► Show Spoiler
ערב יום טוב נאָכמיטאָג איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול וואו אלפי אנ"ש בעלי בתים ואברכים און בחורי חמד זיך פאַרזאַמלט אויף דעם יערליכן "סדר לימוד שתי שעות רצופות" אַלס הכנה צו קבלת התורה.
אַרום 9 אַזייגער איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה. צו מערבית איז צוגעגאַנגען הרה"ח ר' אשר יצחק הערצאָג הי"ו פון לאנדאן.
נאָכ'ן דאַווענען איז מען אַריבער אַ לענגערע צייט וואונטשן גוט יום טוב און די געסט האָבן שלום גענומען פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אשר אף הוא עונה כנגד המברכים בצהלת פּנים.
בשעה 1:40 איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן שאטער בחצר התלמוד תורה ויואל משה צום שלחן הטהור.
במשך דעם טיש האָט מען געזונגען ניגוני דבקות לכבוד יום טוב, הרה"ח ר' אלטר יחזקאל גליק הי"ו שו"ב, מיקירי פּארי אנ"ש פון קרית יואל, איז נתכבד געוואָרן צו זינגען דעם פּלאַנטשער אהבה רבה מיט גרויס התעוררות כנהוג.
ביי די דברי תורה האָט דער רבי אַרומגערעדט וואָס דער חתם סופר שרייבט אַז די תורה קען זיך נישט האַלטן בדרך הטבע אין אַן אדם גשמי, נאָר מ'דאַרף אַרבעטן אויף זיך צו קענען מקבל זיין די תורה, און נאָך די עבודה איז מען זוכה צו באַקומען די תורה במתנה פונעם באַשעפער.
נאָך די תורה האָט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות, מיט ברכת המזון האָט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ רבי אהרן שליט"א.
יום טוב אינדערפרי איז מיט פסוקי דזמרה נתכבד געוואָרן הרה"ח ר' מאיר פריש הי"ו פון ירושלים.
דער רבי שליט"א מעוטף בטליתו של רבינו הקדוש זי"ע האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה.
אי' שוקל ואי' סופר צו שילדערן דאָס גרויסע התרגשות וואָס האָט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער גאַנצער ציבור, אַלע ווי איינער האָבן געזונגען דעם אויסגעבענקטן "אהבה רבה" ניגון, און די אָנגעגליטע התעוררות אין בית המדרש האָט דאַן געגרייכט צו דער העכסטער אָקטאַווע. דאָס גאַנצע ביהמ"ד איז געוואָרן ווי דורכגענעצט אין אַ ים של דמעות, טייכן טרערן האָבן זיך געגאָסן פון די פילע טויזנטער אידן ביים זינגען דעם אהבה רבה ניגון וואָס איז מקובל צו הרב הקדוש רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע, און מ'האָט דאָס געזונגען איינמאָל און נאָכאַמאָל ווען אלפים מישראל וויינען זיך אויס אונטער'ן טלית אויפ'ן "והאר עינינו בתורתיך ודבק לבינו במצוותיך".
מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געוואָרן הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאָלדבערגער הי"ו פון קרית יואל און הרה"ח ר' שמואל זאַנוויל כהנא הי"ו פון קרית יואל.
דער רבי שליט"א האָט פאָרגעזאָגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות..
מיט כהן האט עולה געווען הרה"ח ר' מיכל קאָהן הי"ו, לוי הרה"ח ר' שמשון קרויס הי"ו, שלישי הרה"ח ר' חיים הערש גאָלדבערגער הי"ו פון קרית יואל, רביעי הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאָלדבערגער הי"ו פון קרית יואל, דער רבי שליט"א האָט עולה געווען חמישי עשרת הדברות, הגבה הרב אברהם מייזעלס פון מאָנטרעאָל, גלילה מוה"ר חיים יושע פריעדמאַן הי"ו פון קרית ייטב לב, מפטיר הרה"ח ר' אברהם ברוך גאָדינגער הי"ו, הגבה הרה"ח ר' יושע מתתי' מערץ הי"ו פון קרית יואל, גלילה מוה"ר יושע שנעעבאַלג הי"ו פון אַנטווערפּן.
מיט מוסף איז נתכבד געוואָרן הגה"צ רבי יואל שליט"א בן מרן רבינו שליט"א.
נאָכ'ן דאַווענען איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען צום מילכיגן טיש, מ'האָט געזונגען ניגוני תורה, כד יתבון ישראל, והערב, דער רבי שליט"א האָט טועם געווען פון די מילכיגע מזונות, דערנאָך האָט מען אויפגעגעבן קרעפּלעך, און דערנאָך געזאָגט דעם פּלפּול ושמעתתא אין דער סוגיא פון תופס לבעל חוב וועלכע מען האָט געלערנט במשך די פאַרגאַנגענע וואָכן אין היכל הישיבה בריתחא דאורייתא.
אַרום 7:30 איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען צום תנאים טיש אינעם שאַטער בחצר הת"ת ויואל משה.
מיט'ן פיוט האָט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאַן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' אוהל פיגא.
ביי די תורה האָט דער רבי אַרומגערעדט איבער דעם מאמר פון דעם בעל העיקרים אַז באמת וואָלט מען נישט געדאַרפט האָבן קיין אייביגע שכר פאַר אַ מצוה, ווייל ס'איז אַ חיוב אויפ'ן מענטש, נאָר וויבאַלד דער בוכ"ע האָט באַשאַפן די וועלט אין אַ בחינה פון אשר ברא אלקים לעשות, טוט יעדע עבודה פון אַ איד אַריינגעבן כח אין דער בריאה צו קענען האָבן אַ קיום, דעריבער במדת הרחמים גיט אים הקב"ה אַ שכר נצחיות.
דעריבער הוסיף משה יום אחד מדעתו. ער האָט געוואָלט אַז מתן תורה זאָל זיין דייקא שבת וואָס ווייזט אַז דער עיקר חיוב האדם איז פרי' ורבי' צו פירן ווייטער דעם קיום העולם.
נאָך די תורה האָט דער רבי שליט"א פאָרגעלייענט די תנאים, און מען האָט געזונגען ובאו כולם, עליונים ששו, והאר עינינו. מיט'ן בענטשן האָט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יואל ראזענבערגער שליט"א.
נאָכ'ן טיש האָט מען געדאַוונט מנחה, בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאָראָג.
ביים זמן רבינו האָט מען געדאַוונט מערבית. דער בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' בעריש פּאָזען שליט"א מנהל ישיבה קטנה פון מאָנטרעאָל.
יום ב' דיום טוב
בשעה 9:15 איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אַ לענגערע צייט אויף די טויזנטער לומדים זקנים עם נערים, ביים מעמד קבלת התורה.
דערנאָך איז דער רבי שליט"א אַריין אין פאליש וואו די תינוקות של בית רבן האָבן געזאָגט תהילים.
אַרום 10:15 איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה. אַלס בעל תפילה צו פסוקי דזמרה האָט געדינט הרה"ג ר' יוסף לייב עסטרייכער שליט"א ר"מ בישיבה. און דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געוואָרן ווי פאָלגנד:
הוצאה והכנסה הרה"ח ר' שרגא פּאָזען הי"ו פון קרית יואל, הרה"ח ר' שמחה בונם שוואַרץ הי"ו פון מאָנטרעאָל.
כהן הרה"ח ר' מאיר ראָטה הי"ו, לוי הרה"ח ר' אלי רייזמאַן הי"ו, שלישי הרב שמואל ישעי' פריעדמאַן הי"ו פון מאָנסי, רביעי החתן בן הרה"ח ר' אהרן דוד רייך הי"ו, דער רבי האָט עולה געווען חמישי.
הגבה הרה"ח ר' יוסף שמואל פּאָזען הי"ו פון מאנטריאל, גלילה הרב שלום האַלברשטאַם שליט"א פון מאָנסי.
מפטיר הרה"ג ר' יואל ישראל אלטר גרינבוים שליט"א מגי"ש בביהמ"ד הגדול, הגבה הרה"ח ר' הערשל שטערן הי"ו פון קרית יטב לב, גלילה הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו פון קרית יואל.
צו תפלת מוסף איז צוגעגאַנגען הרה"ח ר' אלטר יחזקאל גליק הי"ו פון קרית יואל.
בעשה 7:45 איז דער רבי אַריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה. דערנאָך איז דער רבי שליט"א אַריבער צום גרויסן שאטער וואו עס איז פאָרגעקומען דער געהויבענער כתובה טיש און נעילת החג.
דער משמש הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאַן הי"ו האָט אנגעגאסן דעם כוס כנהוג. דער רבי שליט"א האָט געוואונטשן לחיים פאַר די חברה קדישא, דערנאָך פאַר'ן גאַנצן ציבור. דאַן האָט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
נאָך די דברי תורה האָט דער רבי שליט"א פאָרגעלייענט די שטר כתובה בין ישראל לאבינו שבשמים און דערנאָך האָט מען געזונגען ובאו כולם, עליונים ששו, והאר עינינו, און דער רבי שליט"א האָט פאַרטיילט פריטלעך כנהוג.
מ'האָט געזונגען דעם פיוט "אזי בשלישי", אָנגעפירט דורך די ראשי המשוררים בחצרות קדשינו מוה"ר יששכר גוטמאַן הי"ו און מוה"ר יואל וועבערמאַן הי"ו. דער רבי האָט מכבד געווען הרה"ח ר' אלימלך ווערצבערגער הי"ו פאָרצוזינגען "מלך רחמן" כנהוג, מ'האָט געזונגען אַ לענגערע צייט מיט גרויס דביקות ושמחה זיך נישט קענענדיג שיידן פון אַזאַ געהויבענעם יו"ט.
דערנאך האָט דער רבי שליט"א געדאַוונט מעריב. דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר יחזקאל שרגא רייזמאַן הי"ו.
נאך מעריב האט מען אהיימבאגלייט דעם רבי לביתו נאוה קודש, פאָרנט פון רבי'נס שטוב, איז געווען אויפגעשטעלט א פּלאַטפאָרמע וואו דער רבי האָט געמאַכט קידוש לבנה אינאיינעם מיט'ן גאַנצן ציבור.
באַלד נאָכדעם האָט מען אָנגעהויבן הילכיג טאַנצן "טובים מאורות שברא אלקינו" און דער רבי איז אַרויף אל ביתו נאוה קודש. ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אויפ'ן באַלקאָן, האָט זיך דאָס געזאַנג און די פייערליכע טענץ פאַרשטערקערט, אין אַ פייערליכן געזאַנג.
דער רבי שליט"א האָט משמיע געווען דברות קדשו פאר דער ציבור האלפים.
אַ גוטע וואָך! א גוטע וואָך! אַ געזונטן זומער!
דער אייבערשטער זאָל העלפן, מען גייט אַרויס פון אַזאַ הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, די הייליגע תפילות, די הייליגע זמנים וואָס מען האָט עוסק געווען בתורה.
מען זאָל מיטנעמען. "שובו לכם לאהליכם". מ'קען מיטנעמען יעדער איינער זאָל ווייטער עוסק זיין בתורה.
מען איז מתפלל די תפילה "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך", צו קענען זיין דבוק אין תורה און אין מצוות און דינען דעם אייבערשטן.
"שובו לכם לאהליכם". מיטנעמען טאַקע די קדושה אין די שטיבער. די שטיבער זאָל מען פירן מיט די צניעות ווי מען זאָגט: "אבינו מלכנו, בעבור שמך הגדול ובעבור אבותינו שבטחו בך. ותלמדם חוקי חיים לעשות רצונך בלבב שלם. כן תחננו ותלמדנו". דער כח איז נאָר וואָס אונז האָבן פונעם הייליגן רבי'ן וואָס האָט אונז געלערנט און אַוועקגעשטעלט וויאַזוי עס דאַרפן אויסזען אונזערע שטיבער, וויאַזוי עס דאַרף אויסזען דער ביהמ"ד.
מיטנעמען אין די שטיבער צו זיין אָפּגעהיטן פון די לעצטע פגעי הזמן וואָס איז דאָ. יעדער איינער ביי זיך אַליין אַוועקשטעלן די אמת'דיגע שמירה נישט צו האָבן קיין כלים וואָס זענען אָפן.
ווי אַ גרעסערע שמירה, האָט מען אויף זיך אַליין אַ גרעסערע שמירה צו זיין אָפּגעהיטן פאַר זיך און פאַר די קינדער און פאַר די שטוב.
מען דאַרף מתפלל זיין "ושבור עול הגויים ועול הגליות מעל צוארנו". עול הגויים. מיר שטייען אונטער'ן 'עול הגויים'. מ'איז גוזר גזירות מען זאָל נישט קענען מחנך זיין אונזערע קינדער. דאַרף מען מען ווייטער מתפלל זיין די תפילה פון "ושבור עול הגויים".
"ועול הגליות". דער זיידע דער ייטב לב האט געזאָגט: ועול הגליות גייט אַרויף אויף די גליות פון צווישן אידישע קינדער. אחינו בני ישראל וואָס זענען אין גלות אין ארץ הקודש וואו עס איז דאָ די גזירה פון גזירת הגיוס, דאַרף מען ווייטער מתפלל זיין און טון אַלעס וואָס מיר קענען אַרויסצוהעלפן, אַז עס זאָל זיין טאַקע אַז דער אייבערשטער וועט זען אַז מיר וועלן טון פעולות וועט מען זוכה זיין צום "ושבור עול הגויים ועול גליות מעל צוארנו", און מ'וועט זוכה זיין צו "ותוליכנו מהרה קוממיות לארצנו", מיר זאָלן קענען זוכה זיין צו זען בישועתן ושמחתן של ישראל, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
נאָך די ברכת הקודש האָט די מוזיק אָנגעהויבן לעבעדיג שפּילן. אַלעס האָט זיך אַריינגעלאָזט אין טענץ און געזאַנג, מיט אַ הודאה על העבר ובקשה על העתיד, צו קענען ווייטער אָנגיין און שפּאַנען ווייטער אויפ'ן דרך התורה והמסורה וואָס דער רבי זי"ע האָט אונז מנחיל געווען און כ"ק מרן רבינו שליט"א טוט עס ווייטער חזר'ן לנו ולבנינו, לבלתי סור מן הדרך ימין ושמאל, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל, בקדושה ובטהרה.
דאַן האָט מען געעפנט די טירן פון ביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א, און די הונדערטער אורחים זענען אַריין אָפּנעמען ברכת הקודש און זיך געזעגענען בעפאָר'ן צוריק אַהיימפאָרן נאָך דעם געהויבענעם יום טוב וואָס האָט צעגאָסן אַ חיזוק והתחזקות מיט אַ ליכטיגקייט אין אַלע גלידער.
אשרי עין ראתה שמחת קהלינו, אשרי העם שככה לו, אשרי ה' שה' אלקיו, אשרי עין ראתה כל אלה!