הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 11:20 am
פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 1:57 am
פון א הארטע פרוף פון איינעמ'ס ווערטער וואס זענען געשריבען געווארן מסיח לפי תומו, פון דארט קען מען גארנישט ארויסלערנען....
הארטע פרוף אז וואס?
א אימעיל פון אינסטראקשן פאר מוסדות, אז די קוריקעלעם שטימט מיט די נייע געזעץ?!...
לחיים!
אונטערדישע טונעלן, נעקסט קעיס?
דער אימעיל ברענגט ארויס 'הארטע פרוף' אז אז
'פערצופאל' זענען אלע 'סאבדשעקס און סקילס', וואס פערל"ס האט שוין ארייגעלייגט אין זייערע פערל"ס ביכער נאך אזוי פרי ווי שנת תשע"ו מיט
גאנצע צוויי יאר פארדעם דעם גאנצן פעלדער געזעץ.... פונקט גענוי פונקטליך דאס אלעס איז אריין אין די לענגוויטש פונעם 'פעלדער געזעץ', דער געזעץ וואס הרב צוויבל, פון די הויפט און די מייסדים פון פערל"ס און הרב ראזענפעלד מראשי ארגון פערל"ס, און אלע לויער'ס פון אגודת ישראל אפיס, האבן דאס געשטיפט מיט אלע כוחות,
דאס הייסט אז
'פערצופאל'... פונקט די זעלבע מענטשן וואס האבן באשלאסן אז מען ברויך מאכן נייע פערל"ס קאמען קאור ביכער... וועלכע האט '
פערצופאל' אנטהאלטן 'געוויסע' 'סאבדשעקס און סקילס'... אויך פונקט '
פערצופאל' די זעלבע מענטשן האבן עס מורא'דיג שטארק געשטיפט אז עס זאל אריבערגיין... און אויך
'פערצופאל' די מענטשן ווען זיי האבן געהאט געלעגנהייטן עס צו שטערן האבן זיי עס נישט געשטערט... די זעלבע מענטשן האבן אויך
'פערצופאל' ארויסגעברענגט אין פערל"ס אימעיל אז... אלע מוסדות התורה זאל שוין גיין לויפן קויפן די 'נייע' פערל"ס ביכער... ווייל '
פערצופאל' נאר דעמאלטס וועט מען קענען יוצא זיין די נייע פעלדער געזעץ... וואס האט/גייט ברענגן א חורבן עולם....!
פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 1:57 am
זענען שוין דעמאלס געווען אינערהאלב די פערל'ס פירערשאפט אידן בעלי רוח הקודש, וואס זיי האבן געוואוסט אז 6 יאר שפעטער גייט געבוירן ווערן א דורותינו, און זיי גייען שרייען עפעס אני ואפסי....... ממילא טאר מען נישט ראטעווען כלל ישראל פון א חורבן לדורות.....
די חברה פוסעים על ראשי עם קודש זענען שוין נישט פון היינט...
איר האט נישט גענטפערט די שאלה, ווי אזוי מעג מען צולאזן א
'חורבן עולם' צוליב פחד אז עס גייט געבוירן ווערן א דורותינו...
און דו האלטסט טאקע אז ער איז געווען מחיוב צו שטערן און אינטערברענגען זיין קאלעגע עסקן אויף טריט און שריט, ווייל ער האלט אז א אנדערע מהלך איז ריכטיג?
אביסל קאמאן סענס.. די עסקנים זענען נישט קיין צעהיצטע חדר אינגעלעך וואס זענען גרייט צו חרוב מאכן אלעס וואס יענער האט געטון ווייל ער האט געהאט א חזיון אז יענער איז פון די סטרא אחרא... כ'מיין.. פונקטליך וואס האסטו געוואלט ער זאל טון? עיר זאל אראפפארן קיין אלבעני מאכן א פראטעסט קעגן שמחה פעלדער?... ס'איז געווען א דיסעגרימענט צווישן די עסקנים און שוין.
איר האט געשריבען אז רמ"ד האט
'געווארענט' אז דער פעלדער געזעץ גייט ברענגן א '
חורבן'...! און נישט אז יענער איז פון די סטרא אחרא..., דאס האלט ער נאך היינט אויך אפילו נאכן נייעם אייכענטשיין געזעץ....
דאן פארוואס האט ער עס נישט געשטערט..? עכ"פ האבן געזאגט ערגעץ ברבים אדער בכתב, אז ער האלט נישט דערפון... ער האט גענוג און נאך וועגן צו מעלדן זיינע מיינוגען ברבים... איצט יארן שפעטער האט דער איד נישט אויסגעלאזט קיין איינמאל ארונטערצורייסן דעם פעלדער געזעץ, פארוואס האט ער נישט אפילו איינמאל געלאזט הערן 'בדרכי נועם'... אז לפי עניית דעתו קען אפשר דער געזעץ ברענגן א חורבן...?
ווי אזוי וואלט ער ווען געהאנדעלט ווען די רעדע וואלט ווען געווען אז רמ"ד האלט אז א געוויסע פעולה פון עסקנים קען חרוב לייגן די 'וואוטשערס פראגראם'...??