"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
Think and Thank
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1840

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:50 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:43 pm
איר זענט שרעקליך, שרעקליך מיסאינפארמירט. פרעגט נאר סיי וועלכער דאקטאר.
איך פערזענליך נוץ א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס, און במשך איר קאריערע האט זי איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל, און דעמאלטס אויך נאר אלס פארזיכטיגקייט. און וואס איך זאג דא איז וואס זי האט קאנפירמד.
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:43 pm כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אבער נניח אז אריינגיין אין שפיטאל איז א מעשה פון 60 סעקונדעס (עפעס וואס איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט אפילו ענליך צו די מציאות), ווייסט וויפיל זעכציג סעקונדעס קענען אויסמאכן אין אזעלכע פעלער, א שטייגער ווי ווען דאס קינד באאקומעט נישט קיין אקסידזשען אדער די טויזנט אנדערע סינעריאס וואס קענען געשען? צומאל איז עס די חילוק צווישן לעבן און טויט, און צומאל 'נאר' צווישן פערמאנענטע שאדן א שטייגער ווי ברעין דעמעדזש רח"ל.

און דאס איז שוין ווען מען רעכנט אז עס דויערט 60 סעקונדעס אנצוקומען אין שפיטאל. געווענליך דויערט עס אין בעסטן פאל עטליכע מינוט, און אין ערגסטן פאל היבש מער. (פון רופן הצלה, זיי זאלן אנקומען, ארויפלייגן אויפ'ן בעט, אריינטראגן אין אמבולאנס און פארן צום שפיטאל. מיט די אומגלויבליכע פלינקקייט פון הצלה, דויערט נאכאלץ יעדע זאך צייט.)
ווילאנג די קאורד איז קאנעקטעד (א פאר צענדליגע מינוט) באקומט די קינד אקסידזשען פון דארט. איך גיי נאכאמאל איבערזאגן: אז עס זאל פאסירן עפעס אן קיין סימנים פון פארדעם און אן קיין צייט אנצוקומען אין שפיטאל איז אבנארמאל זעלטן.
איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט אמת, און א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע. אקסידזשען איז איינס פון טויזנט פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און ווען די קארד איז פארקניפט און/אדער ארום די האלז באקומט דאס קינד גארנישט דורך דארט.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:50 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:43 pm
איר זענט שרעקליך, שרעקליך מיסאינפארמירט. פרעגט נאר סיי וועלכער דאקטאר.
איך פערזענליך נוץ א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס, און במשך איר קאריערע האט זי איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל, און דעמאלטס אויך נאר אלס פארזיכטיגקייט. און וואס איך זאג דא איז וואס זי האט קאנפירמד.
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:43 pm כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אבער נניח אז אריינגיין אין שפיטאל איז א מעשה פון 60 סעקונדעס (עפעס וואס איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט אפילו ענליך צו די מציאות), ווייסט וויפיל זעכציג סעקונדעס קענען אויסמאכן אין אזעלכע פעלער, א שטייגער ווי ווען דאס קינד באאקומעט נישט קיין אקסידזשען אדער די טויזנט אנדערע סינעריאס וואס קענען געשען? צומאל איז עס די חילוק צווישן לעבן און טויט, און צומאל 'נאר' צווישן פערמאנענטע שאדן א שטייגער ווי ברעין דעמעדזש רח"ל.

און דאס איז שוין ווען מען רעכנט אז עס דויערט 60 סעקונדעס אנצוקומען אין שפיטאל. געווענליך דויערט עס אין בעסטן פאל עטליכע מינוט, און אין ערגסטן פאל היבש מער. (פון רופן הצלה, זיי זאלן אנקומען, ארויפלייגן אויפ'ן בעט, אריינטראגן אין אמבולאנס און פארן צום שפיטאל. מיט די אומגלויבליכע פלינקקייט פון הצלה, דויערט נאכאלץ יעדע זאך צייט.)
ווילאנג די קאורד איז קאנעקטעד (א פאר צענדליגע מינוט) באקומט די קינד אקסידזשען פון דארט. איך גיי נאכאמאל איבערזאגן: אז עס זאל פאסירן עפעס אן קיין סימנים פון פארדעם און אן קיין צייט אנצוקומען אין שפיטאל איז אבנארמאל זעלטן.
למעשה שטעלסטו אין סכנה דיין קינד'ס לעבן ווי אויפגעוויזן אויבן פונעם סטאדי. אז די האסט 3 מאל מער א ריסק ל"ע
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:38 pm איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט אמת, און א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע. אקסידזשען איז איינס פון טויזנט פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און ווען די קארד איז פארקניפט און/אדער ארום די האלז באקומט דאס קינד גארנישט דורך דארט.
א רוצח'טע? קיין איין קינד איז נישט געשטארבן אונטער אירע הענט. ארבעטסלאז? זי האט עטליכע צענדליגע דעליוועריס א יאר.

א קאורד ארום די האלז איז עפעס וואס מאכט זיך זייער אפט און דאקטוירים זענען נישט צופיל באזארגט דערוועגן און געבן זיך א עצה מיט מעטאדן וואס דארף נישט קיין שפיטאל און די מידווייפס טוען די זעלבע. די בעסטע וואס זיי קענען טוען איז אויב זיי זעהן אז די בעיבי'ס הארט רעיט פאלט וועלן זיי מאכן א סי-סעקשאן. און די מידווייפס מאניטארן פונקט אזוי די בעיביס הארט רעיט און וועלן אריינפארן אין שפיטאל אין אזא פאל. א פארקניפטע קאורד איז מער ווייניגער די זעלבע זאך.

א פאל וואס די קאורד איז געווען פארקניפט אדער ארומגעדרייט אויף אן אופן וואס מ'האט גארנישט געזעהן פון פון פארדעם און נאכן דעליווערי קען די קינד נישט אטעמען און עס קומט בכלל נישט קיין אקסידזשען פון די קארד איז אן אבנארמאלע זעלטענע היכי תימצא.

העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:22 pm למעשה שטעלסטו אין סכנה דיין קינד'ס לעבן ווי אויפגעוויזן אויבן פונעם סטאדי. אז די האסט 3 מאל מער א ריסק ל"ע
די שרייבערס פון די סטאדי זעלבסט שרייבן

Studies from Europe have shown that out-of-hospital birth can be a safe option for women and their babies when the risk of complications is low.
איך האב שוין אויבן צוגעברענגט די סטאדי, און די סטאדי האט בכלל נישט אויפגעוויזן אנדערש

בכלל רעדט מען בכל אופן פון גאר קליינע נומבערס, ווי די בעלי הסטאדי זאגן "Perinatal mortality was higher with planned out-of-hospital birth than with planned in-hospital birth, but the absolute risk of death was low in both settings", יעדער איינער קען טרעפן אין זיין לעבן גענוג זאכן וואס ער טוט וואס האבן נאך אזא ריזיקע ווי האום בוירט.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:27 pm

די רעיט איז 10 פאטאליטעטן פון 10 טויזנט בעביס (קאמפערד צו 3 פאר שפיטעלער )ממילא נישט האבן קיין איין פאטאליטעיט איז כלל נישט קיין ראי' אז עס איז די זעלבע סעיף.
וויבאלד ביי די פאר עמערזשענסיס וואס מאכן זיך אין די 10 טויזנט דארט שטעקט די חילוק

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 12:12 pm די סטאדי ווייזט א העכערע פאטאליטעטן ראטע ביי היים געבורטן נאר ביי אזעלכע וואס זענען הויכע ריזיקע, ביי נידעריגע ריזיקע פאציענטן איז נישטא קיין שום חילוק.
https://bmcpregnancychildbirth.biomedce ... 017-1348-y
די סטאדי ווייזט די זעלבע
https://www.bmj.com/content/343/bmj.d7400.long
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:37 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:22 pm למעשה שטעלסטו אין סכנה דיין קינד'ס לעבן ווי אויפגעוויזן אויבן פונעם סטאדי. אז די האסט 3 מאל מער א ריסק ל"ע
די שרייבערס פון די סטאדי זעלבסט שרייבן

Studies from Europe have shown that out-of-hospital birth can be a safe option for women and their babies when the risk of complications is low.
איך האב שוין אויבן צוגעברענגט די סטאדי, און די סטאדי האט בכלל נישט אויפגעוויזן אנדערש

בכלל רעדט מען בכל אופן פון גאר קליינע נומבערס, ווי די בעלי הסטאדי זאגן "Perinatal mortality was higher with planned out-of-hospital birth than with planned in-hospital birth, but the absolute risk of death was low in both settings", יעדער איינער קען טרעפן אין זיין לעבן גענוג זאכן וואס ער טוט וואס האבן נאך אזא ריזיקע ווי האום בוירט.
ווי דו אליינס האבט געזאגט און עי איי זאגט אויך ווענדט זיך שטארק אין די פלאץ צו עס איז דירעקט אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן האום בירטס און שפיטעלער זענען רעדי פאר אזעלכע עמערזשענסיס און ווי געזאגט יו עס עי איז נישט אויסגעשטעלט פאר דעם.
אין יורופ און אנדערע פלעצער קען טאקע זיין אנדערש און אויס דו קומסט פון דארט אין דו האסט טאקע דורכגעטאן אז דו נומבערס זענען די זעלבע דאן האסטו רעכט
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:38 pm
Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:27 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:38 pm איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט אמת, און א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע. אקסידזשען איז איינס פון טויזנט פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און ווען די קארד איז פארקניפט און/אדער ארום די האלז באקומט דאס קינד גארנישט דורך דארט.
א רוצח'טע? קיין איין קינד איז נישט געשטארבן אונטער אירע הענט. ארבעטסלאז? זי האט עטליכע צענדליגע דעליוועריס א יאר.

א קאורד ארום די האלז איז עפעס וואס מאכט זיך זייער אפט און דאקטוירים זענען נישט צופיל באזארגט דערוועגן און געבן זיך א עצה מיט מעטאדן וואס דארף נישט קיין שפיטאל און די מידווייפס טוען די זעלבע. די בעסטע וואס זיי קענען טוען איז אויב זיי זעהן אז די בעיבי'ס הארט רעיט פאלט וועלן זיי מאכן א סי-סעקשאן. און די מידווייפס מאניטארן פונקט אזוי די בעיביס הארט רעיט און וועלן אריינפארן אין שפיטאל אין אזא פאל. א פארקניפטע קאורד איז מער ווייניגער די זעלבע זאך.

א פאל וואס די קאורד איז געווען פארקניפט אדער ארומגעדרייט אויף אן אופן וואס מ'האט גארנישט געזעהן פון פון פארדעם און נאכן דעליווערי קען די קינד נישט אטעמען און עס קומט בכלל נישט קיין אקסידזשען פון די קארד איז אן אבנארמאלע זעלטענע היכי תימצא.
די רעיט איז 10 פאטאליטעטן פון 10 טויזנט בעביס (קאמפערד צו 3 פאר שפיטעלער )ממילא נישט האבן קיין איין פאטאליטעיט איז כלל נישט קיין ראי' אז עס איז די זעלבע סעיף.
וויבאלד ביי די פאר עמערזשענסיס וואס מאכן זיך אין די 10 טויזנט דארט שטעקט די חילוק
איך האב מיך באצויגן תו @Think and Thank וואס האט גע'טענה'ט אז איך בין מיסאינפארמירט מיטן זאגן אז עס איז אבנארמאל זעלטן. דו זאגסט אז עס איז דאך מער ווי שפיטעלער, אויף דעם האב איך געזאגט אז נישט לאו ריסק און עס איז נאכאלס א קליינע ריסק.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:41 pm ווי דו אליינס האבט געזאגט און עי איי זאגט אויך ווענדט זיך שטארק אין די פלאץ צו עס איז דירעקט אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן האום בירטס און שפיטעלער זענען רעדי פאר אזעלכע עמערזשענסיס און ווי געזאגט יו עס עי איז נישט אויסגעשטעלט פאר דעם.
אין יורופ און אנדערע פלעצער קען טאקע זיין אנדערש און אויס דו קומסט פון דארט אין דו האסט טאקע דורכגעטאן אז דו נומבערס זענען די זעלבע דאן האסטו רעכט
וואו האב איך דאס געזאגט? און זייט ווען איז AI א פוסק? ווילאנג דו האסט נישט קיין אמעריקאנע סטאדי וואס ווייזט אז לאו ריסק איז אנדערש ווי די גאנצע וועלט איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אזוי, אז גארנישט איז נישט שווער דארף מען נישט קיין תירוצים.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 383

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בן מלך »

וויכטיג צו באטאנען אז ס׳איז צוויי סארטן. ס׳דא וואס זענען נאר שטארק פאר היים געבורט אבער זיי פארלאזן זיך בכלליות אויף די מעדיצינישע וועלט, דאס איז א האלבע אדער פערטל פראבלעם, און אפילו איך קען דאס נישט פארשטיין, ווייס איך אבער פון גדולי הפוסקים וואס האבן דאס צוגעלאזט.

איך רעד בעיקר פון די וואס זענען נעבעך אזוי פארקרומט און פירן א מלחמה כבידה מיט די קליפה הנוראה וואס הייסט שפיטעלער, מעדיצינישע סייענס און מיט דאקטוירים. אויף דעם העלפט ליידער נישט קיין לאגיק.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:43 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:41 pm ווי דו אליינס האבט געזאגט און עי איי זאגט אויך ווענדט זיך שטארק אין די פלאץ צו עס איז דירעקט אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן האום בירטס און שפיטעלער זענען רעדי פאר אזעלכע עמערזשענסיס און ווי געזאגט יו עס עי איז נישט אויסגעשטעלט פאר דעם.
אין יורופ און אנדערע פלעצער קען טאקע זיין אנדערש און אויס דו קומסט פון דארט אין דו האסט טאקע דורכגעטאן אז דו נומבערס זענען די זעלבע דאן האסטו רעכט
וואו האב איך דאס געזאגט? און זייט ווען איז AI א פוסק? ווילאנג דו האסט נישט קיין אמעריקאנע סטאדי וואס ווייזט אז לאו ריסק איז אנדערש ווי די גאנצע וועלט איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אזוי, אז גארנישט איז נישט שווער דארף מען נישט קיין תירוצים.
איך האב דאך קלאר געברענגט א אמעריקאנער סטאדי אז די ראטע איז 3 מאל אזוי סאך
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2727
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6331

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:27 pm א רוצח'טע? קיין איין קינד איז נישט געשטארבן אונטער אירע הענט. ארבעטסלאז? זי האט עטליכע צענדליגע דעליוועריס א יאר.
אזוי האט זי אליינס געזאגט. מוז זיין - אויב אזוי - אז דאס קינד וואס איז אוועק אין קרית יואל לעצטע יאר אפאר שעה נאך א היים געבורט האט נישט גענוצט דעם נורס נאר א צווייטע.... ה"י.
שטארקע אור
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
x 49

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך שטארקע אור »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:41 pm
Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:37 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:22 pm למעשה שטעלסטו אין סכנה דיין קינד'ס לעבן ווי אויפגעוויזן אויבן פונעם סטאדי. אז די האסט 3 מאל מער א ריסק ל"ע
די שרייבערס פון די סטאדי זעלבסט שרייבן

Studies from Europe have shown that out-of-hospital birth can be a safe option for women and their babies when the risk of complications is low.
איך האב שוין אויבן צוגעברענגט די סטאדי, און די סטאדי האט בכלל נישט אויפגעוויזן אנדערש

בכלל רעדט מען בכל אופן פון גאר קליינע נומבערס, ווי די בעלי הסטאדי זאגן "Perinatal mortality was higher with planned out-of-hospital birth than with planned in-hospital birth, but the absolute risk of death was low in both settings", יעדער איינער קען טרעפן אין זיין לעבן גענוג זאכן וואס ער טוט וואס האבן נאך אזא ריזיקע ווי האום בוירט.
ווי דו אליינס האבט געזאגט און עי איי זאגט אויך ווענדט זיך שטארק אין די פלאץ צו עס איז דירעקט אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן האום בירטס און שפיטעלער זענען רעדי פאר אזעלכע עמערזשענסיס און ווי געזאגט יו עס עי איז נישט אויסגעשטעלט פאר דעם.
אין יורופ און אנדערע פלעצער קען טאקע זיין אנדערש און אויס דו קומסט פון דארט אין דו האסט טאקע דורכגעטאן אז דו נומבערס זענען די זעלבע דאן האסטו רעכט
יו עס עי איז נישט קיין כלל
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:07 am

יא א כלל אויף יו עס עי!
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 159

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ראובי »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:17 pm
ראובי האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 6:19 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 12:40 pm

וויאזוי ווייסטו?
איך קען דיר נישט זאגן אן ארויסגעבן מיין איידענטיטי.....
ר' מנחם ישעי' האט געזאגט נעמען cbd אבער קענסט נישט געבן קיין שום מער אינפארמאציע איז די גאנצע זאך נישט רעלעוואנט
סדארף נישט זיין אינטערעסאנט... למעשה איז עס א פאקט. פאסירט עטוואס ווייניגער ווי דריי יאר צוריק.
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 159

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ראובי »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:22 pm
Tree האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:48 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 6:49 pm

עס דארף נישט צו זיין שעדליך בכלל.
עס איז שעדליך אויב רעדט מען זיך איין אז עס העלפט...
איך מיין אז אליינס איז עס נישט שעדליך. אבער אויב נעמט מען אנדערע מעדיצינען קען עס שטערן די אנדערע מעדיצינען פון ארבעטן
ער האט עס גענומען אליין נישט צוזאמען מיט אנדערע מעדעצינען
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 159

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ראובי »

שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 1:26 am
בן מלך האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 1:07 am
Who knows האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:07 pm

ווייל גוגל ווייזט דיך נאר וואס זיי ווילן דו זאלסט זעהן, אבער די סטאדי וואס ווייזט פונקט פארקערט האבן זיי דיך נישט געוויזן
https://pmc.ncbi.nlm.nih.gov/articles/PMC2742137/
עטליכע שאלות. ביטע זיי אויפריכטיג ביים ענטפערן.

1) ביים אריינגיין אין שפיטאל צו האבן א קינד, איז דא עפעס פון די שפיטאל פראצעדורן וואס קענען זיין שעדליך פארן פרוי אדער קינד? איך רעד ווען ס׳איז אלעס נארמאל און ס״ה איז מען אונטער מעדיצינישע אויפזוכט.
2) איז דא זאכן וואס קענען ״נאטורליך״ געשעהן, וואס האט בעצם גארנישט מיט א שפיטאל אדער דאקטוירים, נאר איז די טבע׳דיגע סכנה וואס קען חלילה קומען ביים אדער פארן האבן א קינד?
3) אויב חלילה עפעס פאסירט, זאכן ווערן פארפלאנטערט, איז דא עפעס וואס א היים געבורט קען העלפן מער ווי אין א שפיטאל?
4) איז דא עפעס וואס א שפיטאל קען העלפן מער ווי ביי א היים געבורט?

איך דארף נישט קיין תשובות. דו ווייסט אויך גוט די ענטפערס צו די אלע שאלות.

אבער גוגל געט דיר נאר וואס זיי ווילן דו זאלסט גלייבן…
מען טוט נישט האום בירטה דוקא ווייל די שפיטאל איז שעדליך, עס זענען פארהאן גענוג אנדערע מעלות.
אויב מען נוצט א פראפעסיאנאלע מידווייף מאכט מען זיכער פארדעם אז אלעס איז בסדר און אז עס איז נישט דא קיין היי ריסק און מען טוט עס טאקע גענוג נאנט צו א שפיטאל אויב זאל זיך יא עפעס מאכן.

עס איז שווער צו נוצן די סטאדיס פאר באווייז, ווייל אסאך טוען עס אומאחריותדיג. דאס מיינט נישט אז עס איז נישט פארהאן א אחריותדיגע סעיף מהלך עס צו טון.
גא''מ
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2779
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3135

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אנדערער »

ראובי האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 10:45 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:17 pm
ראובי האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 6:19 pm

איך קען דיר נישט זאגן אן ארויסגעבן מיין איידענטיטי.....
ר' מנחם ישעי' האט געזאגט נעמען cbd אבער קענסט נישט געבן קיין שום מער אינפארמאציע איז די גאנצע זאך נישט רעלעוואנט
סדארף נישט זיין אינטערעסאנט... למעשה איז עס א פאקט. פאסירט עטוואס ווייניגער ווי דריי יאר צוריק.
איך האב געזאגט רעלעוואנט. אויב קענסטו נישט געבן גענוג דיטעילס איז די אינפארמאציע וואס דו האסט יא געגעבן אויך נישט רעלעוואנט
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 159

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ראובי »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:20 am
ראובי האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 10:45 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:17 pm

ר' מנחם ישעי' האט געזאגט נעמען cbd אבער קענסט נישט געבן קיין שום מער אינפארמאציע איז די גאנצע זאך נישט רעלעוואנט
סדארף נישט זיין אינטערעסאנט... למעשה איז עס א פאקט. פאסירט עטוואס ווייניגער ווי דריי יאר צוריק.
איך האב געזאגט רעלעוואנט. אויב קענסטו נישט געבן גענוג דיטעילס איז די אינפארמאציע וואס דו האסט יא געגעבן אויך נישט רעלעוואנט
וואסער אינפארמעישן ווילסטו הייב אן צו פרעגן און איך וועל פרובירן צו ענטפערן
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

העלאו בעלאו האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 1:43 am איך האב דאך קלאר געברענגט א אמעריקאנער סטאדי אז די ראטע איז 3 מאל אזוי סאך
אבער די סטאדי איז נישט ספעציפיש אויף לאו ריסק פעלער

א חשוב'ע ניק האט מיר אריינגעשיקט אין אישי א סטאדי "פון אמעריקא" וואס ווייזט די זעלבע זאך אז אין נידעריגע ריזיקע פעלער איז נישטא קיין חילוק צווישן היים און שפיטאל
https://journals.lww.com/lww-medicalcar ... ave.7.aspx
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

בן מלך האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:02 am וויכטיג צו באטאנען אז ס׳איז צוויי סארטן. ס׳דא וואס זענען נאר שטארק פאר היים געבורט אבער זיי פארלאזן זיך בכלליות אויף די מעדיצינישע וועלט, דאס איז א האלבע אדער פערטל פראבלעם, און אפילו איך קען דאס נישט פארשטיין, ווייס איך אבער פון גדולי הפוסקים וואס האבן דאס צוגעלאזט.

איך רעד בעיקר פון די וואס זענען נעבעך אזוי פארקרומט און פירן א מלחמה כבידה מיט די קליפה הנוראה וואס הייסט שפיטעלער, מעדיצינישע סייענס און מיט דאקטוירים. אויף דעם העלפט ליידער נישט קיין לאגיק.
ביסט זייער גערעכט. איך פארשטיי זייער גוט פארוואס רוב מענטשן האבן אין שפיטאל און איך פרוביר קיינעם נישט איבערצורעדן, איך האב געמאכט פאר מיר אן אויסוואל וואס איז גוט און ארבעט פאר מיר. איך האב אבער יא א פראבלעם מיט מענטשן וואס דאקטוירים זענען זייער צווייטע אמונה און כל המהרהר אחריהם כמהרהר אחר השכינה און יעדער וואס טראכט אמאל איבער א דאקטאר'ס ווארט איז ממש א רוצח וכדו', לאמיר לאזן די סארט זיין פארנומען מיט די סארט וואס דו דערמאנסט (באמת א שאד די צייט), און דא קען מען ווייטער רעדן ווי ערוואקסענע מענטשן און עגריען טו דיסעגרי.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2727
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6331

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Who knows האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:07 pm א חשוב'ע ניק האט מיר אריינגעשיקט אין אישי א סטאדי "פון אמעריקא" וואס ווייזט די זעלבע זאך אז אין נידעריגע ריזיקע פעלער איז נישטא קיין חילוק צווישן היים און שפיטאל
https://pmc.ncbi.nlm.nih.gov/articles/PMC11542973/
ביטע מיש אראפ צו די ענדע ביי Limitations און ליין דארט מערערע סיבות פארוואס די שטודיע איז נישט אקוראט, אריינגערעכנט אז ס'איז א סלעקטעד ליסטע וואס קען האבן געמאכט געווארן מיט א Bias סעלעקשן.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:16 pm
Who knows האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:07 pm א חשוב'ע ניק האט מיר אריינגעשיקט אין אישי א סטאדי "פון אמעריקא" וואס ווייזט די זעלבע זאך אז אין נידעריגע ריזיקע פעלער איז נישטא קיין חילוק צווישן היים און שפיטאל
https://pmc.ncbi.nlm.nih.gov/articles/PMC11542973/
ביטע מיש אראפ צו די ענדע ביי Limitations און ליין דארט מערערע סיבות פארוואס די שטודיע איז נישט אקוראט, אריינגערעכנט אז ס'איז א סלעקטעד ליסטע וואס קען האבן געמאכט געווארן מיט א Bias סעלעקשן.
אז דו וועסט מיר ברענגען א סטאדי פאר "לאו ריסק" וואס ווייזט אנדערש, דעמאלטס קען מען קאמפעירן וועלכע סטאדי האט מער Limitations. דערווייל ווייזן אלע סטאדיס אויף לאו ריסק אז עס איז נישטא קיין חילוק.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 160

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

Who knows האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:05 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 1:43 am איך האב דאך קלאר געברענגט א אמעריקאנער סטאדי אז די ראטע איז 3 מאל אזוי סאך
אבער די סטאדי איז נישט ספעציפיש אויף לאו ריסק פעלער
עס איז יא ווי געברענגט אויבן!!!
נעקסט ספין
שרייב פאוסט