 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט'ן רוסישן פרעזידענט פוטין נאכפאלגענדיג די אוקראינער דראון אטאקע
-
מטות מעכיל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:36 am
- x 9
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
למעשה לויט אמעריקא איז נאר 20 פליגערס געשעדיקט... אין לויט רוסלאנד קענען זיי אלעס פארעכטן...
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
סאו למעשה קען סטיוו בענאן באפרייען לינדזי גרעהעם..מטות מעכיל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 1:34 am למעשה לויט אמעריקא איז נאר 20 פליגערס געשעדיקט... אין לויט רוסלאנד קענען זיי אלעס פארעכטן...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גדעון סער האט דורכגעפירט אן אפיציעלע באזוך קיין אוקראינע, נעמענדיג א שטעלונג קעגן רוסלאנד.
סער האט געלאזט הערן קלארע אנדייטונגען איבער מדינת ישראל'ס הילף קיין אוקראינע, און פארדאמט רוסלאנד אפיציעלערהייט, זאגנדיג "מיר פארדאמען רוסלאנד'ס אטאקעס קעגן ציווילע בירגער." און "מיר שטייען מיט אוקראינע."
מדינת ישראל וועט העלפן מיט וואסער סיסטעמען, שיקן טעראפיסטן פאר מענטשן וואס ליידן פון טראומא און נאך.
מאנכע שפעקולירן אז דאס קומט אין רעאקציע צו די פארדאמונג לעצטע וואך דורך דער רוסישער אויסערן מיניסטער אויף די מדינת ישראל אטאקעס קעגן איראן.

- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1327
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5303
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ זאגט אז ער גייט זיך טרעפן מיט פוטין קומענדיגע פרייטאג אין די סטעיט אלאסקא.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6005
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז אוקראינא'ס פרעזידענט זעלענסקי גייט נישט אנטייל נעמען ביים באגעגעניש מיט פוטין אין אלאסקא
ב' עקב פ״ה
טראמפ זאגט אז די יעצטיגע באגעגעניש גייט נישט אריין נעמען זעלענסקי, אבער די קומענדיגע זיצונג גייט זיין צווישן זעלענסקי מיט פוטין אליינס, אדער זיי צוויי צוזאמען מיט אים. טראמפ האט אויך קלארגעמאכט אז ער גייט אויסנוצן דעם זיצונג מיט פוטין אים צו זאגן אז ער מוז זען צו ענדיגן דעם מלחמה.
אוקראינא'ס פרעזידענט זעלענסקי ווארענט אז דער רוסישער פרעזידענט גייט פראבירן אריין צו נארן פרעזידענט טראמפ ביים זיצונג אין אלאסקע
ב' עקב פ״ה
זעלענסקי זאגט אז אוקראינא פארשטייט די פרואוו פון די רוסן אויסצונארן אמעריקא, אבער אוקראינע וועט עס נישט צולאזן. ער זאגט אז ער ווייסט אז פרעזידענט טראמפ איז אנטשלאסן צו ענדיגן די מלחמה פאטאליטעטן, אבער די איינציגסטע גרינד פון די מלחמה איז פוטין'ס באשלוס צו קעמפן און מאנופעלירן יעדער וועלכע קומט אין בארירונג מיט אים.
אייראפעאישע לענדער צוזאמען מיט אוקראינא האבן איבערגעגעבן פאר אמעריקא א קאנטער-פארשלאג צום פארשלאג פונ'ם רוסישן פרעזידענט פוטין
ב' עקב פ״ה
די קאנטער-פארשלאג, איבערגעגעבן ביי א זיצונג מיט אמעריקאנער באאמטע אין ענגלאנד, טוט אפווארפן די רוסישע פארשלאג צו ענדיגן דעם מלחמה אין אויסטויש פאר דעם אז אוקראינא וועט אוועק געבן חלקים פון מזרח אוקראינא וואס איז נאך אינטער אוקראינא'ס קאנטראל. אייראפעאישע לענדער פראבירן צו זיין פאראייניגט ארום א געמיינזאמע רויטע ליניע צוזאמען מיט אוקראינא אין בעפארברייטונג צו די זיצונג וואס פוטין גייט האבן דעם פרייטאג מיט'ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ. די פלאן נעמט אריין א פארלאנג אז א פייעראפשטעל זאל אריין גיין אין קראפט בעפאר עס ווערט גענומען סיי וועלכע פאקטישע שריט, און אז סיי וועלכע טעריטאריע קאנצעסיעס פון אוקראינא זאל קומען צוזאמען מיט טעריטאריע קאנצעסיעס פון רוסלאנד.
וויצא פרעזידענט: אמעריקא איז פארטיג מיט די פראיעקט פון פינאנצירן אוקראינא'ס מלחמה ביזנעס, נאר וויל זען א פרידליכע ענדע צום קאנפליקט
א' עקב פ״ה
ער זאגט אז אמעריקאנער זענען שוין מיד פון שיקן זייער געלטער צום אוקראינער קאנפליקט, און ער האפט אז מען וועט קענען אויסהאמערן א שלום פלאן. ער זאגט אז אויב אייראפע וויל קויפן אמעריקאנער וואפן און זיי שיקן קיין אוקראינא האט אמעריקא נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, אזוי לאנג ווי אמעריקא דארף עס נישט פינאנצירן.

א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6005
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
די ווייסע הויז האט היינט ווידעראמאל אדרעסירט די געפלאנטע באגעגעניש צווישן פרעזידענט טראמפ מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין
ג' עקב פ״ה
זאגענדיג, אז טראמפ'ס ציל פון די באגעגעניש איז צו באקומען א בעסערע פארשטאנד וויאזוי ער קען ענדיגן דעם מלחמה. ווייסע הויז פרעס סעקרעטער פרוי לעוויט זאגט אז זיצן אין איין צימער דירעקט מיט פוטין ווי אידיער רעדן טעלעפאניש וועט געבן פאר'ן פרעזידענט די בעסטע אנדייטונג וויאזוי פאראויס צו גיין. זי זאגט אז אוקראינא'ס פרעזידענט וועט נישט זיין אנוועזענד, וויבאלד פוטין איז געועון דער וואס האט געבעטן דעם זיצונג, און ער וויל עס זאל זיין נאר צווישן זיי צוויי. לעוויט האט אויך באשטעטיגט אז די זיצונג וועט פארקומען אין אלאסקא, אבער האט נישט ארויס געגעבן וואו אין אלאסקא עס גייט פארקומען, אין צייט וואס אסאך שפעקולירן אז עס גייט פארקומען אין די שטאט ענקארידזש. די קרעמלין האט אויך געלאדענט טראמפ אריבער צו גיין פון אלאסקא צו רוסישע טעריטאריע, אבער ווי לעוויט זאגט האט דער פרעזידענט נישט אין פלאן צו פארלאזן אמעריקאנער טעריטאריע. זי זאגט אז עס זענען פארהאן פלענער פאר'ן צוקונפט צו גיין קיין רוסלאנד, אבער די גאנצע פרייטאג באגעגעניש וועט פארקומען אין אלאסקא. לעוויט האט דערביי באשטעטיגט אז איינמאל די זיצונג איז פארטיג האפט טראמפ צו טעלעפאנירן סיי זעלענסקי און סיי א צאל אייראפעאישע פירער.

שטייענדיג בעפאר די סאמיט מיט פוטין, האט טראמפ געווארענט אז עס וועלן זיין שווערע קאנסעקווענצן אויב רוסלאנד דערגרייכט נישט א פייעראפשטעל
ד' עקב פ״ה
אויף די אנדערע זייט זאגט טראמפ אז אויב די זיצונג גייט ווי עס דארף צו זיין, דאן האפט ער אז נישט לאנג דערויף וועט פארקומען א דריי-שפיציגע זיצונג צווישן אים, פוטין מיט זעלענסקי. אין די זעלבע צייט האט דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ באשטעטיגט אז טראמפ האט פארשפראכן אייראפעאישע פירער ביים ווירטואלע זיצונג היינט מיט זיי, אז ער וועט נישט פארהאנדלן מיט פוטין איבער טעריטאריע, נאר דאס וועט דארפן ווערן אויסגעהאמערט צווישן די צוויי לענדער זעלבסט.
ד' עקב פ״ה
אויף די אנדערע זייט זאגט טראמפ אז אויב די זיצונג גייט ווי עס דארף צו זיין, דאן האפט ער אז נישט לאנג דערויף וועט פארקומען א דריי-שפיציגע זיצונג צווישן אים, פוטין מיט זעלענסקי. אין די זעלבע צייט האט דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ באשטעטיגט אז טראמפ האט פארשפראכן אייראפעאישע פירער ביים ווירטואלע זיצונג היינט מיט זיי, אז ער וועט נישט פארהאנדלן מיט פוטין איבער טעריטאריע, נאר דאס וועט דארפן ווערן אויסגעהאמערט צווישן די צוויי לענדער זעלבסט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6005
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ וועט אנבאטן פאר פוטין אויל גראבונג רעכטן אין אלאסקע אויב שטעלט ער אפ די אוקראינע מלחמה
ה' עקב פ״ה
טראמפ וויל אפערן פאר פוטין די עקאנאמישע בענעפיטן אים צו מאכן וועלן אפשטעלן די מלחמה אין אוקריינע, און צווישן די אפערס איז אז אמעריקע וועט עפענען אלאסקע'ס נאטורליכע אוצרות פאר רוסישע קאמפאניס צו גראבן דארטן. אויך איז טראמפ גרייט צו געבן פאר רוסלאנד צוטריט צו די גאר זעלטענע אונטערערדישע מינעראלן וואס וואקסן אין עטליכע טעריטאריעס אין מזרח אוקריינע, און אראפצונעמען טייל פון די סאנקציעס פון גרויסע רוסישע קאמפאניס.
ה' עקב פ״ה
טראמפ וויל אפערן פאר פוטין די עקאנאמישע בענעפיטן אים צו מאכן וועלן אפשטעלן די מלחמה אין אוקריינע, און צווישן די אפערס איז אז אמעריקע וועט עפענען אלאסקע'ס נאטורליכע אוצרות פאר רוסישע קאמפאניס צו גראבן דארטן. אויך איז טראמפ גרייט צו געבן פאר רוסלאנד צוטריט צו די גאר זעלטענע אונטערערדישע מינעראלן וואס וואקסן אין עטליכע טעריטאריעס אין מזרח אוקריינע, און אראפצונעמען טייל פון די סאנקציעס פון גרויסע רוסישע קאמפאניס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6005
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
די זיצונג צווישן פוטין און טראמפ אין ענקארידזש אלעסקע וועט זיך אנהייבן פרייטאג 10:00 אין אוונט מאסקווע צייט און 3:00 נאכמיטאג אינזער צייט, די ווייסע הויז האט געמאלדן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!