פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 18, 2025 4:57 pm
איך בין בכלל נישט שטארק אויסגעקאכט אין פאליטיק, און אויך נישט שוואך... איך קען עס פלעין נישט.
אבער אין די לעצטע וואכן הערט מען היימישע אידן רעדן שטארק דיסעפוינטעט פון טראמפ מיט זיינע שריט, און ווי איינער האט זיך פאסיג אויסגעדרוקט, אז עס הערשט אן אידענטיטעט קריזיס ביים היימישן עולם.
האב איך דעם שבת געהאט א גאסט, א חשוב'ער איד מיט א שכל הישר, וועלכע האט מיר אויפגעקלערט אז דער גאנצער אנטי טראמפ באוועגונג איז ריין לויטער ציונות.
אז מ'טראכט אריין, האט דא טראמפ געטון איין שריט נאכ'ן אנדערן וואס איז פשוט די טובה פון אמעריקע.
ער מאכט שלום מיט די כוטיס! העי! און זיי גייען ווייטער באמבאדירן איזראעל!
נו? ובכן? דארף טראמפ לאזן באמבארדירן אמעריקאנע שיפן ווייל זיי האבן יעצט א פייט מיט איזראעל?
ער ארבעט ארויסצונעמען אן אמעריקאנער משכון אונטער די רוקן פון ביבי!
נו? און? זינט ווען האט ער חתונה געהאט צו ביבי? ער דארף ארבעטן פאר די אמעריקאנע אינטערעסן.
ער האט געזאגט ער גייט עפענען דעם גיהנם אויף עזה, און ער האט נישט!
ער האט געזאגט אז ער לאזט ביבי, ער געט אים דעם גרין לייט. סא דו פארשטייסט אז ביבי האט עס נישט געוואלט טון פאר סיי וועלכע סיבה, זאגסטו אז טראמפ דארף יעצט קומען באמבארדירן עזה אין די צייט וואס ביבי אליינס וויל נישט?
ער מאכט דיעלס מיט איראן!
יא, ער האט שוין ביים אפשאפן דעם אלטן דיעל געזאגט אז ער וויל מאכן מיט זיי א נייע דיעל. איי, איזראעל האלט יעצט אינמיטן א טריצעריי מיט איראן? אקעי, נו? דארף יעצט אמעריקע און אירע אינטערעסן גיין אויף פויזע?
ער גייט צו די אראבישע לענדער און חנפ'עט זיך צו זיי!
יא, רייט, ווייל קאטאר מיט די עמיראטן גייען אינוועסטירן אפאר טריליאן דאלאר אין די אמעריקאנע עקאנאמיע, און אמעריקע דארף עס האבן.
בקיצור, מען קען גיין אזוי מיט אסאך ביישפילן. איך גלייב אז כהאב ניטאמאל גוט נאכגעברענגט זיינע טאלקינג פוינטס ווייל כ'בין באמת נישט אויסגעקאכט דערין, אבער עכ"פ זיין געדאנק האט מיר געמאכט אסאך סענס, סא שרייב איך עס דא.
אהובי ידידי, דאס איז בעיני זייער זייער ווייט פון א שכל הישר. ס'זענען דא מענטשן וואס גלייכן זייער צו טרעפן ציונות ביים המון, ס'איז אבער נישט ריכטיג. מען מעג געבן פאר מענטשן רעכט צו האבן א מיינונג, אן זיי צו באשולדיגן אין ציונות אדער עגל הזהב.
רוב היימישע אידן וואס האבן זיך אפגעקילט פון זייער טראמפיזם, זענען נישט אפגעקילט געווארן דוקא צוליב מדינת ישראל פאלעסיס. דו קענסט זעהן דא אויף אידטיש אז נאך בעפאר ער האט אנגעהויבען חוש'ן מיט מדינת ישראל, האבן א שיינע טייל פרא טראמפ ניקס געהאט א שטארקע פאראיבעל צו זיין רוסלאנד אוקריינא פאלעסי. אני הקטן בין נאך טראמפער פון טראמפ אין די נושא, און איך האב עס טאקע פראבירט צו פארטיידיגן בשעתו. דאס איז געווען די ערשטע סטעפ צום אויסקילונג ביים היימישן ציבור. און דאס איז קלאר אז פוטין מאכט פון אים דאס גענאר בפני כל עם ועדה!
די צווייטע חלק איז די האנדלס קריג. טראמפיזם ביז 2025 האט באדייט אז טראמפ איז נישט קיין ילוד אשה, נאר ער האט עפעס אבנארמאלע כוחות און ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם. כסדר האט מען געהערט אז מען דארף א טראמפ, ווייל פאר אים האט די וועלט מורא. מיט גרויס ווייטאג האט זיך אבער די לופט געגעבן א לאז ארויס פון די רעדער. דער גרויסער מעכטיגער טראמפ האט ווי א לוזער אראפבעקט פון זיין פלאן. די סטאק מארקעט האט זיך נאכאנאנד געגליטשט, און ער האט געציטערט פון וואס קען אלץ נאכפאלגן פונקט ווי יעדן, און ער האט בבושת פנים איינגעגעבן. די אזוי גערופענע מעכטיגע טראמפ מיט זיין מעכטיגע אמעריקע, האבן אינאיינעם איינגענומען צוויי הילעכיגע רויטע פראסקעס.
נאך דעם קומט ווייטער זיין כסדר'דיגע דורכפעלער. טראץ וואס ער טוט זיך אויף מיט זיינע גרויסע סוקסעסן, האט ער כמעט נישט קיין זאכליכע פארשריט צו ווייזן אויף זיין רעקארד. אנגעהויבן ביי זיין דורכגעפאלענע דאזש קאמיסיע וואס האט פארשפראכן צו שניידן א טריליאן צו אפשר מער דאלער, וואס אנשטאט אויפדעקן גרויסע קארופציע, האט ער כסדר פארשפרייט שקרים וכזבים איבער אזוי גערופענע שווינדלערייען. מען לייגט ארויס רעקארדס פון 250 יעריגע מענטשן, אבער ער קען נישט אנצייגן קיין דאטע אז די פילפאכיגע עלטער זיידעס האבן באקומען סאשעל סעקיורעטי. וכו' וכו' נאך שקרים וכזבים וואס ער נוצט צו חוש'ן מיטן עולם.
ס'איז מיר נאכנישט קלאר דערווייל אויב ער האט שוין פאקטיש באוויזן צו שניידן סיי וועלכע עקספענסעס פון די גאווערמענט. חוץ פון די יו עס עיד, און די געלט וואס ער האט אפגעשטעלט פאר די יוניווערסיטעטן. עס זיצט יעצט אין סענאט א ספענדינג ביל וואס גייט ווייטער הייבן די חובות דאך פונקט ווי בעפאר. דאס איז חוץ פון דעם וואס די נוי יארקער האבן נאך א זייטיגע תביעה אויף אים ווען, צוליב זיין קאמפ קעגן די קאנדזשעסטן טאללס אין נוי יארק אין וואס ער איז דערווייל ארויס א טאטאלע דורככפאל.
ווען עס קומט צו איראן איז ער געווען דער וואס האט צוריסן די אזוי גערופענע ערגסטע דיעל אין די היסטאריע, און ער גרייט זיך יעצט צו אונטערשרייבן טאקע אט די זעלבע דיעל! ער איז א נארסעסיסט! ווען יענער טוט עס איז עס די ערגסטע, אבער ווען ער טוט עס איז עס די בעסטע! פוי! אן עקעלהאפטיגער מעניפיולעטער! די גרעסטע סכנה אין די מיטל מזרח איז איראן, אבער כדי צו קענען ווייזן עפעס אויף זיין רעקארד איז ער גרייט צו אונטערשרייבן די ערגסטע דיעל!
לגבי זיין פליגער פון קאטאר. עס שטייט א רעגירונג וואס שטיצט בפועל טעראר יארן לאנג, זיי שטיצן אן אנטי אמעריקע אגענדע שוין יארן וואס זיי גיסן געלט אין די אמעריקאנע יוניווערסיטעטן. און ער גייט פון זיי נעמען א 400 מיליאן דאלערדיגע פליגער! אן קיין שום בושה!
לגבי מדינת ישראל. ס'האט נישט מיט קיין ציונות צו טוהן פאר א גוט יאר, עס טוט יעדן וויי ווען מען דרייעט זיך ארום דאס רוקן פאר א לאנג יעריגע פריינט ווען יענער איז אין א שווערע מצב. מדינת ישראל חוץ וואס זי איז אין א געפאר יעדע רגע, איז זי יעצט אין א קריג מיט א טעראר גרופע וואס זייער גאנצע ציל איז נאר צו הרג'ענען ציווילע. אנדערש ווי אוקריינא וואס דארט שלאגט מען זיך אויף נאציאנאליזם, שלאגן זיי זיך פאר דאס זעלבסשטענדיגקייט פון די ציווילע באפערקערונג. די סיבה פארוואס אונז היימישע אידן באדערט ווען ער דרייעט דאס רוקן צו מדינת ישראל, איז ווייל די ציווילע דארט זענען אונזערע ברודער! ס'האט גארנישט מיט קיין מדינה און ציונות. ס'זענען אונזער היימישע ברודער וואס זענען און געפאר יעדן טאג, און ער דרייט זיך אויס מיטן רוקן צו זיי.
אבער, איין זאך וויל איך אייך זאגן. נישט לאנג צוריק איז געווען דא א ניק
@פופציגער וואס האט מיט זיין אייגענארטיגן געשליפענעם פעדער ארויסגעברענגט די מצב אין מדינת ישראל מיט עפעס א משל פון א בענקל... איך מיין אז היינט וואלט ער זיך געשעמט מיט אזא ארטיקל. ס'איז פשוט רחוק מן המציאות. די מלחמה גייט ווייטער ביתר שאת ויתר עז, און כאטש וואס ער האט שוין אזוי שטארק געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל שוין איינזעהן אז מרשעים יצא רשע, והעברת פי ד' לא תצלח, איז די נסיון ווייטער בקומה עומדת.
וואס וויל איך? איך מיין ס'איז צייט אז מענטשן זאלן אויפהערן פאסן באשלוסען אזוי שנעל. פון איין זייט דארף מען געדענקן אז טראמפ איז נישט אזוי מעכטיג ווי ער לייגט זיך אראפ. די אלע וואס ביי יעדען דורכפאל זיינער פארפירן זיי מיט באק ציינער אז עס איז זיכער אז עפעס א פלאן האט ער. זאלן ביטע אנערקענען אז ער איז א פלעינע ילוד אשה וואס באגייט טעותים. אבער די אנדערע וואס שפרינגען אויף יעדע קאמענט זיינער זאלן אויך איין מאל פאר אלעמאל אויפהערן פאסן באשלוסן אזוי שנעל. ס'איז קלאר אז ער חושט מיטן עולם, זיי דו נישט דער וואס ווערט צוחושט. נישט אויף די זייט, און נישט אויף די זייט.
ווען מען קוקט זעהט מען קלאר ווי ער זאגט יעדן טאג פארקערט ווי די טאג בעפאר. צו ער חושט, אדער ער איז צוחושט איז נישט נוגע. דו ווער אבער פון אים נישט צוחושט.