פלאם האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 4:44 pm
חברים וידידים איידער זיך פילווען דעראין:
איז דא א צד צו זאגן אז די בריוו איז וואר?
וואס איז די הוי אמינא א?
כגלייב נישט אז איינער קען פאוסטען סיי וואס און א צווייטער נעמט אן וואס דער ערשטער שרייבט
סיי אלסט אינטערנעט ווייסט מען שוין היינט אז עס האט נישט מיט קראנט און אויך לערנט מען עס פון די פרשה אליינס וכו'
נאר וואס דען מען האלט זיך אונטער אביסעלע סאיז אפשר אויך אינטערסאנט ווי מען פורבירט צו נאכמאכן זייער שריפט וכו'
לב טהור עקזיסט שוין נישט אויף דער מאמענט און לו יציור אז יא זענען זיי צו פארנומען צו מאכען בריוועלעך
בד''א כהאב אמאל געזאגט אנפאנג פון די מערכה פאר מיין חבר, אז ער דארף נישט גלייבן אלעס, אפי' וואס די עסקנים זאגן, קודם ווייל מען וועט נישט שמייסען (אדער באקומען תיקונים) פארן נישט גלייבן אז לט איז אזוי שלעכט..
און אויך ווייל לאמיר זאגן מען נעמט אראפ 80% פון די חטאים וואס מען דערציילט אויף לט איז די איבריגע 20% נאך אלטס גענוג צו פארניכטען די ביטערע קולט
ויתמו החטאים