הלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 8:11 pm
איך ישוב זיך שוין אפאר וואכן צי כ'זאל שרייבן אדער נישט, סוכ"ס בין איך דא אין א קולט וואו עס איז נישט ערלויבט צו טראכטן אנדערש ווי די שטראם, אבער דאך וועל איך שרייבן.
עטליכע וואכן צוריק איז נתפרסם געווארן א שמועס פון איינער מגדולי העסקנים הרב מיללער, וואס בתוך הדברים איז געווען א אטאם באמבע וואס האט געטוישט דעם גאנצן בילד, הרב מיללער האט געזאגט אז נאך אלע בירורים און רעדן מיט פילע יוצאים איז נתברר געווארן מיט א זיכערקייט אז ביי 99 פראצענט פון די קינדער אונטר 20 איז נישט געווען די אביוז פון וואס מען האט מורא, ובכן דארף מען נישט מורא האבן אריינצונעמען די קינדער אין מוסדות.
די ווערטער איז געבויעט אויף די מציאות אז שלמה העלבראנץ פלעגט עביוזן קינדער און בחורים טאג טעגליך בעבירות חמירות, און דעמאלטס איז עס געווען ממש ביי כמעט יעדע קינד. ב''ה די היינטיגע קינדער און בחורים געדענקן אים שוין נישט. אזוי אויך נחמן און מאיר יששכר ראוזנער וועלעכע פלעגן עביוזן קינדער זענען שוין אריין אין תפיסה ממש אין יענע תקופה. הגם ס'איז נאך יא דא דעי מציאות דארט, איז אבער דעי פרט נישט נוגע ביי 99 פראצענט קינדער
יעצט, די איינציגסטע דעת תורה - עכ"פ וואס דער ציבור האט זוכה געווען צו זעהן - איז געוווען הרה"ג חיד"ו ווייס שליט"א, וואס האט ארויסגעגעבן א בריוו און רעקארדירונגען אז היות מען האט אביוזד די קינדער מיט איינע פון די שלש חמורות במזיד איינמאל און נאכאמאל, איז מען מחיוב אלעס צו טון אוועקצונעמען די קינדער און פארמאכן דעם קולט וכו'. דאס איז געווען די איינציגסטע פסק ודעת תורה. בילדער פון רבנים ביי אסיפות און קעפלעך אין צייטונגען איז ווי פארשטענדליך נישט קיין מאסגעבנדע דעת תורה.
די פסק איז קלאר נישט געווען געבויעט נאר אויף דעם. און ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז היות מען האט עביוזד קינדער מיט שלוש חמורות וכו', נאר דאס איז צופעליג געווען די זאך וואס האט אים די מערסטע שאקירט, אז אין אן אזויגערופענע פרומע קהילה זאל פארקומען עבירות וועלעכע קומען נישט פאר ביי גוים. אבער די פסק איז קלאר נישט געווען געבויעט אויף דעי איין פרט. איך האב ביי מיר א תשובה פון הגאון ר' חיד''ו אז א טאטע וועלעכע שלאגט קינדער אויפן וועג וויאזוי מען שלאגט אין לב טהור דארף מען איינשפארן אין תפיסה, און צונעמען זיינע קינדער, די פסק איז געווען געבויעט אויף די גאנצע מציאות פון אכזריות אין לב טהור וואס דאס האט גארנישט מיט דעי עביוז וואס מילער האט גערעדט.
נאך ווען ס'איז נתברר געווארן דורך די עסקנים אז דער יסוד אויף וואס דער פסק איז געבויעט שטימט נישט מיטן מציאות איז די גרויסע שאלה, וואס איז יעצט דער דעת תורה? אוועקנעמען קינדער פון עלטערן איז נישט קיין פשוט'ע מעשה, עס איז דא א לאו פון לא תגנוב, בגונב נפש הכתוב מדבר, און קען זיין א חיוב מיתה פון וגונב איש ומכרו, אדער אפילו אוועקגעבן במתנה, יעוין בפוסקים. דאס זעלבע מסירות נאן סטאפ דארף א דעת תורה?
די עלטערן קענען צוריקבאקומען די קינדער די גאנצע צייט אויב זיי פארלאזן די קולט. די קינדער וואלטן נישט געווען דארט פאר א טאג ווען די עלטערן גייען ווען ארויס פון לב טהור, די עסקנים קעמפן מיט ציין און נעגל צו באפרייען די קינדער פון די שעלטער, מיט וועם שלאגט מען זיך? נאר מיט די עלטערן! ווער האלט די קינדער אין די שעלטער? נאר די רשעות'דיגע עלטערן! מיין הארץ בלוטיגט אויף צוויי טייערע קינדערלעך פישעלע און אלימלך נתן וועלעכע האבן שוין 3 מאל געהאט א קאורט, 2 פרעמדע אידן פון ניו יארק האבן אריינגעגאסן טויזנטער דאלארן זיי צו באפרייען פון די שעלטער, און די רשעות'דיגע מאמע איז יעדע מאל געקומען און זיי ברוטאל צוריקגעווארפן אין שעלטער
--------
לגבי די לב טהור פרשה ווייס איך נישט וויפיל סאיז נאך נוגע, אבער א לימוד בכלליות וואס בר דעת מעג זיך ארויסנעמען:
סאיז זיכער אז סאיז געווען אין לב טהור אסאך מטורפות און אכזריות, און סאיז מער ווי גענוג צו הערן די רעקארדינגען פונעם חכם, די השגות פון פייניגן מענטשן, וכדו' זאכן וואס איז הארד דעטא, קלארע עווידענס אבער סאיז אויך זיכער אז די פראפאגאנדע ארום איז היבש איבערגעטריבן, רוצחים ערגער ווי די נאציס און כופרים גמורים, וכו' וכו' וכו', מדארף זיך אויסלערנען - ביי יעדן נושא - וויאזוי צו ליינען פראפאגאנדע, א זשורנאליסט אדער א נוגע בדבר איז בחקת מגזם אדער משקר, די שאלה אויף יעדעם איז נאר וויפיל פראצענט מזאל אראפנעמען פון זיין מעשה, סאיז א עבודה קשה צו בויען א פראפאליא אויף יעדן שרייבער, מדארף אפירנעמען ווי געזאגט די ריכטיגע עווידענס, א הודאת בעל דין, א מסיח לפי תומו, וכדו' סאיז דא אין דעם הלכה'דיגע הגדרות, און פשוט אייגענע שכלדיגע הגדרות.
ריכטיג אז אין יעדע פרשה זענען דא גוזמאות, צופעליג אויך ביי די האלעקאוסט ווערן געשריבן גוזמאות (אזוי איז אין יעדע פרשה. והוא פשוט). דאס מאכט נישט די רשעות קלענער. א איד שרייבט אין זיינע זכרונות אז אין לאגער האט ער ניטאמאל געוואוסט וועלעכע טאג ס'איז... פלעינע מארקעטינג! מיין זיידע איז געווען אינעם זעלבן לאגער און מען האט קלאר געוואוסט אז ס'איז פרייטאג!
איינער וואס פארציילט נאך פון איינעם וואס מען האט אים געשלאגן אלס קינד און ער געדענקט אז הערשט נאך אפאר מינוט פון ווען ער האט גע'חלשט האט מען אים אויפגעהערט צו שלאגן, קאסט דאס א שמייכל, און דער דרשן באקומט שוין א געוויסע רעטינג אויף זיין גוזמאות. וכדומה.
איך האב עס אליין געהערט פון דעם קינד. אויב איר ווילט טאקע הערן א הסבר, חאליש'ן מיינט נישט אייביג אז מען פארלירט ממש אינגאנצן די הכרה, נאר ס'קען אויך מיינען אז מען איז נאך מרגיש א טראפ, צופרידן?
איך וויל נישט שרייבן שארף אבער הערן א קינד אזאנס פארציילן און עס זאל קאסטן גאר א שמייכל איז אכזריות פינטל. דאס איז חוץ פון דעם וואס איך האב געהערט צופעליג אויך פון א עלטערע מענטש וועלעכע האט בייגעוואוינט די מעשה.
ווען איך האב עס געהערט פונעם קינד האט עס מיר געקאסט שלאפלאזע נעכט, נישט קיין שמייכל
מעכטיגע מארקעטינג מיינט בסך הכל אז געלונגענע קעפ האבן זיך אראפגעזעצט ביי א רינדעכיגע טיש און שפעקולירט וויאזוי צו אייננעמען דיין קאפ, דו מוזט זיך נישט לאזן, ווי האט זיך א גרויסער ביזנעסמאן און מארקעטער אויסגעדרוקט, 90 פראצענט מענטשן זענען קעלבער 10 פראצענט זענען די שוחטים, מדארף זעהן צו זיין פון די שוחטים נישט פון די קעלבער.
ווען קליינע קינדערלעך דערציילן וויאזוי מען האט זיי אויסגעפייניגט צום טויט הייסט דאס ביי דיר מעכטיגע מארקעטינג? כ'וויל נישט זיין שארף אבער דו שרייבסט דברי אכזריות.
די אלע וועלכע האבן געלייקט זיין תגובה אן כאפן וואס עס ליגט אינטער דעם קענען נאך צוריק אראפנעמען דעם לייק.