מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546

שלום לכל!
האסט געהערט - מיטגעלעבט - געווארן אינספורירט, פון מעשיות פון אנשים פשוטים
ווארף עס אריין דא, אפשר וועלן אפאר אידעלעך ניתעורר ווערן אין הנאה האבען!!
יאלא..

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
קרעדיט @רבותינו
-----
א מעשה וואס איך האב געהערט פון הגרש"ד פריעדמאן שליט"א א פאר יאהר צוריק איך האף צו גדענקין אלע פרטים
יעדע מאהל איך דערמאן זיך דערפון נעמט מיך עס איבער פון פריש .
הרב רבי שבתי פרענקיל ז"ל, וואס איז באקאנט מיט די מוראדיג ארבעט אין די מוציא לאור פון די ספרי הרמב"ם,
ווען מ'האט געארבעט ארויס צו געבין די הייליגע רמב"ם אין ער האט אריין געלייגט דמים תרתי משמע, מיט א ריזיגע עבודה אהער צו שטעלען אז מ'זאל עס קענען ארויס געבין מיט די מערסטע מקורות'דיג וואס נאר שייך, גענישטערט ווי מ'האט נאר געקענט
ריסורטש מיט אלטע דריקען כתב"י וכו' וכו' אז ס'זאל זיין א דבר השלם בתכלית השלימות אין נישט ס'זאל זיין טעותים צו וויכטיגע שטיקלעך וואס קען זיין אז מ‘האט פארלוירען וואס במשך השנים קען זיך פארלירען וכדומה,
ויהי היום ער האט געטראפען אין עפעס א אלטע מעזואם עפעס א אלטע כתב יד פון די רמב"ם וואס מיט דעם וואלט ער געקענט פארענטפערן קשויית אין ס'וואלט גוועהן א דבר השלם, פארשטייט זיך ער האט עס געוואלט אפ קויפען, אין די בעלי בתים האבון נישט געוואלט, האט ער מציע גוועהן מער אין מער געלד מיט השתדלות אין וואס נישט עס אפצוקויפען כדי ס'זאל זיין לשם ולתפארת די ארויס געבין די רמב"ם אין נאך גאר אסאך געלד אין יגיעה האט אים עס געלונגען צו אפ קויפען ,
אין ס'איז אהן געקומען די פרייליכע טאג וואס ער האט עס ערהאלטען די שמחה איז גוועהן אין לשער ואין לתער ,
אין ער האט עס אראפ געלייגט אויף די טיש אין זיין אפיס אין גראד נאך דעם קלאפט אריין אין זיין צומער איינער פון זיין געטרייע ארבעטער אין האלט א קאווע אין דער האנט און רבי שבתי עפענט אויף און זאגט אים קום אהער קוק וואס איך האב דא , ער רבי שבתי "שיינט פון שמחה " א קלייניקייט, יענער לייגט אראפ די קאווע אויף די טיש אין וויל זיך געבין א ריק נאהנטער
אין נישט כאפענדיג גיט זיך א פאל אראפ די קאפ קאווע אין גיט זיך א גיס אויס אויף די אויסגעבעטענע כתב יד וואס מ'האט אריין געלייגט אזויפיל כוחות אין הארוואניע אין אלעס האט זיך געגבין א מעק אויס, פון אלטקייט האט גארנישט נישט געבליבען אין אלעס איז שנעל אפגעמעקט געווארען , אין גאנצען ,
דער ארבייטער האט געכאפט א פחד אוי וויי וואס גייט ער יעצט טוהן אזא טעות צו מאכען
רבי שבתי גייט גראד ארויס פון צומער אין דער ארבעטער ווייסט זיך נישט ווי אהין צו טוהן פאר דאס וואס ער האט דא געטוהן און ווייסט נישט וואס ער גייט כאפען פאר דעם אין ס'גייט נישט דורך אפאר מינוט אין רבי שבתי זצ"ל מיט א פרישע קאווע אין דער האנט .... רבי שבתי זאגט מילא די כתב"י ס'איז גוועהן באשערט אלעס איז דאך מן השמים אויבער וואס גייט זיין מיט דיין קאווע האסט דיך געוואלט יעצט טרינקען קאווע די דארפסט נישט ליידען מיט א סבר פנים יפות גיט ער איהם א פריש גלאז קאווע .
מי כעמך ישראל במלוא מובן המילה אנשטאט זיך אויפרעגין נישט נאר ער זאגט נישט קיין ווארט זיין ערשטע ריספאנד איז יענער האט נישט זיין קאווע ער טראכט פון יענעם נישט פון זיך ס'ממש אום גלויבלעך אזא מדריגה אין אמונה נאך דערצו נאך אזויפיל יגיעה אין טייער געלד ס'ממש צו באוונדערין
קאמעטארין זענען גענצליך איבריג
רבי שמואל דוד במתק לשונו לייגט צו ווער ווייסט צו אפשר בזכות די מעשה (אין מסתמא נאך אזעלכע מעשים טובים לייג איך שוין צו )האט רבי שבתי זוכה גוועהן צו אזא זכות וואס נישט יעדער איז זוכה ארויס צו געבין פאר כלל ישראל די הייליגע ספרי הרמב"ם מיט א זעלטענע הצלחה וס"ד

איך וויל מיטטיילן אן עפיזאד קודם אלס מהם ילמדו וכן יעשו, און אויך צו דערמאנען אז א איד איז קיינמאל נישט אליין!! מי כעמך ישראל!!
פאריגע וואך בינעך געווען אויפן וועג פון ברוקלין קיין מאנסי אויפן וועג צוריק פון א חתונה, 2:15 ביינאכט מיט די ווייב אין קינדער, מיד און אויסגעמוטשעט.
אזוי ארויף פארענדיג אויפן אר. עף. קעי. ברידזש האט די קאר אנגעהויבן ווייברעיטן און די טשעק ענדזשין לייט האט אנגעהויבן בלינקען. די שאקלעניש איז געווארן ערגער און בלית ברירה האב איך מיר אפגעשטעלט אויפן ברייטן שאולדער ביי רענדעלס איילענד פאר מען גייט ארויף אויפן הארלעם.
איך הייב אהן טראכטן וואס טוה איך דא, קיין AAA האב איך נישט. און אז מען שלעפט שוין יא אוועק, וואס טוט מען מיט די ווייב און קינדער.
גייט נישט דורך א מינוט און א קאר שטעלט זיך אפ. א היימישער יונגערמאן ביים רעדל פרעגט מיט וואס קען ער העלפן. נאך א מינוט שפעטער שטעלט זיך אפ נאך א קאר מיט א היימישער יונגערמאן. שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען צוויי שוואגערס אויפן וועג צו קרית יואל צוריק פון א חתונה.
די יונגעלייט זאגן מיר, דא איז נישט קיין תכלית צו בלייבן. ווילאנג די קאר פארט, פאר. אונז ביידע וועלן פארן אונטער דיר, און אויב די קאר סטאפט פארן וועלן אונז אהיימנעמען דיין משפחה און אויך וועסטו זיין נענטער צו מאנסי.
אונז האבן עקסטשעינדזשד נומבערס און ויסעו. פארשטייט זיך איך בין געפארן שטייט און פארזיכטיג און די צוויי מלאכים בדמות אנשים זענען מיך נאכגעפארן די גאנצע וועג, שטייטערהייט, דורך די פאליסעידס וואס איז פאר זיי אן אומוועג, 2-3 אינמיטן די נאכט מיד און אויסגעמוטשעט נאך א חתונה.
ב”ה מען איז אנגעקומען בשלום (איך האב זיי געזאגט ביים עקזיט אז פון דא און ווייטער וועל איך שוין גיין אליין). די קאר איז שוין געפיקסט (געווען א engine misfire).
איך ווייס נישט ווער די צוויי יונגעלייט זענען, און זיי האבן אויך נישט געפרעגט מיין נאמען. אבער די אייבערשטער זעהט אלעס און די אייבערשטער וועט זיי זיכער באצאלן מיט ברכות און ישועות עד בלי די.
מי כעמך ישראל
קרעדיט @jeff basis

איך האב געהערט פון אן אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג,
ס'האט זיך געבויט א גאר טייערע געביידע משש לעבן וויליאמסבורג, וואס אפארטמענטס זענען געגאנגען פאר פרייזן פון אכט טויזנט דאלער און ארויף.
די בעלי בתים פון די געביידע האבן געמאכט א גורל פון עטליכע עפארדעביל אפארטמענטס פאר גאר א ביליגע פרייז.
דער אינגערמאן האט געזוכט א דירה, האט ער באשלאסן אריינצוגיין אין די גורל. למעשה האט דער אינגערמאן געוואונען איינס פון די עפארדעביל אפארטמענטס. דער אינגערמאן איז געווען זייער פרייליך,
ער איז געגאנגען קוקן די דירה, אנקומענדיג צו דעם געביידע האט ער געזען אז די גוי'אישע איינוואוינער פון די געביידע זענען גאר שמוציגע און נידריגע חברה. ארטיסטן בלע"ז. האט ער באשלאסן אז מוחל טובות, שמירת עיניים איז וויכטיגער, און ער האט זיך ארויסגעצויגן פון די גאנצע געשעפט

שרייבט איינער גאר שטארק!
נ.ב.
ווען משיח וועט קומען וועט ער אויף מיר אויך ווייזן מיט די פינגער אז איך האב מקרב געווען די גאולה שלימה. ווייסט פארוואס? ווייל איך האב געדאוונט איין טאג זייער ערליך
קרעדיט @בניהו

א איד האט מיר דערציילט אז איינמאל ביינאכט נאך א חתונה בערך 3 אזייגער פארטאגס איז ער דורך געפארן די הצלה גאראזש אויף 16 עוו. אין ב"פ.
האט ער געזען ווי די 2 "נייט יוניטס" זיצן אין זייער קאר אין האקן בלעטער גמרא בחברותא, נאכנישט פארטיג איך האב איבערדערציילט די מעשה פאר א אנדערע הצלה מעמבער האט ער מיר געזאגט אז ער ווייסט פון א הצלה דיספעטשער וואס האט גענדיגט "גאנץ ש"ס" בשעתן דיספעטשן
האט ער געזען ווי די 2 "נייט יוניטס" זיצן אין זייער קאר אין האקן בלעטער גמרא בחברותא, נאכנישט פארטיג איך האב איבערדערציילט די מעשה פאר א אנדערע הצלה מעמבער האט ער מיר געזאגט אז ער ווייסט פון א הצלה דיספעטשער וואס האט גענדיגט "גאנץ ש"ס" בשעתן דיספעטשן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
איך פאר מיר מיט א רואיגקייט אויפן בעלט פארקוועי די סטים באכעט עס שפילט א שיינע קאסעטע, ווען פאר מיינע אויגן זעה איך פלוצים ווי די קאר און פארענט פון מיר האט געגעבן א טויש ליניעס אביסל צו ווילד און אריינגעקראכט און א צווייטע קאר, די טראפיק איז געוועהן געדעכט ממילא האב איך געקענט באטראכטען אביסל די דעמעדזש, עס איז ממש געוועהן א קליינע קריץ, די דרייווער פון די אריינגעזעצטע קאר קומט ארויס זיין פנים שפריצט רציחה ער שוימט פאר כעס, די ערשטע דרייווער פרובירט צו רעדן מיט אים אבער דער בחור איז נישטא, עס גיסט זיך קללות פון זיין מויל נאנסטאפ אויף 60 מייל א שעה, שוין איך פאר ווייטער, צוויי שעה שפעטער אויפן וועג צירוק זעה איך פון די אנדערע זייט ווי די צוויי חעוורע שטייען נאך דארט מיט די פאלייצי און מען הארגעט זיך נאך ארום אויף שווערע כוחות, שוין אזוי קוקן אויס גוים אן קיין חלק אלוקי ממעל.
א טאג שפעטער עס גיסט א שלאקס רעגן די גאסן זענן פארנעפעלט עס איז שפעט אויפדערנאכט און איך האב מיר געגעבן אזא קליינע פארקוק און מיין וויעקעיל האט געמאכט אזא נשיקה'לע מיט א צווייטע וויעקעיל,
שוין עס ווערט מיר גוט ווער ווייסט ווער מיין בר פלוגתא גייט דא יעצט זיין, ער קען מיר נאך אויפהאלטען פאר אפאר שעה, די דעמעדזש אויף מיין וויעיקעיל איז געוועהן מינימאל, זיין קאר האט אבער יא געהאט עפעס מער שאדן,
צו מיין גרויס מזל קומט ארויס עפעס א אידל מיט אזא א קליינע כיפה סרוגה גייט ער, ער וואוינט און איינע פון די פארשטיפטע סטעיטס, ער גייט מיט אזא רואויגקייט און שמייכל כאילו איך בין אים געקומען זאגן אז ער האט געוואונען די לאטערי, ער באטראכט די שאדנס, און ער זאגט מיר קוק אהער, די ביסט א איד, מיין טאטע פלעגט מיר אלץ זאגן, זיי נישט גורם קיין צער און ווייטאג פאר א צווייטע איד, איך וויל נישט די זאלסט גיין שלאפן מיט וויייטאג,
איך האב מיך פרובירט צו טענהן מיט אים לאמיך דיך עפעס צאלן קעש, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, וואס יא ווילסט מיר באצאלן, זיי מתפלל פאר מיין ברודער וואס איז שוין דרייסיג יאר און האט נאכנישט געטראפן זיין באשערטע, שוין מיר האבן זיך ווערעם געזעגענט מיט א חביקה און אנוואונטשונגען,
עס האט מיר אזוי געכאפט! א פשוטע איד, מיר קיינמאל געזעהן, און וועט מיר לכאורה קיינמאל זעהן, אבער ער וויל צילוב טוען א צווייטע איד,ער וויל אים נישט שאפן קיין עגמת נפש, איי איך בין קלאר די שולדיגער דא,
ניין אפילו אזוי... משא"כ ביי די געמיינע אומות העולם ווי מען וועט זיך שלאגן און רצחנען ביזן טויט,
מי כעמך ישראל
א טאג שפעטער עס גיסט א שלאקס רעגן די גאסן זענן פארנעפעלט עס איז שפעט אויפדערנאכט און איך האב מיר געגעבן אזא קליינע פארקוק און מיין וויעקעיל האט געמאכט אזא נשיקה'לע מיט א צווייטע וויעקעיל,
שוין עס ווערט מיר גוט ווער ווייסט ווער מיין בר פלוגתא גייט דא יעצט זיין, ער קען מיר נאך אויפהאלטען פאר אפאר שעה, די דעמעדזש אויף מיין וויעיקעיל איז געוועהן מינימאל, זיין קאר האט אבער יא געהאט עפעס מער שאדן,
צו מיין גרויס מזל קומט ארויס עפעס א אידל מיט אזא א קליינע כיפה סרוגה גייט ער, ער וואוינט און איינע פון די פארשטיפטע סטעיטס, ער גייט מיט אזא רואויגקייט און שמייכל כאילו איך בין אים געקומען זאגן אז ער האט געוואונען די לאטערי, ער באטראכט די שאדנס, און ער זאגט מיר קוק אהער, די ביסט א איד, מיין טאטע פלעגט מיר אלץ זאגן, זיי נישט גורם קיין צער און ווייטאג פאר א צווייטע איד, איך וויל נישט די זאלסט גיין שלאפן מיט וויייטאג,
איך האב מיך פרובירט צו טענהן מיט אים לאמיך דיך עפעס צאלן קעש, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, וואס יא ווילסט מיר באצאלן, זיי מתפלל פאר מיין ברודער וואס איז שוין דרייסיג יאר און האט נאכנישט געטראפן זיין באשערטע, שוין מיר האבן זיך ווערעם געזעגענט מיט א חביקה און אנוואונטשונגען,
עס האט מיר אזוי געכאפט! א פשוטע איד, מיר קיינמאל געזעהן, און וועט מיר לכאורה קיינמאל זעהן, אבער ער וויל צילוב טוען א צווייטע איד,ער וויל אים נישט שאפן קיין עגמת נפש, איי איך בין קלאר די שולדיגער דא,
ניין אפילו אזוי... משא"כ ביי די געמיינע אומות העולם ווי מען וועט זיך שלאגן און רצחנען ביזן טויט,
מי כעמך ישראל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
ווער זאגט די מעשה איז אמת?
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
למעשה זאגט מיר איינער אז דער שרייבער אויף סטאטוס האט נאכדעם געשריבן אז עס וואלט געקענט זיין...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
דאס יא...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
א גוטע עצה, גיי מיר עס פרובירן,צוקריצן א עושר קאר, נאכדעם שרייבן א אנטשולדינג אויף מיין גרעסטע ביל, און ישועת ד' כהרף עין
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1701
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6443
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
ברענג נאך אזעלכע מעשיות, אפשר דארפסטו נישט אזוי איבערדרייען, אבער ס'גוט צו זעהן די שיינקייט פון כלל ישראל.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 11, 2025 2:26 pmווער זאגט אז נאר ביי נעגעטיווע זאכן מעג מען אלעס קויפען פאר פרי. אפשר דא אויכט?
ביסיידס די פוינט, כ‘האלט אז ס‘איז אמת.
אבער שוין.. איי אפעלעדזייס עגעין אין ס‘איז לעצטע מאל אויף די נושא
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
וועט איינער צוקריצן מיין קאר
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
נעע ס‘איז נאך אלס ווערטבן נביאים האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 11, 2025 3:08 pmוועט איינער צוקריצן מיין קאר

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
קרעדיט @צעטל קלעבער
בס"ד
אידישע קינדערס גוטסקייט ס'נעמט נישט קיין עק
דערציילט די אויבנדערמאנטע מעשיות פאר מיין חברותא היינט.
דערציילט ער מיר אז ער"פ תשפ"ג האט זיין 9 יעריג קינד (היינט 11) געווארפן זעקלעך וואסער (היימיש-געמאכט וואסער-באלונס געמאכט פון סענדוויטש-בעגס) פון זיין פארטש אויף'ן פערטן שטאק, איינס האט געלאנדעט אויף די פאדערשטע גלאז פון א פארביי פארענדע אויטא, און צושאסן די פאדערשטע שויב,
די דרייווער - א מזרח'יסטישע פרוי - האט זיך גענומען מאכן קולות, אוי וועט איר טייער באצאלן וכו' ווי לאזט מען די קינדער אן קיין השגחה וכו'
מיין חבר האט איר פארשטיין געגעבן אז דאס קינד איז נישט קיין גרינג קינד, און די עלטערען ליידן זיך צאם גענוג פון אים אזוי אויך.
אזוי? איך וועל קלעימען מיין אינשורענס.
צומארגענס רופט זו צוריק מיין חבר, גיי אריין אין א געוויסע געשעפט אויף רבי עקיבא אין בני ברק, און נעם אפ א שיינעם אנצוג לכיו"ט פאר דיין קינד אויף מיין חשבון....
מי כעמך ישראל!!

א תגובה אין ענגליש איבער די היימישע חסידישע איד, וואס גייט וויירעל אויף סאשעל מידיע
@אבימלך
► Show Spoiler
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
גאר א שיינע מעשה! א דאנק!פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:39 am קרעדיט @רבותינו
-----
א מעשה וואס איך האב געהערט פון הגרש"ד פריעדמאן שליט"א א פאר יאהר צוריק איך האף צו גדענקין אלע פרטים
יעדע מאהל איך דערמאן זיך דערפון נעמט מיך עס איבער פון פריש .
הרב רבי שבתי פרענקיל ז"ל, אס איז באקאנט מיט די מוראדיג ארבעט אין די מוציא לאור פון די ספרי הרמב"ם
קאמעטארין זענען גענצליך איבריג
רבי שמואל דוד במתק לשונו לייגט צו ווער ווייסט צו אפשר בזכות די מעשה (אין מסתמא נאך אזעלכע מעשים טובים לייג איך שוין צו )האט רבי שבתי זוכה גוועהן צו אזא זכות וואס נישט יעדער איז זוכה ארויס צו געבין פאר כלל ישראל די הייליגע ספרי הרמב"ם מיט א זעלטענע הצלחה וס"ד
איין קליינע הערה'לע, רבי שבתי איז נישט געווען א פשוט'ע מענטש (אזוי ווי עס קען זיך דאכטן לויט דעם קעפל פון די אשכול) נאר אן איש מורם מעם!
SOS
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
געשטאנען אמאל באשריבען אין די קול הציבור,
עס איז אמאל געווען אן אלטע רוסישע איד, ער פלעגט קומען יעדן נאכט צו א שיעור וואס ער האט כמעט גארנישט פארשטאנען,
פרעגט איהם איינער, ס'איז באמת זייער חשוב דו קומסט צום שיעור, אבער הלמאי דו פארשטייסט דאך כמעט גארנישט, וואס איז פשט פון די קומען?
ענטפערט דער רוסישע איד,
אמאל נאך אין רוסלאנד בין איך אמאל געזעצן אין א רעסטוראנט, אינמיטן שטורעמט אריין די קעי דזשי בי, די מלאכי חבלה, זיי האבן אויסגערופן 'יעדער לייגט זיך אראפ אויף די ערד' אין מען האט יעדעם ארעסטירט, מען האט געטיילט מכות דארט, איך האב נישט געוואוסט וואס פונקטליך גייט דא פאר. בתוך הדברים האב איך פארשטאנען אז פונקט ווען איך בין געזיצן דארט איז דארט געווען כוליגאנעס, וואס ס'איז זיי טאקע געקומען אביסל פעטש,
האב איך אנגעהויבן שרייען און וויינען, איך האב גארנישט מיט די מענטשן, איך בין צופעליג דא געווען נישט אין די ריכטיגע צייט, אבער ס'האט מיר גארנישט געהאלפן...
איך בין אנגעקומען צו א ריכטער, מען האט אלעס אויסגעשמועסט, איך האב געהאלטן אינאיין זאגן אז איך
האב גארנישט מיט די גאנצע זאך.
האט דער ריכטער געזאגט; "אונז ווייסן איין זאך, "אז דו ביסט געזיצן מיט זיי ביסטו פון זיי", און צום פסק האב איך באקומען א יאר טורמע מיט א געלט שטראף.
האט דער איד אויסגעפירט, איך האב נאך צייכענעס אויף מיין האנט פון יענע מערדעליכע קלעפ,
ווען איך וועל ארויפקומען נאך די הונדערט און צוואנציג און מען וועט מיר פרעגן 'האסט געלערענט'? וואס וועל איך ענטפערן, איך האב נישט געקענט, נישט געלערענט אין א ישיבה, די תירוצים וועלן מיר גאר ווייניג העלפן..
איך וועל אבער איין זאך יא זאגן; זעה רבוש"ע די מכות וואס איך האב געכאפט, ווייל אז דו ביסט געזיצן מיט
זיי ביסטו פון זיי, וועל איך זאגן, שפעטער בין איך געזיצן ביי א שיעור פאר צענדליגע יאר, איך האב נישט צופיל פארשטאנען און אויפגעכאפט, אבער אז איך בין געיזיצן מיט זיי בין איך א חלק פון זיי, און איך וויל אריינגיין אין גן עדן דארט ווי אלע לומדי תורה קומען אן!

הימלישע גבורה, פון וואו די כוחות?!
בעלה של צאלה כתב בקבוצת ווטסאפ (מתורגם מאנגלית): שלום חברים, יום עצוב היום. הלילה אשתי נרצחה. היינו בדרכנו לבית החולים כדי ללדת בשמחה את בננו הרביעי. כמובן שאני שבור, זה טבעי, אבל אני גם מודה לה' שנשארתי בחיים ואהיה חזק כדי להמשיך ולהיות אור לעולם כולו. כי לעולם לא ניתן להם לשבור אותנו. אני מאוד מאוד עצוב, אבל אמשיך להילחם למען רווחת עמנו. אני אוהב את כולכם. אנחנו נשרוד, נצליח ונשגשג. ה' הוא אחד. בזמנים טובים וגם קשים – זה לא משנה. אם זה מהמלך האחד והיחיד שלי – אני מקבל זאת באהבה. תגידו שאני משוגע, אבל האם לא כולנו כאלה?
ע.ס.
בעלה של צאלה כתב בקבוצת ווטסאפ (מתורגם מאנגלית): שלום חברים, יום עצוב היום. הלילה אשתי נרצחה. היינו בדרכנו לבית החולים כדי ללדת בשמחה את בננו הרביעי. כמובן שאני שבור, זה טבעי, אבל אני גם מודה לה' שנשארתי בחיים ואהיה חזק כדי להמשיך ולהיות אור לעולם כולו. כי לעולם לא ניתן להם לשבור אותנו. אני מאוד מאוד עצוב, אבל אמשיך להילחם למען רווחת עמנו. אני אוהב את כולכם. אנחנו נשרוד, נצליח ונשגשג. ה' הוא אחד. בזמנים טובים וגם קשים – זה לא משנה. אם זה מהמלך האחד והיחיד שלי – אני מקבל זאת באהבה. תגידו שאני משוגע, אבל האם לא כולנו כאלה?
ע.ס.
SOS
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים
ק/פ
היינט מיטגעהאלטן ווי איינער טרעפט אין א שול א טשעק וואס איינער האט פארלוירן אין די טשעק האט א גרויסע סכום געהאט אפאר טויזענט דאלער אין גלייך האט ער גערופן מענטשן אין די נעמען וואס זענען געשטאנען אויף די טשעק אין עס שרייט זיך ארויס די מי כעמך ישראל
קרעדיט @קארעספעדאנט